6} שט 868118016 11017סטק 06המ 1025 161121המת פום 1

ת00008110? 210166049 116114896

פיט 07

נזסס. 10604100190-014016ם1 גוז0ס.1116גוס-הופוחנץש//:פנןוזח

מ200808000 6065(סזק 11296ז116 סט 1 0

זסן ץ90/1011 סחווחס 1066וסזט 15 101זס1סחז 1015 זס 010ז60460 ,1ס1סזסחזוזסס זסי? ץ{|חס 96 |סחספזסקן 0חשס1011 406 81 פו 0001006 16056ט ,56ט זס)ס עחס

:4 /01חזס

נזסס. 10404100190-014016םו

00002600? 21016043 116114296 סח 1' 0

מ 07

לק

סאוויפטיטט ויימלאנד

ליטעראר'ש-:קינסטלער'שעף כוידעשזשורנאל

א יי אל יע 6 6 יי -= +

אי א יי

אַרגאן פון שרײַבעריפארבאנד פון פססר " דערשײַנט פון 1961

: : פארלאג,סאַָװעטסקי פּיסאטעל"

מאָסקװע סענטיאבער

ווע * =

אי יה

איציק פעפער. לידער. (צום 85יטן געבורטסטאָג) . 3 יויסעף בוה. נלך דעראײַלונגען, .ו: 6 .י. 6 6 מאָטל גרוּוומאן. די גאנצע װײַט אין פול מיט ליכט (ליוער) . +1.". 2). יאר }תג *-. . }1 ארן ווערגעליס. דער היטער בא די טױיערן (ראָמאן) 21 דאָרע כײַקינע. אין די ליכטיקע פארטאָגן (לידער) . 83 ליטערארישע געדענק-דאטעס. מוישע קאץ (1885-- 60). בא שאָלעםיאלייכעמען . . . . . . . 85 שימען פרוג (1860--1916). לידער . . . . . . . 89 ,ביראָבידזשאנער שטערן"--נעכטן, הײַנט, מאָרגן" (אינטערוויו מיטן רעדאקטאָר פון דער צײַטטונג ריט 2 3 . . .עי יט סאמויל קליגער, יעפים דרוץ. דעם ראמבאמס פּערזענ- לעכקײַט און פּילאָסאָפיע (צו זײַן 850*טן גע- ,לוט יו +-+ + 6.. . .אט יע י טע אונדזער קאָסמאָס-װינקל. וױיקטאָר מיטראַשענקאָו. דאָס יאָר 1964 (פונעם בוך ,די ערד אונטערן 6" די יי יי יי יי אי (! ראָזע קאץ-ראבינאָוויטש. איך דערמאָן זיך . . . . 122

ליטעראטוריקריטיק. ביבליאָגראפיע. פראגן פון קונסט

זאלמען ליבינזאָן. א נײַע באגעגעניש מיט די װײַסרו- פישטע סטעטנעך +- א טא יע ירע ר 6-/.. 136 װיקטאָר לענזאָן. וועניאמין פליישמאן און זײַן אָפּע- רע ,ראָטשילוס סידרל" + ביצ יי אי 2 אע וולאדימיר מילאשעווסקי. ויאזוי איך האָב געמאָלט איסאקץק באבעלס פאַרטרעם . +. 4 + ;.. .;; ין אושער ספּעקטאָר. די געשיכטע פון באבעלס אן אומ- באוװווסטן שאָרטרעצט . . + +'. .2 יי סע געפונענע מאנוסקריפּטן. מייער וינער. דער צאפּלד- שאר האנק מו. ופאנש 603 + + .-. . . 10 שאָלעם ביילין. פאָלקסטימלעכע קאטאָוועסן און וויצי- ור ווםן א + + ... + .שער 4 . 6 . .יי יו בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען . . . . . . 154 צוֹ די געזעלשאפטלעכע פארשפּרייטער . . . . . 158 די פאָטשט פון ,סאָװועטיש היימלאנד". מענטשן און גױיראָלעס (איבערזיכט פון בריו) . . . . . 159 דאָס איז/;פשיקאװע + . . +'. . .-. 2 16 ביבלקאפיצ + 4 +-6 . . .יי ;יי אי 16 מאטעריאלן פאר א לעקסיקאָן פון דער ייִדישער סאַ- קעטיעשר ייטעראשופ הל ד.. - יט יי 6:.. - 1 וישווםע (שיט.-צנגליש) . . .. .

הויפּט-רעדאקטאַר א. ווערגעליס רעדקאַלעגיע:

כ. ביידעך (שטעלפארטרעטער פון הוױיפּטירעדאקטאָר),

ש. גאָרדאָן, ט. גען,

א. טווערסקאָי, נאָטע לוריע, - עילנער, ב. מילער, כ. מעלאמוד, ה. פּאָליאנקער, י. שוסטער (פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר), י. שרײַבמאן

איציקיטכפלר

דעם 85-טן געמרטסטאָג פונעם גרויסן סאָװועטישן יײִַדישן דיכטער איציק פעפער מערקן מיר אָפּ מיט א ציקל לידער, װועלכע מיר. נעמען פח זײַן לעצטן בוך. .אפטויי".

מאָסקװוע װעט דעם קאָפּ ניט בײגן

הער נאָר, וועלט מיט גיפט אין אויגן, וועלט פון אומרעכט און פון שאנד, מאָסקװע װעט דעם קאָפּ ניט בייגן -- ניט אזא איז אונדזער לאנד!

ניט אזא איז אונדזער שטורעם, ער זאָל שאנעווען דײַן ערד, ניט אזא איז אונדזער גװורע, זי זאָל פאלן פון דײַן שװוערד!

ס'איז דײַן כאָכמע אויסגעזויגן אויסגעדראָשן װי א זאנג, מאָסקװע װעט דעם קאָפּ ניט בייגן פאר דײַן אָפּגעלעבטן גאנג.

ס'וועט ניט שרעקן אונדז דײַן זשאווער, דײַן באגילדעטער פארמעג,

און דײַן אָוואר און דײַן אוער

װעט ניט פּלאָנטען אונדזער וועג.

אין טאכריכים אײַנגעצױגן

ליגט דײַן צוקונפט, אלטער נאר, מאָסקװע װעט דעם קאָפּ ניט בייגן בא די שװועלן פון געפאר!

װוער עס קריצט נאָך מיט די ציינער און ער צילט אין אונדזער גליק

מיט רעצייעכדיקע שטיינער,

דער װעט קריגן זיי צוריק.

ווער עס װיל מיט אונדז זיך קריגן, זאָל ער וויסן, װוּ ער איז,

אויב ער װויל אין קייווער ליגן, זאָל ער אופהייבן זײַן שפּיז!..

הער נאָר, װעלט מיט גיפט אין אויגן, דײַן מאפּאָלע איז ניט װײַט! מאַסקװע װעט דעם קאָפּ ניט בייגן -- ניט אזא איז אונדזער צײַט!

צו אן אמעריקאנער פּרײַנט

איר ווייסט װאָס הייסט מילכאָמע? פארגעסן שוין! איך ווייס,

די ערד וערט קאלט פון מייסים, די הימלען װוערן הייס...

און פון די מענטשך-אויגן די פרײילעכקײַט פארשווינדט, עס טרינקען זיך די פעלדער אין טײַכן וויי און ווינד...

די טרערן אף די גראָזן,

די גראָזן ביזן האלדז.

איר הערט די פעלדער ויינען? און דאָס איז נאָך ניט אלץ.

איר ווייסט, װאָס הייסט מילכאָמע? פארגעסן שוין! איך פיל.

אין שאָלעמדיקע סעדער

איז יאָמטעװדיק און שטיל..

כ'דערזע דאָרט יענע צװײַגן װאָס צוויטען שוין ניט הײַנט, אף זיי זײַנען געהאנגען

די בעסטע מײַנע פרײַנט...

געבליבן איז נאָך הענגען א שטריקעלע אן אלטס, א שטריקל פון א טליִע, און דאָס איז נאָך ניט אלץ..

איר ווייסט, װאָס הייסט מילכאָמע? פארגעסן שוין, מע זאָגט...

לעבן

לעבן מײַנס, מײַן יאָמטעװדיקס, לאָמיר מער ניט טרויערן, לויטער זײַנען װועגן שוין, דורכזיכטיק -- די טויערן..

מעג דער וויי זיך אײַנקארבן, יענער וויי, דער נעכטיקער, זאָל ער אָבער דינען אונדז,

װי א שטויס א מעכטיקער..

זאָל דער וויי דער נעכטיקער קלינגען הײַנט קלײיזײַענדיק,

מײַנט

וי פרידלעך קומט דער אָװנט, וי שאלוועדיק עס טאָגט.

איך ווייס אויך פון מילכאָמעס, פון שלאכטן קעגן טראָן,

ווען ס'קומט די זון פון הימל און ווערט א רויטע פאָן.

און ס'נעמט די נאכט אנטלויפן

אוועק אינמיטן נאכט,

געלויבט איז די מילכאָמע,

ווען ס'גייט דאָס פאָלק אין שלאכט.

און אוב קעגן מילכאָמעס צו רופן אײַך איך וואג,

איז קעגן די, װאָס ס'פירן די יאָרשים פון רייכסטאג.

איר ווייסט, װאָס הייסט מילכאָמע? דערמאָנט זיך שוין געוויס?

וי גיך ס'פארגייט דאָס ביטערס, ווען סווערט א ביסל זיס!..

עס קלינגט נאָך די מילכאָמע מיט שאָלעם-טעג געפּאָרט,

זי גייט נאָך בא די טישן, געדעקט מיט גרינעם קאָרט..

עס בושעװועט די סינע,

איר הערט ניט, װי זי שרײַט!

איר ווייסט, װאָס הייסט מילכאָמע? פארגעסט נאָך ניט, האָט צײַט!

לאָמיר גוט געדענקען אים אף יאָמטױווים זײַענדיק.

לאָמיר שפּאנען פײַערלעך, מוטיק און ניצאָכנדיק,

די יאָמטױיװים װעבנדיק פון די גרויע װאָכנטעג...

לאָמיר אונדזער וי און מוט קיינמאָל ניט צעפּאטערן,

זעט, װוי פרײַ און ראכוועסדיק מאָסקװער שטערן פלאטערן!

פרישקײַט

כ'ווייס;

ניט אלע שוועלן בין איך שוין אריבער,

אין די אויגן מײַנע לעבט דער זעלבער פיבער,

און דער זעלבער נײַגער און די זעלבע װוּנטשן,

װאָס איך טראָג פון לאנג שוין אונטער הויכער זון-שײַן.-

און די זעלבע פרישקײַט װוינט אין מײַנע אויגן, און דער זעלבער שמייכל האָט זיך אויסגעבויגן לעם די ליפּן מײַנע.

װוּ איך בין געלאָפן,

פלעגן וועגן ליגן קעגן הימלען אָפן.

אפן הייסן דאָרעם,

אפן קאלטן צאָפן

האָב איך שטענדיק הערצער ווארעמע געטראָפן...

איך האַב ליב, וי שטענדיק, איבער ערדן שפּאנען, וועלדער, טאנען, סאָסנעס, דעמבעס און קאשטאנען טראָגן זיך אנטקעגן,

נייגן זיך און בוקן.

און אף יעדן וועלדל, ווילט זיך מיר פארקוקן, איבער אלע גראָזן ווילט זיך ווידער קוליען,

צו דער זון זיך הייבן, צו דער ערד זיך טוליען,

טראָגן מיר אנטקעגן טײַכן זייער אָטעם,

און אין אלע טײַכן װוילט זיך מיר א באָד טאָן,

און מיט אלע זייער וויל איך זייען זוימען,

כ'וויל מיט די פּילאָטן שווענקען זיך אין רוימען,

כזויל אף װײַטן צאָפן מיט די מענטשן פרירן,

און אין אלע פּארקן װילט זיך מיר שפּאצירן!

ס'איז מײַן היים דאָס לאנד מיר, ס'איז מײַן לאנד די היים מיר, װוּ איך זאל ניט קומען, שטילן זיי דעם וויי מיר,

װוּ איך זאָל ניט קומען, קום איך אין א הייבל,

אויב מײַן ליבסטע כשרעף ניט, טרעף איך דאָרט איר שמייכל...

2

יויסעף בורג

נײַע דערצילונגען

פיר ליבעס

פאר דער קורצער צײַט, װאָס איך האָב פארבראכט אפן ראם, האָב איך זיך אָנגעהערט א סאך אויסטערלישע ליבע-געשיכטעס, גע- בוירענע אינעם פלאטער פון מענטשלעכער פרייד, וועלכע איז געװען ניט װינציק, און אינעם ציטער פון סאקאַנעס, װאָס האָבן אויך ניט געפעלט.

באם האָט געבויט דאָס ראָװ יוגנט, גע- בויט אין גלי פון קאמף מיט דער אומגעצוימ- טער נאטור, אין שטורעם און געוויטער. און דאָרט, װוּ יוגנט, דאָרט שפּינען זיך ליבעס, װי איידלשטיינער אױסגעטאַקטע. און כאָטש די ליבעס זײַנען אלט, װי די וועלט, און איי- ביק, וי דאָס לעבן, האָבן זי אָבער אפן באס געשפּילט מיט פארבן פון עפּעס א נײַעם קאַ- ליר, און געווען זײַנען זי באשטראלט מיט יענער יונגער ליכטיקער מיסיע, װאָס שאפט און בויט. דרײַ פון זיי האָב איך פארשריבן אפן אָרט.

און די פערטע?

די פערטע איז געווען א טרויעריקע ליבע, װאָס איז זיך פארלאָפן אין אן אנדער צײַט און אף טויזנטער מײַלן מײַרעװדיקער פון דער בײַקאל-אמורער מאגיסטראל. א ליבע, װאָס האָט אופגעפלאקערט, װי א פלאם, און װי א פלאם זיך אויסגעלאָשן אף אָפענע שליאכן, צװישן דוירעסדיק-צעפלאמטן צאָרן. און אויב איך האָב זי צוגעטוליעט צו די דרײַ באמישע, האָב איך עס געטאָן דערפאר, װאָס ניט נאָר אפן באם, נאָר אויך דאָרט, װוּ ס'האָט דער נעכטן ארומגעבלאָנדזשעט אָן א שטעג און אַן א וועג, לייגט מען אויס נײַע װעגן. מע בויט פאבריקן, זאװאָדן און ריזיקע שטעט. און ס'וועבט אונדזער הײַנט, װי א בונטער פאָדעם, זיך ארײַן אינעם נעכטן. און נאָך האָב איך עס געטאָן מיטן הייסן פארלאנג, אז אזא צײַט, װאָס איז געװוען װי כמארע שווארץ, זאָל זיך מער ניט איבערכאזערן. און ליבעס זאָלן מער ניט פארשוועכט וװוערן...

א שפּרונג אין דער פינצטער

נעכטן האָבן זיי אָפּגערעדט וועגן א שפּא- ציר אין די בערג.

ער - א מאטעמאטיקער, װאָס ענדיקט אין א פּאָר כאדאָשים ארום דעם אוניווערסי- טעט. זי -- א פּיאניסטן, שטודירט אין קאָנ- סערװאטאָריע.

סאיז שאבעס.

דער טאָג איז א פרײַער, א זוניקער. דער בלויער הימל, אן אומענדלעך-הויכער און א דורכזיכטיק-צארטער, איז ערטערװײַז פאר- צויגן מיט דינע װאָלקנדלעך, װי שנײיװײַסע קרוזשעווע.

זי שפּאנען איבער א שמאָלן שלענגלעג- דיקן וועג, װאָס פירט ארוף צו די בארג-

6

שפּיצן. דער וועג איז שטײַל און מעשופּעדיק. אָבער אין די גלידער פלייצט אזא מאָדנע לײַכטקײַט, װוי, מיסטאמע, בא פייגל, װאָס הייבן זיך מיטאמאָל אוף און שװעבן אװעק אין כאָלעל צווישן הימל און ערד.

זיי. זײַגען יוגף.

און איבער דער װעלט בליט א ינגער פרילינג. שטילע ווינטעלעך פארשפּרייטן זיסע רייכעס פון שפּראָצנדיקע גראָזן און צעעפנטע קנאָספּן, און פײַערלעך ריזלען פארהוילענע קלאנגען.

-- היי, היי! -- קײַקלט זיך הילכיק איבער די בערג דאָס שטיפערישע געשריי פון יונגער

פרייד און ווערט פארפאלן ערגעץ װײַט אין די טיפע בארגשפּאלטן.

צופוסנס פון די בערג שימערט מיט זיל- בער-בלויע רונצלען א שמאַל בארג-טײַכל, מורמלט שטיל, גלײַך סװאָלט עמעצן פאר- וויגט. און באם ברעג גרינט א בערגעלע ערד, װאָס די צײַט האָט עס נאָך ניט באוויזן אויס- צוגלײַכן, און סע פינקלט אין זונען-שײַן א רויטער שטערן צוקאָפּנס, װאָס דערמאַנט דער וועלט די פּרײַז, מיט וועלכער סאיז דעראָ- בערט געװאָרן די געבענטשטע פרייד...

= װײ, הג

זי בלײַבט הינטערשטעליק.

ער דערלאנגט איר א האנט, טוט זי א צִי ארוף צו זיך, נעמט זי ארום, דערפילט דעם באריר פון אירע גאָלדענע האָר און דעם גע- רוך פון איר הויט. און זי, איידל און שלאנק, גייט פארלוירן אין דער װארעמקײַט, װאָס שטראָמט פון זײַן קערפּער. זי איז עטװאָס ני- דעריקער פון אים, הייבט זי אוף צו אים איר בליק, און עס זעט אויס, װוי זי װאָלט געפרעגט מיט די אױגן;

-- האָסט מיר דאָך געװאָלט עפּעס זאָגן?

יאָ, ער האָט געװאָלט איר זאָגן, אז ער האָט זיך פארשריבן אין קאָמיוגישן בוי-אַטריאד און װעט באלד נאָכן באקומען דעם דיפּלאָם אָפּפאָרן אפן באם. נאָר ויאזוי איר דערקלערן זײַן באשלוס? צי װעט זי דאָס װעלן פאר- שטיין? און פּונקט װי מע פירט א דײַטלעכע ליניע איבער א ציכענונג, פון װעלכער ס'ווערט פארלאנגט בלויז א געאָמעטרישע שטרענגקײַט, פּונקט אזוי אנטשלאָסן הייבן אַָן קלינגען זײַנע רייד:

-- איך בין זיכער, אז דו װעסט פאר- שטיין. אלע ציִען זיך איצט צו דער בױונג פון דער בײַקאל-אמורער מאגיסטראל...

זי רעדט קיין װאָרט ניט ארויס. אֹף א רעגע װערן אויך אנשוויגן אלע ארומיקע קלאנגען. נאָר די אויערן בא איר זײַנען פוֹל מיט אומרו, און א ריטמיש קלאפּן האמערט אין די שלייפן.

פּלוצעם טוט זי א פארצי די ברעמען, און אויגן שטעלן זיך אף אים אָן מיט א פאָרשע- ריש פײַערל,

װאָס זאָל באטײַטן אָט דער שװײַגנדיקער בליק?

שװײַגן איז די שעמעװדיקײַט פון פאר- ליבטע.

זי האָט ניט געקענט, אָדער עפשער ניט געװאָלט, אויסדריקן דאָס, װאָס זי האָט גע- פילט. נאָר אירע אויגן האָבן געקוקט אזוי, װי זי װאָלט מיט זיי ארומגענומען די גאנצע שײַן פון דער זון, װאָס איז געהאנגען איבער דעם

גאָלדענעם פרילינג. און ס'האָט געפלייצט פון זי א קלאנגלאַזע מעלאָדיע, פאר וועלכער ס'האָט אקאַמפּאנירט דער צערטלעכער ברום פון דעם ווינט אין די בערג.

דערנאָך איז געווען דער אָװנט פאר זײַן אװעקפאָרן.

אין יענעם אָװנט האָט זי לאנג מוזיצירט. כוואליעס קלאנגען האָבן זיך געטראָגן אין דער נאכט ארײַן. שטארקע, בונטע, צעפלאקערטע. און געווען איז אין זיי דער פלאטער פון א ברענענדיק קאֵָל.

-- איך פארשטיי, פארשטיי...

אזוי שפּילן האָט ער זי נאָך קיינמאָל ניט געהערט. די קלאנגען האָבן זיך צונויפגעגאָסן אין א מעכטיקער הארמאַניע. און א געמיש פון אקאָרדן האָבן אי געלאכט, אי געוויינט...

וויפל זשע צײַט איז פארבײיַ?

די צײַט, דאכט זיך, האָט אָנגעװידן די מאָס, פארלוירן די גרענעץ.

אין זײַנע בריוו האָט ער איר דערציילט וועגן װוינטערדיקע פרעסט, װאָס אפילע קיין אײַזן האלט זיי ניט אויס. און וועגן זומערדיקע היצן, װי אין דעם מידבער. דערציילט װעגן בריקן, װאָס זאָטלען אָן אָפּגרונטן, און וועגן בריקן, װאָס רעכענען זיך ניט מיטן טײַך...

און זי האָט אין איר לעצטן בריוו אים געענטפערט:

,טײַערינקער מײַנער!

איצט איז בא אונדז טיפע נאכט. בא דיר דאָרט איז העלער טאָג, און דו ביסט געוויס אף דײַנע בויונגען. בא אונדז איז שוין ווידער פרילינג. די סעדער בליִען, און די בערג גרי- נען מיט יונגן גרינס. איך שרײַב דיר דעם בריוו אונטערן אײַנפלוס פון דערמאָנונגען, װאָס זײַנען מיר פּלוצעם באפאלן. מיר ווילט זיך כאָטש אין געדאנק אומקערן אונדזער פארגאנגענהײַט.

דו ווייסט דאָך, אז איך האָב געגארט אין לעבן נאָך א טיפער און שטארקער ליבע. איך האָב קיינמאָל ניט אנערקענט קיין פארוויינטע אָדער בענקענדיקע. מיר זײַנען צום הארצן געווען נאָר טרערן פון פרייד. און אָט האָב איך געלאָזט א טרער. און מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז איניינעם מיט מיר האָט די נאכט אויך א כליפּע געטאָן...

איך ווייס, אז דו װעסט קומען צו מיר, װי נאָר דו װעסט זיך אָפּפארטיקן מיט דײַנע בריקן. צומאָל דאכט זיך מיר, אז איך הער, וי דער ווינט זינגט אין דעם געפלעכט פון די בריקן-בויגן, און די פינגער מײַנע נעמען לויפן איבער די קלאווישן. דו האָסט דאָך שטענדיק געלויבט מײַן שפּילן.

הײַנט האָב איך, גייענדיק איבער דער גאס, פארבלאָנדזשעט צום אוניווערסיטעט, װוּ דו האָסט געלערנט. די פיס אליין האָבן מיך פארטראָגן אהין. און מיר האָט זיך געדאכט, אז אָט װעסטו ארויסגיין און מיר װעלן, װי אמאָל, זיך לאָזן אין א לאנגן שפּאציר.."

וויפל זשע צײַט איז אװעק זינט יענעם אמאָל"?

לויט דעם קאלענדאר -- א יאָר פיר, לויט די געפארן און שװעריקײַטן, וועלכע אים איז אויסגעקומען אויסצושטיין, איז א לעבן אויך צִו ווינציק.

כאדאָשים האָבן זיך געקייטלט אין אָנגע- שטרענגטע פארהאָרעוועטע אינדערװאָכנס. פון מײַרעװ ביז מיזרעך, איבער יארן און אָפּגרונטן, איבער שאלקהאפטיקע ריטשקעלעך און שטור- מישע טײַכן זײַנען געהאנגען בריקן, אין וועל- כע ער האָט ארײַנגעכעזשבנט אויך זײַן כיי- לעק.

נאָר א בריק, ביז זי פארייניקט ניט ביידע ברעגן, איז א באגריף קימאט אן אבסטראק- טעד -- א לאכירינט מיט צייכענונגען און כעזשבוינעס, צעפירטע איבער װײַסע וואטמאן- בויגנס. זי װערט ערשט װרקלעכקײַט, וען שטאָל צו שטאָל שווייסן זיך צונויף אין איין גאנצקײַט.

װאָלט עמעצער אים געזאָגט מיט א צײַט צוריק, אז אזא מאכינע, װי די בריק איבער דעם שטורמישן טײַגע-טײַך בורייע, קאָן מען אופשטעלן פאר געציילטע דרײַ כאדאָשׂים, װאָלט ער ניט געגלייבט. סװואָלטן זיך אים ניט געלייגט אפן סייכל אפילע די בעסטע אינזשע- ניערישע אויסרעכענונגען.

און אָט שווימען בלומען אף די בורייע- כוואליעס. און אויבן, איבער די כוואליעס, פירן יובלדיקע שאָפערן די ערשטע קאָלאָנע לאסט- אװטאָמאָבילן,. לײַכט-פריידיק, װי די בלומען אפן טײַך.

אָבער דער װעג פון די, װאָס האָבן די בריק געבויט, איז ניט געװען מיט בלומען פארזייט. ס'זײַנען געווען שנײַדיקע טעג און נעכט.

און אָט האָט די בריק זיך אויסגעצויגן אין איר גאנצער קילאָמעטערדיקער לענג. ס'דאכט זיך, אז ערגעץ דאָרט, אין קאָמסאָ- מאָלסק, ענטפערט איר מיט א פריידיקן אָפּ- קלאנג א צווייטע בריק איבערן אמור, גלײַך װי צװויי סטרונעס, אָנגעסטראָיעטע אין אוניסאָן: צעשפּילט זיך איינע -- רופט זיך אָפּ די צוויי- טע. ער איז געשטאנען באם ברעג און קיין אויג ניט אָפּגעריסן פון דעם װונדערלעכן גע- פלעכט פון שטאָל און אײַזן. אָט דער װוּנדער איז געווען װי א ליד, װי א סימפאָניע. אים

8

האָט זיך אויסגעוויזן, אז ער האָט נאָרװאָס אופגעהויבן אף זײַנע הענט אָט די גאנצע פילטאַניקע גראָמאדע און זי אװועקגעשטעלט אף די שטיץ-זײַלן, זי זאָל שטיין אזוי אין איי- ביקײַטן.

ווען ס'איז געקומען די צײַט פון שטור- מישן אײַזגאנג, האָט די בורייע מיט א ברייטן שטראָם געטראָגן גרויסע הליבעס אײַז, זײ געטריבן מיט א װילדקײַט צו די אײַזברעכער, און זיי זײַנען צעשפּאָלטן געװאָרן, צעקרישלט און אװעקגעשװוּמען מיט פריילעכע ווירבלען.

די בריק האָט אויסגעהאלטן דעם ערשטן גרויסן אײַז-שטורעם.

אינגיכן אָבער איז איר באשערט געװען זיך אנטקעגנשטעלן א פיל גרעסערן ניסאֵיען, וי דער שטורמישער אײַזגאנג.

...דער פרילינג האָט געהערשט אומעטום: אין די װײַטע בארג-אָפּהאנגען, ערטערװײַז נאָך באדעקטע מיט שניי, און אין די זומפּיק- צעיוירטע טאָלן. אין די אלטע װײַסשטאמיקע בערעזעס און צעגרינטע לאָרכנביימער האָבן פייגעלעך זיך געייסעקט, און בלויע רינגען פון אופגעבליטן באגולניק האָבן ארומגעגארטלט די סאָפּקעס.

מײַ!

כאָטש אין די בערג האָט מיט א טאָג פריִער געגאָסן א שלאקסרעגן, האָבן די סי- נאָפּטיקער ניט פאָרויסגעזאָגט קיין שום סא- קאָנעס. לײַכטע הויכע װאָלקנס האָבן זיך גע- רויכערט איבער די שטײַלע שפּיצן פון בוריי- יִשן בארגרוקן, און די טײַגע, א דערפרישטע פון נאכטישער קילקײַט, האָט באגעגנט א נײַעם זוניקן פרימאָרגן,

באלד נאָך האלבן טאָג איז אָבער געקומען א פארפלייצונג, זי האָט זיך צעיאָגט פּלוצעמ- דיק-ווילד, װוי א לאווינע.

מיט א מעכטיקן געבריל האָט די בורייע, װי א צעכושטע, געטריבן אירע קאלעמוטנע וואסערן, און דער עכאָ האָט װײַט און הילכיק איבערגעכאזערט איר קאס. אלץ, װאָס עס איז געשטאנען אין װועג, איז אָפּגעשװענקט גע- װאָרן. ביימער, ארויסגעריסענע מיט די װאָרצַ- לען, איבערגעקערטע שיפלעך, פעסער זײַנען געשװוּמען מיט א כײַיִשן קרײַזלױף, א װײַסער שטויב איז געהאנגען איבערן טײַך. און פייגל זײַנען מיט א דערשראָקענעם געשריי אָפּגע- פלויגן פון די ברעגן, װוי זיי װאָלטן מוירע גע- האט, אז דער צעבושעוועטער טײַך זאָל זיי ניט פארטרינקען.

אלץ, װאָס די בורייע האָט געטראָגן אף איר אויבערפלאך, האָט טעמפּ געהאקט אין די אײַזברעכער און שטיץ-זײַלן, זיך פארטשעפּעט

אין זיי. און גיך איז אויסגעוואקסן א פּראָפּקע, וועלכע האָט געהאמעװעט דעם זינדיקן שטראָם, פארשפּארט פאר אים דעם ועג. און עס האָט זיך געדאכט, אז די ברויזנדיקע ווא- סערן זײַנען אימשטאנד אופצווועקן אלע בייזע קויכעס פון דער װעלט.

יעדע מינוט האָט די בריק זיך געקאַנט אײַנברעכן אונטערן שוערן דרוק פון דער טײַװולשער שטויסקראפט.

מענטשן מיט העק, לאָפּעטעס, שטריק האָבן זיך געװאָרפן צענעמען דעם אָנוואלגער. מינוטן און שאָען האָבן זיך צונויפגעגאָסן אין איין באוועגונג, אין איין ריטם און שרעק. ס'האָט זיך געדאכט, אז ניט די בורייע ווילדע- ועט אונטער דער בריק, נאָר אירע שטיץ-זײַלן און אײַזברעכער וואקלען זיך, רירן זיך פון די ערטער. און מענטשן האָבן בליז געבעטן, ס זאָל אזוי גיך ניט פינצטער װערן, די זון זאָל װאָס לענגער זיך פארהאלטן,

די נאכט אָבער איז צוגעפאלן מיט שווע- רע רעגן-כמארעס. פונוואנען האָבן זיי זיך גע- נומען? די אזוי אויך געפארפולע ארבעט איז פארשװועריקט געװאָרן. ערגעץ אין סאמע מיטן טײַך האָט אין קלעם זיך געפונען איינער פון די הױיפּט-שטיץ-זײַלן. די וואסערן האָבן ניט געקאָנט זיך דורכרײַסן און זײַנען געשטיגן אין דער הייך. די בריק האָט געהודיעט, װיברירט אונטער די פיס. פּלוצעם איז עמעצער ארי- בערגעשפּרונגען איבער דעם געלענדער, און ווען א שײַן-פּאס פון די פּראָזשעקטאָרן, וועל- כע האָבן געשמיסן מיט בײַטשן ליכט, האָט אים אָנגעטאפּט, האָט זיך דערהערט אן אויס- רוף פון א צענדליק מײַלער מיטאמאָל;

-- פי-מא, דערזשיס!

און פון אונטן האָט אָפּגעענטפערט א שטרענג-באפעלעריש קאָל:

-- טראָס דאװײַ!

ער האָט פלינק זיך געראנגלט מיטן אָנגע- הויפטן ווינטברוך. דאָס וואסער האָט מינוטנ- װײַז אים דערגרייכט ביז דער ברוסט, געקילט דעם קערפּער, וועלכער איז ערשט ניט לאנג געווען נאס פון שווייס. און אונטער אים האָט געבושעװועט א טונקעלער אָפּגרונט.

ער איז געװווינט געווען נאָך פון קינדװײַז בא זיך אינדערהיים צו באלאנסירן, װי א קא- נאטן-טענצער, איבער נאסע גליטשיקע קלע- צער, פארטראָגענע צו סקאלעס, דורך שטור- מישע בארג-טײַכן.

צי האָט ער זיך אָפּגעגעבן א כעזשבן, אז ער שטעלט אין קאָן דאָס לעבן?

נאָר אויב די בריק איז אין א געפאר?

איז זײַן אייגן לעבן מיטאמאָל געװאָרן װײַט פון אים. זײַן אייגענע סאקאָנע האָט זיך אָפּגעטײלט פון אים. ער איז געווען ארײַנגע-

שלונגען אין א טויטלעכער געפאר, אָבער ער האָט זי ניט געזען, ניט באנומען, ניט געפילט...

וויפל איז דורכגעגאנגען צײַט? א מינוט, צוויי, צען?

פּלוצעם האָט זיך דערהערט א פארטויבן- דיקער אופרײַס, װי די װעלט װאָלט אײַנגע- פאלן. די בורייע האָט זיך געװאָרפן און גע- שלײַדערט אין א װיסטן געלויף...

ער האָט בײַגעקומען די אָנגעטראָגענע דאמבע, װאָס האָט געהאלטן פארשפּארט די וואסערן. און די בריק, אופגעבויט פון זײַנע טרוימען, האָט אויסגעהאלטן דעם ווילדן שטו- רעם.

בריקן אָבער וװערן געבויט ניט בלויז פון טרוימען, נאָר מיט דער הילף פון שרײַפעלעך און באָלטן. און אין יעדן שריַפעלע, אין יעדן באָלט איז געוען ארײַנגעכעזשבנט אויך א טייל פון זײַן מויעך, פון זײַן הארץ...

ווען מע האָט אים ארופגעצויגן ניט טויט ניט לעבעדיק, אראָפּגעשלעפּט פון אים די נא- סע קליידער און געהאָלפן זיך איבערטאָן אין טרוקענע, האָט ער, קלאפּנדיק א צאָן אין א צאָן, שפּאסיק זיך געבעטן:

-- רעביאטקי, ס'איז מעסוקן קאלט, און איך בין א צעפּעסטעטער. פון װײַטן דאָרעם- מײַרעװ בין איך...

און נאָר די בריק, פון ברעג צו ברעג, איז געשטאנען באװעגלאָז און רויק צװישן דעם רוישיקן געטומל,

ערגעץ אין דער נאָענט האָט זיך אופגע-

פּט א פויגל, א פאָכע געטאָן מיט די פליג- לען.

-- מאָרגן װעט זײַן א שיינער טאָג.

דעם פויגל מעג מען גלייבן,

דערװײַל איז די נאכט געשטאנען א קאל- טע, אן אויסגעװייקטע. צו די וואגאַנדלעך זיך דערקלײַבן איז געווען װײַט, און מע האָט גע- דארפט פריִער זיך א ביסל דערווארעמען. איז אָבער ניט געווען קיין שטיקל פּאפּיר אף צע- צינדן א פײַער. האָט ער ארויסגענומען פון דער קורטקע דאָס סאמע טײַערסטע -- א בריוו פון זײַן געליבטער, און דער שײַטער האָט זיך צעברענט.

ס'איז געווען אין דער טײַגע א נאכטישע קעלט. און סאיז געווען די ליבע פון א מיידל, װאָס האָט אלעמען דערווארעמט..

דער שײַטער האָט געטרעשטשעט. די פלאמען האָבן אומרויק געטאנצט, באלויכטן מיט א מאטער שײַן א קליינעם שעטעך. װײַ- טער האָט די פינצטערניש זיך געקנילט שווארץ און הויך, ביזן הימל. די נאכט האָט פארהוילן געקלונגען אין די צװײַגן פון סאָס- נעס און לאָרכנבײימער. און אים האָט זיך אויס- געוויזן, אז ער הערט װײַטע קלאוויר-טענער,

9

אָט ליכטיקע, שאלנדיקע, צעשפּליטערטע אין טויזנטער קלאנגען, און אָט שטילע און צאר- טע, װי די בענקשאפט פון פארליבטע. װוּהין האָט געפירט די בענקשאפט? צו די פארגאנ- גענע טעג אין די װײַטע קארפּאטן-בערג? צי עפשער צו דער צוקונפט?..

ווען איך בין מיט דעם יונגן אינזשעניער יעפים מעדריש צוגעפאָרן צו דער בריק, איז

שוין לאנג געווען אלץ פארבײַ. אונטער די רעדער פון אונדזער ;גאזיק" האָט זיך גע- שטויבט דער ועג, װאָס איז מיט א צײַט צו- ריק געווען דער דנאָ פון א יאם. און די בורייע, אויסגעמאטערט פון איר אייגענער װילדקײַט, איז רוֹיִק געגאנגען איר אײביקן גאנג. די פאר- פלייצונג האָט ניט איבערגעלאָזט קיין שום שפּורן. אויב עפשער נאָר אין שפּור אין יעפימס הארצן -- דעם שפּור פון א שפּרונג אין דער פינצטער.

אין פּלאָנטער פון פײַער

אין יענעם טאָג איז די זון געהאנגען אי- בער דער וװעלט, װי א ריזיקע, פײַערדיקע רייף, און געסארפעט מיט אלע קויכעס. דער טערמאָמעטער האָט געוויזן העכער דרײַסיק גראד אין שאָטן. בלויז אין דער טיף פון דער טײַגע האָט די היץ, א פארטראכטע און פאר- שטומטע אין איר אײיביקײַט, ניט געבראָטן אזוי שטארק.

צוויי געאָלאָגן, אָפּגעטײלטע פון זייער בא- זע אף עטלעכע מײַל, האָבן אין יענעם טאָג אנטדעקט א געדיכט באוואלדעטע סאָפּקע און געפונען דאָרט דאָס, װאָס זיי האָבן א לאנגע צײַט געזוכט:

ארץ!

זי האָבן געקליבן מוסטערן פון קאָלערלײ שטיינער און בארג-ערד און זײַנען געווען אזוי פארטיפט אין דער ארבעט, אז זיי האָבן אפילע ניט באמערקט דאָס דינע רויך-הײַטל, װאָס האָט אף א רעגע פארשטעלט די זון.

זי זײַנען געווען אינצווייען -- ער און זי.

ביידע יונג, ביידע פארליבט אין זייערע געאַלאָגישע זוכונגען. און דאָס יונגע לעבן האָט געשוימט, געפלייצט, געזונגען ארום זיי.

זי איז געגאנגען א פּאַר שפּאן פאָרויס. אירע טונקל-בלאַנדע האָר זײַנען געווען צע- פלאָכטן, א בלייך-גאָלדיקע פארב האַט פאר- גאָסן אירע באקן, און די ציין האָבן ארויסגע- בליצט פון די פולבלעכע ליפּן, וועלכע האָבן געשפּילט מיט א װײַבערשער און קינדערשער זיסקײַט.

פון מאָל צו מאָל האָט זי א קער געטאָן צו אים איר פּאָנעם, אים צוגעװאָרפן א שמייכל, א בליק, א הילכיק װאָרט, װאָס די סאָפּקע האָט עס באלד אופגעכאפּט, צעטראָגן װײַט איבער דער טײַגע, און אין זײַנע אױגן האַט געגליט עפּעס א פארהוילענער פלאם.

זיי האָט ניט שטארק געקימערט, װאָס די קאָנסערוון זײַנען שוין געווען אופגעגעסן, דאָס

10

ברויט האָט זיך אויך געענדיקט. געבליבן זײַ- נען בלויז א פּעקל סוכארעס, די ארבעטס- מאכשירים און די קארטע, אָן װעלכער אין דער טײַגע באטײַט א זיכערער אומקום. דער- פאר אָבער האָבן זיי אין די רוקזעק געטראָגן אן אויצער ניט בלויז פון פארשיידענע מינים ארץ, נאָר אויך פון א סאך אנדערע מינעראלן.

פּלוצעם האָט זי זיך אָפּגעשטעלט. מיט א שנעלער באוועגונג פארשארט די האָר, װאָס דער ווינט האָט פּאסמעסװײַז צעװאָרפן איבער איר פּאָנעם, און איבערכאפּנדיק דעם אָטעם, אים קורץ א זאָג געטאָן:

-- דאכט זיך, דער װוינט טרײַבט פון מײַ- רעוו א געדיכטן רויך...

זי האָט די װערטער ארויסגעבראכט אף אזויפיל אומרויָק, אז דער שמייכל, װאָס האָט א שטראל געטאָן אף זײַנע ליפּן, איז געבליבן א פארגליווערטער. די אויגן-אפּלען האָבן זיך בא אים אויסגעברייטערט, און ער האָט שטיל, מיט אן אײַנגעהאלטענעם אָטעם איר געענט- פערט:

-- מיר װײַזט זיך אויך אזוי אויס.

נאָר די ארבעט האָבן זיי ניט איבערגע- ריסן. צו פארלאָקנדיק איז געווען די סאָפּקע, צו לאנג האָבן זיי געזוכט דאָס אָרט.

אין א מין שאָ ארום האָט דער ווינט זיך געשטארקט: די קרוינען פון די ביימער האָבן זי צעוויגט אזוי, וי זיי װאָלטן געפּרוּווט זיך ארױיסרײַסן פון די ערטער, נאָר די װאָרצלען האָבן זיי ניט געלאָזט. די ועווערקעס האָבן ארומגעהאוועט, װי געלע פונקען, געשפּרונגען אף מיזרעך. א פויגל האָט זיך צעשריגן, און זײַן יאָמערדיקער געשריי האָט אָנגעװאָרפן א פּאכעד.

זי האָט נאָכאמאָל זיך אָפּנעשטעלט, א צִי געטאָן מיט די נאָזלעכער, גלײַך זי װאָלט אײַנגעזױגן עפּעס א שארפן רייעך:

-- די טײַגע ברענט!

איר שטים האָט באקומען עפּעס א פאר- טויבטן קלאנג, װי די װוערטער װאָלטן גע- פלאָסן פון אומבאקאנטע קוואלן. זי האָט גע- קוקט אף דעם מיט א בלאַנדזשענדיקער שרעק אין די פארנעפּלטע אויגן. ער אָבער האָט זיך געפּאַרעט מיטן רוקזאק, אָט אים צעבונדן, אָט ווידער צונויפגעשנורעוועט. ער האָט אקשאָ- נעסדיק ניט געװאָלט אופכאפּן אירע צעשראַ- קענע בליקן, װײַל אין זיי איז געװען דער שרעקלעכער עמעס -- א פּײַער גייט אף זײ פון מײַרעװו, טיילט זיי אָפּ פון דער סרייפע אינגאנצן א מעהאלעך פון א צען קילאָמע- טער, און זײַנע אויגן האָבן זיך אײַנגעגעסן אין דער װײַט.

-- אן אייבערשטע סרייפע, -- האָט ער א פליסטער געטאָן אזוי װוי צו זיך אליין. און זי האָט באמערקט, וי זײַן פּאָנעם האָט מיטאמאָל פארצויגן א בלײיכקײַט.

װאָס אזא סרייפע באטײַט, האָבן זי גוט געװוּסט. דער װוינט יאָגט דאָס פּײַער אונטער די װאָלקגס מיט א געשװינדקײַט פון אן עקספּרעס-צוג, צינדט אָן צוערשט די אייבער- שטע ביימער-שפּיצן, דערנאָך פאלט עס אראָפּ מיט א ווילדער טראסקערײַ, װי א פײַער-פויגל, און דעמלט ברענט הימל און ערד.

פארהאלטן די צײַט איז געווען אומעגלעך. מע האָט נאָר געדארפט ארױסרײַסן פון איר אזויפיל, וויפל סוועט זיך אײַנגעבן אף קאָנען זיך דערװײַטערן פון דער סאקאָנע.

זי האָבן זיך געלאָזט אף מיזרעך, אלעמאָל איז זיי אויסגעקומען זיך דראפּען איבער אָנ- געוואלגערטע ביימער, זינקען אין טיפן מאָך. יעדער שפּאן האָט זיי אָפּגעגאָסן מיט קאלטן שווייס, און די פולגעפּאקטע רוקזעק האָבן געשלעפּט אף צוריק.

איר איז געווען לײַכטער א ביסל, װײַל קימאט אלע בארג-מינים האָט ער איבערגע- לאָדן אין זײַן רוקזאק.

-- פאָרזיכטיק, -- האָט זי אים געװאַרנט, און אליין זיך באמיט גיין פאָרזיכטיק, װײַל זי האָט געװוּסט, אז אויב זי װעט אין אײַלעניש אויסוויכענען א פוס, װעט אים אויסקומען זי טראָגן אף זיך.

איבער זייערע קעפּ זײַנען געפלויגן ווע- ווערקעס און פייגל. אלץ, װאָס לעבט, האָט איבערגעיאָגט די צוויי געאָלאָגן.

ס'איז געװאָרן שווער צו אָטעמען.

דאָס פײַער איז זיי נאָכגעגאנגען. גע- קנאלט, געטרעשטשעט, געשאָטן מיט פונקען, און אָפּנעשפּאָלטענע שטיקער סרייפע האָבן זיך געפּלאָנטערט אין די קרוינען פון די ביי- מער.

-- עפשער איבערלאָזן די רוֹקזעק!-- האָט זי מער מיט די אויגן, װי מיט די ליפן, פאָר געלייגט. ו'

-- איבערלאָזן די רוקזעק? -- האָט ער איבערגעפרעגט אזוי, װוי ער װאָלט זײַן אייגע- נעם געהער ניט געטרויט. -- ניין, קיינמאָל ניט! דאָרט זײַנען די מוסטערן פון ארץ, די קארטע מיטן אַָנגעצײכנטן אָרט...

און דאָך איז ער אויך אף אן אױיגנבליק באהערשט געװאָרן פון דער שרעק. זי האָט א כלינע געטאָן אף אים, װי א צעבושעוועטער פלאם, געבריט דעם מויעך. ער האָט װי פון א זײַט דערזען דאָס יאָגנדיקע פּײַער און פּלו- צעם זיך דערפילט אינגאנצן א קליינינקער, אן אומבאהאַלפענער קעגן דער אומגעצוימ- טער סטיכיי.

אזא כעזשבן האָט געמאכט דער סיכל, װאָס האָט געדויערט טאקע ניט מער פון אן אויגנבליק, אָבער אן אינערלעכער קויעך האָט אים אונטערגעזאָגט, אז אף דער קארטע האָט ער געהאט באמערקט א דין בלוי שלענגעלע ער- געץ ניט װײַט פון דעם אָרט, װוּ זי געפינען זיך. ער האָט אין אײַלעניש זי ארויסבאקומען, אויסגעװוישט די אויגן, אָנגעפילטע מיט רויך, און אופמערקזאם זיך אײַנגעקוקט אין יעדער ליניע, אין יעדן בייג.

-- שטיי! -- האָט ער אויסגערופן ניט מיט זײַן קאָל, און זי האָט געדארפט אַָנשטרענ- גען גענוג קויעך אף זיך אָפּשטעלן.

זי האָט געװוסט, אז די קארטע װעט זי ניט צוגעבן קיין גיכקײַט, ניט פארשטעלן פאר זי דאָס פײַער, װאָס הודיעט שוין גאָר נאָענט. די קארטע האָט אָבער פאָרט געקאָנט עפּעס אונטערזאָגן.

ער האָט אָנגעװויזן אף א בלוי שנירעלע, װאָס געפינט זיך אינגאנצן א פּאַר קילאָמעטער

פון זיי. ‏ מע דארף נאָר פארקערעווען אף רעכטס.

און זיי זײַנען שװײַגנדיקע אװעק אף רעכטס.

זי זײַנען געגאנגען און געגאנגען, נאָר פונעם פּײַער אף א האַר זיך ניט דערװײַטערט. פארקערט, עס האָט זיך ארויסגעריסן פאָרויס, און מע האָט געדארפט זיך דורכשלאָגן דורך א פלאקערנדיקער ליניע, קעדיי צו דערגרייכן דאָס טײַכל.

זי האָט געבלאַנדזשעט צװישן ביימער, וועמענס קאַרע האָט געפּלאצט פון היץ, און די קרוינען האָבן געפלאקערט, װי פאקעלן. אים און איר האָט זיך אויסגעוויזן, אז אָט-אָט צינדן זיך אָן זייערע קליידער. און דאָס װעט הייסן זייער סאָף, װײַל אפילע די פײַכטע ערד, װאָס װאָלט געקאָנט זיי לעשן, ציטערט אויך פאר די אָנקומענדיקע פלאמען.

11

איצט האָט ער געשפּאנט פאָרויס, און זי האָט געפילט, אז אויב זי װעט אומפאלן, װעט קיין שום קויעך זי מער ניט אופהייבן. און ווען זי איז טאקע געפאלן, איז ער צוגעשפּרונגען צו איר -- פארשוויצט, קוים זיך האלטנדיק אליין אף די פיס.

-- טײַערינקע, שטיי װאָס גיכער, ליבע מײַנע..

דאָס איז געווען זײַן ערשטע ליבע-דער- קלערונג, אף וועלכער זי האָט אזוי לאנג גע- ווארט...

די ווערטער האָבן בארויקט. אין זיי איז געווען זיכערקײַט און צוטרוי, טרייסט און האָפענונג. דער קויעך פון דער נאָרװאָס אנט- פּלעקטער ליבע האָט דערװײַטערט די געפאר. זי האָט זיך אופגעהויבן און לײַכט, מיט א צעשפּילט הארץ, זיך געריסן מיט אים דורכן פײַער דעם טײַכל אנטקעגן, ניט פילנדיק קיין שרעק, ניט פילנדיק די פיס. א הייסער שטראָם האָט מיטאמאָל אָפּגעשװענקט איר מידקײַט.

און ווען ער איז אומגעפאלן, האָט זי גע- פליסטערט, קוים הערנדיק איר אייגענע שטים:

-- איינציקער מײַנער, שטיי אוף...

ער האָט אופגעכאפּט אירע צעשראָקענע בליקן, דערפילט אף זײַן פּאָנעם אירע פײַכטע אויגן. ער האָט זיך אופגעשטעלט אזא הויכער, זיך אומגעקוקט, גלײַך ער װאָלט זיך געשעמט פון איר צערטלעכקײַט..

און די סרייפע האָט געהוליעט פון אלע זײַטן, און די פלאמען האָבן געטאנצט א שיי- דים-טאנץ.

מיטאמאָל איז זי ווידער אומגעפאלן. די סרייפע האָט זיך אױיסגעלאָשן, ס'איז פינצטער געװאָרן...

אוף... שטיי אוף

זי האָט זיך אופגעכאפּט פון קעלט, אופ- געעפנט די אויגן און דערזען -- ער שטייט אינמיטן פון א טײַכל, האלט זי, װי א קינד, צוגעטוליעט צו דער ברוסט און רײַסט ניט אָפּ זײַנע בליקן פון איר פּאָנעם, פון אירע צעעפנ- טע אויגן מיט די פּערלדיקע װײַסלען.

-- מיר זײַנען געראטעוועט...

זי האָט געפילט זײַנע װערטער, װי זײ װאָלטן גלײַכצײַטיק געווען לײַכט, װי פּוך, און שווער, װי בלײַ. דאָס זײַנען געווען װערטער פון א מענטשן, וועלכער האָט ניט דאָס ערשטע מאָל שוין פארזוכט דעם טאם פון פּײַער.

זי איז נאָך לאנג אויסגעקומען צו גיין מיטן שטראָם, ארומגערינגלט פון פּײַער-ווענט. זי האָבן געװוּסט, אז מאָרגן װעלן זײ די בראנדצייכנס אפן פּאָנעם, אף די הענט פלא- מען מיט אומדערטרעגלעכער היץ, נאָר דאָס סאמע שרעקלעכע איז שוין געווען פארבײַ.

איבער זיי האָט זיך געשפּרײט א טונקע- לער הימל, באקווייטלט מיט שטערן. און סאיז ניט געווען אף אים קיין איין װאָלקן, װאָס זאָל אויסלעשן די לעװאַנע.

איך האָב געזען די פארקוילטע ביימער, צעפרעסענע פון סרייפעס. איך האָב זיך גע- טראַפן מיט די צװיי געאַלאָגן, הײַנט שוין מאן- און-װײַב, געעלטערטע אף א צענדליק אאָר. מיט א פארטראָגענעם שמייכל פון א גליקלע- כער דערמאָנונג האָבן זיי מיר דערציילט די אויסטערלישע געשיכטע. און איך האָב גע- טראכט, אז אזוי האָבן זיך צונויפגעפעסטיקט אפן באם ניט בליז שטאָלענע רעלסן, נאָר אויך מענטשלעכע גױראָלעס...

פלאָרינא

צווייטע העלפט מארט. בא איר איז געווען דער צוואנציקסטער פרילינג און דער ערשטער אפן באם.

זי, א מעדיצין- שוועסטער, איז געקומען צו פאָרן פּונקט דעמלט, ווען א נאָרװאָס אופגע- בויטער שפּיטאָל האָט געפײַערט כאנוקאס- האבאיס. מע האָט זי פרײַנטלעך באגעגנט. װי א יונגער בוים, װאָס מע האָט פארפלאנצט אין א נײַעם באָדן, האָט זי געדארפט זיך אײַנ- װאָרצלען אין א נײַ לעבן, געדארפט דערפילן דעם אייגענעם קויעך צװישן הימל און טײַגע. און זי האָט זיך גיך אײַנגעהײימישט אין דער הארבער סיבירער װירקלעכקײַט. דערצו האָבן ניט װינציק מיטגעהאָלפן איר פאראקשנטקײַט, צוגעלאָזטקײַט און איר אויסטערלישער כין.

12

אזוי האָט זי, אשטייגער, נאָכן ענדיקן א מעדשול און נאָכן ווערן א כירורגישע שוועס- טער, זיך געיאװועט אין געגנטקאָם פון קאָמיוג און זיך געבעטן אפן באם. מע האָט איר דער- קלערט, אז אזעלכע ספּעציאליסטן דארף מען דערװײַל ניט. מע דארף מאליערס, שטוקא- טורן.

-- גוט, נעמט מיך פאר א מאליער, פאר א שטוקאטור!

און זי האָט גענומען דערװײַזן, אז אָן איר װעט דער באם זיך ניט קאָנען באגיין.

א גאנץ יאָר איז זי אזוי געגאנגען װאָך נאָך װאָך. און ווען זי האָט ענדלעך געפּױעלט, האָבן א שפּיל געטאָן אלע אירע זיבן כיינען.

א געבוירענע אין די שיינע מאַלערישע קארפּאטן, איז זי געווען װי א שטיק פון אֵט דער דאָזיקער שײנקײַט. איידל, שלאנק, מיט פּעך-שווארצע קורץ-געשוירענע האָר, גרוילע- כע מאנדל-פאָרמיקע אויגן, וועלכע האָבן גע- בלענדט מיט א שאטירונג, און אף איר טונקל- הויטיק פּאָנעם זײַנען פארשריבן געווען די איידעלע שטריכן פון דער שענסטער מענטש- לעכער מײַלע -- גוטסקײַט.

זי איז געשטאנען אין דעזשור-צימער באם פענצטער און ארויסגעקוקט אין פארשנייטן דרויסן. אף יענער זײַט האָט, װי א װײַסער נעפּל, זיך געהויבן צו די רויַקע הימלען א דינער שניייקער רויך, גלײַך די טײַגע װאַלט געברענט פון אלע זײַטן מיט א װײַסער סריי- פע. און עס איז ניט געווען קיין כילעק פון דער דרויסנדיקער װײַטקײַט און דער אינוויי- ניקסטער, װאָס האָט זי ארומגענומען.

נאָר װאָס איז עס? צי דען האָט, װי א שאָטן, דורכגעשווינדלט פאר די אויגן א בא- קאנטע מענערישע געשטאלט?

ניין, איר האָט זיך נאַר אויסגעוויזן.

אין פענצטער האָבן ארײַנגעקוקט הויכע סאָסנעס, שווער זיך געבויגן צו דער ערד. און דער שניי האָט פארדעקט די קרוינען אזוי, אז ס'האָבן זיך אינגאנצן אַנגעזען די גרינע צװײַגן.

װאָס פאר א קְּדָאפְט װעט זיי דערווארע- מען, צווינגען נאָכאמאָל אופלעבן, אַנפילן דעם ארום מיט שארפע סמאָלע-רייכעס?

פארשטייט זיך, אז דער פרילינג.

נאָר טראכטן ועגן פרילינג איז נאַך גע- ווען צו פרי. דער גראדוסניק האָט פעסט זיך געהאלטן בא דעם שטריכעלע מינוס דרײַטיק, דער גאנצער ארום איז געווען אײַנגעדעקט אין שניי און פארקאָוועט אין אײַז. פונדעסטוועגן האָט זיך געפילט, אז דער ווינטער האלט באם סאַף -- טאקע לויטן גראדוסניק. אוב מיט צויײי װאָכן צוריק האָט ער געויזן פערציק גראד פּראָסט, און מיט א כוידעש פּריִער האָט זײַן סטויפּיק זיך אראָפּגעלאָזט ביז פופציק, איז דער איצטיקער דרויסן געווען אן אָנזאָג פון פרילינג,

אין דעזשור-צימער, אַנגעפילט מיט ריי- כעס פון יאָד און כלאָראָפּאָרם, האָט געהערשט א זעלטענע שטילקײַט, אין וועלכער נאַר דער טרעשטשענדיקער פּראָסט האָט זיך ארײַנגץ- פּלאַנטערט, פּונקט װי טריט װאַלטן געסקרי- פּעט. אָט טרייסלט עמעצער שוין אָפּ בא דער טיר דעם שניי פון די אונטעס, און אלע ווינק- לען װערן פול מיט דער לעצטער רעגע פון דערווארטונג,

ניין, איר האָט זיך נאַר אויסגעוויזן.

עטלעכע מאָל האָט די זון דורכגעבויערט דעם װײַסן נעפּל, א לאך געטאָן מיט א ברייטן

שמייכל, און דער שניי האָט זיך צעבלענדט מיט אלערליי קאָלירטע דימענטן. זי איז גע- שטאנען באם פענצטער און ארויסגעקוקט, װי דער פרילינג ראנגלט זיך מיטן װינטער און קאָן אים ניט בײַקומען, אוֹן געטראכט, אז דאָרט, אין דער װײַטער היים אירער, פלייצן איצט ארום דער ערד שטראַמען זון מיט ליכט און מיט פריידיקער פארביקײַט. און איר האָט מיטאמאָל זיך פארװאַלט אָפּטאָן דאָס סאמע אומגלייבלעכע -- זיך אופהייבן אף דער נאַ- ענטסטער סאָפּקע, נעמען דעם נידעריקן זו- נען-רייף און אופהייבן אים הויך איבער דער טײַגע. אופהייבן אזוי, אז ס'זאָל פּלוצעם זיך צעגיסן א ווייכע װארעמקײַט, סזאָל פאר- שווינדן דער װײַסער רויך און גרינקײַט זאָל א שפּריץ טאָן פון אלע זײַטן..

זי האָט נעענטער צוגעטראָגן די אויגן צו דער שויב, א באמאַלטער מיט פראָסט, נאָכ- אמאָל אין איר ארײַנגעהױכט איר ווארעמען אָטעם און דערזען פונװײַטן א צעפאָרענעם זימניק. אף אים האָט זיך געשלעפּט אן אָנגע- לאָדענער ,קראז". ער איז לאנגזאם געקראַכן, װי ער װאָלט מיט זײַנע הויכע קאנטיקע רע- דער געטאפּט דעם װעג. און װאָס נעענטער צום אויג, אלץ גרעסער איז געװאָרן די ריזי- קע לאסטמאשין.

אָט האָט די מאשין זיך אָפּנעשטעלט. דאָס טירל פון דער קאבינע האָט זיך געעפנט. א ווארעמקײַט האָט א ריר געטאָן איר הארץ,

ניין, די מאשין האָט זיך ניט אָפּנעשטעלט.

ער האָט געװוסט, אז זי ווארט אף אים, און ניט געקענט פּױעלן בא זיך צו קומען איר אָנזאָגן, אז ער דארף אװעקפאָרן. ער האָט גע- פילט, װי עס װערט אים ענגער אין דער ברוסט. ס איז געווען עפּעס א קויעך, װאָס האָט אים געשראָקן, צוריקגעהאלטן,

שוין באלד זעקס כאדאָשים, װי ער איז אפן באם. פאר דער קורצער צײַט איז ער גע- װאָרן איינער פון די, וועלכע האָבן דורכגע- האקט דעם וועג אפן מיזרעכדיקן אָפּשניט. ער האָט געשטורעמט בערג, טײַכן, בײַגעקומען דעם פאראקשנטן אײביקן פרירבאָדן.

אלץ װײַטער האָט זיך פאָרויסגערוקט די מאגיסטראל, און ער האָט אלעמאָל געקוקט אף מיזרעך, װי ער װאָלט אָפּגעמאָסטן מיטן אויג, וויפל עס איז נאָך געבליבן ביזן אָקעאן.

אים איז שווער געווען און פּײַנלעך אי- בערטראכטן אלץ פון אָנהײיב. און דער אָנהייב איז געווען דאָרט, אין מאָלדאװיע, װוּ ער האָט שטודירט זשורנאליסטיק און פונוואנען ער איז געשיקט געװאָרן אפן באם דורכמאכן זײַן ערעװו-דיפּלאָם-פּראקטיק, נאָר אָנשטאָט ארומ-

13

גיין בלויז מיטן בלאָקנאָט איז ער געװאָרן א רעלסן-לייגער. אליין דערפילט דעם טאם פון פיזישער ארבעט און די פרייד פון שעפערי- שער מי. און איבערגעלאָזט זײַן קסאוו אף די רעלסן, וועלכע זײַנען געלאָפן צום אמור.

און אָט האָט זיך דערנעענטערט דער סאָף פון זײַן פּראקטיק. װאָס טאָן? פאָרן אהיים, פארטיידיקן דעם דיפּלאַם און זיך פארוקן ער- געץ אף א שטילער ארבעט, אין א שטילן ראיאַן? אָדער זיך אומקערן אהער, װוּ מענטשן זײַנען אזעלכע, כאָטש נעם און שרײַב װעגן זי פּאַעמעס, ראָמאנען? זײַן דימיען האָט אָנ- געפילט א געמיש פון כאַלעם און װאָר, װאָס מע האַט באדארפט דערגרונטעווען, אופקלערן. און אים איז שווער געווען אין דעם זיך פא- נאנדערקלײַבן.

און זי? פארנעמט זי דען דאָס לעצטע אָרט אין זײַן צעצװײיטקײַט? ויאזוי ‏ װעט ער זיך צעשיידן מיט איר פּונקט איצט, ווען זייער ליבע האָט, װי א בלום, זיך צעבליט?

ער האָט ווידער איבערגעלעבט יענעם טאָג פון זייער באקאנטשאפט. ער האָט דאָך קימאט פון דעמלט אַן נאַך זײַן קומען אהער געווארט אף אָט דעם טאָג. ער האָט ניט גע- קאַנט זאָגן, צי איז זי טאקע אזוי שיין, װי אין זײַן פאָרשטעלונג. וי א צעעפנטע בלום האָט זי אויסגעזען אין זײַנע אויגן. איינמאָל אין גאס, ווען זי איז אים אנטקעגנגעקימען גאָר נאָענט, האָט ער פון איבעראשונג א צעװעקטן רוף געטאַן:

-- פּלאַרינא!

און געווען איז אין אָט דעם רוף די שיינ- קײַט פון צעבליטע סעדער און דער רייץ פון בלומען.

ער האָט געזען א פארבאָרגענעם רעמעז אין יעדער באוועגונג אירער. זי איז געװען פאר אים הוילער סאָד, הוילער צויבער.

אין פרײַע טעג האָט ער אומעטום געזוכט אירע טריט. געזוכט אין קלוב, געווארט לעבן קינאָ. נאַר די פּרײַע טעג זײַנען זיך, װײַזט אויס, ניט צונויפגעפאלן.

און אָט איז געשען דאָס אומדערווארט- סטע -- ער האָט זיך צעדראפּעט א פינגער. אן אנדערש מאָל װאָלט ער אף אזא מין דראפּ אפילע קיין אכט ניט געלייגט. איצט אָבער האָט די װונד, װי א שטערן, א לויכט געטאָן פאר די אויגן,

פאראן אן אויסרייד!

נאָר אין דעם זעלבן טאָג איז ער געשטא- נען פאר איר א געזונטער, קרעפטיקער, אן אָפּגעברענטער פון דער זון און פראָסט. און בײַס זי האָט פארבאנדאזשירט זײַן װונד האָט ער געקוקט אף איר פּאָנעם. ‏ א ליכט פון שעמעװדיקײַט האָט עס באדעקט, וי מיט א

14

דורכזיכטיקן שלייער. מיטאמאָל האָבן צוויי פּאָר אויגן זיך באגעגנט אָן א װאָרט צו זאָגן. אייגנטלעך, איז אין דעם ניט געווען קיין נויט- װענדיקײַט. דאָרט, װוּ עס ריידן די אויגן, קאָ- נען די ליפּן שװײַגן,

זי האָט פארשריבן זײַן נאָמען, דאָס אָרט, װוּ ער ארבעט, און בא װאַס. און איר האָט זיך אויסגעוויזן, אז די שטאָלענע רעלסן דארפן זײַן הייס, װי די הערצער פון די, װער עס בויט דעם וועג.

אין עטלעכע טעג ארום איז ער װידער געקומען אף איבערבינדן. דערנאָך האָט ער זיך שוין אָפטער גענומען באװײַזן, אויסזוכנ- דיק אלעמאָל אן אנדערן טערעץ.

אײינמאָל, דערציילנדיק איר, ויאזוי ער איז געװאָרן א רעלסן-לייגער, האָט ער א זאָג געטאָן:

-- מיר קענען זיך שוין א שטיקל צײַט, און איך ווייס נאָך אלץ ניט, צי דו האָסט נאָך א נאָמען אויסער , שוועסטער".

איר פּאַנעם איז געװאָרן צונטער-רויט. זי האָט א רעגע זיך געוואקלט און... צום ערשטן מאָל פארצויגן א צארטן מיידלשן שמייכל. און אים האָט זיך געדאכט, װוי דער שמייכל שרײַט:

-- זע, װוי שיין איך בין..

בא אים האָבן די אויבן אופגעבליצט. ער האָט פון אנציקונג ניט געקאָנט זיי אָפּרײַסן פון איר. און װי דאָס ערשטע מאָל אין גאס האָט ער טרוימעריש א פליסטער געטאָן:

-- פּלאָרינא...

-- ניין, איך הייס רײַע, רײַע לעוויטינא.

ער האָט זיך אַנגענומען מיט דרײיסטקײַט און זי פארבעטן אף א שפּאציר. ער האָט ניט דערווארט אף קיין דערפאָלג, נאָר זי האָט ניט דערווידערט.

דער פארנאכט איז געװען א שטילער, פראָסטיקער. א ווינטל האָט זיך געשפּילט מיטן טרוקענעם שניי. דער שניי האָט געסקריפּעט אונטער די טריט. דער פראָסט האָט געבריט דאָס פּאָנעם. און זיי האָבן זיך פארלוירן אין דער גרויסער, פארשנייטער טײַגע. זיי האָבן ניט געפילט די קעלט. זיי איז געווען גוט אי- ניינעם. ווען ער האָט זיך צוגערירט צו איר אקסל, האָט זי זיך אויסגעדרייט צו אים מיטן פּאָנעם און א מורמל געטאָן:

-- און בא דיר אין די אויגן פינקלען שטערן...

א פריידיקע נאַענטקײַט האָט געשטראָמט צו אים דורכן באריר פון אירע ווארעמע הענט.

-- פלאָרינא!

דער נאָמען איז געווען אינעם רויש פון דער טײַגע און אין דער טרער, װאָס דער ווינט האָט ארוױיסגעבלאָזן פונעם אויג...

*ן1

סערגיי האָט זיך אָנגעפּעלצט און איז אוועק צו רײַען. און גײענדיק א צופרידענער, געהאלטן אין איין איבערכאזערן:

-- איך װעל זיך אומקערן, אומבאדינגט אומקערן...

און סאָף זומער, נאָך איידער עס האָבן זיך געשטעלט די הארבע סיבירער פרעסט, האַט ער זיך אומגעקערט. מע האָט געפּראװעט א קאָמיוגישע כאסענע מיט מאָלדאווישן װײַן רײַע האָט געזונגען, געטאנצט, זיך געפרייט און געטראכט, אז סאיז ניטאָ קיין גליקלע- כערע פון איר אין דער גאנצער װעלט. א קלײיניקײַט -- פײַערן א כאסענע אפן באם, אין דער טײַגע! וויפל לידער האָט מען אויסגע- זונגען, וויפל גוטע װערטער אױיסגערעדט! פּלוצעם האָט סערגיי פארצויגן אן אלטע ייִדי-

שע פאָלקסליד, וועלכע ער האָט געהערט זינ- גען אין רוסיש בא זיך אינדערהיים:

אונטער בערג און אונטער טאָלן

פּליַען טויבן פּאָרן,

נאָר קיין נאכעס ניט געהאט,

שוין אוועק די יאָרן...

דאָס איז אן אומעטיקע ליד געווען. אזעל-

כע זינגט מען ניט אף קיין כאסענעס. די לִיד איז געווען א טרויעריקע און האָט דערציילט וועגן אָפּגעלעבטע יאָרן, האָפענונגסלאָזער על- טער, נאָר געקלונגען האָט זי פריילעך, מונ- טער, װײַל זי זײַנען יונג געווען און וועגן דער עלטער ניט געטראכט. זיי האָבן געטראכט וועגן דעם באם, וועגן שטיינערנע בערג, װאָס בלויען זיך אפן װײַטן מיזרעך. איבער אָט די בערג, איבער די בלויע בארגרוקנס גייט איצט די מאגיסטראל, וועלכע זיי האָבן געבויט...

א טראָפּן וואסער

פון דאָרף צו דאָרף -- א װײַטער מעהא- לעך.

אין אָט דער װײַטקײַט, באם סאמע ראנד פון בוקאָװינער טראקט, װאָס שנײַדט זיך דורך אֹ װועג צו די הױכגראָזיקע מאָלדאוישע סטע- פּעס, שטייט א ציכטיק-װײַסע הילצערנע קרע- נעצע מיט א הימל-בלוי דעכל, און פיר סטרי- כעס, געשניצטע אין אוקראינישן אָרנאמענט, און דאָס אלץ זעט אויס פונװײַטן, װי א טעא- טער-דעקאָראציע.

אפן שפּיץ דעכל זיצט, װי א לעבעדיקע, א װײַסע טערקלטויב, און, וי שטראלן פון בא- גינען, גאָלדיקן זיךר בא איר צופוסנס עטלעכע קונציק אויסגעקריצטע צעװאָרפענע בוכשטאבן;

אלבינא.

דער טאַג איז א הייסער, דער אספאלט אן אָנגעגליטער. די אומבאוועגלעכע בלעטער פון די ביימער לענגויס דעם װעג ווארפן א קארגן שאָטן, און דער גומען לעכצט נאַך א טראָפּן וואסער. פעכלט די קרענעצע מיט איר װײַסקײַט אף א מײַל די װײַט, און סע דאכט זיך, אז די טערקלטויב אפן דעכל װאָרקעט צו יעדן דורכפאָרער:

-- פארהאלט זיך א װײַלע.. די היץ ברענט.., דער וועג איז װײַט... מײַנע קוואלן ועלן שטילן דײַן דאָרשט...

און זעלטן-ווען עמעצער פאָרט פארבײ, ניט געניסנדיק פון איר פריש וואסער. יעדער שלונג טריפט מיט א זיסלעכער קילקײַט, װאָס צעגיסט זיך אין אלע אייוורים,

שוין א סאך יאָרן שטייט זי, די קרענעצע, איינע אליין צווישן הימל און ערד, באגלײַך מיט אלע ארומיקע געװויקסן, און ס'איז ניט שווער צו באקלערן, אז סײַ די װײַסקײַט אירע, סײַ די טויב אפן דעכל און סײַ דער צערטלע- כער נאָמען -- אלבינא (,אלב" איז אף מאָל- דאוויש -- װײַס) זײַנען איין געפלעכט פון א װײַספארביקן ליבע-ניגן.

און דורכפאָרער פון נאָענט און װײַט בלײַבן פארכידעשט שטיין: א קרענעצע -- א צױבערשלאָס, א קישעף פון װײַסער שלין... דאכט זיך טאקע צומאָל, אז אָט װעט פון דער קרענעצע-טיפקײַט ארופשווימען א װון- דערלעכע רוסאלקע, אין װײַסן אַנגעטאַן, גלײַך וי באשאפן פון לויטער ליכט, און דאָס ליכט װעט מיט יעדער רעגע זיך בײַטן אין אנדערע שאטירונגען, זיך וויקלען ארום איר שפּילעןן- דיקן קערפּער, און דער סטעפּישער ווינט װעט, װי א שאל-רוף אין מידבער, צעטראָגן איבער פעלדער און װעגן: -- אל-בי-טא! ווער זשע האָט מיט אזא ליבשאפט די קרענעצע אויסגעמײַסטרעװעט? וער האָט זי אוועקגעשטעלט, זיכער ניט צופעליק, אף אזא האװועדיק אָרט, װוּ סע יאָגט פול מיט לעבן פארבײַ א לוסטיקע און פריידיקע װעלט? ווער?

עס האָט זיך מאמעש געהערט דער זיפץ פון דער נאכט, װאָס איז אויסגעגאנגען אף

15

דער שוועל פון א נײַ-אײַנברעכנדיקן טאָג, און שוין האָט דער אָטעם פון א סאָף-זומערדיקן באגינען אים ארויסבאגלייט אין וועג.

ער האָט געשפּאנט, מיט א קירקע און א לאָפּעטע פארװאָרפן איבערן רעכטן אקסל. גע- שפּאנט אזוי, וי ער װאָלט די פרימאַרגן-שאַען דערשלאָפן אונטערוועגנס. און זײַנע שלאבע- ריקע טריט האָבן געװעקט דעם דרעמלענדיקן קאיאָר.

ער איז געגאנגען פאָרויס, און די געדאנ- קען האָבן זיך געװויקלט אף צוריק, צוריק.

לויטערער פּרימאָרגן, מיט גאָלדיק- גרין באשטראלטע פעלדער און סטעפּעס, וועל- כע האָבן געקלונגען פון זון און ליכט. און ער האָט געטראכט וועגן איר. א נאָרװאָס געענ- דיקטער אגראַנאָם, האָט ער אנטפּלעקט פאר איר דעם סאָד פון זאנגען און גראָזן.

ער איז געגאנגען, און זי איז אין געדאנק אים נאַכגעגאנגען.

א זונען-שטראל האָט זי א גלעט געטאַן, זיך צוגערירט, װי צו א בלום, און איר פּאַנעם האָט פּײַערלעך אופגעלויכטן, די אויגן האָבן פארשטארט געפינקלט, װי זי װאָלט אינגאנצן באשטאנען פון פלאמיקער שײַן. און ער האָט איניינעם מיט דער פּארע פון אופגעוואכטער ערד ארײַנגעאָטעמט די פרישקײַט פון איר יונגן קערפּער,

-- אלבינא!

און זי האָט ארויסגעהויכט מיט א שטילער שטים, װי דער שאָרך פון א װינטעלע:

-- ארעלע...

אירע האלב-צעעפנטע ליפּן האָבן פאר- הוילן געשמייכלט, און פון דעם שמייכל איז איר ליכטיק פּאָנעם אזש דורכזיכטיק געװאָרן.

ער האָט זי לײַכט ארומגענומען. אירע אקסלען האָבן געבריט זײַנע הענט. ער האָט זי געקושט, און זי האָט ניט פארמאכט די אויגן, נאָר געקוקט אף אים, און א דינער נעפּל האָט פארצויגן אירע אפּלען.

א כוואליע פון גליק האָט אים פארטרונ- קען. אזוינס האָט ער נאָך אין זײַנע צװויי צענדליק יאָר ניט איבערגעלעבט.

-- אלבינא!..

ער האָט ניט פארשטאנען, און זי אליין האָט אויך ניט געװוּסט, פארװאָס אזא שווארץ- אױגיק מיידל מיט א קאָרנהױטיק פּאָנעם זאָל גאָר הייסן אלבינא. דערצו נאָך א נאָמען עפּעס ניט קיין ייִדישער...

װאָס װײַטער ער האָט געשפּאנט, אלץ בוילעטער איז אלבינא אויסגעוואקסן פאר זײַ- נע אויגן -- אזא ליכטיקע, אזא פרישע, און איבערגעלאָזט ארום אים א פלאטער פון

16

שווארצע האָר און זאפטיקע ליפּן... אָבער ער האָט ניט געקאָנט אף לאנג אײַנהאלטן אין געדאנק איר בילד, פּונקט װי עס געשעט אין כאָלעם.

א שטיק וװעג איז ער געגאנגען דורך א שיטער וועלדל. די ביימער זײַנען שוין געווען בארירט פון א לײַכטן הארבסטיקן אָטעם. יעדער בוים האָט אָנגעהויבן פארבן זײַנע בלעטער אין אן אנדער קאָליר, גלײַך וי אין יעדן פון אָט די ביימער איז באהאלטן א בא- זונדערער סאָד. פייגעלעך האָבן זיך געייסעקט צװישן די צװײַגן און זיך פארגאנגען אין א טרעלנדיקן גליקלעכן געלעכטער.

ער איז װי פארכאפּט געװאָרן פון די פאר- טאָגיקע קלאנגען און פארבן. אים האָט זיך אויסגעוויזן, אז איבערן וואלד טראָגט זיך, װי א כוואליע, א װײַטער עכאָ. אָט שווימט ער אָן, אָט ווערט ער פארפאלן, אָט קערט ער זיך אין א װײַלע ארום ווידער צוריק.

-- דאָרשט... דאָרשט...

די זון האָט אָנגעהױיבן מאכן איר ערשטן קרײַז ארום דער ערד. אירע שטראלן האָבן רויטלעך געפארבט א שטיק הימלשע בלױ- קײַט. דער מאָרגנרויט האַט זיך גיך צעוואקסן, און די געדאנקען -- נאָך גיכער, נאָך שאר- פער.

אין יענעם יאָר האָט דער הימל איבער- געפולט דעם קאָס פון היץ. װי א שטיק אָנ- געגליט אײַזן איז איבער דער וועלט געהאנ- גען א בראָטנדיקע זון און צעשאָטן איבער הימל און ערד פײַערדיקע שטראלן.

א צעהוידעטע, שטיל-שאָרכנדיקע מאכנע מיט פּעקלעך און זעק, געטריבן פון ווילדער רעציכע און געהיט פוֹן באװאָפנטע, אָנגעזויפ- טע גארדיסטן, האָט קריכעריש-מיד זיך גע- שלעפּט איבער א צעפאָרענעם וועג. שווערע טריט האָבן זיך אויסגעמישט מיטן שטיקנדיקן געוויין פון קינדער און מיט איינצלנע אָפּגעץ- ריסענע ייִדישע ווערטער.

-- מאמע, א טרונק...

די װערטער האָבן א בלאָז געטאָן מיט װייטיק, און א צעשוװוּמענע גרױיליקע שרעק האָט זיך פאנאנדערגעוויגט אין דער לופט.

שוואכע האָבן ניט אויסגעהאלטן דעם דאָרשט, אוועקגעפאלן מיט אָפענע מײַלער, אויסגעשטרעקטע צונגען און אויסגעצויגענע, צוקנדיקע העלדזער. און געבליבן אונטער- וועגנס איניינעם מיט פארשטויבטע ביימער, אָנגעשפּארטע אין די אייגענע שאָטנס, וועל- כע האָבן אויך געכאלעשט נאָך א טראָפּן ווא- סער.

א פארשאָלטענער טאָג האָט געװאָגלט איבער דער װעלט!

1--100

אלבינא איז אויך קוים געגאנגען, שטיצנ- דיק זיך אף זײַן אָרעֹם. די היץ האָט אויסגע- טריקנט איר אָטעם אין די לונגען. און די פאר- באקענע ליפּן האָבן ניט אופגעהערט בעטן:

-- כאָטש א שלנג.. אין-איינציקן שלונג...

איר שטים האָט זיך געבראָכן פון פאר- צווייפלונג און דאָרשט.

-- שטארק זיך, טײַערינקע, סע מוז דאַך ערגעץ זײַן וואסער... עפשער א טײַכל... מיר ועלן זיך דערשלעפּן... מע דארף נאָר אויס- האלטן...

ער האָט ניט איבעריק געגלייבט אין דעם, װאָס ער זאָגט, נאָר דורך די ביטערסטע רייד אײַנגעהאלטן זײַן טראגישע רויַקײַט.

און די זון?

זי האָט, װי א זוכנדיק אויג, זיי געפונען און געשטאָכן זייערע לײַבער מיט אַנגעגליטע שפּיזיקע שטראלן.

-- ארעלע, איך װעל ניט דערגיין..

זי האָט א קוק געטאָן אף אים מיט אומרו, גלײַך זי זאָל זיך האָבן דערשראָקן פאר אירע אייגענע רייד. און עפשער גאָר פאר זײַן אויס- געטריקנט פּאַנעם, װאָס האָט אין העלן זונ- ליכט אויסגעזען װי א שטיקל געפּלאצטע ערד.

ער האָט זי גענומען אף די הענט. גע- טראָגן פאר זיך, װי מע טראָגט א קלין שלאָפנדיק קינד, און מיט זײַן סארפענדיקן אָטעם נאָך מער פארשטארקט איר דאַרשט.

וי א קנויל, האָט זי זיך אײַנגעמאַסטעט אין זײַנע ברייטע קרעפטיקע אָרעמס, און ער איז גרייט געווען זי צו טראָגן אזוי לאנג, וויפל די קויכעס וועלן אים סטײַען, און עפשער נאָך לענגער...

ער האָט זי געטראָגן, און שנירלעך שווייס האָבן זיך געקײַקלט איבער זײַן לײַב. מיט- אמאָל האָט ער דערפילט, װי א פּאַר הייסע בליקן לעכערן דורך זײַן שווייסיקע פּלײיצע. ער האָט געװאָלט זיך אומקוקן, נאָר עפּעס ניט געוואגט. און װאָס װײַטער ער איז געגאנגען, אלץ צודרינגלעכער זײַנען הינטער אים גע- װאָרן די בליקן, ביז א שטײַפהאָריקער פּאר- שוין, פון די אָנטרײַבער, האָט מיט א צעפּא- רעט פולבלוטיק פּאַנעם זיך דערנעענטערט:

-- װאָס, זי װויל א טרונק?

קיינער האָט אים ניט געענטפערט. ער האָט, אייגנטלעך, אף קיין ענטפער ניט גע- ווארט.

זײַנע אױסגעכאָליעטע פינגער האָבן גע- נומען אָפּשרויפן דאָס העלדזל פון א פעלד- פלאש, און ער האָט צוגעטראָגן די קײַלעכ- דיקע עפענונג צו אלבינאס פּאַנעם:

-- בי-טע!

בא ארענען האָט אינװייניק א ציטער גע- טאָן, ניט אין דער ברוסט, נאָר ערגעץ העכער, קימאט אין האלדז. װאָס האָט ער פארטראכט, אָט דער פּארשוין? אלנפאלס, עפּעס ניט קיין גוטס. א בייזװיליקער געדאנק ווערט מיסטאמע פארטראכט. נאָר באלד האָט ארן זיך אליין בארויקט: ‏ גיי ווייס, עפשער האָט אין דער כײַע א מענטשלעכער אייווער זיך א ריר גע- טאָן?"

דערװײַל האָבן לעבן אלבינאס מיל זיך א גאָס געטאָן עטלעכע וואסער-טראָפּנס, אָבער אירע ליפּן ניט דערגרייכט. זיי זײַנען אראָפּ- געפאלן אפן שטױביקן װעג און באלד צע- טראָטן געװאָרן.

א טראָפּן נאָך א טראָפּן איז געפאלן. קאפ, קאפּ... א טראָפּן וואסער, צי א טראָפּן לעבן?..

-- פארװאָס טרינקט זי ניט?

דעם פּארשוינס שטים האָט שפּאָטיש זיך געזיפּט אין אָנגעגליטן רוים, געשפּיזט מיט אײַנגעהאלטענעם צאָרן. ער האָט װוידער צו- געבויגן די פלאש נאָענט צו אירע ליפּן, װי נאָר אָבער דאָס וואסער האָט זיך באוויזן, האָט ער דאָס העלדזל א פארטראָג געטאַן אין א זײַט. זי האָט נאָר געכאפּט מיטן אָטעם די פײַכטע קילקײַט. און נאָך יעדן טריף האָט ער אױסגעשאָסן מיט א טײַװלאָנישן געלעכטער. עס האָבן געלאכט זײַן מויל, זײַנע אויגן, דער גאנצער פּארצעף זײַנער. און נאָר די זון האָט גלײַכגילטיק צוגעקוקט און ניט אופגעהערט סארפען.

וויפל האָט געדויערט די שפּיל? עפשער אן אײביקײַט?

פּלוצעם האָט אלבינא זיך ארויסגעגליטשט פון ארנס הענט. אין אירע אויגן האָט זיך צעפלאקערט א פיבערהאפטער פלאם. זי האָט זי ניט געקאָנט אָפּרײַסן פון דער פלאש. און אין איין אויגנבליק האָט זי זיך האסטיק ווילד א װאָרף געטאָן, װי א פּאנטערע, ארויסגעריסן די פלאש פון יענעמס הענט און מיט אלע פאר- בליבענע קויכעס זיך אײַנגעגעסן אין דעם אָפּ- געשרויפטן העלדזל. סהאָט זיך געהערט א זשעדנע שלונג, נאָך א שלונג.. א שװוערער זעץ איבערן קאָפּ האָט איבערגעריסן דאָס שלינגען... און די זון האָט זיך אױיסגעלאָשן...

דאָס מיידל איז אומגעפאלן, נאָר די פלאש פון מויל ניט ארויסגעלאָזט, װי זי װאָלט פאלנדיק ניט אופגעהערט זויגן די קילע, דער- פרישנדיקע פליסיקײַט, און נאָר אין די מויל- ווינקלען, איבער די געשװאָלענע פארבאקטע ליפּן, איז טראָפּנװײַז גערונען דאָס וואסער, באפארבט מיט ווארעם בלוט.

קאפּ, קאפּ... א טראָפּן וואסער, צי א טראָפּן טויט?..

17

א שטורעם האָט זיך צעבושעװעט אין ארנס נעשאָמע, און א פארשטיקטער ברום האָט צעוויגט די טױבקײַט פון דער צעסארפע- טער וועלט. די הימלען זײַנען געהאנגען אי- בער אים פרעמדע, און א פארלוירענער אין רעגעס פון גרויסן פּײַן, האָט דאָס אָפּראטעװען זײַן אייגן לעבן אויסגעזען וי אן אומנוצלעכע זאך. אָבער דער פלאם פון נעקאָמע, װאָס האָט א ברי געטאָן דאָס הארץ, װי א סרייפע, װאָס לעשט זיך צומאָל מיט איר אייגענעם פּײַער, איז שטארקער געווען, איידער די געפאר פון זינלאָזן אומקום...

איצט האָט די דערמאָנונג א שניט געטאָן, װי א כליסט פון א בײַטש איבערן פּאָנעם.

ער האָט דורכגעמאָסטן נאָך א שטיק וועג.

...שטיי, װאָס איז עס דאָרט, לעבן טראקט? פונװײַטן שימערט א פרויען-געשטאלט. אף א מעהאלעך זעט מען איר ליכטיק פריש פּאָנעם. זי איז אינגאנצן אין װײַסן אָנגעטאָן, װי א קאלע. און נאָר אין די צעלאָזטע האָר, פּונקט א רויז, פרילינגדיק צעבליט, גליווערט א בלו- טיקער פלעק...

אָט גייט זי אים אנטקעגן, אויסגעוועבט פון זונענגאָלד און הימלשן בלוי, װי אין א קישעף-וועלט, און עס ויברירט איר שטים, וי א בלוי געזאנג:

-- ארעלע, איך ווארט שוין לאנג אף דיר... מײַן הארץ ברענט פון דאָרשט, און אין גאנצן ארום איז קיין טראָפּן וואסער ניט פא- ראן...

ער האָט א טרייסל געטאַן מיטן קאָפּ, װי ער װאָלט אָפּגעטרײסלט פון זיך א שװערן כאָלעם, און זיך אָפּנעשטעלט.

-- אַט דאַ װעל איך גראָבן..

און ער האָט אראַפּגעלאָזט די קירקע אין דער הארטער טרוקענער ערד.

א טאַג נאַך א טאָג, א װאַך נאַך א װאָך איז געגאנגען די ארבעט. ניט איין מעטער גרונט האָט מען באדארפט אױסגראָבן, ביז מע האָט דערגרייכט צו די אונטערערדישע קוואלן. דער קאָלװירט, צו װעמען סהאָבן געהערט די ארומיקע פעלדער און סטעפּעס, האָט גע- שיקט א פּאַר מענטשן צו הילף. אויך אויסגע- שריבן דעם נייטיקן מאטעריאל.

ארן האָט געארבעט, און די געדאנקען האָבן זיך געצויגן צו יענע טעג, ער האָט װי גערעדט מיט אלבינען. ער האָט איר דער- ציילט, ויָאזוי ער האָט אין א צײַט ארום, שוין זײַענדיק אפן פראָנט, נאָכן אנטלויפן פונעם לאגער, נאָכאמאָל איבערגעלעבט דעם פּרײַז פון א טראָפּן וואסער.

קליין טײַכל, מיט דער האנט צו דער- לאנגען. ניט קיין טײַכל אפילע, נאָר א סטרונ- קעלע, א שפּאן די ברייט. פּרװו אָבער מאכן אָט דעם שפּאן, װען די לופט איז אַנגעפילט מיט בלײַ. דער סוינע שטייט אף יענער זײַט טײַכל און לאָזט דעם קאָפּ ניט אופהייבן, און פון יעדן אופרײַס װערט דעם טײַכל ענג אין די אייגענע ברעגן, כוואליעכלעך וויגן זיך אף זײַן אויבערפלאך, שפּאלטן זיך, װערן צע- דרויבלט. און דאָס טײַכל שפּריצט מיט זיל- בער-בלויע פונקען.

און א מעשוגענע זון סארפעט.

א הונגעריקן זעלנער איז שווער מילכאָמע צו האלטן, א דאָרשטיקן -- נאָך שווערער. די מוירע פאר אויסגיין פון דאָרשט האָט זיך פאר- שפּרײט, װי פּײַער איבער טרוקן גראָז.

-- דערלויבט מיר, כאווער לייטענאנט!

אן אנדערש מאָל װאָלט דער קאָמאנדיר ניט אײַנגעשטעלט דאָס לעבן פון איינעם פון זײַנע בעסטע אױסשפּירער, אַבער איצט איז קיין אנדער בריירע ניט געווען.

-- נו, ס באָגאָם!

ער האָט גוט אויסגערעכנט די דיסטאנץ, פונוואנען דאָס פײַער קומט, און א רוק טוענ- דיק זיך פאָרויס, מיטן גאנצן קויעך א שלײַ- דער געטאָן די ערשטע גראנאטע.

-- פאר אלבינען..

דאָס שיסן פון יענער זײַט האָט א װײַלע אופגעהערט. דאָס האָט אים דערמעגלעכט א רוק טאָן זיך פאָרויס נאָך אף עטלעכע מעטער. ער האָט אָפּגעווארט א פּאסיקע רעגע, און װי נאָר דאָס פּײַער האָט זיך באנײַט -- א שלײַ- דער געטאָן די צווייטע גראנאטע.

-- פאר אלע, פון דאָרשט אומגעקומענע..

צוריק איז אים אויסגעקומען פּױזען אף דער פּלייצע אָפּשטופּנדיק זיך מיט די פיס איבערן גליטשיקן גראָז. ער האָט זיך דער- קליבן בעשאָלעם צו די אַקאָפּעס מיט צוויי פולע קעסעלעך ואסער. קיין טראָפּן ניט פארלוירן.

איבער דרײַסיק יאָר טרינקט די קרענעצע אָן דורכגייער און דורכפאָרער, װאָגלער און וואנדערער פון נאָענט און פון װײַט. מע הייבט שוין אָן צו פארגעסן, װער סהאָט זי אויסגע- בויט.

איך האָב אויך אין א מיטן זומערטאָג מיט איר קילן וואסער זיך געקװיקט. און טאקע דאָ אפן אָרט פארשריבן, װאַס ס'האָט מיר דעמלט דערציילט דער הויפּט-אגראַנאָם פונעם קאַל- ווירט , באָלשעװיק' --- אראָן יעפימאָוויטש מינצער,

מאַטל גרוּװומאן

די גאנצע װײַט איז פול מיםט ליכמם

א נײַער טאָג

סאיז נאָך א פרילינג דיר געגעבן אף דער ערד...

פון אָט דעם פרילינג ניט פארגעס די ווערט:

זײַן ליכטיקײַט, זײַן ווארעמקײַט און גֹלִי

אין דעם געשמאק פון פרילינגדיקער מי.

שטיי אוף גאנצפרי,

ווען שטיל איז נאָך ארום,

ווען ס'גליטשט זיך פונעם טײַך ארויס די זון,

ווען סציטערט נאָך דאָס בלעטעלע קוים-קוים,

וי גלײַך ס'װאָלט ערשט געבוירן אים דער בוים.

אן אויסשטעלונג

אין נאָװגאָראָד

אן אויסשטעלונג פון בלומען.

אף אָט דער ערד, װוּ ס'האָט די גרויזאמע מילכאָמע

מיט רויך און פלאם,

מיט סרייפעס און מעהומע

געװאָלט פארניכטן אלץ

און אין א מידבער שטומען

אף שטענדיק שוין פארבײַטן אָט די שטאָט, --

אָט דאָ, אף יעדער גאס, אף יעדן טראָט,

װוּ מ'האָט געזען בלויז אש און ליים און

גריבער,

װוּ פערציק הײַזער זײַנען בלויז פארבליבן,

פון דעכער כאָרעווע און װענט פארקוילטע, קרומע, --

אין נאָװגאָראָד

אן אויסשטעלונג פון בלומען.

אָ, וויפל בלומען זײַנען דאָ פאראנען! אָט שטייען רויטע, איידעלע טיולפּאנען,

עס הייבט זיך אָן א טאָג -- א נײַער טאָג, װאָס האָט געוויס אין גאנצן יאָר זײַן װאָג. גי ניט פארבײַ דעם פרילינגדיקן טאָג

אוי אויב קאָנסט עפּעס זאָגן, טאקע זאָג!

גיב אָפּ דעם טאָג,

אזוי, עס זאָל געשען:

דײַן ליבע און דײַן קראפט, דײַן כיין און ברען, זאָל לױטערקײַט און גליק דיר זײַן באשערט!

ס'איז נאָך א פרילינג דיר געגעבן אף דער ערד!

אין נאַװגאָראָד

וי בעכערס גאָלדענע זיי זעען אויס,

אין פײַער-פלאם איז אָנגעטאָן די רױיז,

װי שוואנען שלאנקע, װײַסע װי די שנייען,

די העלדזער שטעקן אויס דאָ אָרכידײען.

א צויבער-סאָד האָט זיך צעשפּרײט ארום, --

אין נאַװגאָראָד

אן אויסשטעלונג פון בלומען.

ניט איין מאָל כ'האָב געהערט אזוינע

װערטער:

ווער בלומען פלאנצט, וװעגן דער צוקונפט קלערט ער...

ועגן דער צוקונפט וויל איך טאקע קלערן --

די גאנצע ערד א גרויסער סאָד זאָל װערן,

אָן סרייפעס און אָן רויכן, אָן מעהומע.

אין נאָװגאָראָד אן אויסשטעלונג פון בלומען.

19

נעמיראָװ

נעמיראָוװ! --

פון מײַן קינדהײַט ס'איז דאָס שטעטל;

נאָך יאָרן פיל געקומען כ'בין אהער.

די װײַסע הײַזעלעך, די סעדער מיט שטאכעטן, וי אין א מײַסעלע, װאָס כ'האָב אמאָל געהערט.

אָט איז די גאס,

וו עס פארבעטן אײַך די שילדן

א קוק טאָן אף דער מי פון היגע הענט.

אָט איז די שול,

פון קינדערשן געפּילדער

ניט איין מאָל פלעגן ציטערן די ווענט...

אָט איז דער שטעג,

װאָס צו דעם וואלד ער קומט,

דאָרט װוינען שאָטנס צווישן אלטע קליאָנען.

אינמיטן וואלד האָט זיך צעלייגט א זומפּ, אָט איז דער פּלאץ. וי מיט פיל יאָר צוריק, פארברוינטע פון דער זון, געוואגטע, זשוואווע, מארשירן פּיאָנערן. פאר מײַן בליק וואקסט אויס א ייִנגעלע א שווארצס, א קוטשעריאווע, און ער פארציט א ליד. און קעלכלעך אָן א שיר -- די ליד זיי כאפּן אונטער. ס'זינגען אלע, וי ענלעך איז דאָס יינגעלע אף מיר! כ'בין אויך אמאָל געווען א זאפּעוואלע...

די קראָ און דער סאַלאַװײ

,די ליד קלינגט שטארקער, װוען עס זינגען צוויי, -- געזאָגט האָט עס די קראָ צום סאָלאָװײ, --

איז לאָמיר ביידע װוינען אין איין נעסט,

צוזאמען זינגען פאר דעם אוילעם, וי פאר געסט".

די קראָ פון דעמלט

מיט איר פּילדער און געשריי, פארשלאָגן האָט די ליד פון סאָלאָװײ...

פפן הידע

ער -- מיין זיידע

אײַזיק דער מעלאמעד --

איז געוויס געווען א פּראָסטער ייָד.

נאָר א לעבן אָפּגעלעבט אזא מין,

װאָס עס בעט זיך פּאַשעט אין א ליד..

פינף און צוואנציק יאָר געדינט דעם קייסער,

שווער געשפּאנט דורך היץ און פראָסט און ווינט,

און אין שלאכטן גרויזאמע און הייסע

א געאָרגיעווסטע מעדאל פארדינט.

ווען אין גאס

האָט אײַזיק דעם מעלאמעד

דער גאַראָדאָװאָי אליין באמערקט,

פלעגט ער אוױיסציִען אזוי זיך װי א לאמעד -- שטרענג באגריסט דעם ייד -- דעם קאוואלער...

ניט פארמאכט די טירן און די לאָדנס,

האָט געלעבט דער זיידע שטאָלץ און קלאָר! ער האָט זיך פארמאָסטן מיט אן אָדלער, פעסט געלעבט ביז הונדערט פינעף יאָר!

אָט דער מענטש,

דער הארציקער און שטילער,

א באזונדער גוירל האָט פארמאָגט.

סאיז געווען באשערט אים

הונדערט פינעף פרילינגס.

אָט אזוי -- אף אונדז אזוי געזאָגט!

+

ארן װוערגעליס

דער היטער בא די טױיערן

(ראַמאן)

צושטען ט"ל

1

די מענטשן, וועלכע זײַנען פארמישט אין דער דאָזיקער געשיכטע, האָבן געהאט אין זייער לעבן אויך פיל אנדערע פּאסירונגען, און גיכער פון אלץ װאָלט זי שוין פארגעסן גע- װאָרן, ווען ניט אונדזער איצטיקער פּרוּוו צו איבערגעבן זי דער עפּנטלעכקײַט. מע דארף דערבײַ זאָגן קלאָר און דײַטלעך, איידער מיר נעמען נאָך דערציילן די פּראָטים, אז ביידע העלדן פון אָט דער געשיכטע -- עלכאָנען צאָמבער און עוזראָ שליווניאק -- האָבן פון אָן- הייב ביזן סאָף געהאנדלט אופריכטיק, אָן זײַטיקע קאװאָנעס, יעדערער האָט געגלייבט, אז ער גייט מיטן ריכטיקן וועג. ווען זיי האָבן זיך צעשיידט, האָבנדיק פּריִער אָפּגעמאכט צװישן זיך, אז דעם בריוו פון זעקס ווערטער -- ,דער היטער בא די טויערן ביסטו" -- װעט אָפּ- שיקן דער, װער עס װעט אף זײַן אויסגעקליבענעם וװעג דערגיין מיטן אייגענעם סייכל, אז גערעכט איז געווען דער צווייטער, -- ערשט דאן װאָלט אין דער דאַזיקער געשיכטע גע- דארפט זיך אַנהײבן צו פילן די לײַדנשאפט פון א פאראקשנטן געװעט, נאָר שליווניאק און צאָמבער האָבן שוין געלעבט װײַט איינער פונעם אנדערן, אין אָפּגעטײלטע צװישן זיך מיט יאבאָשע און מיט וואסערן לענדער, און דער סיוזשעט פון אונדזער באשרײַבונג װעט דערי-

21

בער װערן צעצװײַגט, און פון אָט דעם מאָמענט אָן װעט די האנדלונג פארלירן דעם אָנ- שטרענג פון קעגנגעשטעלטע צוישן זיך שטרעבונגען. באם סאָף װעלן מיר דערציילן, צִי דער אױבנדערמאָנטער בריוו איז טאקע אָנגעשריבן געװאָרן, און אויב יאָ, איז װער האָט עס געטאָן.

ס'האָט אזוי געטראָפן, אז די צוויי פּארשוינען, מיט וועלכע מיר װעלן זיך אָפט בא- געגענען אין אונדזער שילדערונג, זײַנען געקומען אין שטעטל איינער גלײַך נאָכן אנדערן. מע װאָלט געקאָנט אפילע כוישעד זײַן, אז אייגנטלעך צוליב פארקניפּן און פאנאנדערוויקלען די ריכט-ליניעס אינעם ראָמאן האָט דער מעכאבער אראָפּגעבראכט צו דער געהעריקער צײַט און אף דעם נייטיקן אָרט פּונקט יענע מענטשן, וועלכע זײַנען דאָ פּאסיק. זיכער זעט עס אויס װוי בעקיוון. אָבער װאָס קאָן מען טאָן, אויב עס איז בעפיירעש געשען אזוי?

אין א רויען אפּרעל-טאָג איז געקומען אף די סלוטשניער כורוועס עלכאָנען צאָמבער, אָנגעטאָן אין אן אָפּגעריבענעם און פארלאטעטן בושלאט, װאָס עס טראָגן פארשיקטע, און אליין שטארק אויסגעצערט און פארענדערט צום ערגערן. ער האָט אויסגעזען א סאך עֹל- טער פון זײַנע קנאפּע דרײַסיק יאָר. די אײַנגעפאלענע באקן זײַנען געוװען באדעקט מיט פארוויאנעטע האָר, א סימען, אז דאָס פּאָנעם איז שוין א סאך טעג ניט געגאָלט. די כאקי- הויזן -- אויסגעברענט פון דער זון ביז װײַסקײַט. אף די פיס, אָנשטאָט שיך, -- דארע קעפּ- לעך פון קירזאָווע שטיוול, בא וועלכע די כאָליעװעס זײַנען אָפּגעשניטן. דער גאנצער אויס- זען עלכאָנענס איז געווען אן אומגליקלעכער, און עזראָ, װאָס האָט אויך געהאלטן װײַט פון פריילעך זײַן בעשאסן ארופקומען אף די כורוועס, האָט, דערזעענדיק אים, זיך אזש דערשראָקן;

-- עלכאָנען? וועמען זע איך עס! עלכאָנען! אָבער װאָס האָט געטראָפן?

-- ס'איז געווען א וועלט-מילכאַמע, עזראָ, -- האָט געענטפערט אָן לײַדנשאפט עֹל- כאָנען, וועלכער האָט שוין פריִער געהערט פון עמעצן, אז זײַן כאווער פון דער קינדהײַט האָט זיך אויך אראָפּגעיאװעט אין שטעטל און ער בלאָנדזשעט ארום צװישן דעם ברוכווארג. ארײַנגעװאָרפן אין מויל עטלעכע שווארצע יאָדערן, האָט עלכאָנען אױסגעשפּיגן די לושפּײַ- קעס און פאָרגעזעצט, ניט צוגעבנדיק צו די רייד קיין מינדסטן געפיל:

-- אונטער אונדזער שטוב האָב איך געפונען א טאָרבעלע מיט יאָדערן, די מאמע האָט זיי, װײַזט אויס, אָפּגעזשארעט פארן טויט. ווילסט א זשמעניע?

ער האָט א רוק געטאָן די האנט אין דער קעשענע פונעם בושלאט, און עזראָ האָט מאשינעל אויסגעצויגן זײַן האנט נאָך די יאָדערן, אָבער די שווארצע קערלעך האָבן זיך צעשאָטן, װײַל די אויסגעצויגענע האנט האָט גענומען זיך טרייסלען און עזראָ האָט זיך צעװויינט. עלכאָנען האָט א רעגע אים גלײַכגילטיק אָנגעקוקט און גענומען װידער רידן

-- דארפסט ניט אזוי אופציטערן, עזראָ. אונטער אונדזערע פיס ליגט איין מעס, איי- נער, -- דאָס שטעטל. קיין מענטשן-מייסים ליגן דאָ ניט. איך האָב זיך שוין גענוי דערװווסט. מײַן מאמע מיטן טאטן און דײַן גאנצע מישפּאָכע, זיכרוינוי ליווראָכאָ, רוען מיט אלע יִדן איניינעם אין די גריבער באם וואלד.

אין דעם אָנגעפלייץ פונעם װיסטן געיאָמער האָט בא עזראָן צוערשט א בליץ געטאָן א פארדאכט, אז עלכאָנען איז גערירט פון זינען, אזוי מאָדנע האָט אויסגעזען דאָס, װאָס ער האָט בעשאסן ארויסריידן די שרעקלעכע װערטער פּאַשעט געקראצט דעם פארוואקסע- נעם ברודיקן האלדז, פארײַסנדיק דעם קאָפּ מיט אן אויסדרוק פון פארגעניגן, און דערבײַ ניט אראָפּגעשארט פון די ליפּן און פון דער באָרד די ארויסגעשפּיגענע לושפּײַקעס. נאָר דער זיקאָרן האָט שוין גענומען אונטערזאָגן, אז דאָס איז דאָך ער מיט די ביינער, עלכאַנען צאָמבער, וועלכער האָט עטלעכע אײַנגעקאָרעניַעטע טעוועס, און די סאמע ווערעמדיקע פון זי איז דאָס ארופציִען אף זיך א טאמעוואטן גלײַכגילט פּונקט דאן, ווען מע דארף שרײַען גוואלד,

נאָך אזויפיל יאָרן פון צעשיידונג מיט עזראָן האָט עלכאָנען אָנגעהױבן זײַנע רייד װי פון א מיטן, און דאָס איז אויך געווען אין זײַן נאטור. עזראָ, פארקערט, האָט ניט געװוסט, װאָס צו זאָגן, לאכלוטן אָנגעװוירן זײַן רויַק געמיט און דאָס ערשטע מאָל פאר דער צײַט, װאָס עס דויערט די מילכאָמע, זיך צעיאָמערט. אזעלכע שווערע יאָרן אָפּגעלעבט מיט טרו- קענע אויגן, און איצט ניט אויסגעהאלטןן... עלכאָנענס צעשװוּמען געשטאלט איז זיך לאנג- זאם צעפּלאָסן פאר זײַנע אויגן און איבערגעאנדערשט געװאָרן אין א טײַך, א שטארק גע- רונצלטן, װײַזט אויס -- איבער די אײַנגעשניטענע קנייטשן אף עלכאָנענס געזיכט. בלײַבן

22

שטיין אזוי, װי ער שטייט, בא דעם טײַך, האלטנדיק זיך באם טרוקענעם ברעג, קעדיי ניט פארנעצן זיך, איז ניט געווען מעגלעך, און אויך פאָרסירן דעם דאָזיקן מענטשלעכן טײַך איז געווען נאָך צו פרי. ער האָט זיך צוגעזעצט אף אן ארומגעברענטער קלאָץ און מיט שפּרינגענדיקע פינגער פארדרייט א מאכאָרקע-ציגײַער, איבערגעבנדיק שפּעטער אָן ווער- טער דעם קיסעט עלכאָנענען. יענער האָט דעם קיסעט גענומען, נאָר אים בלויז געהאלטן א פּאָר רעגעס, װי מע נעמט איבער בא א מענטשן א ניט נייטיקע זאך און מע האלט זי, ביז דער מענטש װעט זיך אָפּפארטיקן מיט עפּעס און צוריק זי אָפּנעמען.

בעשאסן אומקערן עזראָן דעם קיסעט האָט עלכאָנען א שמייכל געטאָן:

-- זע! אויך איצט האָסטו זיך ארויסגעוויזן פלינקער פון מיר. אינטריגעס, גראזשדאנין שליווניאק?

-- װאָס רעדסטו?

-- איך זאָג, אז דו האָסט מיך װוידער דערטאפּט אין כאוועס שטוב. אליין האָסטו זיך ברייט צעזעצט, און איך שטיי...

-- כאוועס שטוב! -- איז עזראָ דערשראָקן אופגעשפּרונגען, נאָר גלײַך צוריק זיך אראָפּגעלאָזט אף דער קלאָץ,

עלכאָנען האָט אים א טאָרע געטאָן באם אקסל:

-- דאָס הינטערפיסעלע, װאָס דו האָסט מיר געשטעלט דעם איין-און-צוואנציקסטן יון, האַט מיך ניט אָפּגעלאָזט אומעטום, װוּ כ'בין שפּעטער געווען -- אין פּלען און אין לאגער... געדענקסט? -- האָט ער אָן קאס א כיכיקע געטאָן. -- האָסט דעמלט געמאכט אן אָנשטעל, אז דו גייסט אוועק איניינעם מיט מיר פון כאוועס שטוב. דערנאָך טו איך א קוק פון מײַן פענצטער. אהא! דו קערסט זיך אום. ווען אף מאָרגן זאָל זיך ניט געווען אָנהײיבן די מיל- כאָמע, װאָלט איך דיר געפּלעט דעם קאָפּ! איבער כאוועלען בין איך געבליבן א באָכער, און דו האָסט שוֹין, גלייב איך, אײַנגעאָרדנט דײַן לעבן. פאלשע גענג, מאָשענסטװוע...

עזראָ האָט וי ניט געהערט עלכאָנענס רייד. יענער האָט אָפּגעזוכט א ברעט, װאָס איז שוין געווען ארײַנגעטאָפּטשעט אין דער ערד, קאָן זײַן, די שװועל פון דער שטוב, װאָס איז דאָ געשטאנען, און אויך זיך צוגעזעצט. ער האָט שפּילעװדיק א דראָע געטאָן עזראָן מיטן פינגער:

-- האָסט געפליאנדרעוועט, גראזשדאנין שליווניאק. אָנגעטאָן מיר א היטעלע. ע, װאָס איז דאָ צו ריידן...

עזראָ האָט זיך אופגעכאפּט פון דער פארגליװערטקײַט:

-- פונוואנען נעמסטו, אז דאָ איז געווען כאוועס שטוב?

-- װאָס זשע, דו זעסט אליין ניט? און די צווייטע שטוב איז מײַנע. אָט איז געבליבן צוישן זיי דער טויער..

דער געמויערטער טױיער! עזראָ איז אופגעשפּרונגען פונעם אָרט און גענומען ארומגיין דעם ליידיקן װײַס-גרױען פארדעכלטן כאַלעל -- די פּאנסקע ארקע, װי מע פלעגט זאָגן אין שטעטל. די מעסוירע האָט דערציילט, אז באם אװועקשטעלן סלוטשניע זײַנען צוזאמען מיטן פּאָרעץ אראָפּגעקומען אף דעם אָרט צוויי ייִדישע יונגעלײַט, װאָס האָבן בא אים געדינט אין וואלד -- עלכאָנענס און כאוועס אורעלטערזיידעס, און קאָלזמאן דער גרויסער פּוילישער פּאן האָט געבויט זײַן פּאלאץ אפן ברעג פונעם סלוטש, האָבן די צוויי יונגעלײַט אוועקגע- שטעלט פאר זיך שטיבלעך, איינס לעבן אנדערן, און אָפּגעשפּאָרט פונעם פּאלאץ א שטיי- נערנעם טויער, װי אן ארקע צװישן די שטיבלעך. דערנאַך האָבן זיי אראָפּגעבראכט זייערע װײַבער, און פונדאנען איז אוועק דאָס שטעטעלע סלוטשניע.

עלכאָנען האָט זײַטלדיק געקוקט אף עזראָן, וועלכער האַט אויסגעזען אזוי װי געווייג- לעך די דעמאַביליזירטע נאָכן שפּיטאָל סאָלדאטן: א קורצע שינעל, װאָס איז פרײַ צעשפּיליעט און פּונקט װי ערשט פאנאנדערגעוויקלט פון דער סקאטקע -- מיט פרישע קנייטשן אף דער פּלײצע און אף די פּאָלעס; זײַן שטאמפּאַװנע אָנטועכץ האָט שוין פארמאָגט ציווילע סימאָ- נים -- די מעשענע קנעפּ ניט געפּוצט, דאָס כאקי-העמדל אָן א װײַס אונטערקעלנערל.

די אנדערשקײַט אינעם גוירל פון די צוויי כאוויירים האָט זיך גלײַך פונעם ערשטן קוק געלאָזט באשטעטיקן מיט זייער אויסזען. כאָטש אין טאָך איז די ענדערונג אינעם הוילעך, אויב פארגלײַכן דעם איצטיקן מיט יענעם פון די יינגלשע יאָרן, געווען בא זיי אן אלציינע -- דער סטאנדארט האָט בא ביידן ארויסגעשטויסן דעם פאסאָן און די אױיסגעפּוצטקײַט, -- דאָך איז טאקע דער סטאנדארט געווען א פארשיידענער: עזראַ -- מיט אלע פּישטשעװוקעס א סאָלדאט, װאָס האָט זײַנס אָפּגעמילכאַמעװעט, און עלכאָנען..

-- עלכאָנען, האָסט מיר ניט געענטפערט, װאָס עס האָט פּאסירט.

23

-- װאָס האָט געדארפט פּאסירן? איך בין ניט קיין אויסנאם.

-- אָבער דו זעסט אויס אזוי מאָדנע. און דײַנע רייד... װי דו װאָלסט דאָ גערעדט ניט מיט מיר, נאָר מיט א סליעדאָוואטעל. נו, דערצייל... נו, דערצייל...

-- אײַ, װעסט מיך ניט פארשטיין. דער אופזעער עסט פון א טעלער, דער ארעסטאנט פון א פּלאָשקע...

-- איך האָב די פיר יאָר געטראָגן מיט זיך א קאָטיעלאָק.

-- נארים זיך. ניט,

-- און דו רעד װי א מענטש. האָסט אָקאָרשט געזאָגט, אז דו ביסט געווען אין פּלען אוֹן אין לאגער. ויאזוי דארף מען דאָס פארשטיין, עלכאָנען?

-- אין פּלען בא די דײַטשן, אין א לאגער אן אייגענעם..

עזראָ האָט דערפילט, אז דער ציגײַער בריט אים שוין די פינגער און אז עס בריט אים אין דער ברוסט אן אופגעבראכטקײַט אף עלכאָנענען פאר זײַן פײַנטלעכקײַט. ער האָט א שפּײַ געטאָן מיט קאס אפן איבערגעבליבענעם עקל פונעם ציגײַער, קעדיי פארלעשן עס פארן אוועקווארפן, און ארױיסגעפּרעסט פון צװישן די ליפּן;

-- אָן מאניפאָרגעס! איך בין דיר ניט קיין פּובליקום, און דו שפּיל ניט מעפיסטאָפעלן...

-- ע! -- האָט עלכאָנען א מאך געטאָן מיט דער האנט און איז אוועקגעגאנגען.

2

קעדיי ניט האמעווען די האנדלונג אין אָט דער מיט שפּאנונג אָנגעהױבענער דערציי- לונג און ניט מאטערן די לייענער מיט ניט דערזאָגעכצן און געוויסע מיט אָנדײַטונגען, וועלן מיר פארשפּאָרן א גאנג עלכאָנענען, פארשטייענדיק, אז ער אליין װעט נאָך א צײַט ניט זײַן אימשטאנד איבערצוגעבן די פאקטן פון זײַן צעקאליעטשעט לעבן, און מיר װעלן גלײַך עפענען אלע קאָרטן.

דעם איין-און-צוואנציקסטן יון פון טױיזנט נײַן הונדערט איין-און-פערציקסטן יאָר זײַנען זיי טאקע ביידע -- ער און עזראָ -- געזעסן ביז שפּעט אין אָװנט בא כאווען אין ענגן צימערל, און ס'איז ניטאָ פון װאָס צו מאכן דאָ א סאָד -- עזראָ מיט כאווען זײַנען געווען פּאָשעט כאוויירים, זייער נאָענטע, װי א ברודער מיט א שוװועסטער, פון דער סאמע קינדהײַט אָן, און פארליבט אין כאווען איז געווען עלכאָנען, ניט עזראָ, פארליבט אָן א מינדסטער האָפענונג, און דעריבער איז ער געווען פארבלענדט פון א פארדאכט, אז עס איז דערין פאראן איין סיבע -- עזראָס ליבע-אינטריגעס. ארויסקוקנדיק אין גאס דורך דעם פאר- טונקלטן פענצטער נאָכן פאנאנדערגיין זיך, האָט עלכאָנען דערזען, װי עזראָ גייט צוריק, און ניט געקאַנט עס אױסטײַטשן אנדערש, װי א הינטערפיסעלע, אָבער אינדערעמעסן האָט עזראָ זיך אומגעקערט דערפאר, װײַל כאווע האָט אים א רוף געטאָן אף צו אָפּשאפן אײַליק די צונויפגערעדטקײַט ווידער זיך זען מאָרגן אין דער זעלבער צײַט און פאָרזעצן דעם שמועס. זי האָט גאָר ארויסגעלאָזט פון זיקאָרן, אז מאָרגן קלײַבט זי זיך מיטן טאטן און מיט דער מאמען צו די קאָפּילענקאָס, און װער עס איז אָט די מישפּאָכע, דארף מען עזראָן ניט דער- ציילן, װײַל דאָס דאָרף טשארטאָרישטשע, װוּ אָפּאנאס גאװרילאַװיטש קאָמאנדעװעט מיטן קאַלװירט, איז א מין ראנד-גאס פון סלוטשניע, און קאָפּילענקאָס זון, ארכיפּ, איז מיט כאווען, עזראָן און עלכאָנענען אין איין קאָמיוגיש קעמערל.

כאווע איז ארויסגעגאנגען אפן גאנעק, וװען עזראָ האָט זיך אומגעקערט, און געזאָגט מיט א שטיל קאָל, קעדיי קיינעם אין שטוב ניט אופװועקן:

-- פארשטייסט, ארכיפּ שרײַבט זיך מאָרגן אויס פון שפּיטאָל, װעל איך נאָך אינדער- פרי אוועקגיין קיין טשארטאָרישטשע ארויסצוהעלפן אין קיך דער מומע אָקסאנע. די מאמע מיטן טאטן מיט אָפּאנאס גאװורילאַװיטשן װעלן דערװײַל אָפּנעמען ארכיפּן, און מיר װעלן זיך שוין אוואדע פארהאלטן ביז שפּעט אין דער נאכט. אָט װעל איך ארכיפּן אויך אראָפּברענגען איבערמאָרגן צו אונדז, װעלן מיר זיך שוין אָנרײידן וויפל דאָס הארץ גלוסט... פארגעס ניט זאָגן װעגן דעם עלכאַנענען.

אף מאָרגן, אזייגער עלף פאר מיטיק, ווען כאווע איז געשטאנען מיט דער מומע אָק- סאנע -- ביידע פארפּאליעטע -- באם אויוון, זײַנען מיט א פרעמדער הודזשערײַ דורכגע- פלויגן אין דער ריכטונג פון דער גרויסער שטאָט עטלעכע באָמבארדירער, און איינער פון זיי האָט װי אומגערן אראָפּגעװאָרפן א באָמבע אינמיטן סלוטשניע, אפן מארק.

24

אזוי האַט אין דעם שטעטל זיך אָנגעהויבן די מילכאָמע. כאווע איז מיט די עלטערן שוין פארבליבן בא די קאָפּילענקאָס, אהיים זיך ניט אומגעקערט, אפילע ניט גענומען קיין נייטיקע זאכן, װײַל די אופגעריסענע באָמבע און די איבער זעכציק דערהארגעטע און צע- קאליעטשעטע אפן מארק האָבן גלײַך פון די ערשטע שאָען פונעם קריג ארויסגערופן א מוירע ארויסצוגיין פון די ערטער, װוּ מע האָט זיך געפילט זיכערער, און דערצו נאָך איז אָפּאנאס גאװורילאָװיטש ערגעץ אװעק און אָנשטאָט אים איז צו דער כאטע צוגעפאָרן, ווען ס'איז שוין געװוען גוט פינצטער, א מענטש פון ראיקאָם מיט זײַנעם א צעטעלע, אין וועלכן ס'איז געווען אָנגעשריבן, אז זיי אלע דארפן מיטנעמען מיט זיך דאָס ווארעמע אָנטאָן און אלץ, װאָס עס איז פאראן פון עסנווארג, גאָרניט פונעם מעבל און פון דער ווירטשאפט, און אװועקפאָרן מיטן כאווער אהין, װוּהין יענער ווייסט דעם וװועג. דער כאווער האָט צוגעגעבן, אז די דײַטשן האָבן ארויסגעװאָרפן אין דער אומגעגנט עטלעכע קליינע דעסאנטן, און מע האָט צוויי איבערגעטאָנענע דיווערסאנטן נאָרװאָס געכאפּט בא דער סלוטשניער בריק. פון די שטארק קארגע און מיט א שעפּטשען ארויסגעבראכטע וװוערטער האָט מען געקאָנט פאר- שטיין, אז פאַרן פאָרט מען איצט אריבער אין דעם וואלד, װוּ מע װעט זיך ביז אינדערפרי ארומזען, װער עס װעט זיך עוואקויָרן און וועמען מוועט איבערלאָזן אין אָטריאד. און װאָס איז שײַעך אָפּאנאס גאװורילאָװיטשן, װעט ער דאָרט זיי באגעגענען..

אף דער טשארטאָרישטשער גאס איז געשטאנען א צוגעהלושעטער טומל, פּונקט װי פון מענטשן, ווען זיי שרײַען שטארק, נאָר מע פארשטעקט זיי דאָס מויל. די פינצטערקײַט האָט צוגעגעבן נאָך מער שוידער. פון די הויפן האָט מען געטריבן צום קלויסטער-פּלאץ דאָס פי, און כאָטש אינעם דאָרף האָט גאָרנישט ניט געברענט, אפילע קיין מינדסט פײַערל אין די פענצטער, דאָך האָט מען געהאט דאָס געפיל, אז א גרויסע סרייפע האָט זיך פארנו- מען ארום און ארום. אינעם רעווען פון דער סקאָטינע איז איצט קאָנטיק געווען מער, װי שטענדיק, דער אומגליק פון א שטומער צונג, װאָס קאָן גאָרנישט ניט זאָגן און שרײַט מיט אן אויסגאנגסלאָזן ווייטיק.

גאנץ טשארטאָרישטשע האָט געשפּאנט פערד-און-װאָגן. דער קאָלװירט האָט ארויסגע- פירט אין וואלד ארײַן זײַן האָב-און-גוטס. בא די קאָפּילענקאָס האָט מען אײַנגעשפּאנט אן אייגענעם װאַגן, און אף דער ברייטער פור איז שוין געלעגן דאָס, װאָס מע דארף מיט זיך מיטנעמען. ארכיפּן האָט מען אוועקגעזעצט צװישן די זאכן, אין דעם סאמע מיטן פון דער ברייטער פור, און לעם אים האָט זיך אײַנגעמאָסטעט כאווע, װאָס האָט אים א גאנצע צײַט אונטערגעשפּארט מיט אירע הענט, װײַל ער איז נאָך געווען זייער שוואך. עטלעכע איינזאמע שכיינים זײַנען נאָכגעגאנגען נאָכן װאָגן, האלטנדיק זיך שטיל, פארזאָרגט און פארשלאָפן ארום די צוויי עלטערע פרויען, וועלכע זײַנען אפן װאָגן געזעסן הארט איינע לעם דער אנדערער און זיך צײַטנװײַז איבערגעװאָרפן מיט װערטער -- אוקראינישע און ייִדישע: אָקסאנע און לייע זײַנען פון די מיידלשע יאָרן געווען כאװוערטעס, און זיי האָבן געװוּסט ביידע לעשוינעס.

שפּעטער שוין, אָנהײיב ווינטער, ווען דער אונטערערדישער ראיקאָם האָט באשטעטיקט כאווען פארן קאָמיסאר פונעם פּארטיזאנישן אָטריאד, װועמענס קאָמאנדיר עס איז דער באטקאָ אָפּאנאס, נאָך דעם, װי ס'איז קלאָר געװאָרן, אז עוואקויִרן אין הינטערלאנד אירע עלטערן און די מומע אָקסאנע איז שוין ניט מעגלעך, און ווען די פּארטיזאנער האָבן אײַן- געשטעלט זייערע פארבינדונגען מיט די ארומיקע שטעטלעך, -- האָט זי זיך דערװוסט וועגן דער גרויליקער עקזעקוציע איבער די ייִדן פון סלוטשניע און אויך אז עזראָ און עלכאָנען זײַנען פארן ארײַנגײן פון די דײַטשן אוועק מיט דער רויטער ארמיי,

אָנגעקומען זײַנען די צוויי באָכערים אין פארשיידענע טיילן, און ניט צום פארגלײַכן איז געווען זייער װײַטערדיק מאזל. בא עזראַן איז אלץ געגאנגען גלאטיק -- א מילכאַמע װי א מילכאָמע, מערער צײַט אין די פאָרמירונג-לאגערן, און אינצווישן -- אויסמאטערנדיקע מארשן צום פראָנט. דערנאָך די טראנשיי, ניט אף א לאנגער צײַט -- אָדער אהער, אָדער אהין, אין בעסטן פאל -- ביזן באקומען א װוּנד, און דאן -- לאזארעטן, הינטערלאנד-האָס- פּיטאלן, א מאָגערער פּאיאָק, און װוידער פאָרמירונג-לאגערן; אויב די קויל האָט אויסגעמיטן און עס מילכאָמעװעט זיך אין טראנשיי ביזן אָנקומען פון אן אומבײַט, ווען די אַקאָפּנע ראַטע ווערט אָפּגעפירט אף אָפּרו און אף איבערפאָרמירונג, טרעפט אַפטער פון אלץ, אז מע װערט אריבערגעפירט אין אן אנדער טייל, אָדער דער גאנצער פּאָלק גייט אריבער אין דער שכיינעסדיקער ארמיי, אף א צווייטן פראָנט, און די סלוזשבע מיט דער מילכאַמע מיט אלץ- אן-אנדער הייבט זיך אָן פונדאָסנײַ, אזוי עטלעכע מאָל, קרײַז-אײַן, קרײַז-אױס, און יעדער קרײַז גיט צו א נײַ סטענגעלע, א רויטס אָדער א געל-גאָלדנס, איבער דער לינקער קעשענע

25

פונעם כאקי-העמדל, א צייכן פון דער באקומענער װוּנד, און וועמען ס'גליקט נאָך אָפּ -- איבער דער רעכטער קעשענע א מעדאל.

עלכאָנענען איז פון סאמע אָנהײיב אויסגעפאלן גאָר אן אנדער װעג. ער האָט ניט באוויזן אפילע אראָפּצוווארפן פון זיך דאָס ציווילע אַנטאַן און זיך אַנעסן מיט סאַלדאטישער קאשע, װי די דײַטשן האָבן אים פארנומען אין געפענקעניש, און װוערנדיק נאָך געטריבן אין דער פראָנט-געגנט, אף א שליאך, װוּ סזײַנען הארט איינע לעבן דער צווייטער דורכגע- גאנגען די קאַלאָנע פארכאפּטע רויטארמייער אוֹן א קאַלאַנע ייִדן-פּלײטים, איז ער אריבער- געגאנגען צו די פּלײטים, און קיינער האָט עס אפילע ניט באמערקט. דערנאַך האָט זיך אין אָט דעם אָרט דער פראָנט אומגעריכט איבערגערוקט אף מײַרעו -- א טאנקען-דיוויזיע פון דער רויטער ארמיי האָט זיך א ריס געטאָן פאָרויס, און די קאַלאַנע פּוילישע ייִדן, צו וועל- כער סאיז צוגעשטאנען עלכאָנען, האָט זיך גענומען פארטיפערן אין די רוסישע ראכוועסן. אף די פילצאַליקע פּריוואלן, בייס די אָנפאלן פון דער דײַטשישער אװויאציע, אף נאכטלעגער אין די פארלאַזטע דערפלעך ארום דער פראָנט-ליניע, איידער נאָך די הײימלאָזע זײַנען אָנ- געקומען צו א קאַנטראַלירטער סאָוועטישער שטאָט, האָט עלכאָנען זיך צוגעטוליעט צו איינעם א פּאַליט אָן א מישפּאָכע, מיט א היפּשן זאפּאס עסנווארג און מיט צוויי צונויפגע- וויקלטע ווארעמע קאַלדרעס, פארװאָרפענע אף דער פּלייצע צוזאמען מיטן רוקזאק, -- א ייִדן פון א יאָר פינף און דרײַסיק, װאָס האָט זיך אויסגעטיילט מיט זײַן שטארקן געזונט, מיט דעם ברייטן פּאָנעם, וועלכן עס האָט באזוימט א הארטע, קורצע שטעכיקע באָרד, און מיט שטענדיק פארקאטשעטע ארבל, װאָס עס האָט געמאכט אים היימיש און ראיעל. איבער- הױפּט האָט מוישע שאדאי (אזוי האָט מען דעם פּאַליט גערופן) אויסגענומען בא עלכאַנענען מיט זײַן וויסן װוּ אײַן און װוּ אויס אין דעם שווערן, פארפּלאַנטערטן מאצעוו, אין וועלכן דאָס נאווענאד-לעבן שטעלט אוועק דעם מענטשן, און מיט זײַן גרײטקײַט אלעמאָל ארויס- צוהעלפן אים, עלכאָנענען. דערװײַל זײַנען אין דער קאַנטראַלירטער סאַוועטישער שטאָט אונטערגעקומען מענטשן פון דער זיכערהײַט-דינסט, און ס'האָט זיך ארויסגעוויזן, אז אין דער גאנצער קאָלאָנע איז פּונקט אָט דער געזונטער פּאַליט, דער צוגעפּאסטער צו אלדי שווערע אויסקומענישן, ניט קיין געװוּנטשענער, און ווען די באװאָפנטע לײַט האַכן אים ארויסגענומען פון דער קאַלאָנע און אָפּגעפירט צו אן אױספאַרשונג, האָבן זי פארכאפּט מיט זיך אויך זײַן פרײַנטל, עלכאַנענען, און אזוי האָט זיך פארדרייט עפּעס א מאָדנער איניען, וועלכער איז, פארשטייט זיך, לאכלוטן ניט ארײַן אין כעזשבן פון דער מילכאַמע, און ס'האָט, װײַזט אויס, ניט געארט די הויכע קריגס-סטראטעגן, װאָס אזא איינער פון צװישן די פּוילישע פּלײטים, וועלכער הערט ניט אוף צו טײַנען, אז ער איז א סאָװועטישער בירגער, נאָר קיין דאַקומענטן אף צו באװײַזן עס האָט ער ניט, װעט די עטלעכע יאָר פונעם קריג אָפּזיצן אין א זײַט, אונטער א וואך, פארווענדנדיק גענוג האָרעוואניע פאר דער באקומענער פּײַקע, -- ביזוואנען די זאך װועט ניט אױסגעקלאָרט ווערן.

צוערשט זײַנען עלכאַנען און מוישע שאדאי געוען צעטיילט, נאָר אין קאָלימא האָבן זי זיך געטראָפן אין איין באראק, און אויך דאָרט האָט דער פּאָליט פּארהיט זײַן פריערדיקן אויסזען, די הארטע, קורצע שטעכיקע באָרד, דאָס ארומגיין אין דער ווארעם מיט פארקא- טשעטע ארבל, װי אזא, װאָס איז אָן אופהער פארנומען מיט קאַלערלײ גרעסערע און קלע- נערע ארבעטן. די אופזעער האָבן באמערקט זײַן פּראקטישקײַט, דאָס וויסן װוּ אײַן און װוּ אויס, און זיי האָבן אים אוועקגעשטעלט פארוואלטן מיט דעם סקלאד. דאָרט האָט ער גענו- מען אונטער זײַנע פליגל עלכאַנענען, אָפּט אים אָפּגערופן פון די שווערע ארבעטן און דערבײַ געהאלטן אין איין שלײַפן לויטן אייגענעם פארשטאנד זײַן מויעך.

אין טאָך, האָט ער אים אײַנגעדױבעט אין זינען בעסאכאקל צוויי גרינטלעכע געדאנקען: אז אין אזא צײַט איז זיצן א פארשפּארטער אין לאגער גאָר ניט קיין שלעכטער גוירל -- קאָלזמאן די וועלט שלאָגט זיך קאָפּ אין וואנט און מענטשן קומען אום װי די פליגן, איז א פּריװוילעגיע צו זײַן באוואכט אפן װײַטן צאָפן, װוּהין ס'וועט נישט פארפליַען ניט נאָר קיין דײַטשישער אעראָפּלאן, נאָר אפילע קיין פויגל פון דער בײַליגנדיקער רוסישער טײַגא. און דאָס צווייטע, װאָס מוישע שאדאי האָט זיך געסטארעט דערגרייכן, איז געווען געריכטעט צו דעם, אז ווען עלכאַנען װעט נאָך דער מילכאָמע ארויסגיין אף דער פרײ, זאָל מען קאָנען מיט אים ריידן וועגן שיוואס ציִען, װאָס איז, װי עלכאָנען האָט מיט דער צײַט אָנגעהױבן

צו פארשטיין, געווען דער בארוף פון זײַן, שאדאיס, לעבן. 26

אז די לער האָט געהאט דערפאָלג, האָט מען געקאַנט זען קױידעמקאָל פון דעם, װאָס עלכאָנענס געמיט איז אין לאגער אלץ מער און מער געשטילט געװאָרן, כאָטש ס'פלעגט מיט אים טרעפן, ווען אף גאנצע װאָכן איז ער ארײַנגעפאלן אין א מעלאנכאַליע, און דעמלט זײַנען אלע זײַנע רייד געווען װועגן סלוטשניע און וועגן די קאָמסאָמאָלישע דערמאַנונגען. אָבער אינגאנצן גענומען, האָט ער זיך שטארק געביטן, און דאָס האָט זיך אויסערלעך גע- פילט אין זײַן געענדערט לאָשן, אין דעם אָפטלעכן ניצן העברעישע װערטער, אינעם פאר- לאָזן זיך א באָרד מיט װאָנצעס פון פארוויאנעטע האָר און אין זײַן צוגעייגנטער מידע צו אויסזינגען א ניגנדל, אונטערקנאקנדיק מיט די שפּיץ פינגער פון ביידע הענט און פאר- גלאָצנדיק די אויגן -- א פירעכץ, װאָס ער האָט פארגעדענקט פון דער קינדהײַט, ווען ער האָט געהערט זינגען ארטיסטן פון די וואנדער-טרופּעס, אָבער דאַ אין באראק האָט עס גע- האט גאָר אן אנדער זין.

דאָס לעבן האָט אָפּגעשפּילט אזא קונץ, אז גראָד מוי'שע שאדאי איז פונעם לאגער באפרײַט געװאָרן אין סאמע ברען פון דער מילכאָמע, און איבערגעבליבן איז דאָרט, אונטער דער שטרענגער וואך, דער צופעליק ארײַנגעפאלענער אין אָט דער געשיכטע עלכאַנען צאָמ- בער. ס'האָט זיך אין יענעם יאָר געטאָן אף טיש און אף בענק ארום דער ארמיי פונעם פּולישן גענעראל אנדערס, וועלכע איז שפּעטער אוועקגעגאן קיין איראן און פון דאָרט -- צו די , לאָנדאָנער פּאָליאקן', און אין העסקעם מיט אנדערסעס א באקאַשע האָט מען אין די לאגערן גענומען אופזוכן, אָפט לוט צוגעשטעלטע צעטלען, געוועזענע בירגער פון פּױלן, קעדיי זיי איבערגעבן אין דער געשאפענער ארמיי. װײַזט אויס, אז צום צונויפשטעלן די צעטלען, װי מוישע שאדאי האָט אריסגעזאָגט די האשאָרע באם געזעגענען זיך, האָבן געהאט א שײַכעס זײַנע, שאדאיס, פרײַנט, -- איינער, ווייסט ער אף זיכער, איז בא אנדערסן א מיליטערישער ראָוו, -- און אזויארום, האָט, אדאנק אכיינו בניי ייִסראָעל, זיך אײַנגעגעבן דעם פּאָליט, װאָס איז דורכגעפאלן אין אַנהײב פון זײַנער א מיסיע, ארויסראטעווען זיך פון אונטער דעם ארעסט און פארשווינדן פון רוסלאנד.

טאקע בייסן געזעגענען זיך האָט דער פּאָליט אָנגעטרױט עלכאָנענען זײַן שטארק אָפּ- געהיטענעם סאָד:

-- מײַן פאמיליע איז ניט שאדאי... איך האָב זיי א לאנגע צײַט געפירט בא דער נאָז..

-- טשיקאווע. צוליב װאָס האָט איר עס באדארפט? און ויאזוי רופט מען אײַך אפאנ- עמעסן?

-- װאָס מיינט איר -- איך בין ארײַן צווישן די פּלייטים און זיך אװעקגעלאָזט אין אײַער לאנד, קעדיי פארברענגען א ביסל אין אָט די ראָמאנטישע ערטער?

-- זאָגט זשע מיר, וער זײַט איר?

-- איך בין מוישע שאדאי. איר ווייסט אזוי אויך שוין צופיל. איך גלייב, אז כװועל ניט האָבן כאראָטע פאר מײַן אָפּנהארציקײַט, װײַל װי-ניט-װוי האָב איך אײַך געטאָן נאָר גוטס...

-- איר מעגט זײַן רוֹיָק, רעב מוישע.

-- אף יעדן פאל װעל איך אײַך זאָגן, װאָס פאר א געדאנק עס ליגט אינעם װאָרט שאדאי.

ער האָט אים שפּילעװדיק אָפּגערופן אין א זײַט און מיט א געהיים שעפּטשען פאר- געבן א פראגע:

-- צי האָט איר בא דער סאָוועטנמאכט אמאָל געזען א מעזיזע?

-- װאָדען? בא אונדז אין שטוב אפילע...

-- און װאָס איז געווען אָנגעשריבן אף איר שיידל?

-- שאדאי! -- האָט עלכאָנען אויסגעשריגן.

-- יא וואס סלושאיו! -- האָט זיך אף רוסיש אָפּגערופן מוישע שאדאי, פּונקט וי עֹל- כאָנען װאָלט אים א רוף געטאָן.

ביידע האָבן זיך צעלאכט. עלכאָנען איז געווען אנציקט פונעם אײַנפאל פון זײַן פרײַנט, וועלכער האָט, ווידער שפּילעװודיק, פארטײַטשט די ראַשעטיװעס פון שאדאי --- שומר דלתות ישראל, דער היטער פון די ייִדישע טויערן.

-- הא... -- האָט עלכאָנען ארויסגעשטאמלט, קוקנדיק מיט שטארק צעעפנטע אױגן אף זײַן פרײַנט, פאר וועמען ס'האָבן זיך איצט אזוי גוטװיליק געעפנט די טירן, ער זאָל זיך גיין זײַן װעג, פרײַ פונעם ארעסט, און טאָן דאָס, װאָס אים ווילט זיך טאָן.

לאכנדיק נאָך אלץ מיט אן אָפּגעהאקט, דריבנע געלעכטער, האָט דער פּאַליט גוטמו- טיק געזאָגט:

27

-- פאר אײַך װעל איך פארבלײַבן דער מוישע, װאָס איז א היטער פון ייִדישע טויערן. אוב עס װעט זיך מיר אמאָל אײַנגעבן איבערצושיקן אײַך א גרוס, װעט עס זײַן א גרוס פון מוישע שאדאי...

3

דאָס, װאָס עס האָט איצט מיט זיך פאָרגעשטעלט סלוטשניע, איז געװען מער װי א כורבן. אפילע נאָך אן ערדציטערניש בלײַבן מערערע סימאָנים פון לעבן. די הײַזער זײַנען אינגאנצן אראָפּגעטראָגן פון דער ערד, װי ניט געווען, און דעם באָדן, אף וועלכן זיי זײַנען געשטאנען, האָבן פארנומען גאנצע פעלדער מיט בוריאן, װאָס האָט אפילע איצט, נאָך ניט קיין צעוואקסענער, באהאלטן אין זיך די פארבליבענע האלבע אױיוונס, די קעלערס, די בערגלעך ציגל און האָלץ. די מענטשן -- אלע מענטשן -- זײַנען צעשאָסן געװאָרן מיט דער גרעסטער אקוראטקײַט -- לוט א שטרענגן סיידער, גרופּעסװײַז, די פרויען באזונדער, די מאנצבלען אין אן אנדער טאָג און ניט דאָרט, װוּ די פרויען. נו, און די קינדער האָט מען נאָך אָפּגעהאלטן א גאנצע װאָך, ביזוואנען מע האָט פארענדיקט מיט די דערוואקסענע אין די ארומיקע שטעטלעך, און דאן האָט מען פון אומעטום צונויפגענומען די קינדער אין דעם סלוטשניער פּאלאץ, אין איינעם פון די פארבליבענע זאלן, וועלכער איז ביז דער מילכאָמע געהאלטן געװאָרן װי א מוזיי, און דאָרט האָט מען זי אופגעריסן מיט דינאמיט לעבעדיקער- הייט. אזויארום, ליגט איצט יעדע ייִדישע מישפּאָכע אין דרײַ ערטער, און די לעבנגעבליבענע, װאָס קערן זיך אום אין שטעטל, װעלן גיין אף קייווער-אָװעס פּונקט אזוי, װי סזײַנען צו די גריבער געגאנגען די קדוישים -- פריִער אין דעם וואלד באם ארײַנפאָר קיין סלוטשניע, דערנאָך צום יאר אף יענער זײַט טשארטאָרישטשע, און ערשט דעמלט אין די כורוועס פונעם פּאלאץ צו די קינדער.

ס'איז ניט קלאָר, װאָס אזוינס האָבן די דײַטשן געפונען אויסערגעוויינלער שלעכטס פאר זיך אין. אָט דעם שטילן שטעטעלע -- פארװאָס האָבן זיי אזוי גרינטלער, מיט אזעלכע פּײַניקונגען אָפּגעװישט עס פון דער ערד. עפשער האָט מען זיי געזאָגט, אז, קלוימערשט, דאָ האָבן די קאַמוניסטן געבויט עפּעס א באזונדערס וויכטיקן קאָמוניזם, צי עפשער האָבן אליין די דײַטשן, לויט א צופעליקן אויסוואל, ארויסגעשטעלט סלוטשניע, װי א מוסטער פון דער ענדלייזונג...

אפילע קיין הינט און קיין קעץ זײַנען שוין ניט געווען אף דעם אַרט, װוּ אמאָל איז געשטאנען סלוטשניע. בלויז מײַז האָבן געשמײַעט אונטער די פיס בייס עזראָ איז געגאנגען אופזוכן א זייכער פון דער שטוב, פונוואנען ער איז אװועק נאָכן דײַטשישן אָנפאל.

ער האָט, װי דער סייכל זאָגט אונטער, ניט געדארפט לאנג זוכן דעם װעג אהיים. אויב זיך פארנעמען פון כאוועס און עלכאָנענס טױיער, איז גענוג אריבערגיין אין דער ברייט דעם שליאך, װאָס איז געווען די הויפּט-גאס אין שטעטל און האָט ארויסגעפירט מיט ביידע עקן צו דער אויסערלעכער וועלט, און דעדנאָך, האלטנדיק זיך פּאזע דעם פּארקן פונעם אײַג- פאַר-הויז, פאָרזיכטיק דורכשפּאנען דאָס שמאָלע געסעלע, װוּ סײַ זומער, סײַ װינטער האָט ניט אויסגעטריקנט עפּעס א טשיקאווע בלאַטע, א בולבענדיקע, װי זידנדיק וואסער, װאָס שטייט אף א שוואך פײַערל, און דערפאר האָבן זי איינע גערופן דער ניט-פארפרוירענער האפן און אנדערע -- די גאזע אינמיטן דער גאסע. סהאָט בעעמעס ניט אָפּגעגליקט די שליווניאקס -- דער גאנעק פון זייער שטוב האַט זיך אָנגעשפּארט אין אָט דער אײביקער בלאָטע, דערפאר אַבער האַט אף דער קעגניבערדיקער זײַט, אוב מע האָט געקוקט פון דער הינטערשטער הויזנטיר, זיך געעפנט א מאלכעסדיק בילד פון גערטנער און באוואקסענע מיט שיטערע קוסטעס בערגלעך, װאַס פונדאנען האָבן זיי אויסגעזען װי א טאבון פערד, וועלכער באװײַזט זײַנע רוקנס, ארײַנשטעקנדיק שוין די מאַרדעס אינעם פארבײַפליסנדיקן סלוטש.

עזראַ איז געגאנגען, א פארטויבטער פון די אייגענע טריט, שלעפּנדיק נאַך זיך דאַס סאָלדאטישע זעקל. ער איז וי ארײַן אין א כאַלעם, װוּ אלץ איז פארקערט און אומגלייבלעך. פונעם שליאך זײַנען די שטיינער געווען ארויסגעפירט, און געבליבן איז אונטער די פארא- יאַריקע זשוכלע גראַזן א קוים באמערקבארער שפּור פון אן ערדענעם װעג. באם אריבער- גאנג צו דעם פּלאץ, װוּ ס'איז פריִער געשטאנען דאָס אײַנפאָר-הױז, איז די ערד שוין פון לאנג געווען צעגראָבן, און אין דער שוין פארסאַכנעטער טיף פון א ברייטער גרוב האָבן

28

זיך געבלעזלט בלאָטיקע וואסערלעך. פונעם געסל איז קיין זייכער ניט פארבליבן, אַנשטאָט דער בארימטער בלאָטע האָט זיך געשפּרײט נאָך איין אױסגעגראָבענע ברייטע און טיפע גרוב, װוּהין יענע אלטע טשיקאווע בלאָטע איז װי ארײַנגעפאלן און דאָרט פארשוונדן גע- װאָרן. די גרוב האָט מען בא די דײַטשן פארפעסטיקט מיט באלקעס און ברעטער פון דעם אײַנפאָר-הויז, װאָס מע האָט צוליב אָט דעם צוועק צענומען. עזראַ האָט זיך שיר ניט ארײַן- געגליטשט אין דער גרוב, נאָר באוויזן זיך אָפּשטעלן און גענומען באקוקן דאָס אָרט.

יאָ, די בלאָטע, עפּעס גאָר װי א לעבעדיק באשעפעניש, איז אין דער מילכאַמע װי אריבערגעקראָכן פונעם געסעלע אפן שליאך. עפשער איז אונטער דער ערד טאקע אפאן- עמעסן געלעגן א לעבעדיק בולבענדיק און בלעזלדיק וועזן, א פארטריבנס אהין נאָך אין מײַסעדיקן אָוואר, און ווען סאיז פארשװוּנדן די סיבע, וועלכע האָט דאָס דאָזיקע אונטער- ערדישע וװועזן געהאלטן בא דעם שטעטל, מאכמעס אליין דאָס שטעטל איז פארשווונדן, דאן האָט עס אויך זיך צוגעדראפּעט צום שליאך, קעדיי אװעקפּױזען אין דער וועלט ארײַן.

עזראָ האָט דערפילט, אז טראכטנדיק אזוי און זײַענדיק פארטויבט פון די אייגענע טריט, איז ער ארומגעכאפּט געװאָרן מיט א מיסטישן גליווער, און דער דאָזיקער צושטאנד האָט זיך נאָך מער געשטארקט, ווען ער האָט זיך פארטשעפּעט אין א געפלעכט פון װאָרצלען און ס'האָט זיך אים מיטאמאָל אויסגעדוכט, אז דאָס איז דער אױסגעקאָרטשעװעטער קליאָן, װאָס איז געשטאנען הארט בא דער יערושע-שטוב פון די שליווניאקס, אָבער ארויסגעוויזן האָט זיך, אז די װאָרצלען זײַנען ניט פון א בוים, נאָר פון פארצװיײיאָריקע אָדער פארדריי- יאָריקע קירבעסן, און דאָס באטײַט, אז ער, עזראָ, איז שוין אָפּגעגאן אין א זײַט פון דער שטוב, צו די גערטנער-צו, און ער ווייסט שוין ניט, װוּ די שטוב איז אמאָל געשטאנען.

אינגאנצן אן אוסגעשעפּטער, האָט עֶר זיך צוגעזעצט אף אָט דעם קנויל פון טרוקענע װאָרצלען. אין קאָפּ איז אים געקומען א געדאנק, אז דאָס ייִדישע לעבן אין די שטעטלעך פונעם אמאָליקן טכום איז בא דער אקיידע שוין געשטאנען אף אָט אזעלכע שוואכע, מאמעש קירבעסענע װאָרצלען, און אױסרײַסן עס איז געווען ניט פון די שווערע זאכן. ס'האָט געפעלט די יוגנט, װאַס זאָל אין דער לעצטער מינוט זיך א נעם טאָן און אוועקפירן פון אונטערן כאלעף די עלטערן. נו, און אזעלכע װי ער, עלכאַנען, און כאווע? -- האָט עזראָ מיט זיך אליין א כקירע געטאָן, און ער האָט גלײַך אָפּגעענטפערט, אז זיי, די לעצטע שוין, האָבן זיך אומגעקערט צו טאטע-מאמע פון די נאָענטע שטעט, װוּ זי האָבן געענדיקט ארבפאקן, און ערעוו דעם קריג האָבן טאקע זי -- כאווע, עלכאָנען און ער, עזראָ, געהאט א שליכעס פונעם רעפּובליקאנישן קאָמסאַמאָל צונויפצושטעלן א באריכט װעגן די הייסע קוואלן אין סלוטשניע און אין דער אומגעגנט, קעדיי צוצַיִען צו זי דעם אינטערעס פון די הייל-אַרגא- ניזאציעס און מיט דעם עפשער ראטעווען סלוטשניע פון וועלקונג. אָבער קיין עצעם שטעטל- דיקע יוגנט איז פון זיי ניט ארויסגעקומען. זי האָבן זיך פּאַשעט צוגעזעצט ניט אף לאנג אין סלוטשניע, אָט אזוי וי ער איצט אף די קירבעסענע װאַרצלען.

אויך קיין יאָדערדיקער אמנאָ -- קיין באלעגאַלעס, קאָוואליעס, שנײַדער-געזעלן, שוס- טער-יונגען, באָנדערס און בלעכערס -- זײַנען שוין ניט געווען אינעם שטעטל. דער אמכאָ- האמוין איז אריבער אף ערד קיין קרים, אין די ייִדישע ראיאָנען, קיין ביראַבידזשאן. די נײַע צײַט האָט פון אלע זײַטן באטראכט דאָס אויסגעליידיקטע שטעטל, און ס'האָט אויסגעזען, װי זי װאָלט ניט געװוסט, װאָס צו טאַן מיט דעם...

באקוקנדיק דאָס אומגליקלעכע אָרט צװישן דעם שליאך אין די בערגלעך, װאָס זײַנען ענלעך אף פּלײיצעס פון פערד, האָט עזראָ צוגעשאַקלט מיטן קאַפּ, פּונקט וי דאָס װאָלט זיך ארומגעטראָגן נידעריק איבער דער ערד דאָס געשפּענסט פונעם דערמאַרדעטן שטעטל, און ער, עזראָ שליווניאק, א געקומענער פון דער מילכאָמע, הערט, װאָס עס דערציילט אים דאָס געשפּענסט, ניט געפינענדיק קיין אייגענע װערטער אף צו זאָגן עפּעס. דאַרט, װוּ די בערגלעך האלטן ארײַנגעטאַָן די פערדישע מאָרדעס אינעם סלוטש, האָט זיך שוין צערויטלט דער האָריזאָנט, און װי נאָר עזראָ, זעענדיק, אז עס פארגייט די זון, האָט א טראכט געטאָן, אז מע דארף אָפּזוכן א נאכטלעגער, האָבן זיך דערהערט טריט און פון הינטער איינעם פון די בערגלעך האָט זיך באוויזן עלכאַנען, א באָרװעסער, אָן דעם בושלאט, אין א קויטיק קא- זיאָנע העמד, װאָס פארבינדט זיך אף דער ברוסט מיט בענדלעך.

-- דו שמועסט זיך דורך מיט טאטע-מאמע.. -- האָט ער קאלטלעך א זאָג געטאָן, צוקומענדיק נעענטער צו עזראָן. -- אָט דאָ טאקע, װוּ דו זיצסט, איז געווען אײַער גאנעק.

אזוי װי פריִער, ווען עלכאָנען האָט אים אױיסגעװאָרפן, אז ער האָט זיך ברייט צעזעצט אין כאוועס שטוב, האָט עזראָ אויך איצט זיך אופגעכאפּט פון דער פארגליװערטקײַט און געפרעגט די זעלבע פראגע:

29

-- פונוואנען נעמסטו, אז דאָ איז געווען אונדזער שטוב? -- איך נעם עס פון דעם, װאָס דו זיצסט דאָ. דעם פארברעכער ציט צום אָרט פונעם פארברעכן... עזראַ האַט זיך האסטיק א שטעל געטאַן אנטקעגן עלכאַנענען און אָנגעכאפּט אים מיט ביידע הענט בא דעם צעכראסטעטן העמד: -- פּלאפּלסט! װאָס פאר א פארברעכן? זאָג! עלכאַנען האָט צוגעמאכט די אויגן און געלאָזט זיך א טרייסל טאָן. עזראָ האָט, עמעס, אָפּגעלאָזט דאָס העמד, אַבער מיט דער זעלבער הארטקײַט, װי פריער, זיך אָנגעפרעגט: -- װער, זאָגסטו, איז באגאנגען א פארברעכן? | -- ביידע מיר. דו, שליווניאק, און איך אויך. אוועק מיט דער באװאָפּנטער און װי- ניט-ווי אָנגעהאָדעװעטער ארמיי, און די אלטע, די שוואכע איבערגעלאָזט אף אומקום. -- װאָס זשע, געדארפט בלײַבן אזוי וי זי אונטערן פאשיסט? און -- צו דער גרוב? גי שלאָג זיך, זונעניו, האָט מיר געזאָגט די מאמע... -- מע האָט געקאַנט זיך שלאָגן אויך דאָ. לעמאָשל, כאווע און ארכיפּ.. -- דו ווייסט עפּעס וועגן זיי? -- כאווע װוינט מיט איר טאטן אין דער גרויסער שטאָט, זי איז איצט צװישן די סאמע פּנײ. און דאָ איז פאַרזיצער פונעם דאָרפסאָװעט אָפּאנאס גאװורילאָװיטש קאָפּילענקאָ. דאָס שטעטל מיט טשארטאָרישטשע זײַנען געװאָרן צוזאמען איין דאָרף. ארכיפּ קאָפּילענ- קאָ האָט זיך פונעם וואלד ניט אומגעקערט. עזראָ האָט צונויפגעדריקט די פויסטן און מיט פארטריקנטע ליפּן עטלעכע מאָל ארויס- געבראכט ארכיפּס נאָמען. דערנאָך האָט ער מיט אומצוטרוי געפרעגט: -- און כאווען האָסטו באגעגנט? -- ניין. קאָפּילענקאָ האָט זיך דאָ ניט לאנג צוריק דערשלאָגן, אז זי זאָל איבערנעמען בא אים די מאכט איבער אָט דעם בוריאן און איבער טשארטאָרישטשע. -- פארװאָס עפּעס דארף מען איבערנעמען די מאכט? -- קאָפּילענקאָ איז אָן פיס. אף רעדלעך איז אים שווער צו פירן די באלעבאטישקײַט. -- און פארװאָס כאווע? -- כאווע איז געווען אין אַטריאד קאָמיסאר. קאָמיסארן גייען ארויס פון א מילכאָמע אף די אייגענע פיס. -- עלכאַנען! ואש אויס דאָס מויל! -- מע קאָן האָבן א ריין מויל, נאָר די נעשאָמע זאָל בלײַבן שמוציק... עזראָ האָט אָפּגעװאָרפן פון זיך די פּאָלע פון דער שינעל. -- אָט דאָס איז מײַן נעשאַמע. דרײַ מאָל ,סלאווא". ווען ער האָט פארשפּיליעט די שינעל, האָבן נאָך געקלונגען הינטער איר, ויגנדיק זיך, די דרײַ סאַלדאטישע, פּראָסטע אפן אויסזען שטערן, אומנאטירלעך גרויסע, יעדערער פון אן אנדער מעטאל, לוט דער מאדרייגע נאָך. ער האָט א קוק געטאָן אף עלכאָנענען. יענער איז געשטאנען א פארוואקסענער און אויסגעדארטער, הוט און ביינער, א דערנידע- ריקטער. די אויסגעברענטע פון דער זון ביז װײַסקײַט כאקי-הויזן האָבן, װי דאָס קאזיאָנע העמד, געהאט אונטן בענדלעך, און טוענדיק א שפּאן, האָט ער מיט א פוס אָנגעטראָטן אף א בענדל בא דעם צװוייטן פוס און איז פון אָט דער קלײניקײַט אומגעפאלן. עזראָן האָט זיך אויסגעוויזן, אז עלכאָנען אײַלט זיך ניט אופצושטיין, פּונקט װי געבנ- דיק מיט דעם צו פארשטיין, אז ער האָט פארדינט זײַן נידערלאגע אנטקעגן דעם סאָל- דאטישן רום פון זײַן כאווער, װײַל אָנשטאָט זיצן אין די אַקאָפּעס, איז ער אָפּגעזעסן די גאנצע מילכאַמע אין לאגער-באראקן. עזראָ האָט אים שוין אויסגעשטרעקט די האנט, קעדיי העלפן אים שטעלן זיך אף די פיס, נאָר אין דער זעלבער מינוט, דערפילנדיק זיך, זעט אויס, שטארקער, האָט עלכאָנען זיך אופגעהויבן פון דער ערד, אָפּגעטרײסלט פון זיך דעם שטויב, פארפּראוועט דאָס העמד אין די הויזן און ארויסגערעדט מיט א געמאכטן לאנגװײַל: -- א געקריג איז װי א קרעץ. װאָס מער מע קראצט, אלץ מער בײַסט עס. און איך האָב דיך, עזראָ, דערזען פונדערװײַטנס, װי דו זיצסט א פאראָווֹלטער, בין איך צוגעקומען דיך א רוף טאָן אָט צו יענעם בערגל, דאָרט װעסטו זען אן אלטן באקאנטן:.. עזראָ האָט אומגעדולדיק געפרעגט: -- װער איז עס? -- וועסט זען, -- האָט קאלטבלוטיק געענטפערט עלכאָנען.

25 30

זיי האָבן זיך אװעקגעלאָזט צום בערגל, נאָענט לעבן ברעג פונעם סלוטש, װוּ די פאר- בײַשװימענדיקע זון האָט באוויזן די קונץ, ויאזוי אָן א מינדסטן פונק פאנאנדערבלאָזן איבער א טײַך, צוישן הימל און וואסער, א העליש פײַער. הינטערן בערגל האָט זיך װי אויסבא- האלטן פון א זײַטיק אויג א טונקל-ברוינע ברעזענטענע פּאלאטקע, אן אָנגעצויגענע אף קורצע, קרעפטיקע דרענגלעך. עטװאָס אין א זײַט האָט א מאנצבל, פּונקט װי עלכאַנען א האלב אױסגעטאָנענער, אפגיך צונויפגעלייגט א אייוועלע פון אָפּגעקליבענע אף די כורװועס ציגל. אף אן אָפּגערײניקט פון גראָז אָרט האָט ער אײַנגעמאָסטעט אין דער לענג צװײי קורצע רייען ציגל, אריבערגעװאָרפן אין דער ברייט איבער זיי צוויי פארבויגענע אף אראָפּ אײַזערנע קריוקעס און פון אויבן אוועקגעלייגט עטלעכע באזונדערע ציגל אזוי, אז זיי זאָלן מאכן שמעלער דעם כאָלעל, איבערלאַזנדיק אן עפענונג פארן פײַער. איבער דער עפענונג האָט ער אָנגעצויגן א שטיקל בלעך און גענומען שוין צונויפשארן פאראיאָריקע דארע צװײַגלעך, קעדיי אײַנהײצן דאָס אייוועלע.

דערהערט טריט, האָט ער זיך אויסגעקערעוועט מיטן פּאָנעם צו די אָנקומענדיקע, און עזראָ האָט אים באקוקט מיט נײַגער, בייס ער, װיסנדיק שוין פון פריִער, װועמען עלכאַנען איז אוועקגעגאנגען צורופן אהער, האָט זיך געלאָזט באטראכטן און אפילע זיך א כיינדל געטאָן, װי איינער זאָגט: דאָס בין איך, ניט קיין אנדערער... עס האָט זיך ניט געפאָדערט קיין סאך מי צו דערקענען אין אָט דעם בעקיוונדיק פּראָסטינקן, נאָר מיט אן ארויסגעשטעל- טער באדאכטקײַט פּארשוין רעב ארן דעם ייִשוּװניקס זון -- מוישען. ער האָט זיך גאַרנישט ניט געענדערט זינט דעם אָנהײב פון דער מילכאַמע -- א ברייטביינערדיק פּאָנעם, דריבנע ציין, שווארצע געדיכטע האָר, װאָס לאָזן ניט אנטבלויזן דעם נידעריקן שטערן, און אויגן, וועלכע זײַנען גרייט ארויסגעבן האכנאַע פאר יעדן, װער עס קוקט אין זיי ארײַן. אויסגעזען האָט ער גענוג פריש, קעדיי מע זאָל קאָנען מיינען, אז איינס פון די צוויי: אָדער ער איז ניט געווען דאָרט, װוּ סאיז שווער, אָדער ער האָט שוין געהאט צײַט זיך אָפּצורוען.

עזראָ האָט שנעל זיך א דערמאַן געטאָן: יאָ, זײַן נאָמען איז מוישע. די פאמיליע -- טכויר (ער פלעגט זיך קאעסן, ווען מע האָט אים אזוי גערופן: בעסער טכאָר). געבנדיק זיך די הענט, האָבן זיי ביידע פאָרגעזעצט טאַן דאָס זעלבע, װאָס פריִער: איינער -- געלאָזט זיך באקוקן, דער צווייטער -- ארײַנגעטראכט זיך, וויָאזוי װײַטער זיך באגיין,

ארויסגעהאָלפן האָט עלכאָנען. ער האָט צוגעפירט עזראָן צו דער באנק, װאָס איז ערשט צונויפגעקלאפּט געװאָרן פון עטלעכע ברעטלעך, און, צוזעצנדיק זיך לעבן אים, גע- ענטפערט מיט געציילטע ווערטער אף אלע פראגן:

-- דו דארפסט געדענקען, עזראָ, אז פאר דעם קריג, װען מיר ביידע, צוזאמען מיט כאווען, האָבן צונויפגעשטעלט דעם באריכט װעגן די סלוטשניער קוואלן, איז ארויס מיט א קאמפּאניע קעגן אונדז מוישע טכויר...

ער האָט זיך אָפּנעשטעלט, א קוק געטאָן ארויסרופעריש אפן באלעבאָס פונעם בײַדל און צוגעגעבן:

-- יאָ. מוישע טכויר. געדענקסט, עזראָ? מיר האָבן זיך דעמלט גוט געשלאָגן מיט אים, װײַל ער האָט געװאָלט פארשיטן די קאליוזשעס, און בעסויכעם די קוואלן און אויסלייגן מיט שטיינער אלע גאסן אינעם שטעטל, קעדיי ס'זאָל גרינגער זײַן גיין צום קאָמוניזם, איך זאָג עפשער א ליגן, מיכאיל אנדראָנאָװיטש?

הייסט עס, אז מע איז אמאָל געווען ניט נאָענט צװישן זיך, און מע דארף זיך אירצן, אָבער װאָס עפּעס אינמיטנדערינען -- מיכאיל אנדראָנאָװיטש? װידער עלכאָנענס א גענגעלע?

דער באלעבאָס פון דער פּאלאטקע האָט ביז אהער געשוויגן. איצט האָט ער זיך אויך צוגעזעצט אף דער באנק, אוװעקגעלייגט א ווייכע, היימישע האנט אף עזראָס אקסל און געלאסן, אין גוטן מוט, געגעבן א פּאָר נייטיקע אופקלערונגען:

-- איך וויל, איר זאָלט נאָך שטארקער מיך פײַנט האָבן, װעל איך איצט זיך מוידע זײַן, אז דעמלט איז שוין געווען אָפּגערעדט, אז פאר שטויסן דאָס שטעטל אין אן אוואנטיו- רע װעט איר ביידע און אויך אײַער כאווערטע אױיסגעשלאָסן ווערן פון קאָמיוג. גוט, װאָס עס האָט זיך אונטערגעכאפּט די מילכאָמע...

-- טאקע א גרויס גלִיק... -- האָט מיט שפּאַט, אָבער פארהיטנדיק אן ערנסטע מינע, ארײַנגעשטעלט עלכאָנען.

עזראָ האָט געײַלט ארויסצובאקומען די צווייטע אופקלערונג:

-- נו, און פארװאָס, כאווער טכאָר, רופט אײַך עלכאָנען מיט א רוסישן נאָמען?

-- איך האָב געמוזט זיך איבערציילעמען אין אַטריאד באם באטקאָ אָפּאנאס. אין פאל, אויב כ'װאָלט ארײַנגעפאלן צו די דײַטשן אין די הענט...

1

דעם ענטפער האָט מיכאיל אנדראָנאָװיטש געגעבן, אויסהאלטנדיק פריִער א לאנגע פּאוזע, בייס וועלכער ער האָט געקוקט אָנגעשטרענגט עזראָן אין פּאָנעם, פּונקט װוי ס'װאָלט געגאנגען א צולאָכעס-שפּיל.

און כאָטש אָט דער דאָזיקער אויפן צו פירן א געשפּרעך איז געװוען, דוכט זיך, בא מיכאיל אנדראָנאָװיטשן אין בלוט, האָט ער באלד באוויזן גאָר אן אנדער כאראקטער.

שמייכלענדיק צו ביידע זײַנע געסט, האָט ער ארױסגעטראָגן פון דער פּאלאטקע א ליידיק קעסטל פון פאניר, אוועקגעשטעלט עס, װי א טישל, בא דער באנק און געבראכט אויך צו טראָגן, מיט א באזונדערער פּײַערלעכקײַט, צוערשט עטלעכע אייער און בייגל און דערנאָך א גלעזערנע באנקע מיט גרינע ארבעסלעך. עלכאָנענען האָט ער א װוּנק געטאָן, יענער זאָל אונטערצינדן די טרוקענע צװײַגלעך אינעם אייוועלע און אװעקשטעלן אופזידן טיי. ווען דאָס אלץ איז אָפּגעטאָן געװאָרן, האָט שוין די פּײַערלעכקײַט אף מיכאיל אנדראָ- נאָװויטשעס פּאָנעם געהאט אין זיך א טרויעריקן מיין, און ער האָט זיך געווענדט צו זײַנע געסט, סטארענדיק זיך ארויסזאָגן די ווערטער פּראָסט און ערנסט:

-- די נאנק, אף וועלכער מיר זיצן, איז בעפיירעש אן אָװל-באנק. טוט א קוק, זי איז טאקע א נידעריקע, א הילצערנע, וועלכע עס ברענגען לויטן דין די כעוורע קאדישע נאָך דער קװוּרע, קעדיי דער אַװל זאָל אף איר זיצן שיווע. און כאָטש מיר האָבן די קדוישים פונעם שטעטל צו קװוּרע ניט געבראכט, זײַנען מיר, אלע לעבנגעבליבענע, אָװלים, און, צונויפקומענדיק זיך נאָכן אומגליק, דארפן מיר אָפּהאלטן די אָװל-סודע, װי ס'האָט זיך גע- פירט פון קאדמוינים...

זײַנע רייד און דאָס אופירן זיך האָבן אויסגענומען בא עזראָן. אפילע עלכאָנען האָט א לויב געטאָן זײַן אָפנהארציקײַט, דאָס נעמען אף זיך א שולד פאר אן אוולע, װאָס איז ניט צו שטאנד געקומען, דערצו נאָך איז עס געווען מיט יאָרן צוריק. מיקויעך דער אָװל- סודע האָט מיכאיל אנדראָנאָװיטש זיך מוידע געוען, אז ער האָט זי געגרייט אלע טעג, װאָס ער געפינט זיך דאָ, ניט ויסנדיק, מיט װועמען ער װעט זי פּראװען. די איער האָט ער אויסגעביטן פאר א פּאַר פוטערנע הענטשקעס בא א פּױערטע אין טשארטאָרישטשע, ווען ער איז נעכטן געקומען אהין א קוק טאָן אפן באטקאָ אָפּאנאס, און די בייגל מיט דער באנקע קאַנסערװירטע ארבעסלעך האָט ער געקויפט פאר געלט טאקע דאָרטן. ערשט איצט איז דערגאנגען צו עזראָן, אז די דאָזיקע שפּײַזן, וועלכע פּאסטן פאר טרויער, -- די וועלט איז, הייסט עס, קײַלעכדיק, און אלץ פארגייט, -- פּונקט זיי פלעגט מען שטענדיק אין שטעטל געבן דעם אַװל אפן ערשטן מאָלצײַט נאָך דער קװוּרע. ווען עזראָ האָט ארויסגע- זאָגט דאָס, װאָס ער האָט איצט געטראכט, איז עלכאָנען געווען ניט צופרידן:

-- אזוי האָט מען געטאַן, װוען איין מענטש איז ניפטער געװאָרן. אָבער נאָכן מאָרד פון א פאָלק װאַלט געווען א יוישער, מע זאָל אף דער אָװל-סודע אװעקשטעלן ניט קיין קײַלעכדיקע עסנס, נאָר קרומע -- צעבראָכענע און צעבויגענע, קנאַכלדיקע און ביינערדיקע, װײַל די וועלט, די גאנצע וועלט האָט זיך ארויסגעוויזן פאר אזא...

די פארשײידנקײַט פון די מיינונגען האָט ניט ארויסגערופן קיין כקירעס. נאָכן עסן האָט יעדערער פון די דרײַ מאנצבלען ארויסגענומען זײַן קווערטל, און מע האָט אויסגעטרונ- קען אַקרעפּ.

עזראַ האַט זיך אַנגעפרעגט בא מיכאיל אנדראָנאָװיטשן:

-- זײַט איר, הייסט עס, געווען בא אָפּאנאס גאװורילאַװיטשן?

מיכאיל אנדראַנאָװיטש האָט מיט די אויגן אויסגעפאָרשט, װאָס עס מיינט די פראגע פונעם גאסט, און, אויסשטרעקנדיק מיט דער האנט צו אים א ציגעלע צוקער, האָט ער ווייך, וי מע כאזערט איבער אף צו אופקלערן, געענטפערט:

-- געקומען א קוק טאָן אף אים...

א שי 1

-- אין שטוב ניט ארײַן. געהאלטן אין האנט דעם צענדליק אייער, וועלכן איך האָב אויסגעביטן... ויָאזוי זיך װײַזן אזוי-אָ פארן קאָמאנדיר?

סאיז צוגעפאלן די נאכט. די רױטקײַט פונעם זון-פארגאנג האָט ערשט קים זיך גענומען אױסלײַטערן, און דאָ האָט זיך ארויסגעוויזן, אז העכער פון איר גליטשט זיך שוין די לעװאַנע איבער די זילבער-באזוימטע װאָלקנדלעך, אינגאנצן א פארטיקע, אָבער נאַך ניט קיין פארהארטעוועטע, װי א גרויסער, ריינער זייפנבלאָז. מיכאיל אנדראַנאָװיטש איז בא- שטאנען אף דעם, אז עזראָ און עלכאָנען זאָלן בלײַבן נעכטיקן און ביכלאל שוין רעכע- נען די פּאלאטקע פאר זייערן א מאָקעם, ביזוואנען ס'וועט ניט קלאַר װערן, װוּ װער עס װעט אײַנשטײן. עלכאַנען האָט, װײַזט זיך ארויס, אויך ערשט הײַנט אינדערפרי, באקוקנ-

2--10 32

דיק די אומגעגנט, זיך אַָנגעשטױסן אף מיכאיל אנדראָנאָװיטשעס פּאלאטקע, און ער אליין, מיכאיל אנדראָנאָװיטש, געפינט זיך אין סלוטשניע געציילטע טעג, און דאָס, װאָס ער ווייסט וועגן זייערע געמיינזאמע באקאנטע, האָט ער שוין איבערגעגעבן עלכאָנענען, און עלכאַנען האָט עס דערציילט עזראָן.

די געסט האָבן זיך צוגעגרייט צום שלאָף די ערשטע -- אונטערגעשפּרײט אפן געלע- גער דעם שװערן מאטראץ, אן אָנגעשטאָפּטן מיט גראָז, וועלכן דער באלעבאָס האָט זי צוגעװאָרפן, און עלכאָנענס בושלאט. ליגנדיק שוין אונטער עזראָס שינעל, האָבן זיי אינעם טיר-דורכלויכט פון דער פּאלאטקע דערזען, וי מיכאיל אנדראָנאָװיטש וואשט זיך אײַן, שטייענדיק איבער אן עמער וואסער אָן דעם העמד. אף דער ברוסט בא אים האָט אין דער לעװאָנע-שײַן זיר צעפינקלט א מעשן ציילעמל, אָנגעסילעט אף א שווארץ בײַװעלע.

-- װאָס איז דאָס בא אײַך פאר א ציילעם? -- האָט עזראָ געפרעגט. -- איר האָט ליב צאצקעס?

א לאנגע רעגע איז געװען שטיל. עלכאָנען האָט מיט א פארשלאָפן קאָל גענומען ארויסהעלפן דעם באלעבאָס, סטארענדיק זיך, מע זאָל פארשטיין, אז ער מאכט פון אים כויזעק.

-- װאָס זשע, ראבויסײַ, איר ווייסט דען ניט, אז ייִדן טראָגן פון קינדװײַז אפן האלדז דעם בלעכענעם אָס היי, װאָס איז א שמירע קעגן כאלאסן און אײַנהאָרעס?

עזראָ האָט דערווידערט:

-- אָבער פון ווען אָן שטעלט א ייד ארויס א ציילעם?

-- איז ער דאָך מיכאיל אנדראָנאָװיטש, נארעלע, -- האָט זיך ווידער דערהערט עלכאַ- נענס שטים.

מיכאייל אנדראָנאָװיטש האָט, לויט דער טעווע זײַנער, א ביסל געשוויגן, און ווען ער האָט געקאָנט שוין עפּעס זאָגן, איז דער שלאָף ארײַן אין די מידע אייוורים פון זײַנע צוויי געסט, וועלכע האָבן איינער נאָכן אנדערן זיך צעכראָפּעט, און ער איז פּאָטער געװאָרן צו פארענטפערן זיך פארן ציילעמל, װאָס ער האָט געטראָגן אף דער ברוסט.

:

מיר ווייסן גאנץ גוט, ויאזוי עס זײַנען זיך נויהעג די געשוווירענע סוזשעט-מײַסטערס, אָט די טשעמפּיאָנען פון אָנציִען די אינטריגע און אפילע אָפט צונויפירן א וואנט מיט א וואנט, ווען זיי װוילן א מוטשע טאָן די נערוון בא די לייענער. מיר אָבער האָבן בעדייע, וי שוין געזאָגט, עפענען אלע קאָרטן פּונקט דאן, ווען סאיז שוין, דאכט זיך, פאראן א מעגלעכקײַט צו פארפּלאָנטערן די האנדלונג און קונציק דערנאָך זי אופּפּלאַנטערן.

פונעם ערשטן קוק קאָן זיך אױיסװײַזן, אז מוישע בען ארן (מיכאיל אנדראָנאָװיטש) טכויר (טכאָר) איז ניט מער װי א נישטיקער נעפעש מיט אן ארופגעצויגענעם אף זיך אָנ- שטענדיקן אויסזען. אָט איז געקומען די גוירלדיקע שאָ, נאָר עס ווילט זיך אים ניט שטארבן מיט זײַן פאָלק, און ער ווארפט אראָפּ פון זיך דעם נאָמען, וועלכער גיט אים ארויס, אז ער איז פון אָט דעם פאָלק אָפּשטאמיק. דאָס איז שוין, פארשטייט זיך, גענוג, מע זאָל אים האלטן װײַט פונעם הארצן, אָבער געווען זײַנען מיט מיכאיל אנדראָנאָװיטשן פארבונדן אויך שווערערע אומשטענדן.

אָנהײבנדיק נאָך פון זײַנע יונגע יאָרן, האָט ער טאָמיד געזוכט, ויָאזוי צושטיין, ניט ארויסרופנדיק קיין כשאד, צו א קרײַז מענטשן מיט אײַנגעפונדעוועטע צווישנבאציונגען און געוווינשאפטן, וװען אָט די מענטשן האָבן צוזאמען זיך ארויסגערופן צו טאָן עפּעס, פאר זיי וויכטיקס. קעדיי וװוערן אן אייגענער אין דער סויווע, פלעגט ער בענעגייע די שטארקערע אין אָט דעם קרײַז זיך אָנהייבן פירן װי א באהעלפער און דורך דעם זיך דערשלאָגן, אז בענעגייע די שוואכערע זאָל מען אים רעכענען פאר א באשטימענדיקער פּערזאָן. אף וויפל ער איז אין דער סויווע געװען א פרעמדער, פלעגט ער אױסקלײַבן פאר זיך די ראָל פון א זײַטיקן אָפּשאצער, מיט פולמאכטן, וועלכע זײַנען אים געגעבן -- ,ניט אײַער אייסעק, פון וועמען". מיט דער צײַט פלעגט ער אָנהייבן ארױיסװײַזן בענעגייע עמעצן פון דער סוויווע עפּעס א כשאד, אײַנזען בא דעם און בא יענעם ניט דאָס, װאָס ער האלט פאר ריכטיק, און רעאגירן אף דעם אזוי: ניט ארױסזאָגן גאָרניט אָפן, צוזען, װאָס שפּעטער וװעט זײַן, און אויב ער געפינט, אז עס גייט אזוי, װי פריער, הייבט אָן קאָכן אין אים, און ער שװײַגט װידער, ביז סע מאכט זיך א געלעגנהײַט צו אָנעמען, לט זײַן

393

פארשטאנד, מיטלען, און ער טוט עס אָן וואקלונגען און אָן ראכמאַנעס, בייס דער מענטש, אָדער דער מענטשן-קרײַז, מיט ועלכע ער פירט אף אזא איפן א קאמף, װוייסן אפילע ניט וועגן דעם.

דאָס, װאָס ער האָט געביטן אין הינטערלאנד בא די פאשיסטן דעם ייִדישן נאָמען אף א סלאווישן, איז אן און פאר זיך קיין כעט ניט. די פאשיסטן פלעגן גלײַך אפן אַרט אומברענגען, אָפּט מיט א שוידער-טויט, די ייִדן-פּארטיזאנער. אויך דאָס ציילעמל איז, קאַן זײַן, געווען א מוז-זאך. די פראגע איז אָבער, פארװאָס דער מענטש האָט ניט גענומען צוריק זײַן אייגענעם נאָמען און זײַן פאָטערס נאָמען נאָך דעם קריג, װען ער האָט זיך אומגעקערט בעשאָלעם אהיים. דאן איז אומעטום דער אזוי באװווסטער ,טאָווארישטש נ" אָן שום ספייקעס צוריק דערשינען אזא, װי ער איז געווען אינדערהיים ביזן קריג -- מיט זײַן שטאם און ייַכעס.

מיכאיל אנדראָנאָװיטש האָט, עמעס, נאָכן אומקערן זיך פון וואלד ניט געהאט קיין באשטימטן פּלאן, ווען באם אױיסשרײַבן זיך פונעם אָטריאד האָט ער געזאָגט דעם ראָטע- שרײַבער, אז טאקע אזא איז פון געבוירן זײַן אייגן-נאָמען און אז לוט דער נאציאַנאלי- טעט איז ער, נאָך טאטע-מאמע, א רוס. דער ראָטע-שרײַבער איז געווען פון די רויטאר- מייער, װאָס זײַנען אנטלאָפן פון דער דײַטשישער געפאנגענשאפט, א פּױער פון הינטער טאמבאָוו, און אים איז אפן געדאנק ניט געקומען צו איבערפרעגן באם כאווער טכאָר, צִי אלץ איז טאקע אזוי, װי יענער זאָגט. די אומגעלומפּערטע האנדלונג פונעם דעמאָביליזירטן פּארטיזאן װאַלט, כאזערן מיר איבער, ביכלאל ניט ארויסגערופן בא קיינעם קיין באזונ- דערן כידעש, ווען ניט איינער א װויכטיקער פּראט און װען ניט א געוויסע שוידערהאפטע פּאסירונג,

וועגן אָט די צוויי אומשטענדן וועלן מיר דערציילן בעאריכעס.

פריִער װועגן דעם װיכטיקן פּראט, װאָס קאָן געשען עפשער בלויז אין אזא מויעך- און נעשאָמע-אופטרייסלונג, וועלכע קומט פון א מילכאָמע. דאָ באװײַזט זיך א נײַער פּערסאָנאזש אין אונדזער דערציילונג -- דער געװועזענער סלוטשניער טוישעוו לאכמאנ- דריידל. סײַ עזראָ, סײַ עלכאַנען ווייסן נאָך ניט, אז אָט דער מענטש געפינט זיך איצט אויך שוין אין סלוטשניע, און וען סזאָל קומען וועגן אים צו רייד, װאָלט די זאך אויסגעזען וי דער סייכל איז מיסכײַעװ: יאָ, געווען אזא מענטש אין שטעטל, לאכמאנדריידל האָט ער געהייסן, איין מעשוגענער אף גאנץ סלוטשניע, און ווען די פאשיסטן האָבן אלעמען אוועק- געפירט צו די גריבער, איז מיסטאמע אויך לאכמאנדריידל ארײַנגעפאלן אין דער קאַלאַנע,

מיכאיל אנדראָנאָװיטש האָט אים אָבער שוין דאָ געזען א לעבעדיקן. דאָס איז געשען דאן, ווען טכאָר האָט זיך ארײַנגעכאפּט קיין טשארטאָרישטשע, א קוק טאָן אפן באטקאָ אָפּאנאס, און אין איינוועגס האָט ער אויסגעביטן בא א פּױערטע פאר א פּאַר פוטערנע הענטשקעס א צענדליק אייער צו דער אָװל-סודע. װי מיר געדענקען, האָט ער געזאָגט עז- ראָן, אז צו אָפּאנאס גאװװרילאָװיטשן איז ער ניט ארײַן דערפאר, װײַל די הענט בא אים זײַנען געווען פארנומען מיט דעם צענדליק אייער, און אזוי זיך װײַזן פארן קאָמאנדיר האָט ער ניט געװאָלט. אינדערעמעסן אָבער איז ער געבליבן אין דרויסן, װײַל אומגעריכט האָט ער אינעם באלויכטענעם פענצטער (סאיז געווען שוין שפּעט אין אָװנט) דערזען, אז באם טיש, אנטקעגן דעם באלעבאָס, זיצט לאכמאנדריידל, און ביידע זײַנען ארײַנגעטאָן אין א שמועס. לאכמאנדריידל און קאַפּילענקאָ! דער פאָרזיצער פונעם דאָרפסאָװעט פרעגט עפּעס אויס באם שטאָט-מעשוגענעם! און גלײַך שווימען אוף אייניקע פראגן: װי קומט עס, אז לאכמאנדריידל האָט זיך ארויסגעראטעוועט, ווען די שטראָף-עקספּעדיציע האָט אלע ייִדן צווישן די געכאפּטע פּארטיזאנער אוועקגעשיקט אף יענער-וועלט? צי איז מעגלעך, אז א מענטש, װאָס איז גערירט פון זינען, זאָל קלאַר אופנעמען און באזיניקן א געשעעניש און דערנאָך אימשטאנד זײַן וועגן איר צו דערציילן? און צולעצט -- צי האָט לאכמאנדריידל בייס דער עקזעקוציע עפּעס געזען אזוינס, װעגן װאָס דער באטקאָ אָפּאנאס האָט דעמלט ניט געקאַנט וויסן, און איצט קאָן לאכמאנדריידל אים עפענען אף דעם די אויגן?

פּאסירט האָט אָט װאָס.

אין איינער א כוישעכדיקער נאכט, טיף אין הארבסט, װען די הויפּט-קױכעס פונעם פּארטיזאנישן אָטריאד האָבן געהאלטן אין אומקערן זיך אף דער באזע נאָך א װײַטלעכן מארש און, אַנשטױסנדיק זיך אף דײַטשן, געמוזט אָנעמען א שלאכט, -- האָט א שטראָף- אָטריאד פון עס-עס פּלוצעם ארומגערינגלט די באזע, אראָפּגענומען אָן באזונדערע שווערי- קײַטן די וואך און ארויסגעפירט אפן שליאך די פארכאפּטע אינעם לאזארעט פארװוונדעטע פּארטיזאנער צוזאמען מיט די אלטע לײַט און פרויען. היטנדיק זיך, עס זאָל ניט באװײַזן

24

אונטערקומען דער אָטריאד, האָבן די עס-עס-לײַט אפגיך דורכגעפירט א בלוטיקע אֶרגיע, קעדיי אָפּשרעקן די בײַליגנדיקע דערפער, וועלכע װעלן אופשטיין גאנצפרי און דאָס אלץ דערזען. אין אײַלעניש האָט מען אוועקגעשטעלט פּאזע דעם שליאך צוואנציק טליעס און אופגעהאנגען אף זיי די ייִדן -- דאָקטוירים פונעם לאזארעט, פרויען און זקיינים. די איבע- ריקע פּארטיזאנער האָבן זיי פארנומען מיט זיך.

בייסן אָפּקלײַבן, װער עס איז א ייָד, איז ארויס מיכאיל אנדראָנאָװיטש (ער איז אין יענע טעג געלעגן אין לאזארעט מיט א צוקילעכץ) און אָנגעװיזן אף אָקסאנע קאָפּילענקאָ. א סימען האָט איר, -- איז געווען זײַן באװײַז, -- אז זי האָט אָקאָרשט א שעפּטשע געטאַן עפּעס אף ייִדיש צו איר כאווערטע לייע, דער מאמען פון דער קאָמיסארשע פונעם אַטריאד. איינער פון די פארװוּנדעטע פּארטיזאנער האָט געבעטן דעם איבערזעצער, ער זאָל זאָגן דעם עלטסטן פון די דײַטשן, אז א ייד איז, פארקערט, טכאָר, און ניט אָקסאנע קאָפּילען- קאָ, נאָר מיכאיל אנדראָנאָװיטש האָט צעכראסטעט דאָס העמד, באװײַזנדיק דעם ציילעם אף דער ברוסט, דערצו נאָך איז דער פארװונדעטער פּארטיזאן גלײַך דערשאָסן געװאָרן, װײַל ער האָט זיך צעשריגן מיט די ווערטער , פארעטער!" און , סװאָלאָטש!", און נאָך דעם האָט זיך די זאך פארענדיקט. צוואנציק מענטשן, און די לעצטע צװוישן זיי -- לייע און אָקסאנע זײַנען אופגעהאנגען געװאָרן, און באקומענדיק פון דעם ארויסגעשיקטן פּאטרול א סיגנאל, אז דער פּארטיזאנישער אָטריאד פונעם באטקאָ אָפּאנאס דערנעענטערט זיך, האָבן די עס-עס-לײַט זיך אָפּגעטראָגן, פארכאפּנדיק מיט זיך די איבעריקע פּארטיזאנער און איבערלאָזנדיק אפן שליאך צוואנציק געהאנגענע. מיכאיל אנדראָנאָװיטש טכאָרן האָבן זי ביז בלוט צעמאזיקט און אים אָפּגעלאָזט, אָנזאָגנדיק אים, ער זאָל װועגן דער שטראָף דער- ציילן אין אָטריאד און איבערגעבן אין נאָמען פון די עס-עס, אז אינגיכן װעלן זיי זיך יאווען נאָכאמאָל. אויסגעפילט האָט ער עס אזוי, װי מע באגייט זיך געוויינלעך אין ענלעכע פאלן, גיסנדיק טרערן און באװײַזנדיק די װוּנדן אף זײַן לײַב, און, דאכט זיך, בא קיינעם אין אָטריאד, ארײַנגערעכנט דעם באטקאָ אָפּאנאס און כאווען, דעם קאָמיסאר, זײַנען ניט פאר- בליבן קיין ניט-קלאָרקײַטן ארום אָט דער שוידערלעכער געשעעניש.

דאָס איינציקע, װאָס האָט זיך ביז איצט גערודערט בא מיכאיל אנדראָנאָװיטשן אין זײַן אזוי אויך אומרויק געמיט, איז -- װוּהין האָט זיך אהינגעטאָן אין יענער נאכט דער מעשוגענער לאכמאנדריידל, וועלכער איז מיטן אָטריאד ניט אוועקגעגאנגען, װײַל ער איז אף שטענדיק געווען צוגעשטעלט צו דער קיך און, הייסט עס, בייסן אָפּקלײַבן די ייִדן צום הענגען אפן בערדיטשעווער שליאך האָט ער געדארפט זײַן צװישן זיי, און אויב זיך ניט באָמבלען אפן שטריק, איז, אמװייניקסטנס, צוזען דעם אָפּקלײַב. איצט איז ער דער- שינען א לעבעדיקער, און ער זיצט בא איין טיש מיט קאָפּילענקאָן. בא מיכאיל אנדראַנאָ- וויטשן אין קאָפּ דרייט זיך די פראגע, צי ער איז, טראָץ זײַן מעשוגאס, צומאָל ניט פעיִק עפּעס א פּלאפּל טאָן פאר דעם באטקאָ...

ענטפערן אף אָט דער פראגע װעלן מיר קאָנען, אב באם לײענער װעט סטײַען געדולד אויסצוהערן די אומגלייבלעכע געשיכטע, וועלכע איז געשען מיט לאכמאנדריידלען.

שווער פאָרויסזען, װאָס עס װעלן זאָגן די פּסיכאָלאָגן און פּסיכיאטערס אף אָט דעם פאל, און ס'איז ביכלאל א סאָפעק, צי עס האָט א זין צו באהאנדלען אים מיט זיי, נאָר ווען עס װערן געשריבן די דאָזיקע שורעס, איז אליין לאכמאנדריידל נאָך לעבעדיק. פו- נעם סאָף פון דער דערציילונג װעט דער לייענער זיך דערוויסן, אז ער איז אין א פרעמד לאנד ארײַנגעפאלן אין טפיסע און דאָרט באגאנגען זעלבסטמאָרד, אָבער איצט לעבט ער נאָך. אלע, װאָס קענען אים, װועלן אויך באשטעטיקן דאָס, װאָס מיר זאָגן. די מעשונעדיקע אופטרייסלונגען פון דער מילכאָמע האָבן אזוי דערשיטערט און צעמישט זײַן גאנץ וועזן, אז ער איז פון דעם, וי מאָדנע סזאָל ניט זײַן, צוריק ארוף אפן זינען! דאָס מעשוגאס האָט זיך בא אים דאָך אויך אָנגעהויבן פון א שוידערהאפטער אופטרייסלונג. בייס א פּאָגראָם אין זײַן שטעטל, װײַטלעך פון סלוטשניע, אין נײַנצנטן יאָר, האָבן די באנדיטן אופגעהאנגען אף א באלקן אין שטוב זײַן טאטן, די מאמע און צוויי שװועסטער, און אים, א צעניאָריק קינד, האָבן זי פארשפּארט אינעם אלקער צוזאמען מיט די הארוגים. ווען ער האָט אױיסגעבראָכן א פענצ- טער, איז ער שוין געווען גערירט פון די געדאנקען, און, לויפנדיק נאָכדעם אָן א ציל פון שטעטל צו שטעטל, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט ערשט דעמלט, װען די קויכעס זײַנען אים אינגאנצן אויסגעגאנגען, און דאָס האָט געטראָפן אין סלוטשניע, װוּ ער איז שוין פארבליבן אפן גאנצן לעבן.

35

אין די װײַטערדיקע יאָרן האָט ער זיך ארויסגעוויזן פאר א שטילן מעשוגענעם. די ערשטע צײַט האָט מען אים גערופן דער ניט-היגער, מיינענדיק דערמיט ביידע זאכן ניט פון סלוטשניע און ניט באם זינען, שפּעטער אָבער האָט זיך אײַנגעשטעלט דער נאָמען לאכמאנדריידל, װאָס אויך דאָס איז בא ייִדן א באצייכענונג פון גוטמוטיקן מעשוגאס. ביז דער מילכאָמע האָט לאכמאנדריידל אָפּגעלעבט אין א טיפער מאָרעשכירע, װי אין א הינענפּלעט, ניט װיסנדיק, אף װאָסער װעלט ער איז. די צווייטע, נאָכן פּאָגראָם-מאָרד, אופ- טרייסלונג האָט ער געהאט בייסן אויסברוך פון דער מילכאָמע, דעם צוויי-און-צוואנציקסטן יון, ווען פון דער העלער הוט האָבן זיך איבער סלוטשניע דורכגעטראָגן אין א שטילן זומערדיקן טאָג, מיט א פײַף און מיט א דונערײַ, עטלעכע דײַטשישע אעראַפּלאנע!, און איינער פון זיי האָט אראָפּגעװאָרפן א באָמבע אינמיטן שטעטל, אפן מארק. לאכמאנדריידל איז פּונקט געווען אפן יאריד, טאקע אין זעלבן אָרט, װוּ די באָמבע האָט אופגעריסן, און צװישן די איבער זעכציק דערהארגעטע און פארווונדעטע איז ער געלעגן א לעבעדיקער, א גאנצער, װי דעמלט, בייסן פּאָגראָם, צװישן די געהאנגענע אין זײַן שטוב. א צעכושטער, האָט ער אויך דאן, גלײַך פונעם מארק, זיך געלאָזט לויפן װי א צעטראָגענע בריִע, נאָר מע האָט אים אָפּגעשטעלט אין טשארטאָרישטשע און באנאכט מיט איינעם פון די קאָל- ווירטישע פורלעך אָפּגעפירט אין פּארטיזאנישן וואלד.

די דערשיטערונג, וועלכע לאכמאנדריידל האָט איבערגעלעבט בייס דער בלוטיקער אָרגיע אפן שליאך, האָט געהאט דעם זעלבן שוירעש, װי יענע, פון וועלכער ער איז אראָפּ פון זינען, מער ניט -- אָנשטאָט פיר טליעס האָבן זיך א שטעל געטאָן פאר זײַנע אױגן צוואנציק. דער קאָשמאר פון דער כוישעכדיקער הארבסטיקער נאכט, די אײַלעניש, מיט וועלכער די עס-עס-לײַט האָבן אָפּגעקליבן די ייִדן און דורכגעפירט די עקזעקוציע, -- דאָס אלץ האָט געמאכט אומבאמערקט דאָס פארשווינדן אין די בײַװעגיקע קוסטעס פון איינעם, װאָס איז ניט בא די געדאנקען און אף אים האָט ווייניק-ווער געלייגט אכט. עפּעס א קויעך פון די סאמע טיפענישן האָט א גרויליקן שטויס געטאָן לאכמאנדריידלען פונעם אָרט, ווען עס האָבן אָקאָרשט אָפּגעהילכט די אויסרופן און די שיסערײַ ארום אָקסאנע קאָפּילענקאָ. די דײַטשן האָבן ארופגעשלעפּט לייען און אָקסאנען אף די קלעצלעך פון א צעזעגטן בוים, וועלכע זײַנען געווען צוגעשטעלט צו די טליִעס, און פארצויגן די שטריק אף די העלד- זער פון די צוויי יאָמערנדיקע אלטע פרויען. מיט זי טאקע האָט לאכמאנדריידל זיך טאָ- מיד געפּאָרעט אין דער קיך פונעם אָטריאד, און ווען ער האָט זיי דערזען, װי זיי הענגען אין איין ריי מיט די אנדערע אכצן געהאנגענע, האָט ער מיטאמאָל דערפילט א גאָר-גאָר שטארקן צוגעטויבטן קלאפּ איבערן הארצן און אין דעם מויעך, א מין כוואליע-אָנפאל, װאָס האָט אים א װאָרף געטאָן אף דער ערד, הינטערן קוסט, װוּ ער האָט זיך אויסבאהאלטן.

די כוואליע האָט װי אראָפּגעשװענקט פון אים עפּעס זייער גרינטלעכס, און אײינצײַ- טיק האָט זי אליין זיך ארײַנגעטאָן אין זײַנע אלע אייוורים, שנעל-וויכערדיק אָפּגעלאָשן דאָס סארפענדיקע פײַער אין גאָרגל, אין די קני, צװישן די לאָפּעטקעס אף דער פּלײצע, אין די עלנבויגנס און הינטערן שטערן. די פיס האָבן װוידער באקומען קויעך, און ער האָט זיך געלאָזט לויפן -- געלאָפן לאנג-לאנג, אָן אופהער, גערעדט צו זיך מיט א פארכאפּטן אָטעם, געוויינט און געקרעכצט. וען די קויכעס האָבן אים פארלאָזט און ער האָט זיך א װאָרף געטאָן אף דער ערד, קעדיי איבערכאפּן דעם אָטעם, האָט ער זיך מיט גרױיס שטוינונג געכאפּט, אז ער געפינט זיך אין זײַן געבורט-שטעטל, פונוואנען ער איז אין נײַנצנטן יאָר אנטלאָפן, אויסברעכנדיק א פענצטער אינעם אלקער, װוּ ס'זײַנען געהאנגען אפן באלקן זײַן מאמע, דער טאטע און די צוויי שװועסטער, און אז ער איז בא די געדאנקען. יאָ, ער טראכט װעגן דעם, װאָס ער האָט געהערט און װאָס ער האָט געזען אפן שליאך, ער פארשטייט, װועגן װאָס ער טראכט, דאָס הייסט -- ער איז בא די געדאנקען!

פון דעמלט זײַנען שוין דורכגעגאנגען פיל כאדאָשים, לאכמאנדריידל האָט זיך צו- ערשט אויסבאהאלטן פון די דײַטשן, ביז זיי זײַנען פארשוװוונדן, דאן האָט ער מיט שטארקע שמערצן אָנגעשטרענגט דעם זיקאָרן, זוכנדיק דאָס שנירעלע, פאר וועלכן ער זאָל זיך אָנ- כאפּן און ס'זאָל אים ארויספירן צו די דורכגעלאָזטע אין דער צעמישונג יאָרן, צו דעם שטעטל, װוּ ער האָט געלעבט, דאָס הייסט -- קיין סלוטשניע, און צום פּארטיזאנישן אָט- ריאד, װוּ ער האָט זיך געראטעוועט פונעם טויט.

ביסלעכװײַז האָט ער אין אלץ זיך דערמאָנט. זײַן נאָמען איז... זײַן נאָמען איז... ,, מאָרד- כעלע, מאָר-דכעלע"... -- האָט אים א קלונג געטאָן אין די אויערן דער מאמעס קאָל. און אָט איז ער שוין אין סלוטשניע, אף דער טשארטאָרישטשער גאס, אין דער שטוב פונעם באטקאָ אָפּאנאס, און ער רעדט מיט אים, און ער דערציילט, און עס פּלאָנטערן זיך אים א

36

ביסל די געדאנקען, נאָר אין אלגעמיין װײיסט ער, װאָס צו דערציילן, װײַל צוליב דעם איז ער געקומען אהער -- איבערגעבן דאָס, װאָס ער אליין האָט געזען און געהערט, לעמאנע- שעם דערציילן, אז דער באגלייבטער אלעמען מיכאיל אנדראָנאָװיטש טכאָר האָט גע- בראכט צו דער טליִע די שטילע טויב, די טײַערע מאמע אָקסאנע.

אָפּאנאס גאװורילאָװיטש איז געזעסן אפן שטול, צו װעלכן ער אלין האָט זיך ארופגעטראָגן, אַנשפּארנדיק זיך אף די שטארקע הענט און איבערלאָזנדיק אפן דיל די רעדלעך. לאכמאנדריידלען האָט ער געפונען אין טאָך אן אנדערן, איידער פריִער. דאָס אומקערן זיך צו די געדאנקען האָט ארויסגערופן, װײַזט אויס, קרענקלעכקײַט אין אלע אייוורים, פיזישן װייטיק. דאָס איז געווען צו זען פון דעם, װאָס לאכמאנדריידל האָט זיך ניט געפונען קיין אָרט, געהאלטן אין איין שארן מיט די הענט איבערן אייגענעם קערפּער און ארום זיך, צודריקן די פינגער צו די שלייפן, פארמאכן און װידער ברייט צעעפענען אין א שטארקן אָנשטרענג די אויגן. ער איז געווען אינגאנצן גראָ, דער קאָפּ -- ניט געשוירן, מיט אראָפּהענגענדיקע פּאסמעס, דאָס פּאָנעם, די הענט און די פיס געשװאָלן, די אויגן אָבער -- באזיניקט, כאָטש ניט זיכער אין דעם, װאָס דאָס מויל רעדט ארויס. אַפּא- נאס גאװורילאָװויטש האָט אים געזאָגט, אז ער האָט אלץ פארשטאנען, נאָר סאיז ניטאָ װאָס זיך אײַלן, מע דארף די זאך גוט ארומטראכטן. בא זיך האָט ער באשלאָסן, אז לאכ- מאנדריידלס באװײַזן זײַנען װײניק, װײַל אין אזא נאכט האָט אפילע א קלאָרער מענטש געקאָנט איבערפּלאָנטערן די געשעענישן און די מענטשן, װאָס האָבן אין זי אַנטײלגענו- מען. לאכמאנדריידל האָט מיט פארלײַכטערונג זיך אָפּגעזעגנט מיט אים און זיך געלייגט שלאָפן אין שטאל.

אפן אנדערן טאָג, אין דער זעלבער צײַט, װען אף די רויַנען פון סלוטשניע האָבן זיך דאָס ערשטע מאָל נאָך דער מילכאָמע באגעגנט עלכאַנען און עזראָ, איז אין סלוטשניער דאָרפסאַָװעט, אינעם בוך, װאָס דיסקאָנטירט די באפעלקערונג, ארײַנגעטראָגן געװאָרן אן אָפיציִעלע באשטעטיקונג, אז דער בירגער פון סלוטשניע, וועלכן מע פלעגט ביזן קריג בא- צייכענען מיטן נאָמען לאכמאנדריידל, ניט װיסנדיק, װער ער איז אינדערעמעסן, איבער זײַן פּסיכישער ניט-פארפולקומטקײַט, האָט זיך אומגעקערט פונעם קריג א נאָרמאלער אין געזונט, מיט א ספּראווקע פונעם אדמיניסטראטיוון אָרגאן פון זײַן געבורט-שטעטל (וועלכע ווערט צוגעלייגט), אז זײַן עמעסער נאָמען און די פאמיליע זײַנען מאָרדכע גרינבערג, דאָס יאָר פון געבוירן -- טויזנט נײַן הונדערט נײַן. קיין אנדערע ביאָגראפישע יעדיִעס וועגן דעם בירגער מ, גרינבערג זײַנען ניט באװוּסט. אף װײַטער װעט ער אין סלוטשניע ניט לעבן, װאָס עס איז די סיבע פון אויסשליסן אים פון די בירגערלעכע אקטן,

פארנאכט-צו האָט דער פאָרזיצער פונעם סלוטנשיער דאַרפסאָװעט אָפּאנאס גאוורי- לאָװיטש קאָפּילענקאַ צוליב עפּעס אוועקגעשיקט זיך דורכגיין איבערן שטעטל דעם סעק- רעטאר, און יענער האָט אים געבראכט די יעדיִע, אז דרײַ טוישווים פון סלוטשניע -- שליוו- ניאק, צאָמבער און טכאָר, וועלכע האָבן אין מעשעך פון די לעצטע עטלעכע טעג זיך אומגעקערט אין שטעטל, האָבן זיך באזעצט אין א פּאלאטקע לעבן ברעג פונעם סלוטש. די דאָזיקע נײַס, װאָס איז געקומען גלײַך נאָכן ניט-געוויינלעכן שמועס וועגן דער עקזעקו- ציע איבער די פארטיזאנער אפן שליאך, האָט געצװונגען אָפּאנאס גאוורילאַװיטשן זיך פאר- טראכטן. שפּעט אין דער נאכט האָט ער אראָפּגענומען דאָס טרײַבל פונעם טעלעפאָן, דעם איינציקן אין גאנץ סלוטשניע און טשארטאַרישטשע, וועלכן ס'האָבן אײַנגעשטעלט די מי- ליטערישע פארבינדלער פון דעם טייל, װאָס איז געשטאנען אין שכיינעסדיקן וואלד, -- און אָנגערופן דעם אכאָנענט:

-- כאווע סוכאָדאָלסקאיאן, דעם פאראנטװאָרטלעכן רעדאקטאָר.

אין טרײַבל האָט זיך אָפּגערופן א פרוייש קאָל,

-- װאָס מאכסטו, טאָכטער? װאָס מאכט דער טאטע? -- האָט אָנגעהױבן ניט געײַלט אָפּאנאס גאװורילאָװיטש. -- פארװאָס שלאָפסטו נאָך ניט?

אף דעם צווייטן עק פונעם דראָט איז דאָס קאָל געװאָרן אומרויִק:

-- סאיז עפּעס געשען? און דו, פארװאָס שלאָפּסטו ניט? איך האָב זיך געקליבן מאָרגן אינדערפרי דיר אָנקלינגען. די פּראָטעזן זײַנען שוין פארטיק. װעסט מוזן צופאָרן אף א פּאָר טעג צו אונדז.

-- שטיי, שטיי. װעגן אלץ באזונדער. איך נייטיק זיך אין דײַנער אן אייצע. עפשער װאָלסטו מאָרגן זיך אראָפּגעכאפּט אהער? נו, און די פּראָטעזן זאָלסטו אליין ברענגען, װעל איך זיי אָנמעסטן.

-- סאיז עפּעס געשען?

87

-- קאָמיסאר, ביסט געװאָרן א שרעקעוודיקע..

-- װאָס דען, באטקאָ? אז דו קלינגסט אָן באנאכט און רעדסט האלבע װערטער..

-- פארװאָס האלבע? װילסט, װעל איך דיר קימאט אלץ זאָגן.

-- קימאט?

-- ניין, אלץ... װאָס מע קאָן זאָגן אין טעלעפאָן.

וי =

-- עס קערן זיך אום קיין סלוטשניע פארשיידענע מענטשן. איצט זײַנען געקומען דרײַ נײַיִנקע. צוויי פון זיי --- דײַנע און ארכיפּס כאוויירים.

-- עס קאָן ניט זײַן! שליווניאק? צאָמבער? װער דען!

-- שליווניאק און צאָמבער. זיי װעלן זיך מאָרגן מינאסטאם ארײַניאװען צו מיר. וויל איך...

-- יאָ, יאָ. איך װעל קומען. האָסט גערעדט װעגן דרי...

-- קום מאָרגן צו פאָרן, וװועסטו אלעמען זען.

-- נו, באטקאָ, ביסט נאָך אלץ א קאָנספּיראטאָר...

-- קום, טאָכטערקע, כ'האָב זיך שוין פארבענקט.

-- א גוטע-נאכט, לייג זיך אוועק שלאָפן, אלטער לונאטיק.

-- א גוטע-געכט. זאָל גאָט דיר שיקן זיסע כאלוימעס.

:

אין דער דאָזיקער נאכט האָט יעדערער פון אונדזערע דרײַ פּארשוינען, וועלכע זײַנען געשלאָפן בא דעם ברעג פונעם סלוטש, געזען זײַנעם א כאָלעם, אָבער בלויז בא איינעם פון זי איז ער געווען א גוטער -- בא עזראָן.

ליגנדיק צונויפגעקנוילט אונטער עזראָס שינעל און ארײַנעטעמענדיק דעם שווייסיקן אוער פון די אייגענע און פון עזראָס לאנג ניט געוואשענע בגאָדים, וועלכע זיי האָבן אף נאכט ניט אראָפּגענומען פון זיך, האָט עלכאַנען דערפילט, װי טויט-מיד ער איז, און, אראַפּלאָזנדיק זיך שוין אפן סאמע דעק פונעם שלאָף, האָט ער אויסגעזען אזוי, גלײַך ער האלט טאקע בעעמעס באם שטארבן: אוב אָנעמען דאָס, װאָס ער האָט געזען, פאר א כאָלעם, דארף מען צוגעבן, אז אָט דער כאָלעם איז געווען ענלעך אף א לעצטער שלאבע- ריקער דערמאָנונג פארן אָפּגײן פון דער װעלט, בייס פון דעם גוף שוועבט עפּעס אָפּ. די זעונג איז באשטאנען פון דער קאָלימאער קעלט, װאָס האָט, פארשטייט זיך, ניט געהאט קיין שום אויסזען, נאָר עלכאָנען האָט זי געזען, זײַענדיק שוין ארײַנגעטאָן אין דעם צו- שטאנד פון ענדע לעבן. ער האָט געזען קעלט ארום זײַן אייגענעם אָטעם, אונטער די אויגן-לעפּלעך, בא די ליפּן, א גאנצע קאָלימא מיט קעלט, און פון איר זײַנען ארויסגערונען און זיך צעשפּרײט פאר די צוגעשלאָסענע אויגן צוערשט דריבנעטשקע שטריכן פון א באקאנט געזיכט, דערנאָך דאָס גאנצע געזיכט, אן ארופגעטאָנענס אף אָט די שטריכן, װי א שטיקל דורכזיכטיק גלאָז אף א גרייטער פאָטאָגראפיע, -- א ברייט פּאָנעם, באזוימט מיט א הארטער, קורצער שטעכיקער באָרד. ,פאר אײַך װעל איך פארבלײַבן דער מוישע, װאָס איז א היטער פון ייִדישע טױיערן"... -- האָט זיך צערעדט מיט א קאָל פון א פיש דאָס פּאָנעם.

אין טשארטאָרישטשע, אין דער כאטע, װאָס עס האָט פארנומען דער דאָרפסאַװעט, איז אף אן אָפּגעריבענעם דיוואן, אף וועלכן עס זיצן באטאָג די באזוכער, געלעגן אין אָט דער נאכט א מענטש אַן ביידע פיס, אן איבעריקס דיקער, דער זעלבער, פאר וועמענס קאָפּ די דײַטשישע אדמיניסטראציע פונעם ראיאָן האָט אין צוויי-און-פערציקסטן יאָר צוגעזאָגט א באלוינונג פון 5 טױיזנט מארקעס מעזומען. פארשטייט זיך, דער איקער פון אלע איקאָרים באשטייט אין דעם, װאָס דער באטקאָ אָפּאנאס איז ארויס פונעם וועלט-קריג א זיגער, און דאַך, צי סאיז גוט צו ריידן װענן דעם צי ניט, איז די מילכאָמע געװען פאר אים א פולע פּערזענלעכע קאטאסטראָפע. ער האָט פארלוירן אלץ, ארײַנגערעכנט א גרויסן טייל פו} זיך אליין. דאָס, װאָס ער איז איצט פאר אנדערע מענטשן -- די פארקערפּערונג פון מעסירעסנעפעש און קויעך -- קאָן ער ניט זײַן, בלײַבנדיק איינער אליין מיט די אייגענע כושים און געדאנקען. ער פּרוּװט אָפּט אַנשרײַען אף זיך: באטקאָ, נעם זיך אין די הענט! אָבער עס גיבן גלײַך װעגן זיך צו װיסן מעשונע וילדע, נימעסע און נישטיקע קלייני- קײַטן, וועמענס צאָל איז צו גרויס, מע זאָל זיך מיט זיי ניט רעכענען.

38

פארן לייגן זיך אפן דיוואן האָט ער הײַנט פארגעסן אָפּצוטאָן א באדערפעניש, און איצט װערט עס פאר אים א שווערע זאך, בעסער אָפּלײגן אף שפּעטער. אף וען? װי קומט עס, ער זאָל צום געלעגער פארגעסן אריבערטראָגן דאָס נאכט-טעפּל, ארויסנעמען עס פון דעם שרײַבטיש, װוּ ס'איז מיט כיטרעקײַט באהאלטן, קלוימערשט דאָס איז א פּעקל װויכטיקע פּאפּירן? ויאזוי זשע איצט אראָפּקריכן פון אזא הייך, װידער זיך זעצן אף די רעדלעך און, אָפּזוכנדיק צוערשט דעם שליסל, װאָס עס געדענקט זיך עפּעס ניט, װוּ ער ליגט, ארויסבאקומען פונעם זײַטיקן שאפקעלע אין שרײַבטיש די טײַערע מעציִע, דאָס נאכט-טעפּל, און אָפּטאָן די באדערפעניש, מאכנדיק דערבײַ שטילערהייט כויזעק פון זיך אליין. דאן שטייט נאָך פאָר זיך אָפּטײלן פון די רעדלעך און מיט די אייגענע הענט א װאָרף טאָן זיך, װי א שטיק בעטגעוואנט, אפן אָפּגעריבענעם קאזיאָנעם דיוואן..

אָפּאנאס גאװורילאָװויטש האָט נאָכן אומקערן זיך פונעם וואלד ניט פארפירט קיין אייגענע שטוב. אָן אָקסאנען און אָן זייער ביידנס ארכיפּן, וועלכער איז געפאלן אין וואלד, האָט ער מער גאָרנישט ניט געדארפט, אויסער דעם, װאָס ער האָט איצט אף דער אר-בעט: א דיוואן, א טיש, א שאפע און א טשײַניק מיט אָקרעפּ, וועלכן די אופראמערן זידט אים אוף אלע אינדערפרי. דאָס איבעריקע -- א לעפל ווארמעס, א באָד אין די פּרײַטיקס, א װעשערײַ -- דאָס אלץ איז אין טשארטאָרישטשע און אין סלוטשניע געװען צוגענגלעך פאר ניט קיין טײַערער פּרײַז -- ער אליין האָט עס אײַנגעפירט, קעדיי ארויסהעלפן אין די ערשטע אומהיימלעכע כאדאָשים דעם דעמאָביליזירטן אוילעם, וועלכער האָט דאַ נישט געטראָפן ניט קיין קרויווים, ניט קיין היים. די איינציקע האָפענונג בא אָפּאנאס גאוורילאַ- וויטשן איז געווען פארבונדן מיט כאווען, זײַן ניעוועסטקע, װאָס בא די אוקראינער איז עס א סאך מערער, איידער בא די ייִדן א שנור. כאווע האָט אפילע ניט געטראכט װעגן װידער כאסענע האָבן. זי האָט אף זיך גענומען דעם גוירל פון אן אֹלמאָנע אפן גאנצן לעבן, און אויב ס'וועט טאקע מעקויעם װוערן אָפּאנאסעס פּלאן, אז ער זאָל אוועק אף פּענסיע און זי זאָל פארנעמען זײַן אָרט אין טשארטאָרישטשע, דאן װעט ער, מעגלעך, נאָך האָבן אן איי- גענע שטוב...

טראכטנדיק וועגן דעם און ניט צומאכנדיק די גאנצע נאכט קיין אויג, איז ער אָפּגע- לעגן ביזן ערשטן קריי און דאן זיך אראָפּגעקײַקלט פונעם דיוואן, גענומען זיך ברענגען אין אָרדענונג. אפן גאנעקל, לעבן דער ארײַנגאנג-טיר, האָט ער דערזען מאַרדכע גרין- בערגן, דעם אמאָליקן לאכמאנדריידלען, וועלכער איז געזעסן, ארײַנגעטאָן דעם קאָפּ אין די אקסלען און זיך געקאָרטשעט פון קעלט, אָדער, קאָן זײַן, פון דעם שטענדיקן ווייטיק אין אלע אייוורים. אין דער שײַן פון דער אופגייענדיקער זון האָבן בא אים די גראָװע אראָפּהענגענדיקע פּאסמעס האָר באקומען א געלבלעכן אָפּגלאנץ, גלײַך װי זײַן קאָפּ װאָלט געווען אױסגעקלעפּט פון ליים, ער האָט דערציילט אָפּאנאס גאװרילאָװיטשן א מאַדנע געשיכטע, און יענער האָט שוין ווידער אָנגעהױיבן צווייפלען אין דער קלאָרקײַט פון זײַנע געדאנקען.

ייב טיג א דער באנדיט... אוי-אוי-אוי... איך האָב אים געזען.. געזען..

-- וועמען האָסטו געזען? וועמען?

-- געזען, ער גייט אהער.. צו דײַן פענצטער! מוישקע טכויר... אוי-אוי-אוי... דער מאלכאמאָוועס זאָל אים נעמען...

-- ווען האָסטו אים געזען?

-- הײַנט באנאכט אים געזען.. דעם פארשטעלטן! די האדיוקע! אוי-אוי-אוי!

אף א רעגע איז ער אנשוויגן געװאָרן און, מאכנדיק א שטארקע אָנשטרענגונג, פּלוצ- לינג ארויסגעזאָגט אָן אן איבערשלאָג:

-- לאָז מיך, באטקאָ, דיר דערציילן, דער טכויר שטינקט פון לאנג. באנאכט האָב איך אים געזען בא דײַן פענצטער. איך בין געשלאָפן דאָ-אָ אינעם סארײַ. מיטאמאָל זע איך -- ער גייט... גאנוועט זיך... קוקט ארײַן אין דײַן שטוב...

די זון איז שוין אופגעגאנגען הויך איבערן סלוטש, און די טאָגיקע שײַן האָט, װי געוויינלעך, װידערשפּרעכט און צונישט געמאכט דעם עצעם באָדן פאר געהיימניסן און ניט נאטירלעכקײַטן.

-- װאָס דאכט זיר דיר אויס, -- האָט װי געפרעגט אָפּאנאס גאװרילאָװיטש, נאָר געמיינט האָט ער מיט דעם צו זאָגן: אַרעמער פּלױדערזאק. געווען לאכמאנדריידל און לאכמאנדריידל פארבליבן...

דער באטקאָ אָפּאנאס איז אָבער זיך װוידער טויע געווען, ניט גלייבנדיק אין די רייד פון מאָרדכע גרינבערגן.

39

אין דער דאָזיקער נאכט האָט מיכאיל אנדראָנאָװיטש טכאָרן זיך געכאָלעמט, אז זײַן טאטע, ארן דער ייִשוּװניק, לויפט אים נאָך מיט א דרענגל אין איין האנט און מיט א שטריק אין דער צווייטער. ער שרײַט עפּעס, נאָר מע הערט ניט די װערטער. אין טשארטאָרישטשע, לעבן דעם דאָרפּסאָװעט, שטעלן זיי זיך אָפּ און דער טאטע רופט צו צוויי זקיינעס און גיט זיי אָפּ דאָס דרענגל, זי זאָלן עס האלטן בא ביידע עקן איבערן קאָפּ. -- קום אהער, זוניו, -- זאָגט דער טאטע, און מע הערט גוט יעדעס װאָרט, -- קום אהער, האָב ניט מוירע. שטעל זיך אוועק אפן קלעצל און לייג ארוף דעם שטריק אף דײַן האלדז...

מיכאיל אנדראָנאָװיטש האָט זיך אופגעכאפּט, א באדעקטער מיט קאלטן שווייס. זעט אויס, ער האָט געשריגן פון שלאָף, ווען דער טאטע האָט זיך נאָך אים נאַכגעיאָגט מיט א דרענגל אין איין האנט און מיט א שטריק אין דער צווייטער. זײַן געלעגער האָט זיך געפונען אין דרויסן, און דורך דעם טיר-דורכלויכט האָט ער דערזען אין דער פּאלאטקע עזראָן און עלכאָנענען, װי זיי שלאָפן אונטער איין שינעל, נאָר די קעפּ זײַנען בא זי אויסגעדרייט אין פארשיידענע זײַטן און אָפּגעװײַטערט צװישן זיך. עלכאַנען האָט געכראָ- פּעט מיט אן אײַנגעבראַכנקײַט, בא עזראָן איז דער אָטעם געווען א גרינגער. די לעװאַנע האָט נאָך ניט דערגרייכט מיט איר גלײַכער שײַן צו דעם טיר-דורכלויכט אין דער פּאלאט- קע, און דאָס האָט בארויִקט מיכאיל אנדראָנאָװיטשן: גאָרנישט שטערט ניט זײַנע געסט צו שלאָפן. זי האָבן זיכער ניט געהערט, װוי ער שרײַט פון שלאָף.

ער איז װוידער אײַנגעשלאָפן, און זײַן כאָלעם האָט זיך אומגעקערט. דער טאטע האָט אים אונטערגעמונטערט: האָב ניט מוירע, זוניו... כ'װועל דאָס קלעצל ניט ארױיסשלאָגן פון אונטער דײַנע פיס, בעסער װעל איך עס אונטערצינדן מיט מײַן רויטער באָרד. ע, ביז װאָס-װען, וועסטו דערװײַל שטיין א ביסל מיטן שטריק אפן האלדז און ארומטראכטן די זאך. דערנאָך װעסטו, זוניו, הענגען אזוי לאנג פאר די אויגן פון די מענטשן, װאָס ווייסן דעם עמעס, וי לאנג עס װעט נאָר לעבן אונדזער עמעסער נאָמען...

-- טפו, אלטע נעװיילע! -- האָט מיכאיל אנדראָנאָװיטש אױסגעשפּיגן, קאָן זײַן אין כאַלעם און קאַן זײַן שוין נאָכן אופכאפּן זיך פון שלאָף.

ער האָט געפּרוּװוט אפילע זיך צעלאכן אף א קאָל. דעם אלטנס מידעס זײַנען אים טאָמיד געווען פּריקרע, יעדנפאלס דאָס, װאָס דער אלטער קלעפּט זיך צו אים. פאר מענטשן פלעגט ער זיך שעמען. טראכטנדיק איצט װעגן דעם, האָט ער זיך אויסגעקערע- װעט אף דער צווייטער זײַט. דער טאטע האָט אין דער מינוט אראָפּגעריסן פון זיך די רויטע באַרד -- א שטיק בראנד און פּײַער! -- און אונטערגעטראָגן זי צום קלעצל. מיכאיל אנדראָנאָװויטש האָט דערפילט, אז די פיס ברענען אים. ער שטייט אפן קלעצל א באָרװע- סער, און ס'װאָלט נאָך געווען איבערצוטראָגן, אָבער דאָ קומט אָן דער מעשוגענער לאכ- מאנדריידל און טײַטלט אף אים מיטן פינגער, און דערציילט אלעמען, אז אינדערעמעסן איז ער מוישע, דעם ייִשוװוניק ארנס זון, -- און ער האָט זיך אין שלאָף צעוויינט מיט א דין קעלעכל, דורך די ציין,

עלכאַנען האָט צוישן שלאָף און װאָר זיך מיִעס אויסגעזידלט און צוגערוקט דעם קאָמ נעענטער צו עזראָן. מיכאיל אנדראָנאָװויטש איז געבליבן ליגן מיט אָפענע אויגן, א פּלוצ- לינג וואך געװאַרענער. די געדאנקען זײַנען געווען בא אים קאלטע און קורצע. אװעקפאָרן פונדאנען. אנטלויפן. זיי אלע, און דער מעשוגענער אויך, דרייען זיך מאָדנע ארום אים... בעסער שוין גלײַך אװעקגיין. דערװײַל איז אין אָט די ערטער נאָך א סומאטאָכע... פאראן א מאכט, און ניטאָ קיין מאכט... אפילע קיין מיליציאָנער זעט מען דערװײַל ניט... קיינער װעט זיך ניט כאפּן, אז דאָ איז עפּעס פאָרגעקומען.. א מענטש האָט זיך ארײַנגעכאפּט אהער אף עטלעכע טעג... קיינעמס דײַגע ניט. װוּהין אוועק? -- פרעגט דעם וינט..

ווען ער איז שוין געקומען צו א באשלוס, האָט ער פונדעסטוועגן אָנגעהױיבן זיך שטעלן פראגן. װאָס טאָן מיט דער פּאלאטקע? אלץ איבערלאָזן! און א צעטעלע מיט א שפּאס: נעמט עס, איך לאָז דאָס איבער פאר דעם לײַבלעך-אײגענעם שטעטל. דערװײַל קאָן איך אף אָט די כורוועס מער גאָרנישט ניט אופבויען, איך גיי אופבויען דאָס לאנד... נו, און טאָמער האלט מען אים שוין דאָ אין אויג? ס'קאָן דאָך זײַן, אז די צוויי כעװרעלײַט זײַנען צו אים צוגעשיקט... עפשער האָט לאכמאנדריידל דער מעשוגענער עפּעס אויסגע- פּלאפּלט... אין שטעטל געפינען זיך שוין עטלעכע צענדליק מענטשן, מוז צװישן זיי זײַן כאַָטש איין טשעקיסט... װער? דער זעלבער באטקאָ אָפּאנאס? אויב אזוי, האָט דער מעשו- גענער געפונען דעם געהעריקן אדרעס...

40

די לעװאָנע איז שוין געשטאנען אנטקעגן דעם טיר-אויסשניט אין דער פּאלאטקע. מי- כאיל אנדראָנאָװיטש האָט פארשפּיליעט דאָס ברעזענטענע טירל -- זאָלן די קומענדיקע סלוטשניער שטאָט-באלעבאטים רויִק פּאָפן. בא דער לעװאַנע-שײַן האָט ער אַנגעשריבן א קורץ צעטעלע, פּונקט אזא, װי ער האָט עס אַקאָרשט ארומגעטראכט, און ער האָט דאָס פּאפּירל צוגעשפּארט מיט דער גלעזערנער באנקע צום פאנירענעם קעסטל, װאָס האָט געדינט פארא טיש. אין רענצל האָט ער ארײַנגעלײגט אלע זײַנע זאכן און נאָך גענימען מיט זיך דאָס קליינע לאָמיקל, װאָס ער האָט געפונען באם טײַך בעשאסן אװעקשטעלן די פּאלאטקע.

אין טשארטאָרישטשע איז די לעװאָנע אינגאנצן פארשוונדן. װײַזט אויס, אז ארײַן- לויכטן די שײַן אין געסל ארײַן האָבן איר געשטערט די פרילינגדיק אופגעוואכטע סעדער ארום די כאטעס און דער קלויסטער אפן הויכן בערגל.

אָפּשטעלנדיק זיךר פארטײַעט באם פענצטער פונעם דאָרפראט, האָט מיכאיל אנדראָנאָ- וויטש ניט געצווייפלט, אז אָפּרײניקן פון װעג אָפּאנאס גאװרילאָװיטשן איז איצטער די גרינגסטע זאך: ס'איז גענוג אראָפּלאָזן איין מאָל דאָס לאָמיקל אף דעם דאָזיקן אונטערגע- האקטן קלעצל... און אויב אװעקטראָגן דערנאָך דאָס לאָמיקל מיט זיך, איז ער װעט קאַנען זאָגן, פון װאָס דאָס קלעצל האָט זיך אראָפּגעקײַקלט אפן דיל, עפשער איז עס געווען אונ- טערגענעצט מיטן ביטערן טראָפּן? מיטאמאָל אָבער האָט מיכאיל אנדראָנאָװויטש דערהערט הינטער זיך א שאָרך, און ס'האָט דורכגעשווינדלט לעבן דעם סארײַ א שאָטן. די פיס בא מיכאיל אנדראָנאָװיטשן האָבן זיך אונטערגעהאקט, ער װאָלט זיכער אוועקגעפאלן, נאָר דער פּאכעד האָט אים צוגעגעבן קויעך און ער האָט זיך געלאָזט לויפן,

אין דער זעלבער צײַט האָט עזראָ געזען זײַן גוטן כאָלעם. ס'איז נאָך קיין מילכאָמע ניט געווען, דאָס שטעטל איז גאנץ, כאווע גייט ארויס אפן גאנעקל פון איר שטוב און רופט צו זיך צו מיט א פארבויגענעם פינגער אים, עזראָן.

-- פארשטייסט, -- זאָגט זי, -- ארכיפּ שרײַבט זיך מאָרגן אויס פון שפּיטאָל, װעל איך נאָך אינדערפרי אװועקגיין קיין טשארטאָרישטשע ארויסצוהעלפן דער מומע אָקסאנע..

דערנאָך כאזערט זיך אלץ איבער נאָכאמאָל, און שוין א ביסעלע שנעלער. און וי- דער -- דאָס זעלבע, און נאָך שנעלער. אזוי צען מאָל, צוואנציק מאָל, דרײַסיק מאָל, און גיכער, גיכער, גיכער, ביז עס נעמט שװוינדלען. נאָר אלץ קומט פאָר פּונקט אזוי, וי אין אָנהײב. עזראַ זעט אין שלאָף באשײַמפּערלעך, אז גאָרנישט פעלט ניט אין די איבערכא- זערונגען. עס קומט פאָר אזוי, וי בייס מע דרייט א פילם און איין קאדער ,פארטשעפּעט זיך" אוֹן נעמט שווינדלענדיק זיך אומקערן פיל מאָל צוריק.

עזראָ קוקט אזוי לאנג זײַן כאָלעם, ביזוואנען אין דער באגינענדיקער שטילקײַט דער- הערט זיך א שטארקער גערויש פון א מאָטאָר.

דאָס טירל אין דער פאלאטקע איז צוגעשפּיליעט, און עזראָ זעט ניט, װאָס אין דרויסן טוט זיך. לוט דער סאָלדאטישער געווינשאפט, האָט ער, וי בייס אן אליארם, ארופגע- צויגן די שטיוול, אופוועקנדיק דערמיט עלכאָנענען. יענער איז אופגעשפּרונגען פונעם גע- לעגער, וי גלײַך דאָס װאָלט פאַרגעקומען אין באראק פון דעם ארעסטאנטן-לאגער, וען עס לויפט אָן אן אומדערווארטער קאַנטראָל, און, דערזעענדיק, אז עזראָ שלעפּט אף זיך ארוף, מיט אן אָפטן אָטעם, די שטיוול, האָט ער אָנגעהױיבן פיבערדיק טרייסלען מיטן קאָפּ, קעדיי אָפּטרײַבן פון זיך א זעונג: מוישע שאדאיס פּאָנעם, א באזוימטס מיט א הארטער באָרד.

-- װאָס? שוין װוידער מילכאָמע? -- האָט ער מיט בײזקײַט א פרעג געטאָן. -- נאָך ניט זאט מיט דער פאָטערלענדישער?

אַנשטאָט ענטפערן כאָטש עפּעס-װאָס אף דער אומגעלומפּערטער פראגע, האָט עזראַ זיך גענומען בא אים נאָכפרעגן, װי בא איינעם, װאָס איז ארײַנגעקומען פון דרויסן:

-- װאָס קומט דאָרט פאָר?

די טראסקערײַ פונעם מאָטאָר האָט אופגעהערט, און איצט האָבן זיך דערטראָגן אהער מענטשלעכע שטימען. עלכאָנען האָט אָפּנעשפּיליעט דאָס ברעזענטענע טירל און, אײַנקוקנ- דיק זיך מיט ווייטיקלעכער אָנגעשטרענגטקײַט, געבליבן שטיין פארגליווערט, עזראָ האָט אים א טאָרע געטאָן:

-- וועמען האָסטו דאָרט דערזען?

עס האָט זיך דערהערט דאָס קאָל פון א פרוי:

41

-- גוט-מאָרגן, כאװער! מיר פאָרן דאָ פארבײַ, און מיטאמאָל א פּאלאטקע! אין סלוטשניע א פּאלאטקע... אנטשולדיקט, מיר האָבן אײַך אופגעװועקט...

עלכאַנען האָט האסטיק צוגעמאכט דאָס טירל און זיך א װאָרף געטאָן צו עזראָן:

-- כאווע!

6

אין אָט דעם דאָזיקן הױכפּונקט פון דער סיפּער-האמײַסע, װוען עס וערט קלאָר, אז קיין סלוטשניע זײַנען זיך צונויפגעקומען די וויכטיקסטע פון די געשילדערטע פּארשוינען, וויל דער לייענער באקומען אן ענטפער, לעכאָלהאפּאָכעס, אף צוויי פראגן. צי װעט צו שטאנד קומען אָפּאנאס גאװורילאָוויטשעס האָפענונג איבערצוגעבן כאװען די איניאָנים אינעם דאַרפסאַװעט? -- דאן װאָלט די װײַטערדיקע האנדלונג זיך פאָרגעזעצט טאקע דאָ, אין סלוטשניע, װײַל עס זעט אויס נאטירלעך, אז װוּ סוועט זײַן כאווע, דאָרט װעלן זיך אופהאלטן אויך אנדערע. די צווייטע פראגע איז אזא: וועלכע געשעענישן װעלן אף װײַטער פאָרקומען ארום טכאָרן?

עס איז גאנץ טשיקאווע, װאָס גראָד אָט די ניט-פּאָשעטע, מע קאָן אפילע זאָגן, פאר- פּלאָנטערטע פראגן האָבן בייס דער ערשטער באגעגעניש באם באטקאָ אין דאָרפסאָװעט לײַכט געפונען אן ענטפער, אין דער צײַט, ווען עס איז פון די ערשטע רייד אופגעקומען א נײַע פראגע, און זי װעט עס פארנעמען דאָס גרעסטע אָרט אין אונדזער ווערק. ייעגן דעם אַבער -- עטװאָס שפּעטער...

צונויפגעקומען זיך בא אָפּאנאס גאװורילאָװיטשן איז מען זיך באלד נאָך דעם, װי כא- ווע האָט, פארבײַפאָרנדיק דאָס בערגלדיקע אָרט באם סלוטש, אָפּנעשטעלט די מאשין בא טכאָרס פּאלאטקע. דער שאָפער פונעם גאזיק איז דאָ ניט-ווילנדיק געווען אן איידעס פון אזוינס, װאָס װעט אים מיסטאמע שוין שטיין פאר די אויגן דאָס גאנצע לעבן. די צוויי אומ- באקאנטע מאנצבלען און די פרוי, זײַן הויפּט-נאטשאלניצע, האָבן ניט געזשאלעװעט קיין טרערן און ביכלאל זיך אופגעפירט, װי אזעלכע, װאָס האָבן פארלאָרן דעם קאָנטראָל איבער זיך. ווען זיי האָבן זיך עטװאָס בארויקט און מע האָט שוין געקאַנט וועגן עפּעס שמועסן, האָט כאווע זיך צעשריגן מיט אלע קויכעס, אז זי װויל גאָרנישט ניט הערן און גאָרנישט ניט זאָגן, נאָר מע זאָל טייקעף אומעיאד זיך ארײַנזעצן אין דער מאשין און פאָרן צום באטקאָ. אין דעם גאזיק האָט מען זיך װוידער געקושט און געהאלדזט און באגאָסן זיך מיט טרערן, געהאלטן אין איין דערמאַנען זיך, וועמענס שטוב עס איז געשטאנען אפן אָרט, דורך וועלכן זיי פאָרן איצט דורך. און טאקע גלײַך אויסגערעכנט אף די פינגער די מענטשף װאָס האָבן דאָרט געלעבט, און גענומען ארײַנשושקען איינער דעם אנדערן אין די אויערן אויסטערלישע און אויך געוויינלעכע מײַסעס װעגן דער אופירונג און װעגן די מידעס פון אָט די מענטשן, און געלאכט און געוויינט.

-- גאָטעניו בארעמהארציקער, -- האָט אויסגעשריגן כאווע, דערזעענדיק אפן גאנעק -פונעם דאָרפּסאָװעט אָפּאנאס גאװרילאָװיטשן און ווארפנדיק זיך גלײַך פון דער מאשין צו אים מיט אויסגעשטרעקטע הענט: װײַזט אויס, אז דער טרויער איז שוין געװוען אזוי גריס און ער האָט זיך מאמעש איבערגעגאָסן איבער דעם הארצן, אז פארשטעלן זיך כאָטש וי- ניט-איז פון אים האָט מען געקאָנט בלויז מיט א שפּאסל, -- גאָטעניו, הארציקער פאָטער, -- האָט זי מיט א שמייכל א בענטש געטאָן, -- דו ווייסט דאָך גוט, אז מיר האָבן אנטליען דער מילכאָמע א גאנצן באטקאָ, איז װי האָסטו דערלאָזט, אז אומגעקערט האָט זי אים אונדז װייניקער מיט צוויי פיס...

דער באטקאָ אָפּאנאס האָט אָנגעשריגן אף כאווען, װאָס זי איז אזוי פרי געקומען צו פאָרן, מיסטאמע שוין די גאנצע נאכט ניט געשלאָפן, און װאָס זי האָט געבראכט מיט זיך, אויסער די פּראַטעזן, א גאנצן קויש מיט עסנווארג. די צוויי ייִנגלעך האָט ער דערקענט, אָנגערופן זי בא די נעמען און, ניט אָפּלײגנדיק אף שפּעטער, דערציילט א פּאָר איינצל- הײַטן, ויאזוי עס זײַנען אומגעקומען זייערע מישפּאָכעס.

מע האָט זיך גלײַך אװעקגעלאָזט צו די ברידער-קװאָרים. דער שאָפער האָט פארפירט דעם גאזיק, נאָר אָפּאנאס גאװורילאָװיטש האָט געזאָגט מיט ביטערניש אין קאַל:

-- צו טויטע גייט מען צופוס... בלויז איך װעל פאָרן אף מײַנע רעדלעך.

42

איבערן שטעטל, פארנעמענדיק זיך צוערשט צו דער כורווע, װאָס האָט אמאָל זיך גערופן פּאלאץ, זײַנען זי געגאנגען שװײַגנדיק, סײַ מוירע האָבנדיק אף עפּעס אָנצוטרעטן, װי מע גייט איבער א פארמינירט אָרט, סײַ סטארענדיק זיך גאָרנישט ניט ארומגיין, קעדיי פון יעדן קופּקעלע ברוכווארג מיטנעמען מיט זיך כאָטש דעם שטויב אף די שיך. דער הימל איבער סלוטשניע איז געווען פול מיט זון,. און אין איר בלענדנדיקער שײַן האָבן גענומען זיך ארויסװײַזן פון דעם ברוכווארג שטיקלעך גלאָז, מעש און אײַזן און אויך רעשטן פון שפּיגלען און פון קאָלערלײ אָפּגעשליפענע זאכן, און דאָס אלץ האָט אָנגעהױבן זיך מינען און איבער- ווארפן זיך מיט שטראלן, ארויסגעבן א סימען פון לעבן. ס'האָט זיך געדוכט, אז דאָס צעבראַ- כענע אף שטיק-שטיקלעךר שטעטעלע הייבט אָ צו פילן די מידע טריט פון די עטלעכע מענטשן איבערן באָדן, אף וועלכן עס איז אמאָל געשטאנען, און דאָס מאכט צו פינקלען די שוין ארײַנגעטראָטענע אין דער ערד שטיקער בלעך און צעדרויבלטע טאפליעס, די הערעלעך אין צעבראָכענע עלעקטרישע לעמפּלעך, די אויסגעריסענע פון מאלבושים קנעפּ, און די פארברודיקטע מיידלשע קעמעלעך און שפּילקעס, די פארזשאווערטע טיר-קליאמקעס, קייטעלעך און שלעסער, די אויסגעגעסענע אף דורך און דורך מעטאלענע געפעסן און עמערס, די צעקוועטשטע און באדעקטע מיט גרינעם זויערס מעשענע סאמאָווארן, טאצן. קורץ, אונטער די שטראלן פון דער זון האָט זיך דאָס שטעטל, װי א ריר געטאָן, נאָר אף מערער האָט עס ניט געהאט קיין קויעך...

די עטלעכע מענטשן זײַנען געגאנגען איבער די אמאָליקע געסלעך, װאָס האָבן זיך אופגעהאלטן בלויז אין זיקאָרן, ניט געהאט קיין מאמאָשעס אף דער ערד. גייענדיק, האָבן זי עס גוט פארשטאנען, און דאָך האָבן זיי שיר ניט פארלאָרן דאָס געפיל פון רעאלן, ווען דאָ און דאָרט האָט זיך פון די כורוועס אָפּגעטײלט נאָך איין לעבעדיק װעזן, צושטייענדיק צַן זײי, וי עמעצנס א שאָליעך אף דער טרעפונג מיט די געטייטע קינדער, װעלכע װעט באלד פאָרקומען, איידער נאָך מע װעט גיין זיך זען מיט די עלטערע קדוישים.

צו דעם אָרט, װוּ ס'איז אמאָל געווען דער אינװייניקסטער זאל פונעם פּאלאץ, איז מען געקומען, אריבערקלײַבנדיק זיך מיט גרויס מי איבער בערג ציגל, מארמאָר, גלאָז און ברעטער, און דער זאל איז דערקענט געװאָרן לויטן הויכן קופּאָל, װאָס איז געװוען איבער אים אינעם פּאלאץ און איצט איז ער פארשטעקט מיט א שטיק הימל, װי א פלאש אַן א העלדזל -- מיט א שמאטקעלע. װוּ-ניט-ווּ האָבן נאָך אין די ווינקלען זיך געוואלגערט העלצ- לעך פונעם פּארקעט, נאָר דער גאנצער דיל און אלץ, װאָס איז אף אים געשטאנען, צוזאמען מיט די עטלעכע הונדערט קליינע קינדער, איז ארײַנגעפאלן אין דער טיפער גרוב בייסן אופרײַס, און דאָרט האָט מענטשנלײַב, בעטאָן און דעמבן-געהילץ זיך צעריסן אף שטיקלעך.

דער ערשטער אָנזאָג צו די קינדער-קדוישים, אז מע איז צו זיי געקומען, איז געווען א שטיקל פארדארטע ליים, װאָס האָט פון אונטער עמעצנס א פוס זיך אראָפּגעקײַקלט אין טהאָם ארײַן. קיין קלאפּ האָט מען ניט געהערט -- קאָן זײַן, אז דאָס שטיקל ליים האָט זיך ערגעץ פארהאלטן, און עפשער האָט די גרוב ניט געהאט קיין סאָף.. די שטילקײַט האָט געדראָעט, סזאָלן צעריסן ווערן די אױיערן. טאקע פון איר, פון דער שטילקײַט, האָט זיך ארויסגעשרויפט א שוואך פרוייש קאָל, ניט צו דערקענען נאָך, אז דאָס איז א געוויין, נאָר אין א מינוט, צִי צוויי ארום האָט זיך דאָס קאָל דורכגעשלאָגן דורכן צונויפגעדריקטן האלדז פון דער װיינערן, און אלע האָבן דערזען, אז עס ליגט, װי אונטערגעקאָסעט אף דעם ברוכ- ווארג, כאווע, און דאן האָט איר געוויין זיך צעשפּרײט און זיך אופגעהויבן און גענומען נידערן אין דער גרוב ארײַן. קיינער האָט אפילע קיין טראכט ניט געטאָן, אז זעט, דער פּארטיזאנישער קאָמיסאר האָט זיך מיטאמאָל צעיאָמערט, אזוי האָט כאוועס געוויין זיך גע- פּאסט צו דעם געמיט-צושטאנד פון יעדערן דאָ, בא דער פּאלאץ-גרוב.

שווער צו זאָגן, װאָס עס איז געווען אלגעמיינס צװישן דעם אנידערפאלן פון כאווען און דער אופירונג פון אירע צוויי יוגנט-פרײַנט, נאָר דאָס אלץ איז פאָרגעקומען אין איין אויגנבליק און האָט צום ערשטן מאָל, זינט זיי האָבן זיך הײַנט באגעגנט, דערמאַנט אין די אינטימע טיפקײַטן פון זייער צוזאמענבונד. ווען עלכאָנען און עזראָ האָבן זיך קימאט איין- צײַטיק ארײַנגעגליטשט אין דער גרוב און דאָרט פארשװוּנדן געװאָרן, האָט כאוועס געוויין אהין זיי נאָכגעפאָלגט. אָפּאנאס גאװורילאָװיטש האָט אלץ אופגענומען אזוי, װי מע װאָלט פון פריער װועגן דעם זיך צונויפגערעדט. די צען-צוועלף מאנצבלען -- קיין פרויען זײַנען נאָך אין סלוטשניע ניט געווען, -- װאָס זײַנען אין װועג צוגעשטאנען צו דער פּראָצעסיע, האָבן אים ארומגערינגלט און זיך אופגעפירט מיט פארשטאנד, ווארטנדיק אף עפּעס.

פון דער גרוב האָט פריַער שטיל, דערנאָך אָנוואקסנדיק און שנײַדנדיק-הויך זיך גע- טראָגן דער אייל מאָלע ראכמים, וועלכן ס'האָט געמאכט ניט מיט זײַן קאָל עלכאָנען. אויבן

43

האָט װי מיט א פארשטאָפּטן גאָרגל איבערגעכאזערט יעדעס װאָרט באזונדער מאַרדכע גרינבערג, װעמען די געקומענע האָבן שוין דאָ געטראָפן. עלכאָנען האָט זיך װי געײַלט פארענדיקן די טפילע. ער איז פּלוצעם שטיל געװאָרן. אלע האָבן אופגעציטערט פון דעם אויסגעשריי , אוי-וי-וי!", װאָס האָט זיך ארויסגעריסן פון מאָרדכע גרינבערגס ברוסט, בייס ער, גרינבערג, האָט שוין געהאלטן באם אוועקלויפן אין ערגעץ, צופאלנדיק דערביי צו דער ערד און אָנכאפּנדיק זיך בא ארויסשטארצנדיקע ציגל און אײַזערנע פּרוטעס.

עזראָ האָט מיט גאָרנישט ניט געגעבן וועגן זיך צו וויסן.

צוריק פון דער גרוב זײַנען עלכאָנען און עזראָ ארױסגעקראַכן, אונטערהאלטנדיק איינער דעם אנדערן. זיי זײַנען געווען אינגאנצן װײַס פון עפּעס א ניט-ערדישן -- אונ- טערערדיש-פארלעגערטן שטויב. ס'האָט זיך געקאָנט דוכטן, אז זיי זײַנען ארויס פון א מיל. עלכאָנען האָט געהאלטן די אויגן אראָפּגעלאָזט און איז, דאכט זיך, געווען בלויז פארטאַן מיט שלעפּן נאָך זיך עזראָן, בא וועמען ס'האָט געציטערט דאָס גאנצע לײַב, װי גלײַך ער װאָלט אַקאָרשט זיך אראָפּגעלאָזט ניט אין א טרוקענער גרוב, נאָר אין אן אײַז-קאלטער פּאָלאַנקע פון א פארפרוירענעם טײַך. כאווע איז שוין געווען בארויקט. זי איז צוגעגאנגען צוֹם באטקאָ אָפּאנאס און א שעפּטשע געטאָן אים אין אויער:

-- װאָס גיכער אהיים. דו הערסט?

-- יאָ, יאָ, טאָכטער. שוין צײַט גיין אהיים.

כאווע האָט גענומען עזראָן און עלכאָנענען אונטער די אָרעמס. אָפּאנאס גאװרילאַ- וויטש האָט מיט דער הילף פון צוויי אנדערע מאנצבלען זיך איבערגעקליבן מיטן וועגעלע איבער דעם ברוכווארג, אזוי װי ער האָט עס געטאָן, ווען מ'איז געגאנגען אהער. כאווען האָט זיך אײַנגעגעבן ארױיסציִען פון דעם ביז לעצט דערשיטערטן עלכאָנענען עטלעכע ווער- טער. זי האָט זיך דערװוּסט, אז די גרוב איז ניט אזוי טיף, װי ס'האָט אויסגעזען פון אויבן, זי איז נאָר פארשאָטנט, און מע זעט אין איר גאָרניט. קוקנדיק אף כאווען מיט פאָרװוּרף, האָט עלכאָנען ארויסגעשטאמלט:

-- ארום און ארום ליגט אָנגעוואלגערט ערד, נאָר די ביינדעלעך זײַנען ניט פאר- שאָטן...

-- מע ווארט אף דער מעלוכישער קאָמיסיע, דאן װעט מען מאכן די עקסגומאציע... -- האָט כאווע געענטפערט, כאָטש עלכאָנען האָט קיין פראגע ניט געפרעגט. ער האָט פאָר- געזעצט ריידן שטיל און דערשלאָגן;

-- אזויפיל צײַט שוין דורכגעגאנגען, און מע ווארט נאָך אלץ..

כאווע איז בלאס געװאָרן, דערמאָנענדיק זיך אין א לעצטן שמועס, ועלכן זי האָט געהאט אין געגנטלעכן צענטער. דער פאָרשטייער פון דער מעלוכישער קאָמיסיע אף אויס- צופאָרשן די פארברעכנס פון די פאשיסטן, וועלכער האָט ערשט זיך אומגעקערט פון א שכיינעסדיק שטעטל, װוּ די עקסגומאציע האָט זיך פארצויגן, האָט מיט צערײיצטקײַט איר געזאַגט, אז זי פאָדערט דאָס, װאָס עס איז אומעגלעך צו פארווירקלעכן. ער האָט ניט קיין רעכט צו ברעכן דעם גראפיק, -- און ער האָט גראָב זי באשולדיקט אין דעם, אז זי איז א מייליץ-יוישער בלויז פאר דעם אייגענעם שטעטל. אף דעם האָט זי געענטפערט מיט שאר- פע װערטער, און ביכלאל איז בא איר פון אָט דעם שמועס געבליבן א געפיל, אז סאיז געגאנגען א דינגערײַ ארום די מאסן-קװאָרים. איצט אָבער האָט זי געענטפערט עלכאָנענען, אזויווי זי װאָלט אליין געווען א פאַרשטייער פון דער מעלוכישער קאָמיסיע:

-- אזעלכע גריבער זײַנען פאראן אין יעדן שטעטל... דער דײַטש האָט קיין גריבער ניט געזשאלעוועט...

זי האָט א טאָרקע געטאָן מיטן עלנבויגן עזראָן. צו אים איז ערשט איצט דערגאנגען, װאָס פאר א גוירלדיקע געשעענישן עס זײַנען פאָרגעקומען אין זײַן לעבן פאר דעם לעצטן מעסלעס. ער האָט זיך אָפּגעשטעלט און מיט א נאָגנדיקן געפיל זיך ארומגעקוקט. זי גייען אינדרײַען, אלע דרײַ -- לעבעדיקע, עמעס, געענדערטע אינעם אויסזען אוֹן אנדערש אָנ- געטאָנענע, אַבער אין טאָך קאָן מען, קוקנדיק אף זיי, מיינען, אז דאָס איבערגעריסענע מי- צאד דער מילכאָמע לעבן װערט פאָרגעזעצט אזוי װי געווען. וועגן כאווען און עלכאָנענען האָט ער פאר די עטלעכע שאָ זיך דערװוּסט קימאט אלץ, װאָס עס איז פארלאָפן מיט זי אין דער מילכאָמע, און דאָך איז עס אים נאָך װײיניק, זייער װײניק. כאווע זעט אויס א ביסל אָפּגעפרעמדט. ניין, זי איז ניט אזא, װי ער האָט זיך געקאָנט פאַרשטעלן. דאָס רעגנמאנטל, די כראָמאָװע שטיוול און די אונטערגעשוירענע, װי בא א מאנצבל, האָר, אָן א פאטשיילע אָדער היטעלע, מאכן זי הארטער, איידער אמאָל, און איר אופירונג זעט אויס ניט אזוי היי-

4

מיש. דערצו נאָך האָט מען דערװײַל זי געהערט ריידן בלויז אף רוסיש, אין דער צײַט, וען אלע זייערע יאָרן האָבן זי צווישן זיך געוויינלעך גערעדט ייִדיש.

פּונקט װי ענטפערנדיק אף זײַנע געדאנקען, האָט כאווע אים א שלעפּ געטאַן, ער זאָל ניט שטיין אף אן אָרט, און דערבײַ א זאָג געטאָן אף ייִדיש:

-- װאָס קוקסטו אזוי אף מיר? נו, יאָ, מיר האָבן זיך דאָך ניט געזען א שאָק מיט יאָרן...

א שאָק מיט יאָרן... און פאר אָט דער צײַט איז געשען דאָס, װאָס זיי האָבן אָקאָרשט װוידער איבערגעלעבט אינעם פּאלאץ,

צוביסלעך, גייענדיק איבער די כורװועס, האָבן די מענטשן זיך אָפּגעגעבן דעם זון- באהעלטן טאָג. מ'האָט גענומען זיך איבערווארפן מיט װערטער, ארומרעדן די לעצטע סװאָד- קעס פונעם פּראָנט, צוזאמען אופשטעלן אין זיקאָרן דעם אמאָליקן אויסזען פונעם שטעטל.

עזראָ האָט דערפילט, אז כאווע האלט אים שוין ניט אונטער דער האנט. ער האָט זיך ארומגעקוקט און דערזען, אז עלכאָנען דערציילט עפּעס אָפּאענאס גאװורילאָװיטשן און כאווען, און יענע זײַנען שטארק פון דעם צערודערט. ער איז צוגעגאנגען נעענטער, און כאווע האָט אים שטיל געזאָגט:

-- האָסט געהערט? עלכאָנען איז אָט די אלע יאָרן אָפּגעזעסן אָן א שולד אין לאגער. אך, אומגליקלעכער, אומגליקלעכער עלכאַנען!

עזראָ האָט א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, װאָס עס האָט באטײַט, אז ער וייסט שוין אלץ און עס טוט אים אויך װויי דאָס הארץ פאר עלכאַנענען. דערנאָך האָט ער געזאָגט מיט א געבראָכענער שטים, װײַזנדיק מיט דער האנט אפן פּאלאץ, וועלכער האָט פונדער- װײַטנס אויסגעזען אזוי, גלייך ער װאָלט נאָך געווען גאנץ און די מענטשן אין אים זײַנען פארטאָן אין װאָכעדיקן לעבן:

-- דאָס איז, קאָן זײַן, דער איינציקער ברידער-קייווער אף דער װעלט, װאָס שטייט אָפן צום הימל...

דל שושל קינדער-קייווער... -- האָט ארײַנגעשטעלט כאווע.

זי האָט אופגעציטערט און, אײַנקוקנדיק זיך אָנגעשטרענגט אין עזראָס פּאָנעם, ארויס- געשטאמלט:

-- עזראָ, טײַערער... דאָ פילט מען באזונדערס שטארק, אז ייִדן זײַנען אויסגעהארגעט...

דער געדאנק ועגן דער גרוב אין פּאלאץ האָט עזראָן ניט אָפּגעלאָזט פון זיך, און צו אים איז נאָך ניט דערגאנגען דער אלץ-ארײַנעמענדיקער ייִעש פון כאוועס װוערטער.

-- ברידער-קװאָרים, כאווע, זײַנען געווען אין אלע צײַטן, זינט מענטשן קריגן זיך... --- האָט ער געצויגן װײַטער זײַן געדאנק. -- אָבער ברידער-קװאָרים פאר איינע קינדער!. דאָס האָט צוגעטראכט בלויז אָט די דאָזיקע פארשאָלטענע מילכאָמע... די פאשיסטן.

כאווע האָט גערעדט אירס:

-- אויך ברידער-קװאָרים פאר גאנצע פעלקער.. נאָך איין ביסעלע, און דאָס ייִדישע פאָלק, אזוי װי סע שטייט און גייט, װאָלט געלעגן אָט דאָ-אָ, ארומגענומען מיטן שטעטעלע..

זי האָט א קרעכץ געטאָן און, אָפּשטעלנדיק זיך א שטארק בלאסע, ארײַנגענומען אין איר שוין פארגרעבטער, אָבער נאָך מיידלש-שמאַלער האנט די דרײַ מעדאלן אף עזראָס כאקי-העמדל, און שטרענג געפרעגט:

-- װאָס װעט זײַן װײַטער, סאַלדאט? װאָס װעט זײַן! -- האָט זי אויסגעשריען.

עזראָ האָט פארדעקט איר האנט אף די מעדאלן מיט זײַנער:

-- כאווע, מע דארף פריִער פארענדיקן די מילכאָמע. זי האָט נאָך, זעט אויס, ניט אױסגעפּרוּװוט אלע קויכעס אונדזערע.

אין דער זײַט פונעם סלוטש, עטװאָס װײַטער פון דעם אנטקעגנליגנדיקן ברעג, דאָרט, װוּ עס גייט אוועק דער ועג אף נאָװאַגראד-װאָלינסק, האָט שוואך א דונער געטאָן. פון אונטער די אָנגעלאָפּענע כמארעלעך האָט פּונקט װי דערהערט זיך א שלוקערץ אָדער א זיפץ, ווען דאָס דונערל האָט זיך איבערגעכאזערט אף דעם פרעמד-ראכוועסדיקן װײַטלעכן הימל, פון וועלכן ס'איז געקומען אהער אן אנדער שײַן, ניט פון דער זון, נאָר פון א בליץ. עזראָ האָט זיך אײַנגעקוקט אין די יאָגנדיקע, קארג באלויכטענע כמארעלעך, הינטער וועלכע ס'האָבן זיך געצויגן צו דער ערד שיטערע פּאסן פון א טונקלקײַט, און, ניט ווענדנדיק זיך צו קיינעם, געזאָגט:

-- ס'וועט זײַן א רעגן..

כאווע האָט אומגעריכטערהייט זיך צוגעדריקט צו אים:

-- עזראָ, דו ווילסט גיין צוריק אפן פראַנט?

-- װאָס דען?

-- דו האָסט זיך שוין אויסגעהיילט?

-- די דאָקטוירים זאָגן, אז ניין.

ניט אָפּטרעטנדיק פון אים, האָט זי געשעפּטשעט אָן א פארבינדונג מיט דעם, װעגן װאָס זיי האָבן אַקאָרשט גערעדט. גיכער פון אלץ האָט זי זיך דערמאַנט אין די פריִערדיקע רייד, בייס עלכאַנען האָט געקוקט אף איר מיט פאָרװורף און אויסגעשטאמלט: , די ביינדעלער זײַנען ניט פארשאָטן"...

-- יאָ, עזראַ, -- האָט זי געשעפּטשעט, -- די מילכאָמע האָט נאָך ניט אױסגעפּרווט אלע אונדזערע קויכעס... הײַנט האָט זי אונדז געבראכט צו דער אָפענער גרוב, װאָס איז פול מיט גלידערלעך פון די קינדער. פון דעם קאָן מען בא זיך אראָפּפאלן, אָבער מיר טראכטן אנדערש... די גרוב איז ביז איצט ניט פארשאַטן, דאָס אָפּנעראטעװעטע לעבן ווארט, אז די נעשאַמעלעך זאָלן זיך צוריק אומקערן פונעם הימל און צונויפנעמען די צעריסענע גופעלעך...

-- דײַנע ווערטער װעל איך קײנמאָל ניט פארגעסן, כאווע...

זי האָט זיך מיטאמאָל איבערגעביטן אין פּאָנעם, געװאָרן שטײַפער, באדאכטער און מיט כידעש געפרעגט:

-- דו ביסט אויך געװאָרן אף דער מילכאָמע סענטימענטאל?

-- אוב מע קאָן אזוי אָנרופן א באזונדערע פילבארקײַט צום לעבן און צום טויט.. צו אלץ, װאָס אונדז איז אויסגעקומען אויסצושטיין...

כאווע האָט צוגערופן עלכאַנענען און גענומען ריידן גיך-גיך, מיט א סוידעסדיק קאָל, האלטנדיק ביידע מאנצבלען ארומגענומען ארום די אקסלען:

-- טײַערע מײַנע, איינציקע מײַנע יאטן... לאָמיר זיך שווערן, אז מיר ועלן אָנהײבן אונדזער נײַ לעבן, בא די געהייליקטע קװאָרים.

ביידע האָבן געענטפערט, איבערשלאָגנדיק איינער דעם אנדערן, ברומענדיק עפּעס, הוסטנדיק פון אומגעריכטקײַט, װאָס פאר זיי שטייט כאווע, און זי האלט זיי ארומגענומען, און דער שמועס גייט פון אָטעם צו אָטעם, אזוי װי דעמלט, בא כאווען אינעם ענגן צימערל, אין לעצטן פארנאכט פאר דער מילכאָמע. כאָטש דער ענטפער האָט ניט געהאט אין זיך קיין שום צוזאָגן און פארפליכטונגען, האָט מען דאַך געדארפט אים פארשטיין, װי א שווּע.

עלכאַנען האָט מיט א פארשטיקט קאָל אויסגעשריגן:

-- יאָדיאָ; בא די געהייליקטע קװאָרים!

עזראָס ווערטער האָבן געקלונגען אנדערש:

-- יאָ, כאווע. שטעלן א דענקמאָל דעם געהארגעטן שטעטל!

אין דער דאָזיקער רעגע האָט אינעם שמועס גענומען װוייען א קאלט ווינטעלע, װאָס האָט דערװײַל נאָך קוים-קוים צעוויגט די געמיטער, אָבער גאָר אינקורצן (סוועט זײַן גענוג, אז אונדזערע העלדן זאָלן דערגיין ביזן דאָרפסאָװעט און נאָכדעם זיך אוועקזעצן צום טיש) װעט זיך ארױיסװײַזן, אז גראָד אָט דאָס דאָזיקע װינטעלע איז בעקויעך צו צעוויגן און צעשויבערן געפערלעך דעם פלאנץ פון זייער אמאָליקער אײַנפארשטענדעניש און צו- זאמענלעבונג, און דאָס איז גענוג, אז אין אונדזער װערק זאָל צװישן עזראָן און עלכאָנענען זיך באװײַזן אן אָפּגרונט, און סוועט ווערן באשײַמפּערלעך די מעכיצע, וועלכע עס שאפט צווישן זי א ביז איצט ניט דערמאַנטע און אף א קעגנזעצלעכן אויפן פארענטפערטע פרא- גע, װאָס װעט אָפּרוקן אפן הינטערשטן פּלאן אלע איבעריקע פראגן און פארנעמען דאָס ערשטע אָרט.

פון זינט עזראָ און עלכאַנען זײַנען נעכטן פארנאכט צוגעקומען צו מיכאיל אנדראָנאָ- וויטשעס פּאלאטקע באם סלוטש, האָט זיך צװישן זיי אײַנגעשטעלט א רוַקע שטימונג. באזונדערס האָט זי דערנענטערט דאָס איבערשלאָפן די נאכט אונטער איין שינעל. איצט אָבער, בייס עזראָ האָט צוגעגעבן זײַנע עטלעכע ווערטער צו דער שווּע, איז, װײַזט אויס, אופגעשווומען אן אלטער פארדראָס, אָדער עס האָט זיך פון עפּעס-װאָס באוויזן א נײַער, -- אזוי אַדער אנדערש, נאָר עלכאַנען האָט א קראץ געטאָן דעם פארוואקסענעם ברודיקן האלדז, פארײַסנדיק דעם קאָפּ מיט אן אויסדרוק פון פארגעניגן, און א זאָג געטאָן אויסערלעך ווייך, אפילע מיט א פארבאָרגן שמייכעלע, נאָר לויטן אַנשטרענג דראָענדיק:

-- גראזשדאנין שליווניאק! און איך האָב געמיינט, אז געהארגעט האָסטו בלויז פא- שיסטן...

כאווע האָט ניט פארשטאנען:

-- וועמען נאָך האָט ער געהארגעט?

צומאכנדיק די אויגן, װי דאן, ווען ער האָט געלאָזט, אז עלכאָנען זאָל אים א טרייסל

35 26

טאָן מיט ביידע הענט בא דעם צעכראסטעטן העמד, האָט עלכאַנען ארויסגערעדט מיט א געמאכטן לאנגװײַל, װאָס עס האָט שוין אליין פאר זיך באטײַט, אז דעם מענטשן, צו וועמען ער רעדט, טראָגט ער אויך אָפּ צום צאד שעקענעגעד:

-- האָסט דען ניט געהערט, כאװע? דאָס שטעטל אײַלט ער זיך דערהארגענען, דאָס שטעטל...

עזראָ האָט שוין באוויזן זיך צוגעװוינען צו די אומהיימלעכע איבערפאלן אין עלכאַ- נענס שטימונג. ער האָט זיך ניט ארײַנגעצױגן אין א װיקועך און איבערגעפירט דעם שמועס אף אן אנדער טעמע:

-- זעט נאָר, מיר גייען צוריק קיין טשארטאָרישטשע. נו, און צו דעם וואלד, צו די צוויי גריבער? ווען װעלן מיר אהין קומען?

עלכאַנען האָט געלאָזט, מע זאַל אים אראָפּשלאָגן פון די רייד, ער האָט אפילע גענומען אף זיך אױסצוקלאָרן די זאך און צוֹליב דעם אָנגעיאָגט אָפּאנאס גאװרילאָװיטשן, וועלכער האָט, ארויסקומענדיק אף א גלײַך אָרט, זיך באוועגט אפן ועגעלע גיכער, איידער די פוס- גײער. כאווע האָט נאָכגעקוקט עלכאָנענען, און װוען ער איז אָפּגעלאָפן פון זי אזוי װײַט, אז ער האָט ניט געקאַנט הערן, װאָס מע רעדט וועגן אים, האָט זי זיך אָנגערופן צו עזראָן:

-- דאָס, װאָס ער װיל אופשטעלן סלוטשניע, קאָן מען פארשטיין, אָבער מיר דאכט, אז צוליב דעם װאָלט ער פריִער באדארפט אופשטעלן זיך אליין..

און זיך אָנגעכאפּט פארן הארצן:

-- ריבוינעשעלוילעם... װאָס האָט די מילכאַמע אָפּגעטאַן מיט אונדז..

זי זײַנען צוגעגאנגען נעענטער צו אָפּאנאס גאװורילאָװיטשן און צו עלכאַנענען, וועל- כער האָט שוין פארגעסן, אז ער האָט צוגעזאָגט זיך דערוויסן באם באטיא, װוּהין מע גייט. אָפּאנאס גאװרילאָװיטש האָט געזאָגט כאווען, װי ער װאָלט געבעטן בא איר א טויװע:

-- לאָמיר זיך אומקערן אין דאָרפסאָװעט, טאַכטערקע. אף איין מאָל זײַנען דרײַ גריבער צופיל... מאָרגן איז נאָך א גרויסער טאָג..

ווען זי זײַנען צוגעגאנגען צום דאָרפסאָװעט, האָט כאווע שפּילעװדיק זיך אָנגערופן:

-- באטיא, פּונקט וי אין אַטריאד, האָסטו דאָ וועגן דעם מארשרוט זיך מיט קיינעם ניט געייצעט...

דערפילנדיק עפּעס א שפּיצל, האָט אָפּאנאס גאװורילאָװיטש גענומען ריידן פאָרזיכטיק:

-- נו, אין אַטריאד, פארשטענדלעך... זיך געייצעט מיטן קאָמיסאר...

כאווע איז ניט אָפּגעטראָטן:

-- װעסט זיך ניט אויסדרייען. באם קאָמיסאל זײַנען דאָך אויך געווען אזעלכע אינ- יאָנים, וועלכע ער האָט געלייזט אליין... קורץ, אויך איצט האָב איך שוין אָנגענומען איינעם א באשלוס... עזראָ! עלכאַנען! נאָך מיר!

זי האָט אופגעהויבן פון דער ערד, לעבן פענצטער, א קליין לאָמיקל, ניט װיסנדיק אז דאַס איז דאָס זעלבע, װאָס מיכאיל אנדראָנאָװויטש האָט הײַנט פארטאָג געבראכט אהער און עס פארלוירן, ווען לאכמאנדריידל האָט אים אָנגעשראַקן, און איז צוזאמען מיט די צוויי יונגעלײַט אריבערגעגאנגען די גאס און זיך דערנעענטערט צום הויף פון די קאָפּילענקאָס, װוּ אָפּגערוקט אין דער טיף איז געשטאנען די פארהאקטע פון דרויסן שטוב. אָפּאנאס גאוו" רילאָװיטש איז זיי נאָכגעפאָרן אף זײַן וועגעלע א דערשראַקענער,

-- װאָס קלײַבסטו זיך טאָן, כאווע? -- האָט ער נאָכגעשריגן.

כאווע האָט געענטפערט רויִק און אנטשלאָסן:

-- איך קלײַב זיך ארײַנגײן מיט מיינע כאוויירים צו דיר, אויב, פארשטייט זיך, דו האָסט ניט פארגעסן צו זײַן גאסטפרײַנטלעך,

זי האָט אָפּגעגעבן קורצע קאָמאנדעס. די צװײ מאנצבלען האָבן עפּעס צו גרינג אראָפּגענומען די ברעטער פון די פענצטער און פון דער טיר, און כאווע האָט פארשטאנען, אז זיי אלע זײַנען איצט ניט די ערשטע, װאָס קומען ארײַן אין אָט דער שטוב נאָכן באפרײַען סלוטשניע. אָפּאנאס גאװורילאָװיטש איז געשטאנען אין א זײַט א פארשעמטער און נאָכגע- שפּירט נאָך דער ארבעט.

ווען כאווע, עלכאַנען און עזראָ האָבן אריבערגעטראָטן די שוועל, האָט זיך פאר זייערע אויגן אנטפּלעקט א אומגלייבלעך בילד. אין שטוב איז געווען ציכטיק אופגעראמט, וי גלײַך ס'װאַלט דאָ געלעבט א גוטע באלעבאָסטע: די דילן ריין אויסגעוואשן, אף די װענט, אין פריש אָפּגעפארבטע רעמעלעך, הינטער בלישטשענדיקן גלאָז -- אָקסאנעס און ארכיפּס פאָטאַגראפיעס. די טישן, די בענקלעך צעשטעלט אף זייערע ערטער און אויסגעווישט פון שטויב. די טישטעכער און די אויסגענייטע האנטעכער גוט אױסגעפּרעסט, די בעטן צוגע-

47

קליבן און פארשפּרייט, אין דער קיך -- אלץ, װאָס עס איז נייטיק, שוין גרייט צו ניצן, אפילע א בערעם טרוקן האָלץ, א פּעקעלע שוועבעלעך, א סלאָיִקל מיט בוימל און מיט א בערשטעלע אף צו אָנשמירן די סקאָוורעדע...

כאווע איז צוגעגאנגען צו אָפּאענאס גאװרילאָװיטשן, וועלכער איז נאָך געשטאנען אין הויף און געווארט, װאָס עס װעט זײַן װײַטער, זיך צוגעזעצט לעבן אים אף דער ערד, לאנג און ערנסט געקוקט אים אין פּאָנעם און, װוי גאָרנישט װאָלט ניט געשען, א פרעג געטאָן:

-- װעסט עפשער, באטקאָ, אָנטאָן די פּראָטעזן?

אױנדאן -- האָט זיך אָפּגערופן אָפּאנאס גאװורילאָװיטש, -- מע דארף זיי אָנטאָן.

דער שאָפער פונעם גאזיק, וועלכער האָט שוין באוויזן ארײַנטראָגן אין קיר דעם קויש עסנווארג און עטלעכע פלעשער, װאָס ער האָט אליין זיך דערטראכט צוֹ ברענגען פונעם סעלמאג, איז װוידער אװעקגעלאָפן אין דאָרפסאָװעט און זיך אומגעקערט פון דאָרט מיט די פּראָטעזן. עזראָ און עלכאַנען האָבן זיך אוועקגעשטעלט אין ביידע זײַטן, יעדערער מיט א פּראָטעז אין האנט, און כאווע מיטן שאָפער האָבן געהאָלפן דעם באטקאָ זיך אופהייבן

העכער פונעם וועגעלע און, ארומכאפּנדיק ביז װייטיק די צוויי ייִנגלעך מיט די הענט ארום די העלדזער, ארײַנטאָן די שוין ארומגעוויקלטע מיט ווייכן צײַג עקלעך פון די אָפּגעשנ טענע פיס אין דעם אייבערשטן טייל פון די פּראָטעזן. דאן האָט כאווע שנעל פארצויגן און פארשנורעװועט די רימענדלעך און, אָפּגײענדיק א פּאָר שפּאן, בייס עזראָ און עלכאָנען האָבן פון ביידע זײַטן אונטערגעהאלטן אָפּאנאס גאװורילאָװיטשן, אויסגערופן פײַערלעך און שטרענג:

-- כאווער קאָפּילענקאָ, מיט דער לינקער פוס! ראז-דווא, ראז-דווא!

אָפּאנאס גאװורילאָװיטש האָט זיך געקרימט און געבייזערט זיך, אָבער מיט אלעמענס הילף האָט ער דאָך געשטעלט טריט און, איבערטרעטנדיק די שװעל, ארײַן אין שטוב, איבערלאָזנדיק דאָס וועגעלע אין הויף. באם טיש אינעם גרעסערן צימער האָט ער זיך א װאָרף געטאָן אפן שטול, אָפּגעשפּיליעט די פּראָטעזן און פרײַ אָפּגעאָטעמט:

-- פו! אָן פיס איז בעסער... כאוועלע, גיס אָן צו גלעזלעך. מע דארף אויסטרינקען פאר אָקסאנען און פאר לייען, פאר ארכיפּן, דערנאָך פאר דיר, טאָכטערקע..

כאווע האָט אראָפּגענומען פון טיש דעם טישטעך און אים אויסגעטרייסלט, כאָטש אף אים איז קיין שטויבעלע ניט געווען, דערנאָך אים װוידער צעשפּרײט איבערן טיש און מיט ביידע הענט אויסגעגלעט. די טעלער, די גאָפּל און מעסערס, די גלעזער און קעלישעקלעך האָט זי אוועקגעשטעלט לוט אלע קלאָלים אנטקעגן יעדערן, װער ס'איז געזעסן באם טיש.

3--00 18

צעלייגנדיק אף גרעסערע טעלער דעם אָנגעשניטענעם װוּרשט, דעם הערינג, דאָס שטיקל שטארק ארומגעזאלצענע כאזער-פעטס, די מארינירטע אוגערקעס און פּאַמידאָרן, און אין סאמע מיטן -- דאָס קײַלעכיקע לעבל ברויט, זי האָט אָנגעגאָסן אכט גלעזלעך בראנפן: דעם באטקאָ, עזראָן מיט עלכאָנען, דעם שאָפער און זיך, און דרײַ גלעזלעך אנטקעגן די ליידיקע בענקלעך, פאר דער מאמע אָקסאנע, פאר דער מאמע לייע און פאר ארכיפּן,

נאָך די ערשטע טרויעריקע רייד, -- מע האָט דערמאָנט פיל מישפּאַכעס, גאנץ סלוטש- ניע און די סאָלדאטן און פּארטיזאנער, װאָס האָבן זיך ניט אומגעקערט קיין טשארטאַ- רישטשע, -- האָט אָפּאנאס גאװװרילאָװיטש זיך אָנגעפרעגט װעגן דעם כאווער טכאָר, װאָס איז, װי מע זאָגט, געקומען קיין סלוטשניע. פארװאָס זשע זעט מען אים ניט? אויך כאווע האָט זיך דערמאָנט, אז דער טײַערער און ליבהארציקער לאכמאנדריידל האָט זיך אומגע- ריכט אזוי גוט ארויסגעוויזן באם אייל מאָלע ראכמים אין פּאלאץ. איז װוּהין האָט ער זיך אהינגעטאָן, עס װאָלט געווען א יוישער אים אָנגיסן א קעלישעקל... עס איז ארומגערעדט געװאָרן איינע פון די צוויי פראגן, אף וועלכע דער לייענער װויל באקומען אן ענטפער אינעם הױכפּונקט פון דער סיפּער-האמײַסע, ווען עס איז שוין קלאָר, אז קיין סלוטשניע זײַנען זיך צונויפגעקומען די וויכטיקסטע פון די געשילדערטע אין אונדזער װערק פּארשוינען.

אָפּאנאס גאװורילאָװיטש האָט דערציילט וועגן זײַן שמועס מיט לאכמאנדדיידלען-גרין- בערגן. עלכאָנען און עזראָ האָבן זיך דערמאָנט אין די פּראָטים פון זייער באגעגעניש מיט טכאָרן, ביזן איבערלייענען דאָס צעטעלע, װאָס ער האָט איבערגעלאָזט. כאווע האָט א גאנצע צײַט פון אָט דעם ייִשעװו-האדאס געשוויגן, טראכטנדיק אירס און פארגעבנדיק דאָ און דאָרט א פראגע. פארװאָס איז ער מיטאמאָל אװועק פון סלוטשניע? א טשודאק? קאָן זײַן, אז ער איז טאקע א טשודאק, אָבער עס זעט אויס מאָדנע: פארנאכט גאַרנישט קיינעם ניט געזאָגט און אינדערפרי אײַליק פארשווונדן געװאָרן. צי האָט מען געקאָנט באמערקן בא אים בייס דער אָװל-סודע א סימען פון געװויסנביסן? ניין? און צי האָט אים באומרויקט דאָס, װאָס אין סלוטשניע האָט זיך באוויזן לאכמאנדריידל? אויך ניט? פונדעסטוועגן, צי האָט ער זיך געקליבן ארײַנגײן צום באטקאָ? צִי זאָל לאכמאנדריידלס זען אים באם פענצטער באטײַטן, אז ער איז, פארן פארלאָזן סלוטשניע, װוידער געקומען זיך מעלדן צום באטקאָ, נאָר ניט געוואגט אופוועקן אים פון שלאָף?

אלץ האָט אין זײַן אופירונג באקומען א לאָגישע דעקונג, גאָרנישט האָט ניט ארויס- גערופן קיין פארדאכט.

װוּהין איז אהינגעקומען לאכמאנדריידל? מע דארף זיך ניט באומרויקן, ער דרייט זיך דאָ ארום אינדערנאָענט. דער שאָפער פונעם גאזיק האָט געװאָלט אים בעטן, ער זאָל העלפן אָפּטראָגן אין שטוב ארײַן דעם קויש מיט עסנווארג, נאָר ער איז אזוי צעמישט, אז ווען מע זאָל אים געבן דעם קויש, װאָלט ער אים אָפּטראָגן אין האָצעקלאַץ...

כאווע האָט פאָרגעזעצט צו פארגעבן פראגן, איצט שוין דעם באטקאָ. צי קאָן ער זיך דערמאָנען כאָטש עפּעס א שפּיצל, װאָס מיכאיל אנדראָנאָװיטש טכאָר האָט אָפּגעטאָן, זײַען- דיק אין אַטריאד? ניין? נו, יאָ, סאיז טאקע ריכטיק... ער איז געווען ניט קיין שלעכטער פארוואלטער פון דער ווירטשאפט. פארשטייט זיך, ניט שטענדיק זיך ספּראװעט װי עס האָט זיך געװאָלט, אָבער אָן שפּיצלעך -- ניט קיין שלעכטער סטארשינא. עמעס, ווען די רעכט- ברעגיקע אוקראינע איז באפרײַט געװאָרן און ס'איז ארויס א באפעל אומצוקערן אין די היים-ערטער און דעמאַביליזירן די קליינצאַליקע פּארטיזאנישע אָטריאדן, איז אויסגעקומען בעשאסן ארויסגעבן די דעמאָביליזאציע-פּאפּירן אים אָנרײַבן אן אויער, װײַל ער האָט גע- פּרוּווט אײַנרײדן דעם ראָטע-שרײַבער, אז זײַן אמט אין די באדינגונגען פון א פּארטיזא- נישן אָטריאד איז קימאט דאָס זעלבע װי שעף פונעם שטאב --- א סימען האָסטו, אז די פּארטיזאנער אינעם אַטריאד פלעגן, בייס מע האָט עפּעס געבעטן, קיין אנדער װאָרט ניט וויסן, וי שעף און נאטשאלניק... נאטשאלניק שטאבא, גיב. שעף, דערלויב...

און װאָס איז עס פאר א געשיכטע מיט לאכמאנדריידלס פּלוצעמדיק קלאָר װערן? ס'איז דען מעגלעך? מיילע, װאָס עס קאַן געשען...

עלכאָנען האָט ארײַנגעשטעלט זײַן װאַרט:

-- װאָסי, עס איז שוין טאמוז?

מע האָט זיך איבערגעקוקט: װאָס מיינט ער מיט דעם?

-- ס'איז פאראן א ווערטל, אז יעדער מעשוגענער װוערט אום טאמוז קלאָר...

-- פארשטייט זיך, פּאַשעט באשולדיקן א מענטשן איז ניט שײַעך, -- האָט געפּאסקנט כאווע, -- װאָס טראכסטו, באטקאָ?

אָפּאנאס גאװורילאָװיטש איז מאסקים געווען:

49

-- מע קאָן עמעצן ליב האָכן אָדער פײַנט האָבן, נאָר אף צו האלטן א מענטשן אונ- טער א כשאד, דארף מען האָבן כאָטש וועלכע-ניט-איז באװײַזן..

נו, און װאָס איז שײַעך דעם איניען, וועלכער האָט באזונדערס גערעגט אָפּאנאס גאוו- רילאָויטשן -- וועגן דער מעגלעכקײַט, אז כאווע זאָל איבערנעמען בא אים די אָנפירערשאפט מיטן דאָרפסאַװעט, איז דער ענטפער געווען א קורצער: דאָס איז ניט מעגלעך, דער געגנט- קאָם האָט פּונקט נעכטן באשטימט, אז סלוטשניע װערט װוידער א ראיאָן-צענטער, און מע האָט כאווע סוכאָדאָלסקאיאן באשטעטיקט אלס אינסטרוקטאָר אין סלוטשניער ראיקאָם פון דער פּארטיי. אין די נאָענטסטע טעג, נאָכן איבערגעבן אן אנדער כאווער דעם שטול אין רעדאקציע פון דער גרויסער שטאָט, װעט זי אהער אריבערפאָרן. אגעוו, מע װעט גלײַך צוטרעטן אויך דאָ ארױיסלאָזן א צײַטונג, און סװועלן נייטיק זײַן קאדרען. זי טראכט, אז ניט קיין שלעכטע זשורנאליסטן װאָלטן געװען די צוויי ערשט געקומענע כאוויירים, װאָס זיצן דאָ באם טיש... בא אָט די װערטער האָט זי דורכדרינגלעך א קוק געטאָן אף עזראָן, און יענער האָט זיך צעלאכט:

-- דו האָסט אין זינען דאָס, װאָס איך און עלכאָנען האָבן אין שול געמאכט א וואנט- צײַטונג?

כאווע האָט געענטפערט ערנסט:

-- װוער פון די זשורנאליסטן האָט ניט אָנגעהױבן אין דער וואנטצײַטונג? װועסט זאָגן אז מע דארף זיך לערנען דעם פאך, איז אדעראבע, לערנען װעט מען זיך אין דער רעדאק- ציע. עלכאָנען, װאָס שװײַגסטו?

עלכאַנען האָט אָפּגערוקט פון זיך דעם טעלער און א הוסט געטאָן אין קולעק ארײַן:

-- איך שװײַג, װײַל מיר זיצן שוין באם טיש מער פון א שאָ צײַט, און סווילט זיך מיר שטארק רייכערן, נאָר איך ווייס ניט, צי מע מעג בא אײַך אף דער פרײַ רייכערן, ווען דערבײַ זיצט נאטשאלסטווע...

כאווע האָט אויסגעשריגן:

-- נא דיר מיטאמאָל אזוינס! כאוויירים, װאָס קומט דאָ פאָר? װאָס איז געשען מיט אײַך, יאטן? און דו, באטקאָ, שװײַגסט! דו זעסט דען ניט, אז זי זײַנען געקומען מיר צאפּן דאָס בלוט?

זי האָט איבערגעכאפּט דעם אָטעם און פאַרגעזעצט:

-- אויך דיך, באטיא, װיל איך פרעגן! צי האָסטו שוין פארגעסן, ויאזוי מע איז זיך נויהעג, ווען די פּארטיי הייסט זײַן דאָרט און טאָן דאָס, װאָס זי, און ניט דער כאווער קאָ- פּילענקאָ, און ניט די כאווערטע סוכאָדאָלסקאיא, געפינען פאר נייטיק צו טאָן?

ארום טיש איז געװאָרן שטיל. גאָפּל-מעסער האָבן שוין אַפּגעקלאפּט זייערס. עלכאַנען האָט גענומען פארדרייען א ציגײַער. כאווע האָט ארויסגענומען פון איר רעגנמאנטל א פּעקל פּאפּיראָסן ,קאזבעק". ס'האָט זיך ארויסגעוויזן, אז בלויז דער שאָפער פונעם , גאזיק" איז ניט קיין רייכערער. אָפּאנאס גאװרילאַװיטש און עזראַ האָבן זיך מעכײַע געווען מיטן ,קאזבעק", עלכאַנען האָט זיך אָפּגעזאָגט און פארייכערט זײַן אייגענעם ציגײַער. כאווע האָט אַנגענומען א מויל מיט רויך און, ניט פארציענדיק זיך, ארויסגעלאָזט דעם רויך אין איין אָטעם. אינצווישן האָט זי, א בארויקטע, גערעדט:

-- דאָס גאנצע לאנד װעט אינגיכן זיך ווידער אומקערן אהיים, די מילכאַמע װעט שוין לאנג ניט דויערן... מע דארף נעמען אין די הענט די ווירטשאפט -- אומעטום, אין די שטעט, אין די דערפער, אף די פעלדער, אין די שטעטלעך..

-- מע דארף פריִער די שטעט מיט די שטעטלעך מיט די דערפער אופשטעלן, -- האָט מיט א טאַן, װי ער װאָלט זיך געקריגט, איבערגעשלאָגן איר די רייד עלכאַנען.

אָפּאנאס גאװורילאָװויטש האָט ניט פארשטאנען, וועגן װאָס מע אמפּערט זיך:

-- װער װויל דען ניט אופשטעלן דאָס לאנד? נעם זיך פאר דער ארבעט, און שטעל אוף!

-- אהא! -- האָט זיך אַנגעכאפּט פאר די ווערטער עלכאַנען. א שוואך פּײַערל האָט א לויכט געטאָן אין זײַנע אויגן, נאָר סאיז גלײַך פארלאַשן געװאָרן, און ער האָט מיט נאָכגיביקײַט זיך געווענדט צו אלעמען באם טיש:

-- גוט, גוט. איך בין גרייט מאָרגן גאנצפרי, און אפילע באלד-איצט זיך שטעלן צו דער ארבעט. כ'דארף אָבער וויסן, װאָס איך װעל אופשטעלן: מײַן געבורט-שטעטל, צי אין אלגעמיין די ווירטשאפט פונעם לאנד...

כאווע האָט אװעקגעװאָרפן דעם פּאפּיראָס און צעפירט מיט די הענט, װי זי װאָלט װעלן זאָגן, אז מיט אָט דעם מענטשן איז שווער צו ריידן, ער װוייסט אליין ניט, װאָס ער

0

וויל. זי האָט זיך אויסגעקערעוועט צו עזראָן, זוכנדיק בא אים הילף, נאָר דערזען, אז ער איז שטארק בלאס געװאָרן, און זי האָט זיך דערשראַקן:

-- עזראָ, װאָס איז מיט דיר? באטקאָ! עזראָ כאלעשט.!..

עלכאָנען און דער שאָפער פונעם , גאזיק" האָבן אונטערגעכאפּט עזראָן פון ביידע זײַטן בייס ער האָט שוין גענומען אראָפּגליטשן זיך פונעם שטול. ווען מע האָט אים אוועקגעלייגט אין צווייטן צימער אפן בעט און כאווע האָט צעשפּיליעט בא אים דאָס העמדל, האָט זי דערזען אף דער לינקער זײַט, העכער פונעם הארצן, א בלוטנדיקע צעריסענע װונד -- פון א שפּליטער. די װוּנד האָט, זעט אויס, װוידער זיך צענעצט, ווען ער האָט אין פּאלאץ זיך א װאָרף געטאָן אין דער גרוב ארײַן.

-- עזראָ, ליבינקער... שטילער, לײַדנדיקער דוראטשאַק... -- האָט כאווע געשעפּטשעט, ארומהאװוענדיק ארום אים מיט א גלאָז וואסער, מיט יאָד און מיט לאנגע פּאסן צײַג פון א צעשניטענעם לײַלעך. ער האָט ווייטיקלעך געשמייכלט צו איר און, פּונקט װי אנטשולדיקנ- דיק זיך, ארויסגערעדט אָפּגעהאקטע װערטער:

-- א ביסעלע פרי... זיך אויסגעשריבן... ניט שרעקלעך... סװועט איבערגיין...

7

קעדיי דער לייענער זאָל קאָנען אָן שטערונגען נאָכשפּירן װײַטער נאָך דער האנדלונג און עס זאָל אין אונדזער װערק ביכלאל זײַן א געהעריקע אַרדענונג -- אלע שטעגעלעך פונעם סוזשעט אױסגערייניקט, די אָנװײַז-צײיכנס אוועקגעשטעלט דאָרט, װוּ מע דארף, -- וועלן מיר איצט מאכן א געפּרעסטן איבערזיכט פון די װײַטערדיקע געשעענישן אין מעשעך פון א לענגערער צאָל יאָרן, האָבנדיק אין זינען צו באלײַכטן ספּעציעל די האנדלונג פון יעדן איינעם פון די שוין באװוּסטע פּארשוינען.

א מעכאבער, װאָס ווייסט גוט די זאך, װאָלט עפשער דאָ פארשטארקט וי װײַט מעג- לעך די שפּאנונג און באוויזן, װאָס װער עס האָט װײַטער געטאָן יעדן טאָג באזונדער און ויָאזוי עס האָבן זיך געקניפּט און געבונדן קאָלערלײי װעגן און אומוועגן, אף וועלכע עס זײַנען געגאנגען די מענטשן. מיר אָבער זײַנען ניט גענוג געדולדיק צוֹ שילדערן די גע- שעענישן טראָט נאָך טראָט, און זאָל דער לייענער אונדז מויכל זײַן, אויב מיר װעלן אויס- נוצן בלויז אָט דאָס דאָזיקע קאפּיטל, קעדיי אריבערגיין פון יענעם פרילינג פון דעם פיר- און-פערציקסטן יאָר, ווען די שילדערונג האָט זיך אָנגעהױבן, אין א מער נאָענטן צו אונדז פרילינג -- פונעם טויזנט נײַן הונדערט פיר-און-זעכציקסטן יאָר.

צוליב װאָס אזא שפּרונג און פארװאָס קלײַבן מיר אויס גראָד דאָס דאָזיקע יאָר? װעלן מיר אף אָט דער פראגע ענטפערן, אז מיר טוען דאָס אָן א וועלכער-ניט-איז סיבע -- פּאַשעט, װײַל סאיז באקוועם אָפּצוצײלן צוויי קײַלעכדיקע יאָרצענדליקער. אין מעשעך פון אזא צײַט איז, װארשײַגלעך, בא באזונדערע מענטשן עפּעס שוין געשען ועזנטלעכס, און, פון דער אנדערער זײַט, קאַן מען אויסרעכענען אף דעם, אז קימאט אלע פּערסאָנאזשן פונעם ראָמאן לעבן נאָך, און ס'וועט זײַן מעגלעך נאָכצושפּירן, װיאזוי עס האָט זיך װײַטער פאָרגעזעצט די אָנגעהױבענע געשיבטע.

איז לאָמיר, טײַערער לייענער, געבן דער האנדלונג א ריר מיט אונדזער בײַטשל בא דער ריפּ, אָדער זי גרינג א טאָרקע טאָן מיט די שפּאָרן, און -- פאָרויס איבער די פארגאנ- גענע צוואנציק יערעלעך!

ניין, ניט אלע, מיט וועמען מיר האָבן זיך באגעגנט אין סאָף פון דער מילכאַמע, לעבן נאָך. ס'איז אוועק אין דער אײיביקײַט דער באטקאָ אָפּאנאס. און ניט פון יעדערנס װײַטער- דיקן לעבן ווייסן מיר די פּראָטים. וועגן מיכאיל אנדראָנאָװיטש טכאָרן זאָגט מען, אז ער איז נאָכן פארלאָזן סלוטשניע, אָפּארבעטנדיק א געוויסע צײַט אין קיעװער טרעסט פון מי- נעראל-וואסער, אװעקגעפּאָרן קיין קאזאכסטאן און דאָרט כאסענע געהאט מיט א ייִדישקע פון פּױלן ;אפילע געפונען אין זײַנע אָפיציִעלע פּאפּירן א באװײַז, אז זײַן זיידע האָט אמאָל זיך געבירגערט אין דער ליובלינער גובערניע פון קרוין-פּױלן, נאָר בעשאס דעם ערשטן וועלט-קריג האָט די מישפּאָכע זיך פארהאלטן אין די אוקראינער סטעפּעס, װוּהין מע איז געווען צוגאסט בא איבערגעוואנדערטע קרויווים. דאן האָט דער טאטע וילנדיק ניט ווילן- דיק זיך באזעצט אף ערד, געװאָרן א ייַשוּװניק. ווען עס איז געגאנגען צום סאָף די רע- פּאטריאציע פון פּױלישע בירגער נאָך דער מילכאָמע מיט היטלערן, איז אין א לעצטער פּארטיע ארײיסגעפאָרן פון אלמא-אטא קיין ליובלין דאָס פּאָרפאָלק טכאָר -- די עוואקוירטע

1

פּױלישע ייִדישקע און איר פּראװאָסלאװנער מאן, וועלכער שטאמט אויך פון ייִדן, נאָר האָט זיך, װוי ס'איז אָנגענומען צו באצייכענען, געשמאדט.

מע דארף זאָגן דעם עמעס, אז ניט אף דער אוקראיַנע, װוּ מיכאיל אנדראָנאָװיטש האָט אָפּגעלעבט צװישן מענטשן א גאנץ היפּשע צײַט, ניט אין קאזאכסטאן, װוּ ער איז ארומ- געגאן צװישן די וועטעראנען און אף אָפטע פארזאמלונגען פלעגט מען אים אױסקלײַבן אין פּרעזידיום, -- האָט זײַן רעפּאטריאציע קיין ליידיק אָרט און קיין באזונדערס שטארקע בענק- שאפט ניט איבערגעלאָזט. אין סלוטשניע פלעגט מען יאָ װועגן אים זיך דערמאָנען, נאָר אין שײַכעס מיט דער עקזעקוציע איבער די פּארטיזאנער, מיט וועלכער עס האָבן זיך בע- פיירעש פארנומען די ספּעציִעלע דינסטן, אָבער וויבאלד קיין דירעקטע באװײַזן זײַנען ניט געװוען, האָט מען דעם איניען ניט ארויסגעלאָזט מיכוץ די גוט צוגעמאכטע און פונעם ברייטן אוילעם אָפּגעהיטע קאבינעטן, ביזוואנען מ'האָט באקומען דעם צירקוליאר צו רעפּאטרײיָרן מאסנװײַז די געוועזענע פּוילישע בירגער, און דאן איז די אױיספאָרשונג אָפּגעלײגט געװאָרן אין א זײַט. װאָס איז שײַעך מאָרדכע גרינבערגן, דעם אמאָליקן לאכמאנדריידלען, האָט ער, װײַזט אויס, געמאכט שאָלעם מיט די אומשטענדן, וועלכע האַבן געשטערט צו דערװײַזן דאָס, װאָס ער האָט געזען מיט די אייגענע אויגן. װוינענדיק שוין באשטענדיק אין זײַן גע- בורט-שטעטל, פלעגט ער פון מאָל צו מאָל זיך באװײַזן אין סלוטשניע און אָפּזיצן דאָרט א טאָג אָדער צוויי אף די טרעפּלעך פונעם הויז, װווּ ס'האָט געלעבט אפּאנאס גאװורילאָװיטש קאָפּילענקאָ, מיט קיינעם זיך ניט פארפירן, בלויז קוקן אף פארבײַגייער. דער באטקאָ אָפּא- נאס פלעגט אים ארױסטראָגן עפּעס צו עסן -- גיין אין שטוב האָט ער זיך אָפּגעזאָגט, -- און דעם באָרשטש, דאָס פלייש און דאָס ברויט, װאָס דער באטקאָ האָט אים איבערגעגעבן פון האנט צו האנט, פלעגט ער אופעסן, װי ארײַנשלינגען, אָבער פון נעמען מיט זיך אין וועג עפּעס האָט ער זיך טאָמיד אָפּגעזאָגט. דער באטקאָ, זעענדיק, אז ער איז געקומען, פלעגט אוועקזעצן זיך לעבן אים אפן טרעפּל און צודריקן אים צום הארצן:

-- ביסט געקומען צו זײַן מיט מיר א ביסל.. א דאנק דיר, ליבינקער, א דאנק, הארציקער...

ער האָט גאָרנישט ניט געענטפערט, ביכלאל קיין װאָרט ניט אויסגערעדט, און סאיז שווער געווען צוֹ וויסן, צי ער איז נאָך אלץ ניט בא די געדאנקען, צי עפשער זײַנען די געדאנקען בא אים שוין קלאָרע און ער טרויערט גאָר איבער די פארגאנגענע יאָרן, װאָס זײַנען געווען אזוי גרויזאם. ווען דער באטקאָ האָט געמאכט א באמיונג זיך אופהייבן פונעם טרעפּל, פלעגט ער אופשפּרינגען פון אָרט און, אונטערכאפּנדיק אים אונטער די אָרעמס, העלפן אופצושטעלן זיך אף די פּראָטעזן.

סלוטשניע איז אלץ מער באװוינט געװאָרן מיט מענטשן, וועלכע האָבן אים ניט גע- קענט, און ער האָט זיי קיינמאָל פריִער ניט געזען. אייניקע פלעגן מיט נײַגער באקוקן דעם גרײַז-גרױען אלטן מאן, שטענדיק א באָרװעסן (אין די קאלטע צײַטן פון יאָר פלעג ער זיך ניט באװײַזן), אן אָנגעטאָנענעם אין שמאַכטעס. דער באטקאָ האָט אים איינמאָל ארויסגע- טראָגן ארכיפּס אן אָנצוג מיט עטלעכע העמדלעך, פארלאטעטע נאָך מיט אָקסאנעס האנט, האָט ער זיך אָפּגעקערט און ניט געװאָלט נעמען. דאן האָט דער באטקאָ באוויזן א קולעק, דאָס פּאָנעם האָט אויסגעדריקט שטארקע אופגעבראכטקײַט. מאָרדכע-לאכמאנדריידל האָט גענומען די זאכן און איז מיט זיי אנטלאָפן. אין עטלעכע טעג ארום האָט ער זיך אומגע- קערט קיין סלוטשניע -- װי שטענדיק, אָנגעטאַן אין די שמאַכטעס. װוּהין ער האָט אהינ- געטאָן דעם אָנצוג מיט די העמדלעך, האָט קיינער ניט געװוּסט.

די מענטשן, וועמען ער איז געווען באקאנט, האַבן געקוקט אף זײַנע וויזיטן צום באטקאָ און אף זייער טרויעריקער פרײַנטשאפט, וי אף א נאטירלעכער זאך. ניט לאנג פאר אָפּאנאס גאװורילאַװיטשעס טויט, ווען יענער איז איבער א צוקילעכץ געבליבן ליגן אין בעט, האָט כאווע, ארויסגיײיענדיק פון שטוב, דערזען מאָרדכע גרינבערגן זיצן אפן טרעפּל, און זי האָט געזאָגט צו אים אָן א מינדסטער פּניִע, װאָס קאָן אױסגעטײַטשט וװערן, װי א שפּאס:

-- כאווער גרינבערג, זעט, אז קיינער זאָל ניט באומרויִקן דעם באטקאָ!..

און אװעקגייענדיק נאָכגעשריגן:

-- אין א שא ארום גיט אים א טאבלעטקע סטרעפּטאָציד!

אירע װוערטער האָט ער אופגענומען ערנסט, װי דאָס װאָלט געװוען אין וואלד, וען זי איז געווען דער קאָמיסאר. אויסווארטנדיק, װי אים האָט געדאכט, א שאָ צײַט, איז ער אף די שפּיץ פינגער ארײַן אין שטוב און דאָרט געהאנדלט זייער באדאכט: אין איין רעגע אָפּגעזוכט אפן טישעלע לעבן דעם בעט פונעם קראנקן דאָס שאכטל מיט סטרעפּטאָציד, ארויסגענומען פון דאָרט איין טאבלעטקע, אָנגעגאָסן פונעם גראפין א גלאָז וואסער און דאָס

52

אלץ דערלאנגט דעם באטקאָ, וועלכער האָט זיך שטארק דערפרייט מיט אים און גע- שעפּטשעט:

-- ביסט געקומען, קעדיי זײַן מיט מיר א ביסל... א דאנק דיר, ליבינקער, א דאנק, הארציקער...

וי שוין געזאָגט, איז סלוטשניע װידער געמאָלדן געװאָרן פארן ראיצענטער. ווען עס זײַנען אָבער אהין אראָפּגעקומען די ערשטע טוער פון דער נאָמענקלאטור און מע האָט גע- דארפט עפענען קױידעמקאָל יענע אנשטאלטן, אָן וועלכע סאיז ניט מעגלעך פירן די בא- לעבאטישקײַט, האָט זיך ארויסגעוויזן, אז דער ראיויספירקאָם קאָן געפינען פאר זיך א פּאסיק אָרט בלויז אין טשארטאָרישטשע, װײַל סלוטשניע איז שוין ניטאָ. אזויארום, איז דער דאָרפסאָװועט פארעכנט געװאָרן פארן ראיויספירקאָם, מע האָט איבערגעביטן די שילד באם ארײַנגאנג, און טשארטאָרישטשע האָט אופגעהערט צו זײַן א באזונדער דאָרף. אלץ, װאָס אין דער נאָענט ליגט איינס לעבן אנדערן -- די כורוועס פונעם שטעטל, די הײַזער און די סעדער פון די אמאָליקע ראנד-דערפלעך, -- דאָס אלץ האָט זיך גענומען רופן סלוטשניע. אן אראָפּגעקומענע קאָמיסיע פונעם געגנטלעכן צענטער האָט באטראכט די לאגע אפן אָרט און אָן באזונדערע אָנשטרענגונגען דורכגעפירט דורך די אינסטאנצן א פאָרשלאָג, מע זאָל ניט שיקן אהער קיין פאָרזיצער פונעם ראיויספירקאָם, װײַל דער געװועזענער קאָמאנדיר פון דעם אָרטיקן פּארטיזאנישן אַטריאד אָפּאנאס גאװורילאָװיטש קאָפּילענקאָ באפרײַט זיך פונעם אמט פון דעם פאָרזיצער פון טשארטאָרישטשער דאָרפסאָװעט, און קיין בעסערע קאנדידא- טור פארן ראיאָן איז ניטאָ.

אין טשארטאָרישטשע האָבן זיך אָפּגעפונען צוויי שטיבער, פארלאָזטע פון די באלעבא- טים, מע האָט צו זיי אפגיך צוגעבויט צו עטלעכע צימערלעך, און אף איין שטוב האָט זיך באוויזן די פאָן פונעם ראיפּארטקאָם, דאן ווען די צווייטע -- קעגניבער דעם דאָרפסראט, וועלכער האָט זיך איצט גערופן ראיויספירקאָם, -- איז פארבליבן, װי פאר דער מילכאָמע, די װוינונג פון אָפּאענאס גאװורילאָװיטשן, װי אויך פונעם אינסטרוקטאָר פון ראיקאָם כאווע סוכאָדאָלסקאיא, און דאָרט איז איין צימערל, מיטן ארײַנגאנג אין דער זײַט פונעם סאָד, אָפּגעגעבן געװאָרן דער רעדאקציע פון דער ראיאַנער צײַטונג , לענינס וועג".

אזוי, אין ענגשאפט און אין אכדעס, האָט מען זיך אײַנגעפונדעװועט און מע האָט גע- נומען זיך פאר דער ארבעט, קעדיי פארהיילן די װוּנדן, װאָס די מילכאָמע האָט איבערגעלאַזט אפן לײַב פון סלוטשניע און טשארטאָרישטשע. פאר סלוטשניע גופע װאָלט דאָס היילן װוּנדן אויסגעזען װי, לעהאוודל, שטעלן באנקעס א מעס. אָבער צוזאמען מיט טשארטאָרישטשע באקומט דאָס אלטע שטעטל עטװאָס אָטעם און די דאָרפישע גאס, פּונקט װי א דאָנאָר, הייבט אָן ארײַנגעבן בלוט אין סלוטשניעס פארקילטע אָדערן.

וי מאָדנע דאָס זאָל ניט אויסזען, נאָר די ארבעט אף אופשטעלן דאָס לעבן האָט זיך אָנגעהױיבן פון באזײַטיקן די לעצטע סימאָנים פון יענעם לעבן, װאָס איז געווען ביזן כורבן -- אופקלײַבן די העלצער, די ציגל און דאָס אײַזנברוך אף די אמאָליקע גאסן און געסלעך, קעדיי אױסגלײַכן די ערד, צעאקערן זי און פארזייען אף איר דעם גרויסן גאָרטן, בא די ראנדן פון וועלכן ס'וועלן שפּעטער זיך באװײַזן נײַע שטיבער. צי װעט עס זײַן אן אופגע- שטעלט ייִדיש שטעטל? ניין, קיין ייִדיש שטעטל קאָן עס שוין צוריק ניט װערן, װײַל עס פעלן די געהארגעטע ייִדן און אויך די, װאָס זײַנען געבליבן לעבן, נאָר אף די כורוועס זיך ניט אומגעקערט. עס האָט זיך ארויסגעוויזן פאר מעגלעך אופצושטעלן דאָס לעבן. איז עס דען װײניק? דער טשארטאַרישטשער קאַלװירט האָט אין מעשער פון א וועלכע פּאַר װאָכן, אין זעלבן פרילינג, ווען עס האָבן זיך אומגעקערט עזראָ און עלכאַנען, צעאקערט די אַפּ- גערייניקטע ערד, ארומגייענדיק די ערטער מיט סטארטשענדיקע פונדאמענטן און מיט הויכע קופּעס ברוכווארג, און פארזייט שפּעטע אויבסן אף דעם ניט-געוויינלעכן גאָרטן.

עזראָס װױינונג האָט זיך געפונען אין זעלבן צימערל, װוּ ס'פלעגט איין מאָל אין װאָך זיך באװײַזן אף דער ליכטיקער שײַן, א דורכגעזאפּטס מיט שארפע פארב-רייכעס, צווייזיי- טיק צײַטונגל פון סאמע קליינעם פאָרמאט, קימאט װי א בלעטל אין א קאַנטאָר-בוך, מיט אן אונטערשריפט אונטער דער לעצטער שורע: ,רעדאקטאָר ע. ב. שליווניאק". קיין רע- דאקציע, װי עס איז אָנגענומען, איז ניט געווען. עזראָ האָט ניט געהאט קיין מיטארבעטער, די צוויי זײַטן פונעם צײַטונגל פלעגט ער פארפולן מיט אייגענע קורצע נאָטיצן, אָנגע- שריבענע אמאָל אין א שילער-העפט, אמאָל אף א שאכטל פון פּאפּיראָסן, אָדער אף פּאפּיר, אין וועלכן מע פארוויקלט סכוירע אין די קלייטן... יעדן דאָנערשטיק אינדערפרי פלעגט

53

ער, פאָלגנדיק דעם גראפיק, ארויספאָרן אין דער גרויסער שטאָט און דאָרט אָפּדיקטירן דעם זעצער די גאנצע צײַטונג , לענינס וועג" און צו נאכט-צו זיך אומקערן קיין סלוטשניע מיט א פּעקל -- צוערשט צוויי הונדערט, שפּעטער דרײַ הונדערט קאָפּיעס פון דעם אָרדנט- לעכן נומער. דאָס לייטארטיקל פלעגט ער אָנשרײַבן, זײַענדיק שוין אין דער שטאָט, נאָך דעם, װי ער האָט דורכגעקוקט א פּאָר לעצטע לייטארטיקלען אין דער דאָרטיקער טעגלע- כער צײַטונג.

עלכאָנען צאָמבער איז ניט געגאנגען ארבעטן אין דער ראיאָנער צײַטונג און ביכלאל קײינמאָל ניט ארײַנגעקוקט אין דער שטוב, װוּ די רעדאקציע האָט זיך געפונען א טיר לעם א טיר מיט דער װוינונג פונעם אינסטרוקטאָר פון ראיקאָם. כאָטש ער האָט דעם כשאד אָפן ניט ארױיסגעזאָגט, האָט ער דאָך מיט זײַן גאנצן אויסזען געגעבן צו פארשטין, אז ער ווייסט גוט, װאָס שליווניאק און כאווע האָבן געהאט אין זינען, אויסשטאטנדיק זייערע װוי- נונגען אונטער איין דאך. עמעס, מע האָט אויך אים גערופן אף ארבעט אין רעדאקציע, נאָר ניט עלכאָנענען װעט מען פארעדן די ציין. ער האָט אויסגעקליבן פאר זיך דעם פּאָסעק, אז א דריטער איז איבעריק, און געגעבן א נידער, אז בעסער װעט ער שטארבן פון הארץ- שמערצן, איידער אנטפּלעקן פאר מענטשן זײַנע שװאכקײַטן אין ארויסרופן כאוועס און עזראָס מיטלײַד.

אײַנגעאָרדנט האָט ער זיך אף ארבעט בא דער גאזע אינמיטן דער גאס, און געשען איז עס אף א מאָדנעם אויפן. אינגיכן נאָך זײַן קומען קיין סלוטשניע, -- אין דער פּרעסע האָבן זיך שוין דאן געדרוקט די ערשטע סװאָדקעס פון דער , בערלינער ריכטונג' אף עט- לעכע פראָנטן מיטאמאָל, און דאָ אין סלוטשניע האָט מען אינעם ראכוועסדיקן קאָלװירטישן גאָרטן, אפן אָרט פון דעם שטעטל אראָפּגענומען די ערשטע גערעטעניש, -- האָט זיך בא- וויזן צװישן די אָנגעפאָרענע מענטשן נאָך איינער, לויטן שווער אָנגעפּאקטן פּאָרטפעל און דעם ברעזענטענעם רעגנמאנטל, װאָס ער האָט געטראָגן אָן א מוז דערצו, א קאָמאנדירטער, און אראָפּגײענדיק ערשט פון דער פור, האָט ער זיך גענומען נאָכפרעגן װוּ עס לעבט צאָמבער. עלכאָנען האָט שוין דעמלט געהאט זײַן װוינונג הארט בא דער ארקע, אין א צוגעבויט בײַדל פון ברעטער, וועלכע ער האָט מיט די אייגענע הענט ארומגעקלאפּט מיט פאניר. די טיר אינעם בײַדל האָט זיך געעפנט צו דעם װײַס-גרױען פארדעכלטן כאַלעל פון דער ארקע, און װײַל דאָס גאנצע אָרט האָט אָנגעטראָפן אין סאמע מיטן פונעם גאָרטן און איז געווען ארומגעשטעלט פון אלע זײַטן און פארואקסן מיט הױכע קוקרוזע- שטענגלעך, פּאָדסאָלנעטשניקעס און בוריאן, האָט אליין עלכאָנען, שמועסנדיק מיט עמעצן, עס אָנגערופן ,די לאָגאָװע", און אויך איצט, װען דער מענטש מיטן פּאָרטפעל און מיטן צעשפּיליעטן איבער דער היץ רעגנמאנטל האָט זיך אָנגעפרעגט אף צאָמבערן, האָט מען אים אָנגעװיזן דעם וועג, זאָגנדיק דערבײַ, אז אזוי װעט ער געפינען די לאָגאָװע.

ארײַנקומענדיק אין בײַדל, האָט דער פרעמדער געזאָגט, אז ער איז אן עלטערער אינ- ספּעקטאָר פון אוקרלעטשמעדמינװאָדטרעסט, דאָס הייסט -- פון דעם אוקראינישן רעפּובלי- קאנישן טרעסט, וועלכער פארנעמט זיך מיט אָפּזוכן און עקספּלואטירן קוואלן פון מינעראל- וואסער צוליב צוועקן פון מעדיצין-היילונג, און אז פאר סלוטשניע איז פאראן אן אָרט פון אן אינספּעקטאָר, װאָס מע לייגט עס פאָר דעם כאווער צאָמבער, וועלכער, אב ער איז מאסקים, דארף פארפולן אן אנקעטע און אָנשרײַבן א מעלדונג אפן נאָמען פון דעם פאר- וואלטער פון אן אָפּטײלונג אין אָט דעם טרעסט, כאווער טכאָר מיכאיל אנדראָנאָװיטש.

עלכאָנען האָט אים אָנגעקוקט פארכידעשט:

-- פארװאָס עפּעס גראָד מיר װויל דער כאווער טכויר געבן דאָס אָרט פון אן אינ- ספּעקטאָר?

דער עלטערער אינספּעקטאָר האָט ניט גלײַך געענטפערט, און קאָלזמאן ער האָט זיך געשפּילט מיטן שלאָס פונעם פּאָרטפעל, געעפנט אים און פארמאכט מיט אן אָנגענעמען מעטאלישן קנאק, פּינטלענדיק דערבײַ מיט די אויגן און כיטרע אונטערשמייכלענדיק, -- האָט עלכאָנען באוויזן צו אופשטעלן אין זיקאָרן דעם שמועס, װאָס ער צוזאמען מיט עזראָן האָט געהאט מיט טכוירן אין דער פּאלאטקע, ווען זיי האָבן זיך דערמאָנט, וװיָאזוי פארן קריג האָבן עלכאָנען, עזראָ און כאווע צונויפגעשטעלט א באריכט װעגן די סלוטשניער מינעראלע קוואלן און מוישע טכויר האָט זיך געשלאָגן, אז די קוואלן זאָל מען פארשיטן און די דרײַ יונגע ענטוזיאסטן אויסשליסן פון קאָמסאָמאָל פאר אָפּהאלטן דאָס שטעטל אפן װעג צום קאָמוניזם.

-- יאָ, איז פארװאָס גראָד מיך, -- האָט ער איבערגעכאזערט די פראגע, קוקנדיק

4

אף דעם עלטערן אינספּעקטאָרס פינגער, וועלכע האָבן זיך געשפּילט מיטן שלאָס פונעם פּאָרטפעל, און אָנדײַטנדיק דערמיט, אז אָט די שפּיל צערייצט אים.

דער עלטערער אינספּעקטאָר האָט לאכלוטן ניט באמערקט עלכאָנענס פײַנטשאפט צו אים. ער האָט װײַטער אָפּגעצױגן דעם ענטפער, און װען עלכאָנען, זיצנדיק אנטקעגן אים, האָט שוין ארויסגעוויזן זײַן אומגעדולד מיט אן ענערגישן קלאפּ פון ביידע הענט זיך איבער די ליטקעס, האָט ער דעם פּאָרטפעל ברייט צעעפנט, ארויסגענומען פון דאָרט די אנקעטע און א ריינעם בויגן פּאפּיר און מיט א זיס קאָל געזאָגט:

-- איר דארפט זײַן דאנקבאר. פארשטייט זיך, דער כאווער טכאָר מיכאיל אנדראָנאַ- וויטש געדענקט אײַך און האָט א גוטע מיינונג. דאָס האָט ער מיר געגעבן אײַער נאָמען מיט דער נייטיקער רעקאָמענדאציע. אָבער װאָס מיינט איר? ניט װיסנדיק אײַך פּערזענלעך, װאָלט איך בא דעם אלעמען געהאט עפּעס א סיבע צו סטארען זיך אײַך געפינען? סזײַנען אָבער פאראן באם כאווער צאָמבער ניט װייניק פרײַנט און מיטפילנדיקע, און מײַנער א קאָרעוו, װאָס ווייסט אײַך, האָט אפילע געבעטן איבערגעבן א גרוס פון מוישע שאדאי...

בא עלכאָנענען האָט אף א װײַלע אָפּגענומען דאָס לאָשן. ער האָט אָנגעשטעלט דעם בליק אפן אומבאקאנטן, סטארענדיק זיך, װײַזט אויס, דערזען בא אים א ברייט פּאָנעם, א באזוימטס מיט א הארטער, קורצער שטעכיקער באָרד, װי בא יענעם אלטן באקאנטן, מיט וועלכן ער האָט זיך צעשיידט, דאכט זיך, אף שטענדיק. אינדערעמעסן אָבער איז אנטקעגן אים געזעסן גאָר אן אנדער טיפּ מענטש, -- אוב אראָפּנעמען פון אים דאָס שווערע ברייטע ברעזענטענע רעגנמאנטל, -- א ניט אָנזעעװדיקער דארער, געגאָלטער און געשוירענער, מיט אײַנגעפאלענע באקן און מיט א פארשמעלערט באם קין פּאָנעם. דער אויסזען פונעם אומ- באקאנטן האָט אים א ביסל בארויִקט, נאָר ער האָט נאָך אלץ ניט געגלייבט:

-- איר האָט, זאָגט איר, געבראכט מיר א גרוס פון מוישע שאדאי?

-- אוואדע פון אים. נעמט, שרײַבט גיכער ארײַן װאָס מע דארף אין דער אנקעטע. איך האָב נאָך א יאם מיט ארבעט.

עלכאָנען האָט געדרייט צװוישן די פינגער די אװטאָמאטישע פּען, וועלכע דער אומ- באקנטער האָט אים דערלאנגט.

-- װאָס מאכט רעב מוישע? איר האָט אים געזען?

-- ניין, ער איז אין אנדערע מעקוימעס. נאָר גאָט צו דאנקען.. א לױב דעם אי- בערשטן...

-- און װי רופט מען אײַך?

-- איסאק. איסאק שאדאי.

אין זיקאָרן בא עלכאָנען האָט זיך דורכגעטראָגן, װי א קינאָ-קאדער, אן אָפּגעריסענע שטיק פארשנייטע טונדרע און אף אָט דעם פאָן -- אן אָפּהילך פון אן אָפּגעהאקט דריבנע געלעכטער, װאָס האָט זיך פארענדיקט מיט א גוטמוטיק קאָל: ,מײַן פאמיליע איז ניט שאדאי... איך האָב זיי געפירט בא דער נאָז..."

-- הערט אויס, -- איז עלכאָנען אין קאס געװאָרן, -- װער זשע זײַט איר?

דער אומבאקאנטער האָט אין גוטן מוט אָפּגענומען בא אים די פּאפּירן און זיך אופ- געהויבן פון אָרט:

-- אויב איר זײַט א יאָלד, איז האָט מיר א גוטן טאָג, און טיו-טיו...

-- נו, זאָגט כאָטש, װאָס איך װעל דארפן טאָן...

-- גאָרנישט ניט טאָן... נײַן הונדערט קארבן א כוידעש..

-- ע, פאר גאָרניט טאָן װעל איך קיין געלט ניט נעמען.

-- סע רעדט זיך אזוי... מע זאָגט, אז דער קוואל איז אין סלוטשניע בימיי די דײַטשן פארפאלן געװאָרן, װי אויסגערונען. װעט איר אים דארפן אָפּזוכן, װי ס'געהער צו זײַן אָפּהיטן, אז קיין כאזער, לעמאָשל, זאָל זיך אין אים ניט שװוענקען. באשרײַבן סטאראטעלנע די סװאָיסטװעס פון דער וואסער. אלע כוידעש -- א פּאפּירל אין טרעסט.

פון זינט עלכאָנען האָט זיך אָפּגעזאָגט צו גיין ארבעטן אין רעדאקציע, האָט ער זיך שטארק גענייטיקט אין א גראָשן. די װױינונג האָט, עמעס, קיין געלט ניט געקאָסט -- ס'איז ניט געווען פאר װאָס און וועמען צו צאָלן, און קאָלזמאן ס איז נאָך ווארעם, האָט דאָס בײַדל בא דער ארקע געהאט אלע באקװעמלעכקײַטן. אָבער קויפן ברויט, צוקער, עפּעס צום ברויט דארף מען... סע שמעקט שוין מיט וינטער, און דעם בושלאט האָט ער געמוזט פארקויפן...

ער איז מיטאמאָל פריילעך געװאָרן, און אונטערכאסמענענדיק די שיטערע אנקעטע און די צוויי שורעלעך פון דער מעלדונג -- א באקאָשע, מע זאָל אים אָנעמען אף ארבעט

99

אין אוקרלעטשמעדמינװאָדטרעסט, האָט ער אויסגעזונגען א ניגנדל, אונטערקנאקנדיק מיט די שפּיץ פינגער פון ביידע הענט און פארגלאָצנדיק די אויגן, נאָר ער איז גלײַך געװאָרן ערנסט, און איידער איבערגעבן די פּאפּירן דעם אומבאקאנטן, האָט ער צוגעדעקט זיי מיט דער דלאָניע און געזאָגט מיט א פעסט קאָל:

-- סאיז ניטאָ, װאָס לאנג צו ברײַען, כאווער ייִצכאָק שאדאי, אָדער װי רופט מען אײַך. מיט רעב מוישען האָב איך ניט געהאט מער גאָרניט, װי קאטאָרגע, א נארע בא א נארע. זאָלט איר עס פארגעדענקען. פון מוישע טכוירן האָב איך ניט פארדינט קיין פּאַדאר- קעס. דעריבער, אויב איר האָט ניט קעגן, װעל איך זיך נעמען צו דער ארבעט אלס אינ- ספּעקטאָר פון סעלצערוואסער און די זאך אוועקשטעלן אף די פיס. ס'קאָן אוואדע זײַן, אז אדאנק דעם קוואל זאָלן מיר אראָפּברענגען צוריק אהיים אייניקע סלוטשניער ייִדן. א קוואל איז פּארנאָסע, און פּארנאָסע איז לעבן. איר דערווידערט ניט, כאווער שאדאי?

דער עלטערער אינספּעקטאָר האָט צוגעבאָמקעט:

-- זאָל אײַך װויל באקומען, כאווער צאָמבער. איך לאָז איבער אפן טיש די אינסטרוק- ציע פונעם טרעסט און אונדזער אדרעסע. זײַט געזונט!

אין א װאָך ארום האָט עלכאָנען באקומען א טעלעגראמע, אז ער איז אָנגענומען אף ארבעט און אז מע בעט אים צושיקן א באשרײַבונג פונעם קוואל. ער האָט טאקע אינגיכן געפונען די אנטרונענע בלאָטע, אין וועלכער סהאָט, וי אמאָל, געבולבעט און געבלעזלט, אזוי װי זידנדיק וואסער, װאָס שטייט אף א שואך פײַערל. די דײַטשן האָבן, זעט אויס, אָנגעהױבן אריבערפירן דאָס מינעראל-וואסער אפן הויף פונעם ארײַנפאָר-הױז, װוּ סאיז געווען די קאַמענדאטור, נאָר די מילכאָמע האָט זיך אויסגעדרייט צו זיי מיטן רוקן, און ווען די פּארטיזאנער האָבן אופגעריסן דאָס הויז, האָט מען אָפּגעשטעלט די ארבעטן, און אזוי איז שוין פארבליבן, ביז די דײַטשן האָבן געמאכט די פּלייטע.

עלכאָנענען איז די ארבעט געפעלן. ער פלעגט גאנצע טעג זיך װאָזגען ארום די גרי- בער, גערײיניקט זיי און גענומען פּראָבעס פונעם וואסער, און צום קומענדיקן פרילינג, ווען ס'איז געמאָלדן געװאָרן דער זיג איבער היטלערן, האָט ער זיך דערשלאָגן, אז די סלוטשניער קוולאן זײַנען ארײַנגעטראָגן געװאָרן אין א באשטעטיקט צעטל פון נאטור-רײַכטימער, וועל- כע האָבן א רעפּובליקאנישן באטײַט. שפּעטער אָבער, ווען עס זײַנען געקומען געאַדעזיסטן און געאָלאָגן, קעדיי אָפּשאצן, װי זיי האָבן זיך אויסגעדריקט, די אינדוסטריעלע מעגלעכ- קײַטן פון די קוואלן, און מיצאד זיי איז דער איניען פאָרגעשטעלט געװאָרן װי אזא, װאָס איז ניט צום דערליידיקן אין די נאָענטע יאַרן, -- דאן איז ער, עלכאַנען, אָפּגעקילט געװאָרן צו די קוואלן, אָבער ס'האָט זיך ארויסגעוויזן, אז א שוימער איז אלציינס נייטיק דעם אוקר- לעטשמעדמינװאָדטרעסט, און עלכאָנען האָט אין די װײַטערדיקע יאָרן ניט װײניק געכידעשט, װאָס טאָן טוט ער פאקטיש גאָרניט, זיצט אזוי אָפּ כוידעש נאָך כוידעש, סעזאָן נאָך סעזאָן אין דער לאָגאָװע און קיינער קומט אפילע ניט צו אים ארײַן, נאָר דאָס געהאלט, האגאם שוין א קלענערס, איידער אין אָנהײב, גייט אים.

אויך אינעם טרעסט איז דאָס לעבן ניט געשטאנען אף איין אָרט. דער פארוואלטער פון אן אָפּטײל, כאווער טכאָר, אשטייגער, איז אריבערגעפאָרן קיין קאזאכסטאן, און פון דעמלט אָן האָט מען ביכלאל אופגעהערט שיקן אינסטרוקציעס קיין סלוטשניע. עמעס, עטלעכע מאָל איז אראָפּגעקומען דער עלטערער אינספּעקטאָר שאדאי, אָנגעטאָן אין אלע צײַטן פון יאָר אין זײַן שווערן ברעזענטענעם רעגנמאנטל, מיט א גרויסן פּאָרטפעל אין האנט, און אף עלכאַנענס אומרויקע פראגן האָט ער געהאט איין ענטפער:

-- אז מע גיט אײַך, נעמט... די װאָלאָקיטע איז גרויס. ס'איז דאָ א בלאָטע, דארף זײַן לעם איר א שוימער..

-- מיט װאָס האָב איך עס פארדינט?

-- מיט גאָרניט. ס'וועט אײַך בעסער זײַן, אויב די פיר הונדערט פופציק קארבן װעט באקומען אן אנדערער, ניט איר?

און באם אוועקגיין פלעגט ער ניט פארגעסן איבערגעבן א גרוס פון מוישע שאדאי. ביז אײנמאָל...

נאָר דאָס איז געשען א סאך שפּעטער, שוין אין די לעצטע זעכציקער אאָרן, וען אייניקע ייִדן האָבן גענומען אָנגעבן פּאפּירן אף ארויספאָרן קיין ייִסראָעל, דעריבער װעט איצט זײַן פרי װעגן דעם צו דערציילן, און מיר װעלן גיין בעהאדראָגעדיק מיט דער צײַט.

דער באטקאָ אָפּאנאס איז געשטאָרבן, עפּעס וי אומגעפאלן אף א גלײַך אָרט. געלעבט, געלעבט און געשטאָרבן. קיינמאָל ניט געקלאָגט זיך אפן געזונט, אפילע פארגעסן, אז עס פעלן אים די פיס. פון אינדערפרי ביז נאכט -- אזויווי א פארפירטער זייגער...

6

דער ראיאָן האָט ביסלעכװײַז באקומען אָטעם, זיך ארויסגעקאראבקעט פון אונטער די רויַנען, אוועקגעשטעלט -- װוּ א שטיבל, װוּ א צײַטװײַליק בײַדל, און וען צװישן די הײַ- זער האָט מען אײַנגעגראָבן סלופּעס מיט עלעקטרע, איז שוין פון דעם אליין געװאָרן א גאס און א געסל, און אפילע א שטאָט-פּלאץ אויך. מענטשן האָבן אָנגעהױבן פּראװען סימ- כעס, יעדערער האָט ערגעץ געארבעט, און אז מע האָט זיך אנומלטן ארומגעזען און גענו- מען אונטערציִען א סאכאקל -- געווען איז עס ניט אף אן אָפיציעלער באהאנדלונג, נאָר בייס מע האָט געגרייט מאטעריאלן צו א װיכטיקער באראטונג, אף וועלכער סהאָבן גע- דארפט אין א פּאָר טעג ארום ארױיספאָרן אין געגנט-צענטער דער אינסטרוקטאָר פון ראיקאָם סוכאָדאָלסקאיא און דער רעדאקטאָר פון דער צײַטונג שליווניאק, -- האָט זיך ארויס- געוויזן, אז דער ראיאָן האָט שוין אויסגעפילט זײַן פּלאן פון צושטעלן דער מעלוכע ברויט, פרוכטן און גאָרטנווארג, דער סלוטשניער ציגל-זאװאָד, די רעמאַנט-ווארשטאטן, די צוויי מילן אינעם ראיאָן, דער עלעוואטאָר און נאָך עטלעכע אָביעקטן ארבעטן צוֹלִיב די נויטן סײַ פון דעם אייגענעם ראיאָן, סײַ פון די שכיינעסדיקע.

באם אויסרעכענען דאָס האָב-און-גוטס איז דערמאָנט געװאָרן דאָס מינעראל-וואסער, און עזראָ האָט דערציילט, אז ער גרייט אין דער צײַטונג א מאטעריאל װועגן דעם פּראָיעקט צו בויען אף די קוואלן א זאװאָד. כאווע האָט מיטאמאָל א זאָג געטאַן:

-- כאוויירימלעך, ס'איז ניט גוט אזוי... איבערהױיפּט דו, עזראָ, און איך אויך... הארצ- לאָזע עגאָיִסטן... קומט, לאָמיר ארײַנגײן צו עלכאַנענען..

דער באטקאָ האָט צוגעגעבן:

-- יאָ, טאקע. א מענטש איז מיט אונדז ניט מאסקים, דארף מען אים דערפאר אראָפּ- ווארפן פונעם כעזשבן?

עלכאָנען האָט פאר אלע דרײַ געסט געפונען װוּ צו זיצן. אליין האָט ער זיך געפירט װי א נאקעטער צװישן אָנגעטאַנענע, זיך אָפּגעשלאָגן, װי פון א זלידנער פליג, קאעסנדיק זיך, ווען עזראָ איז צוגעשטאנען צו אים, ער זאָל זיך אוועקזעצן אפן קעסטל, װו איצט זיצט ער, עזראָ. באם ריידן האָט ער געהאלטן אין איין פאריכטן אף זיך דאָס ביזן גרונט אָפּגע- טראָגענע און פארשמאָלצעוועטע אָנטאָן, צוגעגלעט אָן אופהער די האָר אפן קאָפּ, וועלכע האָבן שוין פארדעקט דעם האלדז ביז די אקסלען, אין זײַנע באוועגונגען איז געווען גע- פאלנקײַט, אָבער אײַנגעשפּארטקײַט, צולאָכעס און פארבאָרגענער קאס.

-- מיט װאָס פארנעמסטו זיך, עלכאָנען? -- האָט אף אים אָנגעגרײַפט כאווע.

ער האָט איר געענטפערט, קוקנדיק אין דער זײַט, װוּ סאיז געזעסן עזראָ, גלײַך יענער איז דאָ געווען ספּעציִעל צוליב דעם, קעדיי איבערגעבן כאווען זײַנע װערטער:

-- דו ווייסט גאָרניט? איך טרײַב סאמאָהאָן און דרוק אנטיסאָװועטישע ליסטאָווקעס...

אָפּאנאס גאװורילאָװויטש האָט, װי שטענדיק, ניט געקאָנט פארשטיין ועגן װאָס זי אמפּערן זיך.

-- הער אויס, באָכער, -- האָט ער פארדריסלעך א מאך געטאָן מיט דער האנט, -- זײַ ניט קיין אקשן. ביסט בעפיירעש גערעכט, לוט דײַן געבילדעטקײַט מעגסטו פארנעמען א שענערע שטעלע. איז קלײַב אויס אליין, און לאדנאָ...

כאָטש עזראָ האָט די גאנצע צײַט געשוויגן, און עלכאָנען האָט בייסן רעדן ניט מער װי זיך אײַנגעקוקט אין אים, װענדנדיק די װערטער צו אנדערע, דאַך איז קיין סאַפעק ניט געווען, אז עס טײַנען זיך דאָ אויס זיי ביידע --- עזראָ און עלכאָנען, און עס גייט א רייד וועגן איר, װועגן כאווען, און וועגן דער לעבנס-זאך, וועלכע האָט א שײַכעס צו זיי אלע- מען -- װעגן דעם שטעטל.

אין דרויסן איז שוין געווען גוט נאכט. סהאָט געבלאָזן א נאסער כעשװענדיקער ווינט, און באגלייטנדיק זײַנע געסט, האָט עלכאָנען ארופגעצויגן אף זיך איבער די אקסלען אָן בושע אן אלטע קאָלדרע מיט סטארטשענדיקער פון די לעכער וואטע. ניט װײַט פון דער געמויערטער ארקע האָט אף א צײַטװײַליק דרענגל זיך געשפּילט מיטן אייגענעם שאָטן אן עלעקטריש לעמפּעלע, באשײַנענדיק דאָס איבערבלײַבעכץ פון ערשט ניט לאנג נאָך גרינעם גאָרטנווארג און די ארײַנגאנג-טיר אינעם צוגעבויטן בײַדל. עלכאָנען האָט פאר- האלטן דעם בליק אף די אװועקגייענדיקע געסט. װען אף זיי איז געפאלן די שײַן, האָט ער באמערקט, װי כאווע נעמט אונטערן אָרעם ביידע מאנצלען, דערבײַ פעלט אינגאנצן צווישן איר קערפּער און עזראָס דער שײַן-דורכלויכט. ער האָט פון הינטן ארופגעצויגן די קאָלדרע איבערן קאָפּ, פילנדיק א קעלט אין די גלידער, נאָר א ציטער געטאָן האָט ער גאָר פון עפּעס אנדערש: פון הינטער דער ארקע, װוּ ס'איז געווען שטאָק-פינצטער, האָט זיך באוויזן א פיגור אין א פארשפּיצטן באלדאכאָן, ניט אנדערש -- א קו-קלוקס-קלאן-שאָטן. און כאָטש

57

עס האָט זיך גלײַך ארויסגעוויזן, אז דאָס איז דער עלטערער אינספּעקטאָר פון מינעראל- וואסער, וועלכער האָט אין זײַן ברעזענטענעם רעגנמאנטל אופגעהויבן דעם קאָלפּעק, איז עלכאָנען מוירעדיק אין קאס געװאָרן:

-- װאָס פּאדיעט איר ארום, כאווער ייִצכאָק שאדאי! איך זאָל דאָ מער אײַער סליאד ניט זען!

דאָס קאָל פונעם עלטערן אינספּעקטאָר האָט זיך געטראָגן ניט הויך, נאָר פעסט:

-- אײַ, ליארעמט ניט. אויב איר זײַט א פּריפּאדאָטשנע, דארפט איר זיך היילן...

עלכאָנען האָט זיך ניט אופגעהערט צו בייזערן:

-- איר האָט צו מיר אן איניען? איז קומט ארײַן מאָרגן אינדערפרי...

-- קיין שום איניען, -- האָט אים בארויקט דער עלטערער אינספּעקטאָר. -- כ'ל איבערגעבן אײַך די זשאלאָוואניע...

אין שטוב האָט ער געזאָגט, אז ער װעט א טעג דרײַ אינספּעקטירן די נאַענטע שטעט- לעך, און װיסנדיק, אז צאָמבער נייטיקט זיך, האָט ער פארכאפּט מיט זיך זײַן לוין פאר א כוידעש.

-- דאָס איינציקע, אויב ס'וועט אײַך ניט מאכן ענג, װאָלט איך די דרײַ נעכט איבער- געשלאָפן דאָ-אַ באם פענצטער. קיין שום װאָזגענישן מיט מיר. װען סאיז נאָךר פינצטער, גי איך אוועק פון סלוטשניע, און באנאכט קער איך זיך אום.

ער האָט גלײַך גענומען זיך אױסטאָן און, מאכנדיק א געלעגער פונעם רעגנמאנטל און פון דעם פּאָרטפעל, דערציילט דערװײַל, אז מיכאיל אנדראָנאָװיטש טכאָר און מוישע שאדאי לאָזן אים גריסן.

אף מאָרגן, ווען עלכאָנען האָט זיך אופגעכאפּט פון שלאָף, איז שוין דער עלטערער אינספּעקטאָר ניט געווען אין שטוב, אָבער נעכטיקן איז ער געקומען אלע דרײַ מאָל, גע- פירט זיך באשיידן, אפילע קיין אָקרעפּ ניט געבעטן צו טרינקען. אין פּאָרטפעל האָט ער געטראָגן מיט זיך א דאר-געבאקענע בולקע, א סלאָיִקל, פארוויקלט אין א צײַטונג, -- װײַזט אויס, פּאָװידלע צו עסן אין װעג, עטלעכע הארטע ציגעלעך צוקער, א ביסעלע זאלץ אין א פּעקעלע פון שוועבעלעך און א האלבע ציבעלע, אויך פארוויקלט אין א צײַטונג. ער האָט געהאלטן אין איין ארומשמײַען איבער די נאָענטע שטעטלעך, און אין דרײַ טעג ארום האָט ער זיך אָפּגעזעגנט און א שפּראָץ אף טאָג אוועק צופוס צום טראקט, װאָס פירט פארבײַ דער נאָענטער שטאָט צום געגנטלעכן צענטער. דאָרט אפן טראקט האָט ער גע- האָפט אָנדינגען א דורכגעפאָרענע פור, קעדיי זיך דערקלײַבן ביז דער אײַזנבאן.

עלכאָנען האָט זעלטן כאראָטע געהאט פאר באגאנגענער גראָבקײַט. סאיז געווען בא אים אָנגענומען, אז מיטן אָנגרײַפן אף אנדערע האָט ער זיך פארשטעלט פון מעגלעכע גראָבקײַטן בענעגייע זיך. אויסער דעם, האָט ער איצט געהאט צו טאָן מיט ניט קיין סימפּא- טישן מענטשן, װאָס שטעלט פאָר מיט זיך א ניט-סימפּאטישע פירמע. עפּעס איז אים ביכלאל ניט געווען געפעלן אָט דער אוקרלעטשמעדמינװאָדטרעסט. אָבער צוריק גערעדט, ס'איז ניט געווען קיין סיבע צו זײַן גראָב מיטן עלטערן אינספּעקטאָר. יענער האָרעװעט, װי א פערד. געווען דרײַ מעסלעס אונטערוועגנס, זיך געוואלגערט אפן דיל, און דערבײַ ניט פארגעסן צו ברענגען אים, עלכאָנענען, די עטלעכע רובל פּונקט דאן, ווען זיי האָבן שטארק געפעלט.

װי שטענדיק, װאָלט ער איצט, פילנדיק געוויסנביסן, ארומגעכאפּט געװאָרן מיט א געפיל פון מינדערװערטיקײַט, און אף א טאָג צי צוויי געװאָרן שוואך װי א פליג און ביכ- לאל זיך ניט באוויזן צװישן מענטשן. דאָ אָבער, אין זעלבן אינדערפרי, ווען דער עלטערער אינספּעקטאָר איז אוועקגעגאן פון דער לאָגאָװע -- עלכאָנען האָט נאָך ניט באוויזן פאר- גראָבן זיך אין זײַן איינזאמקײַט, -- האָט געטראָפן דער אומגליק, ס'איז פּלוצעם געשטאָרבן אָפּאנאס גאװרילאָװיטש קאָפּילענקאָ.

אפן טיש באם באטקאָ האָט מען געפונען עסנווארג, װאָס איז פארבליבן נאָך דער וועטשערע, בייס כאווע איז געווען צוזאמען מיט עזראָן אין געגנט-צענטער און ער האָט אליין זיך באדינט -- א לעבל ברויט, אָנגעבראָכן פון ביידע זײַטן -- אזוי האָט ער ליב געהאט עסן ברויט, ניט שנײַדן עס, נאָר ברעכן, אויך א טעלער מיט געשיילטע קארטאָפל, און אין זעלבן טעלער מארינירטע שוועמלעך, װאָס מיט זיי טאקע האָט זיך, ווארשײַנלעך, אַפּ- געסאמט דער באטקאָ. ער איז פונעם טיש צוגעגאנגען צום בעט און זיך אװעקגעליגט אין דער ברייט פונעם געלעגער... ווען דער ארויסגערופענער אינדערפרי פון דער שטאָט דאָקטער האָט דערזען, אז די הויט בא דעם געשטאָרבענעם איז שטארק געל, האָט ער געהייסן אָן וואקלונגען צונויפנעמען אין א קווערטל די שוועמלעך און אָפּשיקן זיי אף אן אנאליז.

8

די יעדיִע וועגן דעם באטקאָס טוט האָט זיך אויגנבליקלעך פארשפּרייט װײַט אויסער סלוטשניע. פון די ארומיקע דערפער און שטעטלעך זײַנען זיך צונויפגעלאָפן קליין און גרויס. כאווען און עזראָן האָט געבראכט א מאשין פון געגנטקאָם און, אופעפענענדיק דאָס טירל נאָך איידער די רעדער האָבן זיך אָפּגעשטעלט, האָט די ניט-צוגעקעמטע, שטארק בלאס געװאָרענע כאווע דערזען פריִער פאר אלעמען, א זיצנדיקן אף די טרעפּ, מאַרדכע גרינ- בערגן, דעם אמאָליקן לאכמאנדריידלען, און איידער עפענען די טיר, האַט זי אף אים א קוק געטאָן מיט שרעק און מיט פאָרװוּרף, װי גלײַך זי װאָלט זאָגן;

-- עך, כאווער גרינבערג, כאווער גרינבערג... ויאזוי האָט איר געקאַנט ארויסלאָזן פון אויג דעם באטקאַ!

8

צו דער צײַט, וועלכע מיר האָבן באדינגלעך אָנגענומען אף פאַרזעצן די האנדלונ: -- צו דעם פיר-און-זעכציקסטן יאָר -- איז נאָך אלץ ניט געענטפערט געװאָרן אף קיין איין פראגע פון די, וועלכע האָבן צוגעגעבן אונדזער געשיכטע איר באזונדערן רייץ. און דאַד ווייסן מיר שוין גענוג פּראָטים פונעם לעבן פון די הױיפּט-העלדן, קעדיי אין אָט דעם לעצט: קאפּיטל פון דער ערשטער נאַװועלע, ריישיס, צעבינדן דעם קנופּ אין דער ליבע-אינטריגע און, וועהאשייניס, באװײַזן, װאָס פאר א װײַטערדיקן װעג עס האָט אויסגעקליבן פאר זיך עלכאָנען צאָמבער.

ס'איז בעפיירעש צײַט, מיר זאָלן אַנצײכענען מיט קורצע שטריכן דעם מענטשלעכי פּאָרטרעט פון דער פרוי, וועלכע דערשײַנט אין אונדזער שילדערונג, אָנהײבנדיק פון די ערשטע זײַטלעך.

כאווע איז געווען פון יענע מענטשן, װאָס דאן, װען מיר מיינען, אז זיי האָבן זיך אָקאָרשט איבער עפּעס-װאָס צעשמייכלט, זײַנען מיר זיך טויע, װײַל דאָס פּאָנעם שמייכלט בא זי שטענדיק. אָבער דאָס איז ניט אלץ, װאָס לאָזט ניט אָפּ, װען מע קוקט אף איר. בעשאס זי שמייכלט טאקע אפאנעמעסן, איז פּונקט װי זי װאָלט געװוען זשאנא דארק, און מע פירט זי, א טראגיש אָפּלױכטנדיקע, צום שײַטער. אלץ איז אין איר גוירלדיק איבעראשט און דערהויבן.

ס'האָבן אזוי זיך צונויפגעלייגט די אומשטענדן, אז זי איינע האָט אין מעשעך פון פיל יאָרן אָנגעפילט מיט זיך דאָס לעבן בא עטלעכע מאנצבלען. דער באטקאָ האָט נאָך פון די פּארטיזאנישע צײַטן טאָמיד געטראכט און געהאנדלט, האָבנדיק אין זינען די מיינונגען און אָפּשאצונגען פון זײַן קאָמיסאר. כאווע איז אים געווען נאָענט װי אן אייגענע טאַכטער, און ער האָט זיך שוין ביזן לעצטן אָטעם קיינמאָל מיט איר ניט צעשיידט. זײַן זון ארכיפּ איז געװוען דער, װאָס האָט געהאט דעם גוירל צו זײַן איר מאן, און נאָר דער טויט האָט אָפּגענומען בא אים אָט דעם גוירל. עלכאָנען האָט פון די שול-יאָרן זי װוייטיקלעך ליב גע- האט. עזראָ האָט ניט אופגעהערט צו זוכן אן אויסוועג פון דעם טופּיק, פאר וועלכן ער איז געשטאנען אלע זײַנע טעג; זײַענדיק פון קינדװײַז צוגעלאשטעט צו איר, װי צו א שוועס- טער, האָט ער קינמאָל ניט געטראכט, אז ער קאָן זי ליב האָבן מיט דער ליבע פון א מאנצבל צו א פרוי, און דאָך האָט ער אפילע אף דער מילכאָמע געפילט, אז אוב ער און זי װעלן בלײַבן לעבן, איז דער וועג זייערער אף װײַטער אָן שום סאָפעק שוין פריער בא- שטימט, און דאָס איז א װעג, אף װעלכן זיי װעלן גיין צוזאמען, ניט וויכטיק -- מאן און װײַב אָדער פּאָשעט כאוויירים,

ביסלעכװײַז איז מען ארײַן אין באיאָרטן עלטער. דער פינפטער צענדליק האָט דורכ- געשלאָגן פאר זיך א וװעג, מע האָט נאָך אלץ געלעבט באזונדער, אָבער שוין פון לאנג געשפּײַזט זיך בא איין טיש, װױנענדיק, װי פריִער, אין דעם באטקאָס הויז, כאָטש די רע- דאקציע האָט באקומען אן אייגענע געבײַדע און דער ראיפּארטקאָם צוזאמען מיטן ראיויס- פירקאָם איז אריבערגעפאָרן אין דעם אופגעבויטן אמאָליקן שטעטל, איצט דעם צענטער פונעם סלוטשניער ראיאָן. עזראָ האָט זיך מיטאמאָל געכאפּט, אז א לאנגע צײַט גיט ער שוין ניט אָפּ אין דער װעשערײַ זײַנע געטראָגענע װועש. דאָס בעט איז בא אים שטענדיק פארדעקט מיט זויבערע לײַלעכער, און אופעפענענדיק די קליידער-שאפע, געפינט ער אלע- מאָל א פריש העמדל מיט צוגענייטע קנעפּלעך און אפילע מיט א לאטקעלע דאָרט, װוּ סאיז געווען צעריסן.

99

-- ניטאָ װאָס צו נארן סײַ זיך אליין, סײַ די ארומיקע, -- האָט אין איינעם אן אפדער- נאכט געזאָגט צו אים כאווע, ווען זיי האָבן זיך אוועקגעזעצט צום אָקאָרשט געקויפטן פאר ביידנס אָפּגעשפּאָרטע געלטער טעלעװיזאָר. --- מיר זײַנען מיט דיר, ליבער, בלויז ניט פאר- שריבן אין זאגס און מיר שלאָפן ניט אין איין בעט, אָבער דאָס זײַנען שין פאקטן פון אונדזערע פּערזענלעכע ביָאָגראפיעס...

זי האָט אונטערגעקליבן די באָרװעסע פיס אונטער זיך, נעענטער זיך צוגערוקט צִו די קישעלעך פונעם דיוואן, אף וועלכן זיי זײַנען געזעסן, און אָנעמענדיק זײַן רעכטע האנט מיט איר לינקער, אוועקגעלייגט זי צו זיך אף די קני. עזראָ האָט אופגעהערט קוקן אפן עקראן פונעם טעלעװיזאָר, נאָר אויך אף כאווען האָט ער ניט געקוקט, האלטנדיק די אויגן אראָפּ- געלאָזט, עפשער דערפאר, װאָס עס האָט אים געארט און ס'איז אים געווען אפילע כארפּעדיק, װאָס אָט די װערטער און אָט דאָס דרייסטע טועכץ קומען ניט פון אים, דעם מאנצבל, נאָר

' לע := שיט וֹ 6 / /5 ר א 4 : . . : 4 , 4 7 2 2 : ' */; " : * 2 : 2 4 וֹ : !///5 / ' : אי : 4 = ; :' א אט 268

פון איר. ער האָט אף כאווען ניט געקוקט, אָבער געװוּסט, אז זי זעט איצט אויס גוירלדיק איבעראשט און דערהויבן. אויך זי האָט מיט די מינדסטע אײינצלהײַטן געװוּסט, װאָס עס פילט און טראכט און ויאזוי עס זעט אויס עזראָ אין דער רעגע, צו וועלכער זיי ביידע האָבן זיך געגרייט קימאט דאָס גאנצע לעבן.

כאווע איז אופגעשטאנען פונעם דיוואן און איז ארײַן אין צווייטן צימער.

-- דארפסט אוועקגיין? -- האָט שטיל געפרעגט עזראָ.

זי האָט געענטפערט מיט א דערהויבענער שטײַפער שטים, און עזראָ האָט הינטער די אויגן געזען, אז כאָטש זי שמייכלט איצט ניט, איז איר פּאָנעם, װי שטענדיק, צעשמייכלט.

--- איך גיי צו עלכאָנענען, -- האָט זי געזאָגט, -- כ'וועל אים װעגן דעם דערציילן, אָן דיר װויל איך עס טאָן, אָן דיר, עזראָ...

עלכאָנען האָט זיך לאנג געפּאָרעט אין דער לאָגאָװע, איידער ער האָט זי ארײַנגעלאָזט. זי האָט זיך ניט אוועקגעזעצט אף דעם פאָרגעלייגטן קעסטל, בלויז ער איז געבליבן זיצן. זי האָט געהאט א טעווע צו שטיין,. שטארק אָפּגעװאָרפן דעם אייבערשטן טייל פונעם קער-

60

פּער אף צוריק, באם רעדן זײַנען די