6} שט 8118016 ש|ס1וסטט 06הנת 1085 8161121מז פנ 1

ת00008110? 210166049 116114896

אל .1 אי יע 0 )

צ' 20 = 5 :

נזסס. 14016ס-10604100190םו 1ז0ס.1116טס-גופ100נץ//:פקןזזה

00002008 0(6049ז? 116116896 06 1 0

זסן ץ501611 סחזוחס 1066טסזט 15 01611601חז 1015 זס 010ז 60006‏ 101ס'זסחזווזסס זסי1 ץ|חס 56ט 01ח950זסק סחוששס11סן 406 01 פו 0001006 10096ט ,ספוו זסח}ס עחם

:05 0011זס

נזסס. 16ט14ס-10604100190םו

7000021100 01016049 116111296 סח 1 0

פיט 07

ארייא אלא ארי לייט שואי

לאט קר אסססשללורסאלללר לארטיינ קאספאפרריר היאר אפֿאװאלאפאפספייירילשוי ר אל יאר אלא ריר עלא טראס ריר לאיאל האופר + א

מארק שֹאגַאל. א שטיבל. איליוסטראציע צו דעם ניסטערס מײַסעלע מיט הענער"

- גי - (= * נא. 65 / 49 + 4 : " ב+. בי 0 2 3) + א שס. םס 9 6. ישו שו א 58 5566 - 8", : 2 יי

ת

7

דע הדע

ה' הו = = 22 = יי א - + א 2 5 אאָאג ‏ תש 8 54 , *; : םּ : 1 כּ = אי ת = תם הוּ 2 ת 2 3 54 2 םב ר +; 7 = הז = תש

ל'יטעראר'ש-ק'נסטלער'שעף

טשטייט פזיימלאנר

צו דעם סאָוועטישן פאָלק. ווענדונג פונעם צענטראליקאָ- מיטעט פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי פון דעם סאָוועטנפארבאנרף. . + . +. +:-. + .*. ש+

0 יאָר אָקטיאבער. אָש ער שװוארצמאן לידער

באָריס מאָגילנער. סעװאסטאַפּאָליער באלאדע .

יאָסל בוכבינדער. צוישן פרײַנטלעכע הערצער ( לייט הלט אט 2024 ענאע 2 רקי 1

יויסעף בורג. מײַן פרילינג, מײַן הארבסט..

שמועל גאָרדאָן. אין ארומגעצאמטן היף .

װערק פון אויסלענדישע שרײַבער. דאַרע טײטלבוים. לידעף ,. . . ". ט יש . .שש . יי {

יויסעף ראבין. צװײ דערציילונגען. + . . :

אונדזער קאָסמאָסיװינקל. פּ אװ על פּאָפּאָװיטש. = ןת א בש יי יי יט : :

= , אי ר יי יי 1, 16 4,

צום 90*טן געבורטסטאָג וו דעם גרויסן ארמענישן דיכטער יעגישע טשארענץ. רובען שיריניאן א פּאָעט

פן דער רעװאַליוציע . + + + -|מי.עט + }64 יצניעע סשטארענץ. לדער + . + + + .. ... לעבעדיקע גרוסן. יויסעף שוסטער מינסקער

די אשי / שאט שי 3 ס ר רש 6 20 6 אף לײַטיש געלעכטער.. א קאָנפון פון דער ניװײיאָרקער

וויסנשאפטיאקאדעמיע . + + + + + + + + 6 ; קאָנסטאנטין גייװ אנ דאָװ. א קאָמאנדירונג קיין

סשראעס + . . + . +0תם ;8 2638

ליטעראטור-קריטיק. ביבליאָגראפיע. פראגן פון קונסט. מאָטל פּאָליאנסקי. איײיניקע באטראכטונגען ויו- יאום-מטייאמודט שאמובבֿ. יל ++ + . ,

אונדזערע פּובליקאציעס. ב ענציִען רוב שטײין די אנטשטייוּנג און אנטוויקלונג פון דער ייִדישער שפּראך

א בריוו אין רעדאקציע. ל. ש ומ ס קי. וועגן אן אָנצײַגער - וי לט ער טע +) + 2 56 ? 616

פּובליציסטיק. ג ע אָ רגי ש מיגאַװ. ראסיזם: מג 261446; **58ט יש אש י"ה =

געלייענט אין דער צײַטונג , איזוועסטיא". לט די שפּורן פמויא האטען) + +:. ךא

בלעטערנדיק זשורנאלן און א די פּאַליאקאָװי די פארשװוּנגענע װעלט פון אנע פראנק

א רעפּליק מיט א שמײכל. הער של פּאָליאנקער. וויָאזוי פּייסעך נאָװוויק האָט פארווערט דאָװיד בערגעל- סאָנען צו שפּאסן ביל שי שי

פּראָטים פון ‏ דער קולטור'געשיכטע. מאניע קאָט- ליאראָװע. דעם דאָקטערס מיידעלע און דאָס ייַנגל מע, אאטקרפולטע הכ טאר + יט .. שי אן

ביניאָמין גאָראָדעצקי. א לױביגעזאנג דעם עפּײ סטאיטישן. זעוטעף שש .= * 66 . 0 אט

דאָס איז טשיקאװע. יורי ראקאַ װ. דער דרײַ מאָל שי ר ;6שטשן" } + + 6 22 2

שימטי. יי ט) יט 2 + . +ג- .י.י .

מאטעריאלן פאר א לעקסיקאָן פון דער ייַדישער סאָוועטי- יי יע. שפיט ש יע 6 2 ,

רעזומע (רוסיש, ענגליש, שפּאניש) .+ . . . .

109

10

1209

135

140

143

150

153

154

הויפּט-רעדאקטאָר א. ווערגעליס רעדקאָלעגיע:

כ. ביידען (שטעלפארטרעטער פון הױיפּטירעדאקטאָר),

ש. גאָרדאָן, ט. גען,

א. טווערסקאָי,

נאָטע לוריע, ב. מאָגילנער, ב. מילער, כ. מעלאמוד,

ה. פּאָליאנקער,

י. שוסטער (פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר), י. שרײַבמאן

צו דעם סאַװעטישן פאָלק ווענדונג פונעם צענטראל-קאָמיטעט פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי פון דעם סאָוועטנפארבאנר

טײַערע כאװיירים!

עס דערנעענטערט זיך דער זיבעציקסטער אאָרטאָג פון דער גרויסער סאָציָאליסטישער אָקטיא- בער-רעװאָליוציע. דאָס איז א גרויסער יאָמטע פונעם סאָװעטישן פאָלק.

אונדזער רעװאָליוציע -- דאָס איז א מערקווירדיקע געשעעניש פונעם אא יאָרהונדערט, וועלכע האָט פּראָקלאמירט דעם אָנהייב פון א נײַער ערע אינעם לעבן פון דער מענטשהײַט. די צײַט האָט טיף אנטפּלעקט איר אומפאָריבערגײיענדיקע באדײַטונג, ארויסגעלויכטן די קאָלאָסאלע מעגלעכקײַטן וועלכע עס עפנט אוף די סאָציאליסטישע געזעלשאפטלעכע אנטװיקלונג.

אין אונדזער באװוּסטזײַן, אין אונדזערע געפילן איז אָקטיאבער א זאך פון נאציאָנאלן שטאָלץ פון די סאָװועטישע מענטשן. די רעװאָליוציע איז געװאָרן א בײַשפּיללאָזער שװוּנג פון דער היסטאָרי שער שאפונג פון די מאסן, די שטערן-שאָ פונעם זיגרײַכן פאָלק, װאָס האָט אראָפּגעװאָרפן דעם יאָך פון דער קאפּיטאליסטישער און פּריצישער עקספּלואטאציע.

בעראָש פון דער פּארטיי באָלשעװיקעס, וועלכע האָט אופגעהויבן דעם ארבעטער-קלאס, די ארבעטנדיקע פון רוסלאנד אף א רעװאָליוציָאָנערן העלדנטאט, איז געשטאנען ולאדימיר איליטש לענין. זײַן טעאָרעטישער געדאנק, זײַן מאָראלישער בײַשפּיל, די פרוכט פון זײַן טיטאנישער טעטיקײַט װעלן לעבן אף דאָר-דוירעס.

דער גרויסער אָקטיאבער דויערט אין אונדזער זאך הײַנט. אינעם לאנד װערט פאנאנדערגע- וויקלט אן איבערבויונג, א רעװאָליציאָנערע לויט איר טאָך שאפונגס-ארבעט. איר צִיל איז -- פאר" שנעלערן דעם פּראָגרעס פון דער סאָציַאליסטישער געזעלשאפט. אף דעם איז געריכטעט די פּאָלֵײ טישע ליניע פון דער פּארטיי, וועלכע דריקט אויס דעם וילן פונעם פאַלק, -- די ליניע פון דעם אפּרעליפּלענום פון צק, פונעם זוצאא צוזאמענפאָר פון דער קפּספ.

גרויסע, פּרינציפּיִעל וויכטיקע באשלוסן זײַנען אָנגענומען געװאָרן אפן פּלענום פונעם צענטראל- קאָמיטעט, וועלכער איז פאָרגעקומען אין יאנוואר. זיי באװאָפענען די פּארטיי און דאָס פאָלק מיט דער טעאָריע פון איבערבויונג, מאָביליזירן זיי אף מער טיפע רעפאָרמעס, אף דרייסטע מאָסמיטלען, וועלכע זײַנען בארופן צוגעבן דעם סאָציאליזם די סאמע הײַנטצײַטיקע פאָרמען פון געזעלשאפטלעכער אָרגא" ניזאציע.

אונדזער לאנד איז דאָס ערשטע, װוּ דער סאָציָאליזם איזן פארװירקלעכט אף דער פּראקטיק. דער זיג פונעם אַקטיאבער האָט באשטעטיקט די בײַשפּיללאָזץ יעסוידעס פון סאָציאלן קיִעם פון די מענטשן: די מאכט פון די ארבעטנדיקע -- אין דער פּאָליטיק, געזעלשאפטלעכע אייגנטום אף די פּראָדוציר-מיטלען -- אין דער עקאָנאָמיק, קאָלעקטיוויזם און כאווערישע קעגנזײַטיקע הילף -- אין די מענטשלעכע באציונגען. אין די דאָזיקע רעװאָליוציָאָנערע איבערגעשטאלטיקונגען איז דער סאמ אָנהײב, דער אומױיסשעפּלעכער קוואל פון דער לעבנס-קראפט פון דער סאָציאליסטישער אָרדענונג.

דער גרויסער אָקטיאבער, דער סאָציָאליזם האָבן אויסגעלייזט אונדזער היימלאנד פון פּלאָגן און צאָרעס, וועלכע פארסאמען ביז הײַנט דאָס לעבן פון די פעלקער פון פיל לענדער אף דער װעלט.

3

בא אונדז איז ניטאָ קיין עקספּלואטאציע פון מענטש דורך מענטש. ס'איז ניטאָ קיין ארבעטלאָזיקײַט, ס'איז ניטאָ קיין נאציאָנאלער יאָך. ס'איז ניטאָ קיין דאלעס און אנאלפאבעטישקײַט. די ארבעטס-מענטשן לעבן אין באדינגונגען פון סאַָציאלער באשיצונג, מיט זיכערקײַט אין מאָרגנדיקן טאָג.

צוליב דעם איז געמאכט געװאָרן די אָקטיאבער:רעװאַליוציע. צוליב דעם עקױסטירט דער סאַציִאליזם.

אין גאנג פון דער סאָציאליסטישער בויונג איז אונדזער לאנד פארואנדלט געװאָרן אין א מעכטיקער אינדוסטריעלער מעלוכע מיט א קרעפטיקן עקאָנאָמישן און ויסנשאפטלעך-טעכנישן פּאַטענציַאלן. עס איז דערגרייכט געװאָרן איינער פון די סאמע הויכע אין דער װעלט ניװאָען פון דער געבילדעטקײַט פון די מאסן. אין די הײַזער פון די ארבעטנדיקע איז געקומען די שעפע. אלס געוויינלעכע לעבנסינאָרמעס זײַנען געװאָרן אומזיסטע מעדיצינישע באדינונג, מעלוכישע זאָרג װעגן מוטערשאפט און קינדהײַט, װעגן די וועטעראנען פון דער מילכאָמע און מי, װעגן די זקיינים. װאָס א טאָג פּראווען טויזנטער מישפּאָכעס כאנוקאס-האבאיס.

אינעם לאנד זײַנען פאָרגעקומען קאָלאָסאלע איבערגעשטאלטיקונגען אין געביט פון קולטור. דער סאַציַאליזם אנטשטייט פאר דער װעלט װי אן אָרדענונג, וועלכע איז פעיִק פאָרצולייגן א הומא" ניסטישע אלטערנאטיוו דער אומענטשלעכקײַט און דעם גוואלדטאט, דער גײַסטיקער פארוויסטונג פון דער בורזשואזער געזעלשאפט, װי אן אָרדענונג, וועלכע פארהיט און פארמערט די עמעסע װערטן פון דער ציוויליזאציע און מאכמעס דער דאָזיקער פּעיקײַט און אָריענטאציע ווארפט זי אָפּ די קולטור, וועלכע באזירט זיך אף קאָמערץ און בארײַכערונג.

הײַנט קעמפן מיר פאר דעם, אז די סאָוועטישע עקאָנאָמיק זאָל אופגעהויבן װערן אפן העכסטן אין דער װעלט ניװאָ פון עפעקטיװוקײַט און וויסנשאפטלעך-טעכנישן פּראָגרעס. דערמיט טאקע װעט באדײַטנדיק פארברייטערט וװערן די באזע פאר א װײַטערדיקן װוּקס פונעם פאָלקס-װווילזײַן און פאר אן אלזײַטיקער אנטוויקלונג פון אלע מיטגלידער פון דער געזעלשאפט, פאר א באפרידיקונג פון די מאטעריעלע און גײַסטיקע באדערפענישן פון די מענטשן.

א װעג דערצו איז געעפנט געװאָרן מיצאד דעם אָקטיאבער, מיצאד דעם סאָציאליזם.

דער זיג פון דער סאָציאליסטישער רעװאָליוציע האָט פארפעסטיקט פארן ארבעטס-מענטשן רעאלע רעכט און פרײַהײַטן, באשטעטיקט די מאכט פון די סאָװעטן -- די דעמאָקראטישע פאָרם פון מעלוכישן לעבן, וועלכע דאָס פאָלק אליין האַט אויסגעפונען. אין דער סאַװעטישער פּאַליטישער סיסטעם זײַנען פאראן אלע פאָרהאנאָכעס פאר א מאקסימאלער אנטװויקלונג פון דער דעמאָקראטיע און פון דער פאָלקס-איניציאטיוו.

די דאַזיקע מיסטעסם איז געבוירן געװאָרן מיצאד דעם אַקטיאבער, זי איז געשאפן געװאָרן מיצאד דעם סאָציָאליזם.

די רעװאַליוציע האָט פארלייגט די יעסוידעס פון ליזן די נאציאָנאלע פראגע בא אונדז אין לאנד. פאר די יאָרן פון דער סאָוועטנמאכט זײַנען װירקלעך באשטעטיקט געװאָרן די גלײַכהײַט פון די פעלקער, זייער ברידערלעכע מיטארבעט. עס זײַנען געשטיגן די עקאַנאָמיק און די קולטור פון אלע רעפּובליקן. עס איז אנטשטאנען אן אײינהײַטלעך סאָװועטיש פאָלק, װאָס שטאָלצירט מיט זײַנע אל- געמיינע דערגרייכונגען און איז גרייט צו פארטיידיקן די סאָציאליסטישע דעראָבערונגען פון באליביקע פּרוּוון אף אָפּצונעמען זיי.

די פארפולקומונג פון די נאציַאָנאלע באציונגען, װי א באליביקע לעבעדיקע זאך, רוקט ארויס נײַע פּראָבלעמען. זי וערן געלייזט און װעלן געלייזט װערן אף די פּרינציפּן פון דער לענינישער נאציַאָנאלער פּאָליטיק, וועלכע איז פילבאר צו אלץ, װאָס עס בארירט די נאציאָנאלע אינטערעסן, איז אומבעשאָלעמדיק צו באליביקע נאציאָנאליסטישע און שאָוויניסטישע אנטפּלעקונגען.

דער פּראַגרעס פונעם לאנד גייט און װעט גײן צוגונסטן יעדער נאציע און פעלקערשאפט, אין די אינטערעסן פון זייער װײַטערדיקער דערנעענטערונג, אין די אינטערעסן פון אונדזער גאנצן אומצעשטערבארן פארבאנד. די פעלקער פון פססר זײַנען פארייניקט דורך פעסטער פרײַנטשאפט, סאַציאליסטישן אינטערנאציאָנאליזם און סאָװעטישן פּאטריאָטיזם.

דאָס האָט אונדז געלעבן דער אָקטיאבער, דאָס האַט אונדז געגעבן דער סאַציַאליזם.

מיר לעבן אין א װעלט, וועלכע האָט זיך טיף געענדערט אונטער דער װירקונג פון אונדזער רעװאָליציע. שוין העכער א דריטכיילעק פון דער מענטשהײַט האָט אראָפּגעװאָרפן פון זיך די קײטן פון קאפּיטאליסטישער עקספּלואטאציע. דער סאָציאליזם עקזיסטירט, אנטוויקלט זיך, פעסטיקט זיך װי א וועלט-סיסטעם. עס זײַנען שוין מער ניטאָ קיין קאָלאָניאלע אימפּעריעס -- עס זײַנען פאראן צענד" ליקער יונגע סוווערענע מעלוכעס.

עס האָבן זיך פארמערט די קויכעס פונעם צווישנפעלקערלעכן פּראַלעטאריאט, די אינטערעסן פון וועלכן עס דריקן אויס די מארקסיסטיש-לענינישע יי ארבעטער-פּארטייען. עס ויקלען זיך

4

פאנאנדער מאסעווע דעמאָקראטישע, אנטי-אימפּעריאליסטישע, אנטימילכאָמע-באוועגונגען. דער אלגע- מיינער קריזיס פונעם קאפּיטאליזם פארטיפערט זיך.

דער איצטיקער סאַציאליסטישער אַנבליק פון דער װעלט איז א געזעצמעסיקער רעזולטאט פונעם היסטאַרישן פּראַצעס, דעם אָנהײב פון װעלכן עס האַט געליגט דער אַקפיאבער.

אונדזערע ערשטע שריט אין דער סאַציָאליסטישער בויונג האָט געריכטעט ולאדימיר איליטש לענין. ער איז אויך הײַנט מיט אונדז: די איבערבויונג באשטעטיקט אלץ טיפער אינעם לעבן פון דער פּארטיי און פונעם לאנד דעם רעװאַליציאָנערן לענינישן גײַסט.

מיט אונדז זײַנען אויך אלע די, װער עס האָט זיך געװידמעט דער גרויסער זאך פון סאָציאליזם. אין דעם דאנקבארן זיקאָרן פון די סאָוועטישע מענטשן װעלן אײביק לעבן די רעװאָליציאָנערןלענינ- צעס, איליטשס מיטקעמפער, וועלכע האָבן פארלייגט די העראַיישע טראדיציעס פונעם באָלשעװיזם און דורך אלע ניסיוינעס און אױספּרוּוון דורכגעטראָגן די אומגעוואקלטע טרײַהײַט די קאָמוניסטישע אידעאלן.

עס װעלן ניט פארוועלקט װוערן די נעמען און געשטאלטן פון די אַנטײלנעמער פון דרײַ רוסלענ- דישע רעװאַליוציעס, פון יענע, װער עס האָט אין אָקטיאבער 1917 צעשמעטערט די מאכט פון די פּריצים און קאפּיטאליסטן.

הײיליק איז דער אָנדענק פון די העלדן פונעם בירגערקריג, פון אלע, װער עס האָט פארטיידיקט די רעפּובליק פון די סאָװעטן פון די אימפּעריאליסטישע אינטערװענטן און װײַסגװארדײער. אונדזער פאָלק װעט ניט פארגעסן די אויסלענדישע קעמפער-אינטערנאציאָנאליסטן, וועלכע האָבן געװאָרפן א רוף: ,די הענט אוועק פון ראטנרוסלאנד!", וועלכע זײַנען אופגעשטאנען מיט געװער אין דער האנט אף צו פארטיידיקן די דעראָבערונגען פונעם אָקטיאבער.

עס װעט זיך ניט אויסלעשן אונדזער אנציקונג מיט די אופטוען פון די ענטוזיאסטן פון די ערשטע פינפיאָרן, פון די שעפער פון דער מעכטיקער אינדוסטריע, פון די בויער פון דער קאָלעקטי" ווער לאנדווירטשאפט, פון די שעפער פון דער סאַציאליסטישער קולטור,

אומשטערבלעך איז דער העלדנטאט פונעם סאָװועטישן מענטשן, דעם סאָלדאט און דעם האָרע- פּאשניק, אין דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע. מיר פארנייגן די קעפּ פארן אָנדענק פון די געפאלענע פאר דער ערע און פרײַהײַט פונעם סאַציאליסטישן פאָטערלאנד, ועלכע האָבן אָפּגעגעבן דאָס לעבן אף צו ראטעווען די װעלט פון דער פאשיסטישער פּעסט. מיט קאָװעד און דאנקבארקײַט געדענקען מיר די שלאכטלײַט, פּאטריָאָטן, אנטיפאשיסטן פון אנדערע לענדער -- אונדזערע פארבינ" דעטע און מיטקעמפער אין אָט דער באפרײַונגס-שלאכט.

דאָס היימלאנד װעט שטענדיק שטאָלצירן מיטן ארבעט-העלדנמוט, מיט דער גײַסטיקער קראפט פון די סאָוועטישע מענטשן, וועלכע האָבן נאָך דער שװוערסטער מילכאָמע אופגעהויבן פון די רויַנען די שטעט און דערפער, װידער אופגעשטעלט דאָס לאנד, עס געמאכט נאָך מער מעכטיקער.

כאוויירים!

אף אונדזער גוירל זײַנען אויסגעפאלן אלע שװעריקײַטן און אױספּרוּוון, וועלכע ווארטן אף די אָנהײבער אף די װעגן פון דער געשיכטע. זיי האָבן אונדז ניט אָפּגעשטעלט. מיר האָבן זיך געלערנט זי בײַקומען און בײַגעקומען זיי.

די בויונג פון סאָציַאליזם האָט זיך אָנגעהױבן אין אן אומגעבונג פון ווירטשאפטלעכן כאאָס און מיליטערישן כורבן. קימאט דרײַ יאַרצענדליקער איז פססר איינס אף איינס געװען קעגנגעשטעלט דעם וועלט-קאפּיטאליזם, איז אימופהערלעך געפּרווט געװאָרן דורך דעם אימפּעריִאליסטישן דרוק און שאנטאזש. אין דער מילכאָמע קעגן דער היטלערישער אגרעסיע האַט דאָס לאנד פארלירן 20 מיליאָן זײַנע זין און טעכטער, האָט אָנגעװױרן א דריטל פונעם נאציאַנאלן רײַכטום. פיל יאָרן איז אויסגעקומען צו ארבעטן מיט א ביז גאָר גרויסער אָנשטרענגונג פון די קויכעס, לעבן, אָפּזאַננדיק זִיך אין דעם סאמע נייטיקן. מיר זײַנען אופנעשטאנען, אונדז האָט מען ניט אײַנגעבױגן און ניט אײַנגעבראַכן. :

נאָר געווען איז אויך אנדערס. מיט א טײַערער פּרײַז איז אויסגעקומען זיך צעצאָלן פאר די אָפּװײַכונגען פון די לענינישע פּרינציפּן און מעטאָדן פון בויען די נײַע געזעלשאפט, פארן אויװוער זײַן אף דער סאַציאליסטישער גטזעצלעכקײַט, אף די דעמאָקראטישע לעבנסינאָרמעס אין דער פּאר- טיי און אין דער געזעלשאפט, פאר די װאַליונטאריסטישע פעלערן, פארן דאָגמאטיזם אינעם דענקען, פאר דער אינערציע אין די פּראקטישע טאטן,

אף דער גרענעץ פון די 70-ער -- אָנהײב 80-ער יאָרן זײַנען אין אונדזער געזעלשאפט אופגעקוי מען סטאננאציאָנעלע טענדענצן, ס'האָבן אָנגעהױבן זיך אָנזאמלען שװעריקײַטן, ניט-געלייזטע פּראָב- לעמען, פרעמדע פארן סאָציַאליזם דערשײַנונגען. דאָס האָבן געפילט, דאָס האָבן איבערגעלעבט די פּארטיי, דאָס גאנצע סאָוועטישע פאָלק. דער צענטראל-קאָמיטעט איז ארױיסגעטראָטן פאר דעם, אז מע

ס

זאָל מיט רעװאָליציַאָנערער אנטשלאָסנקײַט א קער טאָן אונדזערע איניאָנים, אונדזער גאנץ לעבן צו בעסערס.

דעם קורס, װעלכן ס'האָט גענומען דער אפּרעליפּלענום, האַבן די ארבעטנדיקע אופגענומען װי זייער לײַבלעכע זאך. די שטרענגע זעלבסטקריטיק, אופריכטיקײַט אין דער פּאָליטיק, ועלכע װערן ווידער אופגעשטעלט אין דער פּארטיי, דאָס קענען אויסארבעטן מאָסמיטלען, ועלכע זײַנען נייטיק אף אויסצובעסערן די געשאפענע סיטואציע, אומפארזאמט צוטרעטן צו זייער רעאליזאציע -- דאָס אלץ האָט באקומען א ברייטע פאַלקסישטיצע.

דער וושאא צוזאמענפאָר פון קפּספ האָט טיף, אף א לענינישן אויפן באטראכט די צײַט, װאָס מיר לעבן איבער, האָט פארייניקט אין זײַנע באשלוסן די הערלעכקײַט פון די צילן און דעם רעאליזם פון די מעגלעכקײַטן. דער צוזאמענפאָר איז געװאָרן א לימעד פון עמעס, װעלכער האָט אן אומפארגייענדי" קע פּאַליטישע און מאָראלישע װערט. א קאָמפּראָמיסלאָזער, אָפּענע אַפּשאצונג פון דעם אלעמען, װאָס שטערט גיין פאַרויס, -- דאָס איז א פּרינציפּיעלע, א לענינישע פּאַזיציע, א באװײַז פון דער קראפט פון דער פּארטיי.

אין זײַנערצײַט האָט לענין געזאָגט: װען פאר אונדז ,...פלעגן אנטשטיין פּראקטיש נײַע אופ- גאבן, פלעגן צוליב לייזן די דאָזיקע אופגאבן װי פון אונטער דער ערד אויסוואקסן נײַע קויכעס, װעגן וועלכע קיינער האָט קיין אנונג ניט געהאט נאָך ערעוו דעם איבערבראָך". אזוי איז אויך הײַנט: אין דער פּארטײ און אינעם פאָלק וואקסן אויס, שליסן זיך אײַן אין דער רעװאַליציאָנערער זאך פון דער איבערבויונג נײַע קרעפטן, וועלכע האָבן נאָך נעכטן זיך ניט אנטפּלעקט.

דאָס לאנד איז געקומען אין באועגונג, האָט דערװאָרבן א נײַעם אָטעם. ריינער װערט די מאָראלישע אטמאָספער אין דער געזעלשאפט, אינטערעסאנטער, פילארטיקער -- דאָס גײַסטיקע לעבן. אלס אָרגאנישע שטריכן פון דער טאָגטעגלעכקײַט פארפעסטיקן זיך עפנטלעכקײַט און אופריכטיקײַט, קריטיק און פאָדערעװדיקײַט.

קאָנסעקװענט װערט דורכגעפירט אין לעבן די סטראטעגיע און טאקטיק פון דער טיפער רעקאַנסטרוקציע פון דער פאָלקסווירטשאפט. עס װערט רעאָרגאניזירט די אַנפירונג מיט די וויכטיקסטע צװײַגן פון דער עקאַנאָמיק. עס װערן ארײַנגעפירט אין טאט די הייבערס פונעם נײַעם ווירטשאפטלעכן מעכאניזם. עס וואקסט די צאָל ארבעט-קאָלעקטיוון, וועלכע ריכטן מיט זיכערקײַט די ארבעט אף צו העכערן די עפעקטיװוקײַט, די רענטאבלקײַט. טעכניש װערט איבערבאװאָפּנט די פּראָדוצירונג. עס ווערן פארווירקלעכט מאָסמיטלען אף ראדיקאל צו פארבעסערן די קוואליטעט פון דער פּראָדוקציע. אינעם ערשטן יאָר פונעם פינפיאָר האָט די פאָלקסווירטשאפט איבערגעשטיגן לוט די הױפּט:צײַגערס די פּלאנעווע גרענעץ-ליניעס.

נאָר זיך לאָזן פארבלענדן מיטן דערגרייכטן טאָר מען ניט. עס זײַנען געמאכט געװאָרן בלויז די ערשטע טריט, די הויפּט-ארבעט איז פאָרויס.

צי זײַנען פאראן גאראנטיעס, אז די זאך װעט אופגעטאָן װוערן, אז דער פּראָצעס פון די איבער- געשטאלטיקונגען װעט זיך ניט אָפּשטעלן, אז די פריִערדיקע פעלערן װעלן זיך ניט איבערכאזערן?

יאָ, פאראן. אין דער איבערבויוּנג איז פארינטערעסירט דאָס פאָלק, אין איר איז טיף פארינטע- רעסירט דער ארבעטער-קלאס -- די פירנדיקע קראפט פון דער סאָװעטישער געזעלשאפט. מיט דער איבערבויונג פירט אָן די פּארטיי, װעלכע דערװײַזט בעפּױעל מאמעש איר פּעיִקײַט מיט רעװאַליוציאָי נערער אײַנגעשפּארטקײַט צו קעמפן פאר לייזן די נײַע אופגאבן, װאָס איז גרייט און קאָן באנײַען די פאָרמען און מעטאָדן פון דער אייגענער ארבעט.

די אײנהײַטלעכע באשטרעבונגען, די געמיינזאמע טאטן פון דער פּארטײ און פונעם פאָלק, וועלכע זײַנען באהעפט מיט דער דערפארונג פונעם איבערגעלעבטן, מיטן פארשטיין די פאראנטװאָרט- לעכקײַט פארן הײַנט און פאר דער צוקונפט פונעם לאנד, -- אָט דאָס איז א גאראנטיע, אז דער קורס פונעם זושאא צוזאמענפאָר װעט דורכגעפירט װערן אומאָפּנײגלעך. אן אלזײַטיקע אנטוויקלונג פונעם דעמאָקראטיזם פון דער סאָציַאליסטישער אָרדענונג -- אָט דאָס איז די גאראנטיע, אן די סטראטעגישע אופגאבע -- ברענגען די געזעלשאפט אין א נײַעם אייכעסדיקן צושטאנד -- װעט געלייזט װערן.

מער דעמאָקראטיע -- הייסט מער סאַציַאליזם.

עס דארף און װעט געטאָן װערן אלץ, קעדיי די ארבעטנדיקע זאָלן האָבן א מעגלעכקײַט פּראק- טיש ארױיסװײַזן א באשטימענדיקע ווירקונג סײַ אף דער פּאַרמירונג, סײַ אף דער טעטיקײַט פון די מעלוכישע און געזעלשאפטלעכע אָרגאנען, אף דער מי און אפן לעבן פון די ארבעט-קאַלעקטיוון אין אן אומגעבונג פון פולער עפּנטלעכקײַט, אין באדינגונגען פון קאַנטראַלפליכטיקײַט, באריכטלעכקײַט און געװײלטקײַט פון די אמט-פּערזאָנען. מע קאָן ניט דערפאָלגרײַך זיך באוועגן פאָרויס, ניט אָפּזאָגנ- דיק זיך פון אדמיניסטרירן און קאָמאנדעװען, פון אומנייטיקער רעגלאמענטירונג און פארבאָטנקײַט,

6

ניט צעשטערנדיק די וואנט פון ביוראָקראטישן אומגלויבן אינעם פארנונפט און דערפארונג פון די מענטשן, אין זייער באלעבאטישן, מעלוכישן צוגאנג צו דער זאך.

סאָציָאליסטישע דעמאָקראטיע -- דאָס איז זעלבסטפארוואלטונג פונעם פאָלק, וועלכע וואקסט אין דער ברייט און אין דער טיף, א פרײַע פארמעסטונג פון מויכעס און טאלאנטן, עכטע דעמאָק- ראטיע איז שעפעריש לויט איר טאָך. זי איז אן אומבעשאָלעמדיקער סוינע פון אומפאראנטװאָרטלעכ- קײַט, דעמאגאָגיע, אלצדערלױיבטקײַט.

די פּארטיי פירט דורך קאָנסעקװענט אין לעבן דעם פּרינציפּ: אָן קאָנטראָל, אויסער קריטיק קאַן ניט זײַן קיין איין אָרגאניזאציע, קיין איין טוער. אף פּאָסטנס פון אָנפירער װערן אלץ מער ארויסגע- רוקט מענטשן, וועלכע דענקען הײַנטצײַטיק, גרייטע צו זײַן פאראנטװאַרטלעך פאר זייערע טאטן פארן פאָלק.

פארברייטערנדיק די דעמאָקראטיע, פעסטיקנדיק די סאָציאליסטישע געזעצלעכקײַט, פאנאנדער- וויקלענדיק די אקטיװוקײַט פון די סאַװעטן פון פאָלקס-דעפּוטאטן, פון די פּראָפארײנען, פונעם קאָמיוג, פון אנדערע געזעלשאפטלעכע אָרגאניזאציעס, דערהויבנדיק די ווירדע פון דער פּערזענלעכקײַט, אל מעגלעך באשיצנדיק די רעכט פון די בירגער, פון די ארבעט-קאָלעקטיוון, עפענען מיר א ראכװװעס פאר דער סאמע שעפערישער קראפט פונעם סאָציאליזם -- פאר דער פרײַער מי פונעם פרײַען מענטשן אין א פרײַ לאנד.

כאװיירים!

דער צענטראל-קאָמיטעט רופט אלע סאָוועטישע מענטשן זיך דורכדרינגען מיטן באװוּסטזיין און מיטן געפי? פון פאראנטװואַרטלעכקײַט פארן קינפטיקן אויסזען פונעם לאנד, פאר די גױראָלעס פונעם סאָציָאליזם. פּרעכטיק איז דאָס בילד פונעם דערגרייכטן נאָכן אָקטיאבער, פאר די יאָרצענדליקער פון סאָציִאליסטישער בויוּנג. אָבער די צײַט ווארפט אונדז א נײַעם ארויסרוף. אין די געענדערטע באדינ- גונגען, װי ס'איז אונטערגעשטראָכן געװאָרן אפן יאנוואר-פּלענום פונעם צק, װערט אונדזער געזעל- שאפט וװידעראמאָל אױסגעפּרוּװט אף דינאמיזם, אף דער פעיִקײַט גיך זיך אופהייבן אף די שטאפּלען פון פּראָגרעס.

אונדזער עקאָנאָמיק װערט אױסגעפּרוּװט אף עפעקטיװקײַט, אף אופנעמבארקײַט צו פאָרגעשר- טענע טעכנאָלאָגיעס, אף קענען אריסגעבן ערשטקלאסישע פּראַדוקציע, אויסהאלטן א באליביקע קאָנקורענץ אף די וועלט-מערק. אונדזער מאָראל, דער גאנצער לעבנס-אויפן אונדזערער װערן אויסגע- פּרוװט אף דער פעיקײַט אומאָפּנײגלעך אנטוויקלען און בארײַכערן די װערטן פון דער סאַצייאליסטישער דעמאָקראטיע, פון סאָציאלן יוישער און הומאניזם. אונדזער אױסערױפּאָליטיק -- אף פּעסטקײַט און קאָנסעקװענטקײַט אינעם פארטיידיקן דעם שאָלעם, אף בײיגעװדיקײַט און אויסדויער אין באדינגונגען פון דעם צעבלאָזטן מיצאד דעם אימפּעריאליזם פיבערהאפטן װאָפױגעיעג, פון צווישנפעלקערלעכער אָנגעשטרענגטקײַט, װאָס ער פּאָמפּעט אָן.

אפן סאָװעטישן פאָלק, אפן פאָטערלאנד פונעם אָקטיאבער קוקט די גאנצע ועלט: צי װעלן מיר אזיסהאלטן, צִי װעלן מיר װירדיק ענטפערן אפן ארויסרוף, װאָס עס איז געװאָרפן געװאָרן דעם סאָי ציָאליזם.

דער צענטראל-קאָמיטעט װענדט זיך צו דער ארבעטס-װירדע, צום פּראַפּעסיאָנעלן שטאָלץ פון די ארבעטנדיקע, צום פּאטריִאָטיזם פון די סאָװעטישע מענטשן. הײַנט ארבעטן מיר איבער דער רעאליזאציע פון די אופגאבן פונעם צװעלפטן פינפיאָר -- דעם שליסלדיקן אין דער פּראָגראם פון דער פארשנעלערונג. פאר א קורצער צײַט איז נייטיק צו זיכערן אן אייכעסדיקן איבערוק אין דער עקאָנאָמיק, שאפן פעסטע האסכאָלעס אף דער פּערספּעקטיו. די דאָזיקע אופגאבע שטייט אין צענטער פון דער פארמעסטונג פאר א וװירדיקער באגעגעניש פונעם 70-טן אָקטיאבער. און איר דערפאָלגרײַכע לייזונג הענגט אָפּ פון דער פּערזענלעכער באציונג צו דער זאך מיצאד יעדן אָנטײלנעמער פון דער געזעלשאפטלעכער פּראָדוצירונג, פון דעם, אף וויפל פאָדערהאפטיק װעט קלינגען אין די קאָלעקטיוון די שטים פונעם ארבעטס-געוויסן.

גרויס און פאראנטװאָרטלעך איז דאָ די ראָליע פון די פּראָפארײנען. די איבערבויונג רופט זײ צו װוערן אומדערמידלעכע אָרגאניזאטאָרן פון די ארבעטנדיקע אין קאמף פאר א הײַנטצײַטיקער קול טור פון דער פּראָדוצירונג, פאר א הויכן פּראָפּעסיָאָנאליזם.

פון קאדמוינים האָט די ערד אונדזערע געשעמט מיט מײַסטערס. מיט יענע מײַסטערס פון גרויסהאנטיקן אָס, וועלכע האָבן בא קיינעם ניט געדארפט אנטלײַען דאָס קענען אויספילן אן ארבעט אזוי, אז איר שעם איז געגאנגען אף גאָר דער װעלט. אין דער געשיכטע פונעם סאָוועטנלאנד זײַנען פאראן ניט װייניק בײַשפּילן, ווען זײַנע ארבעטער, געלערנטע, אינזשעניערן, קאָנסטרוקטאָרן פלעגן זיך

7

דערשלאָגן רעזולטאטן, וועלכע האָבן איבערגעיאָגט די וועלט-דערגרייכונגען. הײַנט איז עס ביפראט נאָך אונדז בעיעכוילעס.

דער צענטראל קאַמיטעט װענדט זיך צום פארנונפט און צו דער דערפארונג פון די סאַװעטישע מענמשן. - קיין גרייטע. רעצעפּטן אף אלע לעבנס-פאלן זײַנען ניט בענימצע. זאָל די איבערבויונג ווערן אן אלפאַלקישע שעפערישע לאבאַראטאָריע. מיר װעלן אופמערקזאם און קריטיש באזיניקן די פּראקטיק פון באנײַונג, שעצן יעדעס קערנדל פון פאָרגעשריטענער דערפארונג, אונטערכאפּן עס און אנטוויקלען. א לעבעדיקער, אומגעצוימטער געדאנק -- דאָס איז אן אומבאדינגטע פאָרהאנאָכע פון פארשנעלערונג.

די פּארטיי לערנט זיך קעסיידער באם פאָלק. זי זאפּט אײַן זײַן קאָלעקטיוון סייכל, פּרוּװוט אויס מיט דער דערפארונג פון די מאסן איר פּאַליטיק און האלט פאר איר פליכט ריכטיק אויסדריקן דאָס, װאָס עס באנעמט דאָס פאָלק.

דער צענטראל-קאַמיטעט װענדט זיך צו דעם מוט פונעם סאַװעטישן פאָלק. דאָס ברעכן די אײַנגעװאָרצלטע פאָרמען, מעטאָדן,. געוווינשאפטן גיט זיך ניט. לײַכט. פאר. דער אִיבערבּויונג. דארף מען קעמפן, די איבערבויונג דארף מען פארטיידיקן. דאָ דארף מען האַבן אײַנגעשפּארטקײַט, פעסט- קײַט, פּרינציפּיעלקײַט. עס פאָדערן זיך אויך כאראקטער און מעסירעסנעפּעשדיקײַט.

ניט איין מאָל זײַנען מוט, אויסגעהאלטנקײַט, פעסטקײַט פונעם סאַװעטישן פאלק אוועקגעלייגט געװאָרן אף די װאָגשולן פון דער געשיכטע, ברענגענדיק א זיג. די פּארטיי איז זיכער, אז אזוי װעט זײַן אויך אצינד.

דער צענטראל-קאַמיטעט װענדט זיך צו די בירגערלעכע געפילן פון די סאָװעישע מענטשן דאָס לאנד לעבט איבער א פאָדערנדיקע און טשיקאווע צײַט, װען זײַן יעדער בירגער מאכט זײַן מאָראלישן. אויסוואל. מיט גלײַכגילטיקע הענט, מיט א קאלט הארץ װעסטו די ארבּעט, װאָס מיר האָבן אָנגעהױבן, ניט אויספילן. מיטן גאנצן טאָך.-אירן ווארפט זי אָפּ די באלעבעסלדיקע מאָראל פון צופּאסלער, פון זײַטיקע. באאָבאכטער, פון גײַסטלאָזע. געברויכער. דער איבערבויונג. זײַנען נייטיק מענטשן, וועלכע לעבן איבער פאר דער זאך, פאָדערעװודיקע, אומטאַלעראנטע צו אומווירטשאפטלעכ- קײַט, פארשלעפּעניש. זי דארף האָבן פּאַליטישע קעמפער, וועלכע זײַנען מיט לײַב און לעבן איבער- געגעבן די קאַמוניסטישע אידעאלן, קאַנען פארטיידיקן און פארמערן אונדזערע גרויסע סאַציאלע, מאָי ראלישע און קולטורעלע ווערטן,

גרויסע האָפענונגען לייגן די פּארטיי און דאָס פאָלק אף דער יוגנט מיט איר ענערגיע, מיט דעם דאָרשט פון ענדערונגען, מיט דער שארפער. רעאגירונג אף -פעלערן. מע דארף געבן די יונגע מענטשן א מעגלעכקײַט פולער זיך אנטפּלעקן אין זעלבשטענדיקער ארבעט. די צײַט עפנט א ברייט פעלד פון טעטיקײַט פארן קאָמיוג -- דעם עכטן אָנפירער פון דער יוגנט, א קעמפערישן, זוכנדיקן ערנסטע אופטוען, א פרײַען פון קאנצעליארשטשינע און פון פאראָרגאניזירטקײַט.

דער צענטראָל-קאַמיטעט וענדט זיך צו די מיטגלידער פון קפּטפ. באשטעטיקט, כאוויירים קאָמו- ניסטן, מיט יעדן אָפּגעלעבטן טאָג פון אײַער לעבן, אז איר אנערקענט און. צעטיילט די קאָלאָסאלע פּאַליטישע פאראנטװאַרטלעכקײַט. וועלכע װערט געלײגט אין אָט דער איבערבראָך-צײַט אף דער קפּספ אלס אָנפירנדיקער פּארטיי פונעם לאנד. געדענקט, אז לויט אײַערע טאטן, לוט אײַער אופירונג אורטיילט דאָס פאָלק װעגן דער פּארטיי. מעסירעסנעפעשדיקע מי, דרײסטקײַט, נאָװואטאָרישקײַט פאָי דערן זיך קױידעמקאָל פון אײַך. דער כויוו פון א קאָמוניסט איז שטענדיק און אין אלץ האנדלען לויטן פּארטיייִשן געװויסן -- ניט אנדערש. פון אײַער פּערזענלעכער איניציאטיוו הענגט א סאך אָפּ, װיָאזוי עס װעט גיין דער פּראָצעס פון דער געזעלשאפטלעכער באנײַונג,

דער צענטראל-קאַמיטעט װענדט זיך צו אלע סאַװעטישע מענטשן מיט א רוף אין דער פולער מאָס באזיניקן, אז אונדזער טאַגטעגלעכע מי, יעדער טראָט אפן װעג פון פארשנעלערן די סאַציאַל- עקאַנאַמישע אנטוויקלונג יפונעם לאנד נעמט אָן אן אלץ גרעסערע װאַג אין דער װעלטפּאַליטיק.

דער זיבעציקסטער יאַרטאָג פונעם אָקטיאבער קומט אָן אין אן אומגעבונג, װען גופע דער מענטשלעכער שטאם איז אװועקגעשטעלט פאר דער פּראָבלעם פון בלײַבן לעבן. די צוקונפט פון דער וועלט -- דער װועלט א װידערשפּרעכלעכער, נאָר אן אײינהײַטלעכער און קעגנזײַטיק פארבונדענער -- װערט באשטימט הײַנט. די פּלאנעטע קאָן און דארף אױסגעלײיזט װערן פון דער געפאר פון א נוקלעארער מילכאָמע. א לעבן אין באדינגונגען פון געפארלאָזיקײַט, אומאָפּהענגיקײַט און פּראַגרעס קאָן און דארף געזיכערט װערן פאר אלע פעלקער. ניט אלץ איז דאָ אָפּהענגיק פון אונדז -- פון פססר, פונעם סאַציַאליזם. נאָר װאָס עס הענגט אָפּ, װעלן מיר טאָן און אופּטאָן אין דער פולער מאָס,

דער קורס פון אונדזער פּארטיי און מעלוכע אין דער װעלט-פּאָליטיק איז א קאָנסעקװענט פרידנס- ליבנדיקער. צו צווישנפעלקערלעכע פּראָבלעמען גייען מיר צו רעאליסטיש, בייגעװדיק, אפן סמאך

8

פון א נײַעם פּאַליטישן דענקען. מיר װעלן אומאָפּנײגלעך פירן די זאך דערצו, אז בא דער שװעל פונעם דריטן יאָרטױזנט זאָלן די מעלוכעס אראָפּווארפן דאָס נוקלעארע קלײזײַען, עס זאָל ניט צוגעלאָזט ווערן קיין װאָפן אין קאָסמאָס, פארקירצן און סאָפקאָלסאָף פארניכטן עס אף דער ערד.

אָבער קאָלזמאן די צווישנפעלקערלעכע רעאקציע טרײַבט אונטער דעם װאָפךגעיעג, קאָלזמאן זי האָט זיך ניט אָפּגעזאָגט פון דער פּאָליטיק פון סאָציָאלן רעוואנש און , קרייץיצוגן" קעגן דעם סאָי ציאליזם, װעלן די קפּספ און די סאָוועטישע מעלוכע טאָן אלדאָס נייטיקע צוליב אונטערהאלטן אפן געהעריקן ניװאָ די שוץ-מעכטיקײַט פון אונדזער לאנד, פון דער סאַציאליסטישער געמיינשאפט. די סאָוועטישע מענטשן קאָנען זײַן זיכער: קיין מיליטערישע אויבערהאנט פונעם אימפּעריאליזם װעלן מיר קיינמאָל ניט דערלאָזן אין קיין שום פאלן.

אפן קאמף פאר שאָלעם װענדן מיר דעם גאנצן פּאָליטישן אװטאָריטעט, די גאנצע צווישנפעל קערלעכע ווירקונג פון אונדזער לאנד. און זיי װעלן זײַן װאָס מער עפעקטיווער, װאָס בעסער עס וועלן גיין די איניאָנים בא אונדז אינדערהיים, װאָס טיפער עס װעט זײַן אונדזער מיטארבעט מיט די ברידערלעכע סאָציאליסטישע לענדער. סאָציָאליזם און שאָלעם זײַנען אומצעטיילבאר. װאָס מעכטיקער עס איז דער סאָציָאליזם, אלץ פעסטער איז דער שאָלעם.

טײַערע כאװויירים!

די גאנצע געזעלשאפט בא אונדז איז אף איין זײַט פון די באריקאדן. דער ציל פון דער פּארטיי און פונעם פאַלק איז איין ציל. די איקערדיקע אינטערעסן פונעם ארבעטער-קלאס, פונעם קאָלװירטישן פּױערטום, פון דער אינטעליגענץ זײַנען איינע אינטערעסן. די זאך פון די עלטערע דוירעס, פון די וועטעראנען פון דער סאָציאליסטישער בױיוּנג און פון זייער יונגן אומבײַט איז איין זאך. דער גוירל פון יעדער נאציע און פעלקערשאפט, פון יעדער רעפּובליק, פונעם גאנצן סאָוועטנפארבאנד איז איין גויר?,

די אידעאלן פונעם אָקטיאבער רופן אונדז צו מי אין נאָמען פונעם װוילזײַן פון דעם סאָװועטישן פאָלק, אין נאָמען פונעם אופבלי פון אונדזער היימלאנד, אין נאָמען פון סאָציאליזם און שאָלעם. לאָמיר זשע פארייניקן אין איין גאנצעס אונדזער פארנונפט, אונדזער ווילן, אונדזער ענערגיע. לאָמיר ריכטן די דאָזיקע אומבאזיגבארע קראפט אף צו ליזן די אנטשטאנענע פאר אונדז נײַע אופגאבן. לאָמיר אויספילן אלדאָס אָנגעמערקטע. לאָמיר וירדיק פאָרזעצן די רעװאָליציאָנערע זאך פונעם אָקטיאבער!

צענטראל-קאַמיטעט פון דער קאַמוניסטישער פארטיײי פונעם סאַוועטנפארבאנד

= פון אוונדזער וי יטעראטור.

יא 5,

אי

דער גרויסער דיכטער אָשער שוארצמאן (1889--1919) איז געשטאנען באם אורי קוואל פון דער הײַנטצײַטיקער יַדישער סאָוועטישער פּאַעזיע. פון זײַנע װערק האָט זיך דאָס ערשטע מאָל אין דער ייַדישער ליטעראטור דערטראָגן דער אומריַקער גלאָקרקלאנג, װאָס האָט גערופן פארטיי- דיקן דאָס סאָציאליסטישע היימלאנד, די שװוּע פון טרײַהײַט דער פאָן פונעם גרויסן אַקטיאבער. מיר גיבן דאָ אן אָפּקלײַב פון שווארצמאנס רעװאַליוציַאָנערער ליריק, װעלכע ער האַט געשאפן אין די לעצטע צוויי-יאָר מט זי לעבן,

אָשער שווארצמאן

יוגנט יוגנט, יוגנט! ('זוי איז דאָס שוין). וי א שפּילנדיקע װעל, נאָר ס'שמעקט מיט גרינעם קנאָספּן-קלײ, װי א טרער פון פולער פרייך -- בא הרעבליע רוישט א פרייד'געשרי, דײַן שטעל, און זון, און װעלט, דײן זנג? פרייד, און איך אין וועלט...

צעקלאפּ דעם קאָפּ מיר

װי פרילינג-צײַט בערעזע-זאפט אף א שטיין -- מיט שטיקלעך קאָרע אומריין-ריין איך דארף ניט מיין.

(דאָך גלײַך פון בוים), אפילע טערפּקע אפן טאם

10

פינלאנד, זומער 1917

זעונג

איצט, ליבסטע, קום!

דעם נאָװיס װאָרט האָט אופגעהויבן זי

פון גריבער און פון זומפּן.

פון קװאָרים אָרעמע

אף בארג און טאָל פון לענדער פיל

שטייט אוף א כֹאֹיֵל גרויס מיט לױב און מיט געזאנג,

און װער מיט טרערן האָט געזייט דאָס פעלד פון

טויט,

דער קערט מיט פרייד צום שניט צום נײַעם..

זי גייען קיטעסװײַז, װי סטאדעס יונגע הירשן,

זיי גייען קײיטנװײַז, װי רייען פון מאלאָכים.

מיט זיי דער שטאָלצער גײַסט,

װאָס רוט אף שװײַגנדיקע פּאָלקן,

דער רויש פון באטארייעס לויפנדע מיט זיי.

מײַן ברודערס ליפּן בלוילעך געל און ציטערן... דעם לעצטן ציטער, װעט עמעץ קושן זיי, אכוץ זײַן מוטער?

מײַן ברודערס האנט פארגליווערט ווערט און װיל די ערד אומארמען.

וועט עפשער עמעצער

זי זײַן ברוסט דערוואר'מען?

און דו, מײַן בלוילעך-װײַסע קאלע,

מיט מיר קום אוף

אנטקעגן מײַנע שטראלנדיקע ברידער. קום אויסלייזן דײַן אָרעם-טרױעריקן לײַב אין יאם פון װויסן און פארגעבן,

אין לעבן, װאָס האָט טוט דורך טויט באזיגט, װאָס טראָגט זײַן בליענדיקן נעכער דורך דורך פּײַער און דורך בלוט.

באהעפטן װויל איך דיך

צו ליד, װאָס טוט שוין שאלן,

וי טויזנט וואסערפאלן,

װאָס הימלען טרייסלען אוף.

1918--5707

מײַן ברודערס פוס איז אָפּגעדעקט, פארבלוטיקט און אין קויט, און שטיל קוקט איר זיך איבער: טויט?,.

אָ, ניין! פון אלץ, װאָס אײַך באטריבט, זימײַן ברודער ריין!

א זודבאשײַנטער ריז האָט ער זיך אופגעשטעלט מיט אױסגעשפּרײטער האנט אף גאָרער וועלט...

א גרויס בלוי-שװײַגן איז אצינד זײַן הייכל,

און ס'איז זײַן זונענבליק פאר אלעס מויכל, מויכל...

קיעוו, 1918

פרילינג

איך גיי הײַנט ארויס אין א טאָג א באנײַטן:

אף פרילינג-באפרײַטן און הארץ'יווייכן הימל

גייט קריהע, --

פון אלע פיר זײַטן

שוין ציִען זיך פּלאפּלענדיק אומריינע שטראָמען און נישטערן, זוכן, װי הינטעלעך בלינדע, דעם פײַכט-שווארצן בויך פון דער ערד.

און ערגעץ פונװײַטן,

אין בלויען פארקלערט, ווארט אָפּ שוין א װאָלקן א מילדער, א ווייכער... און ווען ס'וועט פון נאכט-פרעסטלער

זײַן שוין קיין זייכער,

און זײַן װעט דער הימל אויך ריינער און העכער, אין גאָרטן שוין ווייך און צעגראָבן די ערד, -- דאן קומט בלויער װאָלקן אף גאָלדענע פערד.

קיעוו, 1918

1

אין פינצטערער נאכט

אין פינצטערער נאכט, ווען איך זע זיך אליין ניט, איך װער נאָר א טונק'לער צעפלאָסענער פלעק, מיר הערט זיך דאָס רוישן פון כוואליעס פון װײַטע, װאָס טראָגט זיך צום ברעג.

אין בייזן געווימל פון שטורמישע כוואליעס דאָס ברומען פון שלאכטפעלד זיך הערט, דאָרט טראָגן ארום זיך צעװוילדעטע רײַטער אף שווארצע טיטאנישע פערד.

זי יאָגן זיך, טראָגן זיך ריי קעגן רייע

און שלאָגן זיך אָן אין דער מיט.

און װער ס'האָט דאָס װאָפן אין לויף ניט געצילט, פאר דעם איז שוין איצטער צו שפּעט.

און מענטשלעכער קערפּער און פערדישע צורע, פארפּלאָנטערט אין טלאָען-געקנעט,

איצט ראנגלען זיך האסטיק און קרעכצן װי שטומע, פארקרימט אין קלאָלע-געבעט.

אין פינצטערער נאכט, װען איך זע זיך אליין ניט, מיר זעט זיך דער שוידער פון קאמף --

מיר זעט זיך דער וייטיק

פון לײַבער פארדרייטע אין קראמף.

118

אין אופשטאנד

אין קאלטער ווינטער-נאכט, בא שײַן פון בליצנדיקע שטערן, אף װײַטע געגנטן צעפלאקערן זיך סרייפעס.

אין וועלדלער טונקעלע,

אין האלבע שוצגראָבנס,

בא טונק'לער זײַט פון ברענענדיקע דערפער

זיך שלענגלען שורעס מוירדים

מיט ביקס אין האנט, מיט ווארעם בלוט אין הארצן.

פון הײַזער אָרעמע, פון שטיקנדע ווארשטאטן, פון לאנגע װאָגלינעכט, פון הונגעריקע טעג געקומען זײַט איר, ברידער מײַנע פילע,

צו װײַזן

די פּרײַז פון שטילער מי,

דעם וויי פון אײַער לײַב,

דעם אויסגעשריי פון דוירעס און פון צײַטן.

איך הער: ס'ברומט אוף דער קייטן-קלאנג פון דוירעס קנעכט, מיט אָרעמען געביין צעשאָטענע אף לעבנס-מידע װעגן, סיזיט אוף דאָס בלוט פון מענגעס מײַנע ברידער,

מיט האנט צו האנט און קאָפּ צו קאָפּ געשאָכטענע

אף שלאכטפעלדער פון קײַלעכדיקער ערד.

איך ווייס: ס'וועט צארטעס מענטשלײַב נאָך ציטערן אין א געמיש פון קויט און בלוט,

און ניט קיין יאָמטעװ האָט באלײַכט אינמיטן נאכט די האָריזאָנטן, נאָר עמעץ וויל דעם פּײַן, און עמעץ װויל דאָס בלוט.

מײַן בליק װערט קאלט, װי גרויער טאָג פון עסקימאָסן אין שניייק-ווילדן לאנד...

מיט ביקס אין האנט,

מיט ווארעם בלוט אין הארצן

פארטײַע איך זיך איצט

און לאָקער נאָך דעם סוינע.

קיעוו, 1918

אין טריבן מענטשן-לאנד,

פאר דעם, װאָס פאלט שוין אונטער לאסט פון פּלאָגן, װאָס קאָן איך זאָגן?

פאר דעם, װאָס קילט מיט אש דעם וי פון זײַנע ליידן, װאָס זאָל איך ריידן?

מיט איינעם קלייד אף מײַנע לענדן,

מיט קאָפּ אנטבלויזט,

מיט בלוט, װאָס אין מײַן הארצן ברויזט, װעל איך צו װיסטעניש זיך ווענדן.

די הייל װעט זײַן מײַן װוינונג פון באנאכט, און װוירבל-ווינט און מידבער-זאמד מײַן כאווער פון באטאָג... און כ'וועל אין לאנד צוריק ניט קערן,

ביזוואנען

איך װעל דאָס אױסלייז-װאָרט, דאָס פולע, ניט דערהערן.

קיעוו, 1919

די שווארצע מוטערינאכט צעריסן ווערט פון וויי: -- דער סוינע בא די טױיערן!

פון טיף פון הארץ זיך רײַסט א ווילד-געשריי: -- דער סוינע בא די טױערן!

אפגיך צום פערד,

די האנט שטאָל אָן,

ס'איז איצט די שװערד,

די שפּיז -- א פאָן --

-- דער סוינע בא די טױיערן!

119

=

באריט מאגילנלר

סעװואסטאָפּאָליער באלאדע

דער געראנגל דויערט

באם טיש, װאָס איז פארדעקט מיט אן אלטיטשקן, אױסגעװעפּטן סערװעט, זיצט אָנגעכמורעט דער שעף פון דער סעװאסטאָפּאָליער שוץידינסט מײַער. איין פוס אין א גלאנצנדיקן שטיוול הוידעט זיך פּאמעלעכקע איבער די קני פונעם צווייטן. דער קאָפּ איז צוגעטשמעליעט מיט א שווארצער פוראזשקע, וועלכע עס קרוינט א באגילדעטע קאָקארדע, און עטװאָס פאריסן, אף אזויפיל, אז ער, מײַער, זאָל האָבן א מעגלעכקײַט זיך אײַנצוגראָבן מיט זײַנע בלײַענע אויגן אינעם באלעבאָס פון דער דירע -- דעם סוטולעוואטן לערער. מײַער איז עטװאָס צעמישט: , קאַן דען געמאָלט זײַן, אז אָט דער אניוועסדיקער, אָט דער העפלעכער שטילינקער, װאָס פארשטייט נישקאַשעדיק דײַטש, איז דער רעדלפירער פון די שטאָטישע פּארטיזאנער סאשא אָרלאָװסקי?*

ווען די רומענישע פעלד-זשאנדארמען האָבן שפּעט אפדערנאכט אינפאָרמירט פון באכטשיסארײ, אז דער אטאמאן פון די סעװאסטאָפּאָליער קאָמוניסטישע אונטערערדלער װוינט אף דעם לאבאָרא" טאָרנעם שאָסײ אינעם הויף אונטערן נומער פערציק זעקס, װוּ ער באהאלט אויס א דרוקערײַ, האָט מײַער טייקעף אופגעשטעלט אף די פיס זײַן גאנצן אנשטאלט און זיך בליצשנעל אװעקגעלאָזט אהין מיט אן אָבלאװע.

שוין צװויי שאָ װאָזגעט זיך בא די רעוויאקינס מיט דער אונטערזוכונג א כאָפּטע פעלדפעבעלס און אונטערס, טרייסלט איבער אלץ נאָכאנאנד, קלאפּט אויס אף דורך און דורך די וענט, טאפּט דעם דיל, קלײַבט איבער די כפייצים, אלטע שמאטעס, העפטן, נישטערט אין אלע פינצטערע װינקעלעך מיט קעשענע-לאמטערנס. פון מאָל צו מאָל ראפּאָרטירן די געסטאפּאַװוצעס זייער שעף. מײַער הערט אויס יעדערן אופמערקזאם, דאָס פּאָנעם זײַנס איז שטרענג און צעקנייטשט, פּונקט װי עס זאָל אים עפּעס וויי טאַן. מיט א װוּנק באפוילט ער אלעמען פאָרצוזעצן די זוכונגען. איצט דרייען זיך ארום זײַנע מיטארבעטער אין הויף.

,קערן זיי זיך אום ליידיקערהייט -- איז אויס, א סאָף!" -- זאָגט צו זיך אליין מײַער, א ביז גאָר אויסגעמאטערטער פון אָנשטרענגונג, און טוט א טראכט אף א קאָל:

-- אָך, װעל איך שוין די באכטשיסארײַער מאמאליזשניקעס צוקלעמען די צינגער. ארופגעשטופּט מיך אף א פאלשן שפּור...

רעוויאקין ציטערט אוף, דערהערנדיק די דאָזיקע ווערטער, שפּיצט אָן די אויערן. ביז אהער האָט ער פונדעסטוועגן געהאָפט, אז אָט די אונטערזוכונג איז א צופעליקע -- פּונקט װי יענע, וועלכע די פּאַליצײ פלעג פריִער פאָרנעמען, און אוב זי װערט דורכגעפירט אײַנגעגעסענער, פארביטערטער, קאָן מען עס דערקלערן -- די היטלעראָווצעס זײַנען גוט צערודערט: אונדזערע שטייען שוין דערנעבן, נאם פּערעקאָפּ. אָט-אָט רײַסן זיי זיך ארײַן אין קרים. די אומדערווארטע יעדיע ועגן דעם, אז עמעצער האָט אָנגעפירט די פאשיסטן אפן ציל, האָט אים װייטיקדיק א ברי געטאָן.

מײַער, ביינע לעביינע, זשמורעט לײַכט צו די װיִעס און, װיגנדיק אף די דלאָניעס דעם פּארא" בעלום מיטן אַנגעצױגענעם צינגל, פארסאָפּעט זיך. דער לערער דענערווירט דעם היטלעראַװעץ. סײַ מיט דעם, װאָס ער איז א צעקראָכענער, סײַ מיט דעם, װאָס ער איז ניט אופגערעגט און פּרוּװוט ניט

14

אפילע נויסע-כיין זײַן, זיך צוכאנפענען. מעגסט דרײַ מאָל זײַן אומשולדיק, נאַר אויב בא דיר איז צו' גאסט די געסטאפּאָ, דארפסטו דאָך שוין פון דעם אליין ציטערן פאר שרעק. א מענטש, װאָס האָט ניט מוירע פאר דער געהיים- פּאַליצײי, איז א געפערלעכער עלעמענט. דער עסעסאָװעץ טראָגט איבער דעם בליק אף דעם לערערס װײַב.

לידיָא טימאָפייעוונא שטייט לעבן אויסגעבעטן געלעגער, ארײַנגעשטעקט די באָרװעסע פיס אין אָפּגעניצטע שיכלעך. פארהילט איז זי ביז איבערן מויל אין א מולטענער קאָלדרע, נאָר סײַװי הערט זי ניט אוף צו ציטערן -- עס קלעקט ניט קיין קויכעס זיך באפרײַען פונעם פיבער.

דער אויסזען פון א יונגער פרוי מיט אן אָנגעקװאָלענעם בויך און צעשװוּמענע געלבלעכע פלעקן אף די מאָגערע באקן װעקט אײנצײַטיק עקל און פארטעמפּטקײַט, לעשנדיק קאָלערלײ כשאָדים. מײַער איז צופרידן.

אָבער לידיא טימאָפייעװונא איז אויך אומרויִק, װי איר מאן. זי איז אויך א ביסל באהאוונט אין דער דײַטשישער שפּראך און פארשטייט, אז עפּעס איז טאקע געשען אומפאריכטלעכס. נאָר דאָ טוט וואסיע אופמונטערנדיק צו איר א שמייכל, און אָט דער שמייכל העלפט לידען קומען צו"זיך. זי טוט א טיפן שלונג די לופט, צערײַבט מיטן טיפן פויסטל די בלוייבאפארבטע בויגנדלעך ארום די װיִעס.

,װײַבער בלײַבן קאָקעטקעס אפילע מעובערעסע, -- טוט א טראכט מײַער, אופנעמענדיק די איבערקערעניש אין דער באלעבאָסטעס שטימונג אף זײַן שטייגער. ער היינט אָן ווייך גלעטן די שארפע קני מיט קרײַזארטיקע באוועגונגען פון דעם פּאראבעלום, גלײַך ער װאָלט מיט דעם װעלן אײַנרײדן זיך אליין, אז אלץ איז גוט, אלץ איז דאָ אין אָרדענונג, און וואלגערט זיך ווידער אָן מיטן בליק אף רעוויאקינען.

-- װוּ זשע איז די טיפּאָגראפיע? -- פרעגט ער שטיל אף זײַן מאמע-לאָשן.

-- איר פּלאָנטערט דעם אדרעס, -- ענטפערט רעוויאקין, און בעקיוון אויך אף דײַטש. -- איך האָב שוין אײַך ועגן דעם געזאָגט, הער נאטשאלניק.

-- און דאָך, עפשער װעט איר זיך יאָ דערמאָנען?

רעוויאקין טוט קנייטש מיט די אקסלען.

לידיא טימאָפייעוונא דערפילט, וי דער פראָסט שארט זיך אפסנײַ אונטער צו איר, און זי הייבט נאָכאמאָל אָן צו פרירן, וען מײַער מיט אויסגעשטשירעטע ציין און מיט סלינע, װאָס שוימט ארויס העכער די ליפּן, טוט א פרעג:

-- שוין פון לאנג, גענאָסינקע, מאטערט אײַך דער סקלעראָז?

די קעלט קלעמט לידען ארום מיט בײַסיקע רייפן, װײַל דער געסטאפּאָװעץ, ניט דערווארטנדיק זיך אף וואסיעס ענטפער, ריטשעט ארויס:

-- נעבעכקע! אפילע דאָס צונעמעניש פארגעסן...

וואסיעס שארפער זשעסט מיט דער דלאָניע -- זײַנע פינגער לאָזן זיך פלינק איבערצוציילן די קנעפּלעך אף דער בלוזע פון אונטן ארוף, ביז צום סאמע האלדז, צום גאַרגל, גלײַך ער װאָלט װעלן צעשפּיליען דעם קאָלנער פונעם העמדל, -- װי אויך דער אויסדרוק פון זײַנע אויגן, האָבן אָנגעזאָגט א האסטיקן אויסברוך. ויָאזוי וואסיע צינדט זיך מיטאמאָל אָן, ווייסט לידע גוט. און טאקע, רעוויאקין האלט זיך קוים אײַן;

-- בא אונדז גיט מען צונעמענישן דעם פי, ניט די מענטשן, הער נאטשאלניק.

מײַער פירט צונויף די ברעמען.

-- אָט װער איך אין קאס און לאָד אויס אין אײַך דעם פּאראבעלום, -- זאָגט ער, אראָפּלאָזנדיק די אונטערשטע ליפּ.

-- די צונג מײַנע איז דער פײַנט מײַנער, הער נאטשאלניק, -- באװײַזט עטװאָס אײַנשטילן אין זיך די אופרודערונג רעוויאקין.

מײַערס רעכטע באק ציטערט אוף.

-- מיילע, -- זאָגט ער, באטראכטנדיק מיט פארװוּנדערונג דעם פּאראבעלום, וועלכער איז בע- פיירעש אן איבעריקער אצינד אין די הענט, און אָט דער געדאנק אײַלט אונטער דעם פאשיסט. -- לאָמיר דערלאַזן, אז דאָס געװער איז באהאלטן. אלזאָ, הייסט עס, לייקנט איר אָפּ, אז איר זײַט אָר- לאָווסקי?

-- װי זשע אנדערש? -- ענטפערט רעוויאקין שטיל, מיט דערשטוינונג.

-- איז פּרוּװט באשטעטיקן די דאָזיקע האשאָרע, -- זאָגט מײַער, צעבלאָזנדיק מיט פארגעניגן די נאָזלעכער.

רעוויאקין דערווידערט, פארלייגנדיק די הענט הינטער דער פּלײצע:

-- דערװײַזן, אז איך בין ניט קיין קעמל? און ביפראט נאָך ניט קיין צװײיהויקערדיקער? דאָס װעט מיר זיך ניט אײַנגעבן, וויבאלד איר באשטימט מיר געבן אן אנדערן נאָמען.

19

-- כ'ווייס ניט, כווייס ניט, צי איר זײַט, צי איר מאכט זיך, -- שמייכלט מײַער. זײַנע אױגן פינקלען גיריק. רעוויאקינס צעמישטקײַט פארװײַלט דעם פאשיסט. עס איז אים אָנגענעם צו מיינען, אז ער איז אלמעכטיק, אז ער איז בעקויעך פּראװען העפקיירעס, אופרעסן, װעמען ער װיל, לעבעדי" קערהייט, פארפירן א ברוטאלע שפּיל מיט א מענטשישער נעשאָמע.

-- איין זאך קאָן מיך יאָ אויסלייזן...

-- אהא, װער עס זוכט, דער געפינט.

-- איך האָף, אז אײַער שוץידינסט ארבעט פּונקטועל, הער נאטשאלניק.

מײַער, א פארינטערעסירטער, שפּיצט זיך אָן:

-- פארפּינקטלעכט, ביטע, דעם געדאנק.

=+ איך בין איבערצײַגט, אז איר ווייסט פולקום און גרינטלעך אלץ װעגן מיר, -- דערקלערט רעוויאקין, קוקנדיק גלײַך און אָפן אף מײַערן.

-- אײַנפאלעריש, ליבינקער, -- באמערקט כויזעקדיקלעך דער עסעסאָװעץ, -- זײַן א נאר פאר" שאפט ניט קיין צאר.

נאָר רעוויאקין מאכט זיך ניט הערנדיק:

-- איר װייסט, אז איך האָב זיך קיינמאָל ניט אויסבאהאלטן פון דער פּאָלִיצֵיי.

-- דאָס טאקע -- יאָ.

-- באצײַטנס זיך געשטעלט דאָרט אפן דיסקאָנט...

-- אויך רינכטיק.

-- מיסטאם דער ערשטער אין שטאָט האָב איך זיך פארעגיסטרירט אף דער ארבעטס"בירזשע..

-- לאָמיר אָט דעם פּונקט נעמען אונטער א סאָפעק.

-- אין דער שול מי איך זיך ספּראוונע. איך בין אן ערלעכער אָנגעשטעלטער, כ'סטארע זיך, וי מע זאָגט, מיט לײַב און לעבן...

מײַער באלעקט די טרוקענע ליפּן:

-- אלץ װעגן דעם טאטן װייסט די מאמע, איין זאך װײיסט ניט די מאמע: װען דער טאטע שלאָפט מיט דער מומע...

און שוין אָן איבעריקן כיישעק:

-- יאָ, אונדז אינפאָרמירט מען וועגן אלץ.

און נאָך א פּאוזע:

-- ביז איצט האָבן מיר אײַך געהאלטן אלס א לאָיאלן בירגער. אצינד אָבער לאָזט מיך ניט צורו דער כשאד, אז איר כיטרעװעט אונדז איבער.

רעוויאקין קוקט אופמערקזאם אין די אויגן דעם געסטאפּאָװעץ, און ביזוואנען יענער האלט פאר נייטיק ניט אָפּװענדן פון אים זיין בליק, סטארעט זיך דער לערער אין ערגעץ ניט א קער צו טאָן דעם קאָפֿ, ניט א דריי טאָן זיך, ניט א פיר טאָן מיט די אקסלען, אפילע ניט צוזשמורען די װיִעס. ערשט נאָך דעם, װי מײַער, דאכט זיך, פארגעסט אין אים, נעמענדיק אראָפּצובלאָזן פונעם מונדיר עפּעס א פעדערל, פירט איבער רעוויאקין די שווארצאפּלען אף דער פרוי. פיל האָט ער צו פארדאנקען דעם װײַב: איר נאטירלעכן פארשטאנד, איר מוט, אירע זאָרגן. דאָס האָט זי אין סאמע אָנפאנג פון דער פײַנטלעכער אינוואזיע, א דארינק העל-אויגיק מיידעלע, דערזען אים, אן ארויסלויפנדיקן בייס א מע" הומע פון דער קאָלאָנע קריגס-געפאנגענע, איבערגעכאפּט אים אין גאס, ארײַנגעשלעפּט פאר דער האנט צו זיך אין הויף און נאָכדעם אויסבאהאלטן אין די כורוועס פון דער מוטערס הײַזקע. דאָס האָט זי אויסגעהיילט אים, א קראנק געװאָרענעם אף טיפוס און געלזוכט. דאָס איז זי עטװאָס שפּעטער דרייסט אוועק באנאנד מיט אים קעמפן ‏ פאר פרײַהײַט פון דער היימערד. איר טאקע איז געקומען אפן געדאנק דער אײַנפאל זיך לעגאליזירן -- דעראָכערן אן אומפארדעכטיקײַט-שעם, פּאָליטישע קאשרעס, דאָס האָט זי אים אײַנגעגעבן סייכל ארויסצולאָזן א געדרוקטע צײַטונג, זי האָט אים באגײַסטערט אף געוואגטקײַט. און איז געווען גערעכט. אין אלץ איז זי געווען גערעכט. בעסויכעם אין דעם, װאָס עס איז צװוישן זי פּערזענלעך פאָרגעקומען, כאָטש לעכאטכילע האָט ער עס אפילע אין דער מאכשאָװע ניט געהאט. פארגעסן איטעלען, זײַן באלאשאָווער ליבע, איז געװען ניט פון די פּאָשעטע זאכן. און ס'איז נאָך ניט אינגאנצן קלאָר, צי האָט ער זי פארגעסן.

װאָס רעוויאקין זאָל ניט געווען טאָן -- צי געענטפערט דעם געסטאפּאָװעץ, צי געקלערט װעגן דעם קעלער אונטער די פיס, ועגן לידען און איטעלען, װעגן זײַנע פרײַנט, האָט ער זיך די גאנצע צײַט צוגעהערט צו די קלאנגען, װעלכע זײַנען געשװוּמען אהער פונעם הויף. דאכט זיך, עס האָט א סקריפּע געטאָן דאָס טויערל פונעם האָלץישטעלכל, װוּ מיט א הויפן שפּענער און קאָלערלײ אלטווארג איז פארוואלגערט דער רעזערװונער ארויסגאנג פון דער אונטערערד, גראָד יענער -- מיט א דרוק" ווארשטאט, מיט זאצקאסעס, שריפטן, פארבן, מיטן טיראזש פונעם לעצטן נומער פון זייער צײַטונג ,פארן היימלאנד", נאָך וועלכע עס פירן צעיושעט, אין גרימצאָרן דעם אומגעלונגענעם דערװײַל געיעג

1--1 16

די היטלעראָװצעס. די נערוון זײַנען העכסט אָנגעצויגן, פּונקט אזוי װי אנומלטן, אף דער קיך, וען א פעלדפעבעל אין גרויסע ברילן האָט א טראסקע געטאָן מיטן אָפּצאס איבער דעם אױיסגעצינעװועטן מולטערל, װאָס רעוויאקין האָט געקראָגן פארן קינפטיקן יוירעש, און אָנגעהױבן אראָפּשלײַדערן דאָס געפעס און די שטוב-זאכן פון די פּאָליצעס אינעם שראנק, וועלכער האָט מאסקירט די הױיפּט-לאָך -- דעם שטוביקן ארײַנגאנג אין קעלערגרוב.

מיטאמאָל דערהערט זיך אין הויף א געקנאל, װאָס טוט אײינצײַטיק, דוכט זיך, א וואקל, פּרווונדיק איר פעסטקײַט, די שטוב, און א ריס מײַערן -- היינט אים אף די פיס. זײַן געזיכט איז קאָנװולסיוו פארקרימט. ער פארקלעמט אין דער דלאָניע דעם פּאראבעלום, קערעװעט זיך אויס מיטן גאנצן גוף צו דער צעעפנטער טיר. די שװעל פונעם פאָרצימער טרעט איבער, אַנבײגנדיק זיך, א הויכער ווער- געלעץ, א באשפּריצטער מיט רעגךטראָפּנס. אף זײַן פּארצעף איז צעפלאָסן פארדראָס. מײַער באנעמט מיט א פארשפּעטיקונג, אז אין דרויסן װילדעװעט א געוויטער. אונטערציענדיק די שווער געװאָרענע קינבאק, קוויטשעט אויס דער עסעסאָװעץ:

+=-; איך תערז

דער ארײַנגעקומענער לייטענאנט װישט דאָס פּאַנעם מיט א נאָזטיכל, קרעכצט, הוסט, און ערשט דאן ברענגט ער הייזעריק ארויס, אז די אונטערזוכונג אין הויף גיט דערװײַל גאָרניט.

רעוויאקין גלײַכט אויס די אקסלען.

מיט א לאנגער צונג טוט די געוויטער-שײַן א לעק די טאפליעס פון דער שטוב. דער דונער אָבער ווערט ערגעץ פארלאָרן, דערלאנגט ניט אהער, אנטרינט, מיסטאם, אינעם טהאָם פונעם נאָענטן יאם -- ווערט דאָרטן דערטרונקען.

אויסציענדיק דעם אָדערדיקן האלדז, פאריכט מײַער דאָס שנײיװײַס אונטערקאָלנערל פונעם מונ- דיר. דער דורכפאל פון זײַן בליץדאָפּעראציע קימערט אים ניט קיין קאפּל, אין דער טיפעניש פון זײַן נעשאָמע האָט עֶר גראָד אָט דאָס געװאָלט, אף אזא מין אויסגאנג געהאָפט: פײַערז װעט די מאמא- ליזשניקעס ניט אויסקומען. אָבער אין דער זעלבער צײַט פילט ער מיטן כוש-הארייעך פון א שפּיר- הונט -- לאָזן דעם איניען אף העפקער װאָלט געווען אן אומבאטראכטער גאנג. מע דארף זײַן פאָר- זיכטיק. מע מוז זיך סטראכירן. ווּ, פונוואנען האָ טדי באכטשיסארײַער זשאנדארמעריק אױסגעגראָבן די יעדיִעס וועגן אָרלאָװסקין? עס איז נייטיק אױיספאָדערן פּראָטים, דרינגענד. מײַער טוט װוידעראמאָל א מעסט אָפּ מיט זײַנע קלעפּיקע אויגן דעם לערער. א מאָדנער רוס. ניט צו פרי האָט ער אױיסגעגלײַכט די אקסלען? מײַער האָט עטװאָס א צווייפל געטאָן, אָבער באשטימט מיטנעמען דעם באלעבאָס מיט זיך. זאָל ער זײַן אונטער דער האנט -- מאלע װאָס עס טרעפט.

הה., טע אלט גוט געווען זיך דורכלופטערן, -- זאָגט מײַער צום לערער טרוימעריש. -- איר האָט ניט קיין כיישעק? .

-- ניין, -- ענטפערט אָפּ רעוויאקין קארגלעך. -- ס'איז דאָך נאכט אף דער ועלט. באנאכט שלאָפט מען, הער נאטשאלניק.

-- נאָך אזא מין הארמידער קאָן מען דען אנשלאָפן ווערן? -- דערווידערט דער פאשיסט. -- אָן אײַך װעט מיר זײַן לאנגװײַליק. איר זײַט אן אינטערעסאנטער מיטשמועסער.

רעוויאקין פלעכט פעסט איבער די פינגער:

-- אוב כ'בין אײַך נאָך ניט דערעסן, בין איך אוואדע גרייט. נאָר עפשער אָפּלײגן דעם שפּאציר ביזן פרימאָרגן? מערקט מיר אָן די צײַט, װעל איך קומען פּינקטלעך. -- נא מיר איז א נארישע געװױינהײַט -- ניט אָפּלײגן אף מאָרגן דאָס, װאָס מע קאָן אופטאָן הײַנט.

מײַער דערלויבט די ליפּן, זיי זאָלן אָנמאָלן א שמייכעלע. דערנאָך, א קאָסע געטאָן מיטן אויג אף דעם לערערס װײַב, ברענגט ער ארויס אף רוסיש:

-- קלײַב זיך. פאָר א ביסל צו מיר.

= זי איר װיילטן -- ענטפערט רעוויאקין עטװאָס העכער, איידער עס װאָלט געווען נייטיק.

לידיא טימאָפייעוונא פאלט צו שװײַגנדיק צו וואסיעס ברוסט.

-- אָן פּאניקא, פראו רעוויאקין, -- מישט זיך ארײַן מײַער מיט א געבראָכענעם רוסיש, -- אײַער אויצער אפגיך, געשווינד נאך האוזע אומגעקערט אהיים.

ער גיט זיך א דריי צום פענצטער, צעװויקלט, שורשענדיק, די פּלאשטש-פּאלאטקע.

-- כ'מוז ארויסגיין, װי א יודע, נאָך א נױטװענדיקײַט, -- טוט ער מיט פארגעניגן א הירזשע.

דער געלער לייטענאנט-ווערגעלעץ באגלייט אים.

און די באלעבאטים בלײַבן אין צימער אליין.

רעוויאקין גלעט מיט ביידע דלאָניעס די בעקלעך בא דעם װײַב.

-- בארויָק זיך, כ'בעט דיך, -- זאָגט ער. -- זעסט דאָך, אז אלץ איז גאָרניט אזוי שלעכט.

נאָר לידיא טימאָפייעוונא שעפּטשעט מיט פאָרװוּרף:

17

-- פארוויגסט מיך? און זיך -- אויך?

רעוויאקין טוט א זיפץ.

-- מע האָט אונדז פאראטן, וואסיענקע?

-- קענטיק.

-- אָבער װער? װער?!

רעוויאקין כמורעט זיך אָן, אויסהערנדיק לידעס הארץ-קלאפּ. שטילערהייט, גלײַך ער װאָלט זיך געקליבן צערטלען די פרוי, דערנעענטערט ער די ליפּן צו איר אויער:

-- טייקעף גייט אוועק פונדאנען, טראָגט זיך אָפּ מיט דער גאנצער באלעבאטישקײַט. מיט האק און פּאק...

-- יאָ, יאָ. כ'פארשטיי, -- רופט זיך אָפּ לידיָא טימאָפייעוונא, אײַנהאלטנדיק די טרערן.

-- אף מיר ווארט ניט. ווילסט זאָגן -- דאָ ניט ווארטן?

-- פארשטענדלעך.

זי ווערן אנשוויגן -- עס קערט זיך אום מײַער,

== שויקס צעט ניט אף קיין שאָק יאָרן צעשיידט איר זיך, -- זאָגט ער, מאָדנע קוקנדיק אף זיי. -- אלזאָ, אָן פּאניקא. מוט פערלאָרען, אלעס פּערלאָרען.

נאָר לידיא טימאָפײיעוונא קאַן זיך ניט אָנגעזעגענען מיטן מאן.

-- לאָז מיך אָפּ טײַערינקע, זײַ אזוי גוט, -- רעדט ארויס רעוויאקין ווייך, און באלד, העכער, פילבאדײַטנדיק גיט ער צו: -- דער הער נאטשאלניק איז געוויס גערעכט. פארלירסטו געוואגטקײַט, בלײַבט בא דיר גאָרניט. דעם מוט טאָר מען ניט פארלירן...

אין דעם קוזאָו פונעם געדעקטן לאסט-אװטאָמאָביל זיצט רעוויאקין, צוגעטוליעט מיט דער פּלײיצע צו דער קאבינע, באנאנד, פון רעכטס און פון לינקס, -- צוויי עסעסאַװצעס. ער קוקט פארבײַ זיי אין דער פינצטערניש, אין דער פּעכיקישווארצער נאָכן געוויטער נאכט, און זעט דאָרטן זײַנס, אזעלכס, װאָס ניט זיי, ניט קיינער קאָן נישט זען. דער מאָטאָר פון דער מאשין הודעט. רעוויאקינען ווארפט אהין און אהער, ויגט, נאָר קאָן אים ניט פארשלעפערן. פּונקט אזוי, גאָר ניט לאנג צוריק, האָט אים א קרעכצנדיקע אָנדערהאלבנטאָנקע געפירט אין א װינטיקער נאכט פונעם הײמדאָרף קיין באלאשאָוו. פּונקט אזוי האָט געקנאקט דער רעגן איבערן ברעזענטענעם דאך, פּונקט אזוי פלעג אונטער- שפּרינגען די מאשין אף די װעג-גריבלעך און פּונקט אזוי עקלהאפטיק האָט געשמעקט דער בענזין. נאָר דעמלט איז אלץ געווען אין דער צוקונפט. און איצט? דער געראנגל ווערט פאָרגעזעצט. אָט װאָס עס איז װויכטיק. און זאָל ביזן סאָף בלײַבן א טאָג, אפילע א שאָ, אין שלאכט איז יעדע רעגע -- אן אײביקײַט, און יעדן אויגנבליק דארף מען דורכלעבן ווירדיק.

דער פּרוּווילימעד

רעוויאקין שלינגט זשעדנע די לופט, כאָטש זי איז פול מיט שטיקנדיקן ברענשטאָף. סאיז אוואדע אומבאקוועם צו זיצן פארקלעמט צװישן די עסעסאָווצעס, צוגעטוליעט די פּלײצע צום פענצטערל פון דער אװטאָמאָביל-קאבינע. אף דער נעשאָמע איז קאלאמוטנע. ער קאָן ניט פּאָטער ווערן פונעם געדאנק, אז דאָס שלעפּט מען אים, א געפּענטעטן, אין דער שוץידינסט, אז ניט בא עמעצן -- גראָד אין זײַן שטוב, אין דער שטאב-קווארטיר פון דער סעװואסטאָפּאָליער קאָמוניסטישער אונטערערדישער אָרגאני- זאציע, האָט נאָרװאָס באלעבאטעוועט אליין מײַער. ס'איז א דורכפאל, צום מענוּוול אין די הענט איז, װײַזט אויס, טאקע ארײַנגעפאלן א רינגל, װאָס קאָן אים דערלויבן ארויסצושלעפּן די גאנצע קייט. עס טרייסט ניט, װאָס אויך הײַנט, עפשער גאנץ צופעליק, זײַנען די אָקופּאנטן ניט דערגאנגען צום קעלער מיטן דרוק"ווארשטאט. פאר א שמעק טאבעק װעט זיך אזא קעלעוו, װי מײַער, ניט אָפּטשעפּען. די שוץ-דינסט ווייסט, א סװאָרע, נאָך ווייניקלעך. דערװײַל פונדעסטוועגן איז ניט אױיסגעשלאָסן, אז אין די לאפּעס פון דער רומענישער זשאנדארמעריע האָט זיך ארײַנגעפּאקט עמעצער פון די כעוורע, וועמען ס'איז עפּעס-װאָס יאָ באװוּסט װעגן דער אונטערערד. אנדערש איז אומדערקלערבאר די אָנגעצילטקײַט פון מײַערס אָנפלי. פּאסקודנע. אין אלע פאלן.

דער ברעזענטענער פאָרהאנג איבערן הינטערשטן אװטאָמאָביל-באָרט איז ניט אראָפּגעלאָזט, און רעוויאקין קוקט זיך אופמערקזאם אײַן אין דער נאכט. די פינצטערניש אין א גאנץ געדיכטע, נאָר

18

צומאָל שווימען פון איר ארויס סילועטן פון הײַזקעס, װעלכע רעוויאקין דערקענט קוים-קוים, נאָר דאָס הארץ דערבײַ טוט א ציטער. אלנפאלס, פילן פילט ער גאנץ גוט, אז די װויסטע, הודענדיקע בויד, װאָס הערט ניט אוף אים אונטערצוהעצקען, פירט נאָך אים אלץ בארג-אראָפּ מיטן לאבאָראטאָרנעם שאָסײ, וועלכן ער האָט אױסגעשפּאנט אין דער לענג און אין דער ברייט. דאָרט איז ער אין די ערשטע שאָען פון זײַן געפאנגענשאפט, בייס אונדזערע אעראָפּלאנען האָבן פארשפּעטיקט, װי ער האָט דעמלט געטראכט, באָמבארדירט סעוואסטאָפּאָל, פלינק ארוױיסגעשפּרונגען פון דער קאָלאָנע. ער האָט זיך דאן דערװועגט אף אזא ריזיקע קױידעמקאָל דערפאר, װײַל ער האָט נאָך פונדערװײַטנס אפן טראָטואר לעבן איר שטוב דערזען לידען, די באקאנטע סאניטארקע, מיט װעמען ס'איז אים אויסגעקומען זיך טרעפן ניט איין מאָל, הויפּטזאכלעך אלס פּארטניאָרשע אין קאָרטן-שפּיל, ווען דאָ ניט װײַט זײַנען געשטאנען די פּראָװייאנט-סקלאדן פון באָגדאנאָוס ארטילערישן פּאָלק. ס'קאָן דאָך ניט זײַן, זי זאָל אים ניט העלפן אנטלויפן! און אזוי איז טאקע געווען.

אינעם כאָלעל פונעם הינטערשטן באָרט פון דעם לאסט-אװוטאָמאַביל טוט זיך מיטאמאָל האסטיק א װײַז אפן וועגראנד א הויכער לינדנבוים, באלד פארשווינדט ער, נאָר רעוויאקין ווייסט אף געוויס, אז דאָרט, לעם אָט דער ברייט צעצװײַגטער ליפּע, שלענגלט זיך אַפּ פונעם לאבאָראטאָרנעם שאָסײ א שטעג צו דער שול אף דער קעגניבערדיקער זײַט פונעם בארג. אין אָט דער שול, קימאט באם סאמע אָפּריסישפּיץ, ארבעט ער, רעוויאקין, לעגאל אלס לערער. דערבײַ טוט ער דערעכאגעוו א קלער, אז מיט אָט דעם שטעג װאָלט גוט געװען נאָך ניט איין מאָל שפּאנעז אהין און צוריק. פארװאָס ניט? עפשער איז נאָך ניט עק וועלט? ניין, ניט מײַערס אופירונג בייס דער אונטערזוכונג בא אים אין שטוב האָט א ביסל אײַנגעװיגט רעוויאקינען. װאָט פאר א רעצייעך עס איז אָט דער פארביסענער פאשיסט און די איבעריקע אזעלכע, װי ער, האָט רעוויאקין גוט געװוּסט. די זאך איז איינפאכער: רעוויאקין האָט זייער שטארק געװאָלט, עס זאָל װאָס גיכער ווערן א סאָף צו דעם ברוינעם גרויל, און געגלייבט אין דעם אומענדלעך. אפילע אינדערפרי, װוען ער, רעוויאקין, װעט בא מײַערן אין קאבינעט געשטעלט ווערן אויג אף אויג מיט זײַן כאווער ליודוויק שפּורניק, א פּױלישן ייָד, וועמען ער האָט א לאנגע צײַט אויסבאהאלטן בא זיך אינדערהיים, טאקע אין יענעם קעלער, װאָס די פאשיסטן איז ניט געלונגען איצט אָפּצוזוכן, אויך אינדערפרי װעט ער, רעוויאקין, ניט קאָנען גלײַך מאסקים זײַן, אז די געהיימע טעטיקײַט זײַנע איז שוין פארענדיקט און אצינד בלײַבט אים בלויז איינס -- ערלעך און װירדיק אוועקגיין פון דער װעלט. ניט יעדערן גליקט אָפּ אזעלכס... איצט אָבער איז שפּורניק געווען װײַט פון אים, גאָר װײַט. רעוויאקין האָט, פארשטייט זיך, ניט פארגעסן, אז שפּורניק איז פאראן אף דער װעלט, רעוויאקין האָט פּאָשעט ניט געקלערט װעגן אים, פּינקטלעכער, וועגן דעם, אז מיט אים קאָן געשען עפּעס שלעכטס. נאָך מער, פארקערט, רעוויאקין איז געווען איבערצײַגט, אז שפּורניקן דראָט שוין איצט ניט קיין שום געפאר. מיט א װאָך צוריק האָט רעוויאקין באקומען אן אַנװײַזונג פונעם אױיסשפּיר- אָפּטײל פון אונדזער שווארציאמישן פלאָט, מיט וועלכן די סעװאסטאָפּאַליער קאָמוניסטישע אונטערערד איז געווען פארבונדן, איבערפּעקלען אף דער גרויסער ערד דעם גראווירער און קינסטלער שפּורניקן, רעוויאקינען איז געװוען קלאָר, אז אָן ליודוויגן קאָן די אונטערערדישע צײַטונג , פארן היימלאנד" זיך ניט באגיין, נאָר אן אָנװײַזונג איז דאָך פאקטיש א באפעל, און רעוויאקין האָט אָט דעם באפעל אויס- געפילט: אָפּגעשיקט דעם בלייכן, אָפּגעשואכטן אין קעלער מיטקעמפער אף דער גרויסער ערד מיט זיכערע באגלייטער, צװישן זיי קאָסטיע אנזין. עמעס, קאָסטיען האָט רעוויאקין פארטרויט אויך דעם ראפּאָרט פאר דער סאָװועטישער קאָמאנדשאפט װעגן דער לאגע אין שטאָט. בא רעוויאקינען איז קיין שום סאָפּעק ניט געווען, אז די כעוורע זײַנען שוין פון לאנג דאָרט, װוּ מע דארף, באקומען אָבער האָט זיך ניט אינגאנצן אזוי, װי עס איז געווען פארטראכט. נאָר דאָס װעט קלאָר ווערן ערשט אינדערפרי, ווען שפּורניק װעט מיט פרעמדע, וואנזיניקע שווארצאפּלען אפן געשװאָלענעם בלוט-פארפלעקטן פּאַנעם געשטעלט ווערן אויג אף אויג מיט רעויאקינען אין מײַערס קאבינעט. דערװײַל אָבער זײַנען די מאכשאָוועס בא רעוויאקינען געווען אָנגעפילט מיט אנדערע בילדער. קוקנדיק טיף אין דער פינצטער- ניש ארײַן, האָט ער געזען אינדערװײַטן זײַן באלאשאָוו, די שטאָט ביכלאל מיט אירע גאסן און געסלעך, דעם צװײישטאָקיקן אינסטיטוט, װוּ ער האָט זיך געלערנט, און ביפראט -- די שול באם ברעג פונעם טײַך כאָפּיאָר, די הויכע פירשטאָקיקע שול, װוּ ער, וואסיע רעוויאקין, איז צום ערשטן מאָל ארײַן אין קלאס אלס לערער. מיט די מינדסטע אײנצלהײַטן געדענקט רעוויאקין זײַן פּרוווילימעד און דעם קלאס, זווּ אָט דער, דראמאטישער פאר אים לימעד, איז דורכגעפירט געװאָרן, דעם קלאס, װוּהין, אגעוו, ער, רעוויאקין, ‏ װעט זיך אומקערן פון יענערוועלט בלױז אין צוואנציק יאָר ארום -- אָבער שוין אן אומשטערבלעכער, אף קעסיידער, א העלד פון סאָוועטנפארבאנד. נאָר װועגן דעם האָט ער שוין אוואדע וויסן ניט געקאָנט...

רעוויאקין דערמאָנט זיך, אז דער לערער-צימער בייס די איבערײַסן נאָך די לימודים, וועלכע די סטודענטן האָבן געגעבן, פלעג ווערן באזונדערס ענג, און די פּראקטיקאנטן פונעם לערער-אינסטיטוט האָבן געוויינלעך זיך געסטארעט ניט דערקוטשען די גאסטפרײַנטלעכע באלעבאטים, ניט שטערן זי

19

אָפּצורוען -- אף די האפסאָקעס פלעגן זי ערגעץ אנטרינען, מערסטנטייל זיך צונויפזאמלען דערשראָקן טשאטעסװײַז אין שוליכאָלעל, זי -- באזונדער, די שטיפנדיקע שילער -- באזונדער. נאָר דאָס מאָל איז וואסיע ניט געבליבן מיט זײַנע קורס-כאווערטעס אינעם געראמען זאל צװישן די קינדערלעך. נאָרװאָס האָט ער דורכגעפירט זײַן ערשטן לימעד, זײַן פּרוּװ-לימעד. וואסיעס פּאַנעם איז פארויטלט, די אויגן, צעפינקלטע און אומרויקע, זעען אויס צויי מאָל גרעסער, איידער געװיינלעך. אף דער אויסי געבויגענער אייבערשטער ליפּ זיצן פּערעלעך שווייס. וואסיע טוט א שטופּ די טיר מיטן קלאס"זשור" נאל, א פארקלעמטן אין ביידע מעכטיקע, פּוערישע דלאָניעס, און טרעט איבער די שװעל פונעם לערער-צימער.

פון יענער זײַט פענצטער הוליעט א זאווערוכע, היפּשע שנייעלעך רײַסן זיך ארײַן דורך דער צעעפנטער פאָרטקע, לאָזן זיך פאָרזיכטיק אראָפּ אף וואסיעס האָר, אף זײַנע הייסע באקן. ער שלינגט די פרישע לופט, זעט קיינעם ניט, הערט גאָרניט, כאָטש דער לערער-צימער איז איבערפולט. עמעצער רייכערט, עמעצער לאכט הויך, אף א קאָל, עמעצער קלאָגט זיך אפן קאיאָריקן פראָסט, װאָס האָט אָפּנע- בריט דעם קין. אלע זעען וואסיען, מע מאכט אָבער אן אָנשטעל, אז מע באמערקט אים ניט -- זאָל ער א ביסל זײַן מיט זיך אליין, זאָל ער װאָס גיכער קומען צו"זיך, מע לייגט אויך קיין אכט ניט אפן אינ" סטיטוטישן מעטאָדיסט גרײַצערשטײנען, װעלכער זיצט, אַנשפּארנדיק די האָריקע הענט אף א שטעקן מיט אן אויסטערלישער גאלקע, אנטקעגן דעם ברייטן דרײַפליגלדיקן שפּיגל און בילדעט זיך אָפּ אין אָט דעם טריומאָ פונעם קאָפּ ביז די פיס מיט זײַן הויכן שטערן, מיטן כיטרעוואטן שמייכל, מיט דער שװערלײַביקער פיגור -- זי, דוכט זיך, וואקסט ארויס דירעקט פונעם אלטערטימלעכן לעדערנעם שטול, אף וועלכן דער מעטאָדיסט זיצט.

צומאָל פליִען דורך די האפסאָקעס אויגנבליקלעך. אָט ערשט האָט דאָס הילכיקע גלעקל גע- בראכט די יעדיִע, אז דער לימעד איז פארענדיקט, און אָט קלינגט עס שוין אפסנײַ.

-- היי, בירגער! א זשורנאל איז פארפאלן געװאָרן. גוואלד! װוּ איז דער זעקסטער ‏ בייס', כא- וויירימלעך?

וואסיע ציטערט אוף: דער אויסגעשריי האָט דאָך אן אומיטלבארע שײַכעס צו אים -- דאָס האלט ער, פארפּרעסט אין די דלאַניעס, דעם זשורנאל, װעלכן עס זוכט איינע פוז די לערערנס. ער טיט זיך שארף א קער צו איר, שטרעקט אויס מיט ביידע הענט דעם זשורנאל, װאָס האָט זיך אזוי פּאָשעט אָפּי געזוכט:

-- נאט אײַך, אָט איז ער, און האָט ניט קיין פאריבל...

די יונגע לערערן מיט געקרײַזלטע, װי בא זײַן איטעלען, לאנגע לאַקנס, נייגט אָן דעם קאָפּ:

-- א דאנק, טײַערינקער. איר האָט מיך מאמעש אויסגעלייזט פון א צאַרע.

דעם פארשײַטן שמייכל אין אירע אויגן פארפיקסירט ניט וואסיע.

איבערבלײַבנדיק אין לערער-צימער אינצווייען מיט זײַן מעטאָדיסט, זעצט זיך וואסיע שטילינ- קערהייט צו לעם אים אף א טאבורעט.

גרײַצערשטײן שפּירט נאָך אים אין שפּיגל. ,אזוי קעסיידער, שווער די לער, איז די ארבעט גרינ- גער, -- קלערט ער, א גליטש טוענדיק דעם בליק איבער וואסיעס נידעריק אראָפּגעהאנגענע אקסי לען. -- עס זאָל אים נאָר ניט אײַנברעכן, כאסװעכאָלילע. אין סאמע אָנפאנג איז פאר א יונגן זייער געפערלעך אן אנטוישונג".

ער פארשטעלט מיט די עטװאָס צענומענע פינגער דאָס פּאַנעם, פארטײַעט זיך, פונדערזײַטנס װאָלט מען געקאָנט מיינען, אז אָט דער באיאָרטער, לוט וואסיעס פאַרשטעלונגען, מענטש מיטן אָרדען פון דער רויטער שלאכט-פאָן אין א פּורפּורינעסטל פון סאמעט אפן פרענטש-לאץ, מיטן זעלטענעם פאר יענע צײַטן אַרדען, ועלכן ער, גרײַצערשטײן, האָט געהאט די זכיע צו באקומען מיט צוואנציק יאָר צוריק בייסן פאָרסירן דעם סיוואש, פונדערזײַטנס װאָלט מען געקאָנט קלערן, אז אָט דער שטרענגער מענטש דרעמלט א מידער, אָבער ואסיע האָט אומופהערלעך געפילט אף זיך די לאסט פון זײַנע אופמערקזאמע אויגן און איז בעשום-אויפן ניט געװען בעקויעך אופהערן צו דרייען אין די מעכטיקע, פּויערישע דלאַניעס דאָס הענטלפּען, װאָס ער האָט נאָרװאָס צופעליק ארױסגעשלעפּט פונעם טינטער אפן טיש. די הענט זײַנען שוין אינגאנצן געװאָרן פיאָלעטאָװע, אָבער וואסיען האָט עס ניט געארט קיין קאפּל -- די גרויסע פלעקן אף די דלאָניעס איז ביכלאל מעגלעך אָפּצוּװאשן, אוב ניט אין דער נאָענטער, איז לעכאָלהאפּאָכעס אין דער זעבארער װײַטערער צוקונפט. איצט האָט ער געדארפט וויסן בלויז איינס: װאָס טראכט װעגן זײַן, וואסיעס, לימעד דער מעטאָדיסט. אין מויעך האָט א בליץ געטאָן, אז עפשער איז גאר ניט אזוי נייטיק איצט פעסטשטעלן די מיינונג פונעם גרופּעאָנפירער, פיל וויכטי- קער איז קאָנסטאטירן, װאָס קלערסטו אליין װעגן זיך, נאָר דאָס האַט וואסיעס אומרו לאכלוטן ניט געלינדערט. דער אורטייל פונעם מענטשן מיטן אָרדען אפן פרענטש-לאץ איז פאר אים געווען טײַער, א סאך טײַערער, איידער עס װאָלט געקאָנט זיך דוכטן, און ניט נאַר עמעצן. גרײַצערשטײן איז פאר וואסיען געווען א מוסטער, און טאָמיד, אָנהײבנדיק פון יענער רעגע, װען ער איז, הינקעדיק, צום

20

ערשטן מאָל ארײַנגעקומען אף דער לעקציע אין דער אאודיטאָריע, װוּ צװישן דער בונטער כאָפּטע סטודענטקעס האָט זיך פארקליבן אן איין-און-איינציקער באָכער, טאקע ער, ואסיע רעוויאקין, און ענדיקנדיק מיט דער איצטיקער װײַלע, ווען גרײַצערשטײן איז פאר אים געװאָרן סײַ מער װי א ברו" דער, סײַ מער װי א טאטע, סײַ מער װי א פרײַנט -- א לײַכט-שטערן, וועמענס אופווירקונג האָט ניט קיין שיר.

ביזוואנען וואסיע פּרוּװוט אױסקלאָרן מיט זיך אליין, ויאזוי זײַן מעטאָדיסט באציט זיך צו דעם, װאָס ס'איז מיט אים, מיט וואסיען, געשען אף דעם פּרווילימעד, טוט אויך גרײַצערשטײן קימאט דאָס זעלבע -- ער זוכט אן ענטפער טאקע אף דער פראגע, װעלכע קימערט ואסיען: ויָאזוי אלץ אָפּצַד שאצן? צוליב דעם כאזערט ער איבער אין געדאנק דעם גאנצן גאנג פון די געשעענישן.

אזא שיינער, װי אין יענער לעכאטכילעדיקער מינוט, װען גרײַצערשטײן האָט פון דער לעצטער פּארטע אין זעקסטן , בייס" דערזען לעם דער צעעפנטער טיר רעוויאקינען, איז דער באָכערעץ נאָך קיינמאָל ניט געווען. אלנפאלס, פאר אים, פאר גרײַצערשטײנען, איז דער געשמעלץ פון באגײַסטערונג און אנטשײידנקײַט אינעם סטודענטס ברייט צעעפנטע אויגן געװען א ניט אף אזויפיל אומגעריכטער, װי אן אויסערגעוויינלעכער, כאָטש גרײַצערשטײן האָט מיט אלע כושים פאָרויס געפילט, אז זײַן אונטערשעפיקער איז נאָך לאכלוטן ניט אינגאנצן צעעפנט, אז ער פארמאָגט נאָך אזעלכע טיף פאר- באַרגענע קויכעס, װאָס װעלן אים סאָפקאָלסאָף ארױיסטראָגן אף ברייטע ראכװעסן: רעוויאקין איז נאָך פעַיִק צו באיוונדערן די וועלט מיט אומדערווארטס.

דאָס, װאָס דער פּראקטיקאנט פארהאלט זיך אף דער שװעל, איז א נייטיקע זאך, ניט קיין פאר- לאָרענע רעגע -- זאָלן זיך די שילער א ביסל בארויִקן, זאָלן זיי אויסלעשן די אופרעגונג, אנשטילט וערן, זאָלן זיי האָבן א מעגלעכקײַט גלײַך צו באנעמען, אז אין קלאס איז געקומען א באלעבאָס. אָבער דערנאָך װאָלט ער, גרײַצערשטײן, זיך באגאנגען אין פיל פאלן ניט אזוי, װי דער סטודענט. ער װאָלט, אשטייגער, ניט פארצויגן אזוי דעם אויספרעג פונעם מיידעלע, װאָס האָט אָן אופהער גע- צופּט מיט די פיבערנדיקע פינגערלעך דאָס שנײיװײַסע פארטעכל. און אוואדע װאָלט ער, נאָך אזא לאנגדויערנדיקן און אינטערעסאנטן געשפּרעך מיט דער שילערן, ניט ארויסגעשטעלט איר קיין דרײַעלע, בעשום-אויפן ניט, א ניט-בארעכטיקטע שטרענגקײַט! פאקטיש האָט די שילערן געענטפערט פײַן אף אלע פראגעס. און דאָס, װאָס רעוויאקין האָט פאר אָט דעם ענטפער ארויסגעשטעלט א ניט-פארדינטע אָפּשאצונג, האָט ארויסגערופן א פּראָטעסט. דאָס מיידעלע האָט זיך צעװיינט. די כליפּערײַ האָט אזוי אָדער אנדערש אופגערודערט רעוויאקינען, און ער האָט דאָ זשע טײַער באצאַלט פאר דעם. װען ניט אָט די קלינגענדיקע טרערן, װאָס האָבן געקאלויצעט זײַן אנטשלאָסנקײַט, װאָלט, קענטיק, רעוויאקין אפילע אין דער מאכשאָװע ניט געהאט, פּאטערנדיק צײַט, צו באשטיין, אז דער קונדעס זלאָטין זאָל לעמאנעשעם צוטראָגן צום טישל זײַן טאָגבוך, װוּהין עס דארף ארײַנגעשטעלט װערן א צווייעלע. וען ניט אָט די דערקוטשענדיקע כליפּערײַ, װאָלט רעויאקין געװיס געװען גראָדמעסיקער און װאָלט מיסטאם גלײַך באמערקט לוט דער גרימאסע, וועלכע דער װײַסכעװרעניק האָט אָנגעמאָלט אפן פּאַ נעם, פארזיכערנדיק קלאַגמוטעריש: , פארגעסן דעם טאָגבוך אינדערהיים", לוט זײַנע מאמזערישע האװײַעס און כיינדלעך, לויט די אָנשטעלן, װאָס ער מאכט, אז ס'וילט זיך אים פארקנעטן עפּעס א פריילעכע שפּיל... וען ניט די איבערמאָסיקע אופגעשרױפּטקײַט, װאַלט דער סטודענט ניט בארויגעז געװאָרן אף די קינדער מאכמעס דעם, װאָס זיי האָבן אױיסגעשאָסן מיט א לוסטיקן געלעכטער בייס ער האָט זיך לעפּיש און שארף א דריי געטאן, רעאגירנדיק אף עפּעס אן אויסטערלישן קרעכץ דער רועך ווייסט פונוואנען, און פון די הענט זײַנע האָט זיך האסטיק ארויסגעגליטשט דאָס הענטל -- א פלי געטאָן סטראָס-האַלאָװאָי, זיך ארײַנגעשטאָכן מיט דער פּען אין דיל באם צופוסנס פונעם טאָװל, און אזוי געוויגט זיך, װי אן אומרו, ביזוואנען וואסיע האָט עס מיט קאס ארויסגעריסן פון דער דיל- ברעט. גיי, פּרוּװו זיך ניט צעהירזשען... גײי, זײַ ניט קיין קינד... דאָ װאַלט גוט געווען זיך צעלאכן איניינעם מיטן קלאס, ניט פארבײַסן באליידיקט די ליפּ. צוליב דעם אָבער דארף א לערער באזיצן א מײַלע, װאָס װעסט ניט אנטלײַען אין ערגעץ, ניט קויפן, ניט אָפּנעמען זי רויבעריש בא עמעצן אין א פינצטערער נאכט -- זי ווערט איניינעם מיטן לערער געבוירן און פארלאָזט אים ניט קיינמאָל, בלײַבט מיט אים אין אלע אומשטאנדן: א לערער דארף ליב האָבן די קינדער, זי -- ניט זיך... עמעס, שטרויכלען קאַן זיך יעדערער, אפילע א לערער...

אף רעוויאקינס לימעד איז אָבער געװוען א סאך אזעלכס, װאָס גרײַצערשטײן דארף לויבן. מיט זיסן פארגעניגן און פארבאָרגענער אנציקונג דערמאָנט זיך דער מעטאָדיסט, ויָאזוי וואסיע האָט באם לערער-טיש געשיקט דעמאַנסטרירט אן עקספּערימענט אף אן אָריגינעלן מאכשיר, וועלכן ער, וואסיע, האָט קאָנסטרויָרט און אליין אויסגעבויט אינעם אינסטיטוטישן ווארשטאט, ויָאזוי די שילער האָבן זיך פארטרוילעך צוגעהערט צו זײַנע דערקלערונגען, װיָאזוי די כעוורע האָבן אקטיוו געארבעט איניינעם מיטן פּראקטיקאנט...

21

די ערשטע סטודענטישע לימודים פארמאָגן אין זיך אן אומאַנזעטיקלעכן צויבער. איבערלעבן זיי איז א גרויס גליק. אי פרייד פארשאפן זיי, אי בענקעניש... גיי ווייס, װאָס מער? ניט דו דאָך, דער סטודענט, שטייט באם אורקוואל פונעם לעבן: אים, ניט דיר סטארען זיך העלפן די שילער -- מיט א געלונגענעם ענטפער, מיט א גערן אופגעהויבענער האנט, מיט באגיטיקנדיקע און פארשװערעריש פינקלענדיקע אייגעלעך, דאָס איז ער, דער סטודענט, יונג, ניט דו... נז, איז װאָס? דו האָסט דײַנס אָפּגערושט. אַבער מיט אים, מיט דעם סטודענט, ביסטו אפסנײַ יונג, און דאָס װעט קיינער ניט פאר- לעשן, אויב װעסט ניט פאראטן זיך אליין...

גרײַצערשטײן איז געװען זיכער, אז דער פרוו-לימעד װעט, טראָץ אלע שװעריקײַטן, סײַװי רעוויאקינען געלינגען, ביז דער לעצטער רעגע האָט ער געגלייבט אין דעם סטודענטס קיכעס און אין זײַן בארוף, ביז יענעם מאָמענט, װען ס'איז מיט זײַן פארפירערישער פראגע ארױיסגעשפּרונגען דער זעלבער דארינקער קלײַענדיקער זלאָטין, וועלכער האָט אין סאמע אָנהײב געשטאמלט, אז ער האָט פארגעסן דעם טאָגבוך אינדערהיים... יענע רעגע האָט לאכלוטן גרײַצערשטײנען ניט אנטוישט, ניספּאָעל געװאָרן איז ער יאָ, נאָר ניט פארצווייפלט -- דאָס ניין, סײַװי -- גיין...

נאָך בייס די פריִערדיקע באזוכן פונעם קלאס איז וואסיע שוין גוט געווען באקאנט מיט די שפּיצלעך, װאָס אָט דער פּריטשעפּע זלאָטין איז פעיָק אָפּצוטאָן. אויך אף דעם פּרוו-לימעד האָט דער סטודענט באוויזן אים מאכן עטלעכע באמערקונגען, נאָך אין דעם אויגנבליק, ווען ער האָט דערזען דעם ייַנגעלעס דלאַניעטשקע איבער דער פּארטע, האָט ער אפילע נאָענט ניט געקאָנט דערלאָזן די האשאָרע וועגן א פאָרטל. אים האָט זיך אויסגעוויזן, אז זלאָטין ציט זיך ארײַן אין דער ארבעט פונעם קלאס, און דעריבער האָט וואסיע פריילעך א װונק געטאָן צו דעם יאטל.

-- ואטילי דמיטריַעװיטש, -- צעהילכט זִיך אין קלאס א דינינק, קיין קאפּל אפילע ניט פאָנפע- דיק קעלכל. -- זאָגט, זײַט אזויפיל גוט, צי מעג מען טרינקען שוועבלזויערס?

דער קלאס װערט פארשטארט.

די לערערן, אין װעמענס קלאס וואסיע פירט זײַן לימעד, און גרײַצערשטײן אף דער לעצטער פּארטע, און די סטודענטקעס-פּראקטיקאנטן, וועלכע זײַנען דאָ בײַװעזנד, און די שילער -- אלע איניינעם דערזעען אײנצײַטיק, װי עס בײַט זיך ואסיעס פּאָנעם -- ווערט נישטוימעם, איבעראשט, באליידיקט. וואסיעס פינגער טוען זיך פלינק א לאָז איבערצוציילן די קנעפּלעך אף דער בלוזע -- פון אונטן ארוף, ביז צום סאמע האלדז, דאָרטן שפּיליען זיי אָפּ דאָס לעצטע קנעפּל, גלײַך יענץ זאָל זײַן דער שולדיקער, װאָס עס ווארגט אים עפּעס א קנויל אין גאָרגל. גרײַצערשטײן פארדעקט דאָס מױיל מיט דער דלאָניע, װילנדיק װאָרענען וואסיען, ער זאָל זיך אופהאלטן, ניט קאָמענטירן זלאָטינס אויס- פּראל, אָבער וואסיע זעט שוין גאָרנישט -- ניט די לערערן, ניט דעם מעטאָדיסט, ניט די שילער, ניט זײַן טײַערע איטעלע, וועלכע װינקט און רופט צו אים מיט די אויגן. ער זעט בלױז, פארגרעסערט, פּונקט װי אף א קינאָיעקראן, דאָס אזעסדיקע, פול מיט כוצפּע און זונעשפּרענקלעך פּאַנעם און האלט ניט אויס, צעהאקט אָפּהענטיק די קאלעמוטנע שװײַגעניש מיט א ברוטאל קאָל, גלײַך ער װאָלט דער- לאנגט א פראסק דעם געלן כוצפּעניק, א הייסן פּאטש אין קלײַענדיקן פּאַנעם:

-- נאראָנים מעגן!

דער קלאס ענטפערט אָפּ מיט א פארטויבט געלעכטערל,

װײַטער פירן דעם לימעד, װי ער האָט פּלאנירט און געװאָלט, גיט זיך וואסיען ניט אײַן. עפּעס איז געשען אזעלכס, װאָס איז שער געווען פאָרויסצוזען, און פארשטיין -- אויך. די שילער האָבן זיך געדרייט אף זייערע ערטער, געסקריפּעט מיט די פּארטעס, געשושקעט זיך איינער מיטן אנדערן. די באצויבערונג, װאָס האָט זיי אָט ערשט, נאָרװאָס געקניפּט און געבונדן מיטן אָנפאנגער-פּראקטיקאנט, איז מיטאמאָל אנטרונען.

װיאזוי און פארװאָס עס צעפאלט זיך צומאָל דער בונד צװישן מענטשן, די קעגנזײַטיקע פארבינדונג זייערע, איז געווען א סאָד הינטער זיבן שלעסער אי פאר די קינדער, אי פאר זייער יונגן לערער. נאָר סײַ זיי און סײַ ער האָבן זיך געפילט װי באראבעוועטע. אך, וי פּראָסט און איינפאך מיר פארלירן אמאָל דאָרט, װוּ מע װאָלט אומבאדינגט געדארפט געווינען, און אופשטעלן די פארלוסטן, אוי וויי, גיט זיך מערסטנטייל ניט אײַן. אָט װעגן װאָס עס האָט געטראכט גרײַצערשטײן, א צופּ טוענדיק זײַן קורץ געשוירן שטעכלערל אין שפּיגל. א קאָמפּליצירטן געפיל האָט בא אים ארויסגערופן וואסיע. ער, גרײַצערשטײן, האָט ראכמאָנעס געהאט אף אים און אינצײַטיק זיך מיט אים געגרױיסט, זיך געברויגעזט אף אים און איז געווען מיט אים צופרידן. ראכמאָנעס געהאט, װײַל זײַן ארבעט, פונדעסט- װעגן, איז דורכגעפאלן. זיך געגרויסט מיט אים דערפאר, װאָס דער דורכגעפאלענער לימעד איז געווען אין פיל הינזיכטן א סאך מער אינטערעסאנטער, איידער די אזויגערופענע קעשורעדיקע. זיך געברויגעזט מאכמעס דעם, װאָס אים, גרײַצערשטײנען, אין גאָר אפן געדאנק ניט געקומען, אז וואסיע איז פּעיִק אף אזא מין ברוטאלקײַט: דער מעטאָדיסט איז געװוען איבערצײַגט, אז וואסיע איז א העכסט אויסגעהאלטענער באָכער. אלץ, װעגן װאָס גרײַצערשטײן האָט געקלערט, האָט זיך אזי

22

אָדער אנדערש אָפּגעשילדערט אף זײַן מיד פּאָנעם, און וואסיע איז געווען גרייט אופנעמען א פולקומע אויסזידלונג -- גרײַצערשטײנען האָט מען ניט געדארפט לערנען עמעצן גוט אויסצובעזעמען. אָבער גרײַצערשטײן האָט זיך מיט דעם ניט געײַלט.

-- אונדזערע זײַנען, א סװאָרע, אינעם זיבעטן, -- טוט ער א זאַג הייזעריקלעך, גלאט אזוי, דערעכאגעוו.

וואסיע פארשטייט, אז גרײַצערשטײן איז דעליקאט ניט אװעק מיט אלעמען צוליב אים, און איז דערפאר שטארק דאנקבאר דעם מעטאָדיסט. נאָר א װוּנדערלעכע זאך: װאָס קלאָרער ואסיע באנעמט די טיפקײַט פון זײַן מאפּאָלע, אלץ שטארקער וויל ער זיך באשיצן, זיך ריינוואשן אין גרײַי צערשטיינס אויגן. מיט א ביטערן שמייכל זאָגט וואסיע:

-- נו, נערעקט מיך...

גרײַצערשטײן זשמורעט אָן די אויגן אף וואסיען. פאראטן זיך אליין איז ער ניט בעקויעך. פאר- מינערן מענטשלעכע באמיונגען? דאָס ניין! פארגעבן עמעצן זײַנע זינד -- דאָס אוואדע ניט! נאַכגעבן אים -- איז די סאמע ערגסטע טויווע א מענטשן.

-- װילד באקומט זיך, רעוויאקין, -- זאָגט גרײַצערשטײן.

-- װאָדען, כ'האָב געדארפט איבערן קעפּל גלעטן דעם כוצפּעניק? -- צעצינדט אין זיך די בייזקײַט וואסיע.

גרײַצערשטײן ציט אויס דעם פוס מיטן פּראָטעז, הייבט אָן, קנייטשנדיק דאָס פּאָנעם, זיך צוריק- ווארפן אפן אָנלען פונעם שטול.

--אינעם ארסענאל פון א לערער איז ניטאָ קיין אָרט פאר ברוטאלקײַט און באליידיקונגען, -- אָפּאָנירט ער הארב. -- אָנװענדנדיק אזא מין װאָפן, פארלירן מיר דאָס רעכט צו דערציען. דאָס איז קלאָר? האגאם אלץ איז געװענדט אין דעם, אין װאָס פאר א באדינגונגען, אין וועלכע אומשטאנדן מיר לעבן. צומאָל קאָן הארבקײַט װערן א נױטװענדיקײַט, א נאָרמע, אפילע פאר א לערער. דאָס איז קלאָר?

וואסיע בייגט אָן נידעריק דעם קאָפּ. צי דען װייסט ער ניט, װוּהין עס נייגט גרײַצערשטײן? פון- דעסטוועגן אָבער װיל ער ניט מאסקים זײַן מיט דעם, אז קעגן בייזס אין געוויינלעכע פאלן דארף מען אָפּטרעטן. מיט בייזס איז קליגער פון אלץ זיך ראנגלען. ער זאָגט עס ניט ארויס אף א קאָל, ער באװײַזט עס פּאָשעט ניט טאָן. גרײַצערשטײן פארלויפט אים דעם וועג:

-- מיר האלטן אין די הענט מענטשישע נעשאָמעס, אָבער א מענטשישע נעשאָמע קאַן ניט איבערטראָגן און מויכל זײַן קיין גראָבן צוריר.

וואסיע שװײַגט. ער פארשטייט, אז פארענטפערן זיך איז אומעגלעך. ער געדענקט גרײַצערשטײנס הויפּט-טעזיס וועגן ליבע אלס יעסאָד פון לערערישער טעטיקײַט אָט דעם געדאנק פלעג דער מעטאָי דיסט ניט איין מאָל איבערכאזערן אף זײַנע לעקציעס. נאָר וואסיע איז נאָך, װײַזט אויס, געוען צו יונג, און די פאָרשטעלונג װעגן ליבע ביכלאל אין בא אים געװען באפארבט גאנץ געדיכט מיטן פּערזענלעכן געפיל ביפראט, און דאָס, קענטיק, האָט שטארק פארשמעלערט דעם באנעם זײַנעם. נאָר כאָטש גרײַצערשטײן האָט אים געזידלט, איז וואסיע בא זיך ניט געפאלן. פארקערט, דער מעטאָדיסט מוסערט אים, און ער הייבט דעם קאָפּ אלץ העכער און העכער. גרײַצערשטײן זעט עס און איז אויך צופרידן. אים איז טאָמיד געווען אָנגענעם אָפּצומערקן, אז זײַנע שטרענגע װערטער העלפן א מענטשן אױיסגלײַכן די אקסלען.

די טיר פונעם לערער-צימער טוט פּלוצעם א סקריפּע. אף דער שװעל באװײַוט זיך א טשאטע סטודענטקעס. לאָזט זיך אויס, אז זיי זײַנען אין ערנעץ ניט אוועק, ניט אין זיבעטן קלאס, ניט אין קיין אנדערן.

-- מירן רעוויאקינס לימעד באהאנדלען, צי ניין? -- דערהערט זיך א גנייוויש מיידלש קעלכל.

וואסיע צילט אָן די בעטנדיקע אויגן אף דעם מעטאָדיסט, נאָר גרײַצערשטײן איגנאָרירט אָט דעם בליק:

-- קומט ארײַן, כעוורע.

,אך, װעל איך באלד כאפּן פּעטש", -- קלערט וואסיע, נאָר ניט דערשראָקן, עפשער דערפאר, װײַל אין אָט דער רעגע װערט ער א ביסל צעמישט: צװישן די קורס-כאווערטעס איז ניטאָ איטעלע.

זי איז ארײַן אין לערער-צימער, וען וואסיע האָט שוין אופגעהערט ווארטן אף איר. מיט עטלעכע מינוט פריִער װאָלט אים איר בליק ארײַנגעבראכט אין גרויל. איטעלע האָט זיך געבאָמבלט אין א געווירבל פון געפילן. אזוי װי בא גרײַצערשטײנען, האָבן אין איר נעשאָמע, פארדרייטע אין א קנויל, בעהאָלעװעט פארדראָס, פאראכטונג, צאָרן. נאָר איר אין געלונגען זיך נעמען אין די הענט. זײַנערצײַט װעט וואסיע באקומען אלץ, װאָס ער האָט פארדינט. זי װעט אים ארויסגעבן פון אלעף ביז טאָף. נאָר ניט איצט. אין אָט דער רעגע נייטיקט ער זיך אין שטיצע מער פאר אלץ, אין דער הילף

23

פון א ווארעם װאָרט. און איטעלע האָט אָפּגעזוכט אין זיך דאָס, װאַס אים איז געװוען נייטיק צו באקומען.

איצט, א פארקלעמטער צװישן די עסעסאָווצעס אף דעם אװטאָמאַביל, װאָס הערט אים ניט אוף אונטערצוהעצקען און ווארגן מיטן שטיקנדיקן רייעך פון בענזין, דערזעט בוילעט וואסיע איטעלעס דעמלטיקן בליק. און א קאלעמוטנער געדאנק וואלגערט זיך אָן אף אים. אינדערעמעסן טאקע, א מאָדנע באשעפעניש איז ער, וואסיע. איטעלען האָט ער ליב געהאט. אין דעם איז קיין סאָפעק ניטאָ. אָבער א יוירעש װעט אים ברענגען לידע. און לידען האָט ער, וואסיע, אויך ליב. און ניט װייניקער, װי איטעלען. עפשער אנדערש, נאָר ניט װייניקער. װיָאזוי דערקלערט מען עס? װער איז דאָ דער שולדיקער? עפשער די מילכאָמע? און צי דארף ביכלאל געזוכט ווערן א שולדיקער? ביזן סאָף דערקלערן אָט די זאך איז שוין וואסיע געווען ניט בעקויעך. זײַן געדאנקענגאנג האָט זיך מיטאמאָל פעסט איבערגעשלאָסן, אף צוריק א קער געטאָן אים צו דער מילכאַמע. דער ערשטער טאָג אירער איז װידער, װי דאָס האָט שוין די לעצטע טעג עטלעכע מאָל פּאסירט, אָנגעשװוּמען אף וואסיען.

דער טאָג דער ערשטער

אין דער ענגער קאבינע פון דער אָנדערהאלבנטאָנקע פאָרן צווייען. א יונגער סערזשאנט מיט א צופרידן שמייכלענדיק פּאָנעם -- עטװאָס אָנגעבויגן איבער דער באראנקע. דעם באַכערס ארטי'" לערישע פוראזשקע -- א שווארצער אַקאָלישעק, א בלאנקענדיקער דאשעק -- איז אָפּגערוקט צום נאקן, און אפן שטערן באָמבלט זיך א לײַבטע, העלע אפילע אינעם ערעװקאיאַריקן נעפּלישלײער, טשו" פּרינע. באנאנד מיטן סערזשאנט, צוגעטוליעט דעם קאָפּ צו זײַן אקסל, דרעמלט דער קווארער, מיט דינע, קוים-קוים אופגעעפנטע ליפּן, קאָמאנדיר פונעם פּאָלק, װוּ דער סערזשאנט דינט. די אויגן באם עלטערן זײַנען אונטערגעשטראָכן מיט בלוילעכע שאָטנס, דער קאַלנער פונעם כאקי-העמדל צעשפּי ליעט, אין די טונקעלע פּעטליצעס פינקלען פּאַרלעכװײַז מאיאָרישע עמאלירטע שפּאלעס. דעם קאָמאנ- דירס קאָפּ ציטערט אלעמאָל אוף אף די וועג-גריבלעך. דערבײַ טוט זיך דער סערזשאנט אומבאדינגט א קער צום שאָכן, באטראכט אף זײַן ברוסט ווידער און אפסנײַ, מיט ניט קיין צוגעלאָשענעם אָפּשײַ, דעם אָרדען פון ערן-צייכן, א ביז גאָר זעלטענעם בא א קאדראָוון מיליטערמאן, און טראכט פריידיק, אז אים, רעוויאקינען, האָט העכסט אָפּגעגאָלטן אין לעבן -- א צופּעליקײַט האָט אים זײַנערצײַט צינוים- געפירט מיטן לערער גרײַצערשטײן, מיטן אומדערמידלעכן דאָצענט, וועמען ער װעט בלײַבן אן אי" ביקער באלכויוו פאר א סאך וויכטיקע אייגנשאפטן, װאָס ער, רעוויאקין, פילט איצט אין זיך, פאר דעם, װאָס ער, דער לערער זײַנער און דערציִער, האָט געהאָלפן אים, רעוויאקינען, א מענטש צו װערן און אף די פיס זיך שטעלן; אדאנק א גליקלעכער צופעליקײַט זיצט ער, רעוויאקין, אצינד האנט בא האנט מיט באָגדאנאָװן אליין. ווען נאָך װאָלט אזעלכס געקאָנט פּאסירן?

ס'איז נאָך א גרויסער סאָפעק, צי דאָס, װאָס רעוויאקין רופט אָן א גליקלעכע צופעליקײַט, איז ביכלאל א צופעליקײַט און א גליקלעכע ביפראט, אָבער אורטיילן װעגן דעם האָט ער אוואדע ניט געקאָנט. ס'האַט אים פּאָשעט אָפּגעגליקט: דער קאָמאנדיר פונעם קאַרפּוס האָט אומגעריכט איבער- געריסן דעם צונויפקום פון די ארטילעריסטן, אף וװעלכן עס איז געווען פארנומען באָגדאנאָו, פּונקט אין יענער שׁאָ, ווען ער, רעוויאקין, איז מיט דעם אינטענדאנטישן גרוזאָװיקל געקומען צו פאַרן פון דער גרענעץ, װוּ זײַן פּאָלק איז דיסלאָצירט, נאָך פּראָװיָאנט צו דעם װײַטן סקלאד אין הינטערלאנד פונעם קאָרפּוס. א װוּנדערבארער צונויפאל!

דער מאיאָר האָט אָפּגעזוכט די אװטאָמאשין פון זײַן פּאָלק נאָך גאנצפרי, אָבער לעבן איר איז קיינער ניט געווען, און אף א רעגע האָבן זיך זײַנע דינע ליפּן אומעטיקלעך צונויפגעפּרעסט, נאָר בלויז אף א רעגע, װײַל אינגיכן -- באָגדאנאָו האָט נאָך ניט באוויזן שטארק זיך אָנבייזערן -- איז דערנעבן אויסגעוואקסן דער סערזשאנט רעוויאקין. זײַן ראפּאָרט האַט גלײַך קלאָר געמאכט די סי" טואציע: דעם שאָפער פון דער מאשין איז געגעבן געװאָרן אן אָפּלאָזדשײַן, און ער, רעוויאקין, פאר- בײַט אים. אויסהערנדיק די אינפאָרמאציע, האָט באָגדאנאָו א ליב געטאָן רעוויאקינען, װאָס ער העלפט ארויס דעם כאווער און װאָס ער אין עס בעקויעך צו טאָן. דעם סערזשאנט האָט באָגדאנאָװ פּערזענלעך געקענט. מיט עטלעכע כאדאָשים צוריק האָט ער אים ארויסגערופן צו זיך אף א שמועס. באָגדאנאָוו האָט גוט פארגעדענקט זײַן ענערגיש און, װי ער האָט דאן א קלער געטאָן, אינטעלעקטועל געזיכט מיט זייער וילע גרויע אויגן. דעמלט האָט דער מאיאָר געװאָלט זיך דורכשמועסן מיט רעי וויאקינען, װײַל ער האָט נאָך ניט ענדגילטיק באשטימט, װוּהין אים, נאָכן פארענדיקן די פּאָלקישול,

24

שיקן װײַטער צו דינען. וואסילי האָט זיך געבעטן אין א װעלכךניט-איז פײַער-װזװאָד, צום הארמאט, און דער פּאָלק-קאָמאנדיר, אורטיילנדיק לויט די דאָקומענטן און דער אטעסטאציע, האָט פארשטאנען, אז רעוויאקין פארמאָגט אלע מײַלעס צו ווערן א גוטער אָנצילער, בעלי-סאָפעק, די וויכטיקסטע פיגור אין דער ארטילעריע. באָגדאנאָװן איז געפעלן געװאָרן, װאָס דער באַכער שטרעבט צו פארנעמען דאָס סאמע פאראנטװאָרטלעכע אָרט אינעם סטראָי. אָבער פּונקט אין יענער צײַט איז באָגדאנאָװ געװען פארנומען מיט אונטערקלײַבן א געהעריקן מענטש אף דער שטעלע פון א געהילף פונעם שעף אינעם שפּײַזדסקלאד, און רעוויאקינס קאנדידאטור, טאקע לוט יענע דאָקומענטן און יענער אטעסטאציע, האָט זיך באָגדאנאָװן אויסגעוויזן א צוציענדיקע. באזונדערס סימפּאטיש האַט אויסגעזען זײַן אלגעמיינע צו" גרייטונג -- מענטשן מיט הויכבילדונג האָט מען אין פּאָלק געקאָנט איבערציילן אף די פינגער. באָגדא- נאָווס פּערזענלעכע באגעגעניש מיט רעוויאקינען האָט באשטימט זײַן גוירל. וואסילי איז געװאָרן אן אינטענדאנט.

ארױיסרײַסן זיך פון הינטערלאנד צוריק איז געלונגען ניט גלײַך. לעכאטכילע האָט וואסילי אָפּגע- פירט דעם מאיאָר אין שטאב, דערנאָך אין פּאָליט-אָפּטײל, לעסאָף אין שטאָט:אויספירקאָם, װוּ עס האָבן שוין אף אים געווארט פארשיידענע שטאדלאָנים -- גי ווייס, אף װאָס פאר אן אויפן און װיאזוי איז צו זי דערגאנגען, אז דער דעפּוטאט פונעם אױבער-סאָװעט פון אוקראינע באָגדאנאָװ איז איצט אימשטאנד זיי אופצונעמען, כאָטש עס איז שוין אָװנט-צײַט און דערצו נאָך ערעוו זונטיק. פארקערעווען אפן בײַװעג אהיים האָט זיך אײַנגעגעבן װײַט נאָך האלבנאכט.

גלאטיק פירט די מאשין רעוויאקין, ער סטארעט זיך ניט צעשטערן דעם דרעמל פון זײַן פּא- סאזשיר. דער מאָטאָר פונעם גרוזאָװיקל, א באלעבאטיש אײַנגעריכטעטער, מורמלט נאָכגיביק, פּרווט ניט אפילע זיך א בייזער טאָן, בלויז בארג-ארוף הייבט ער אָן עטװאָס צו װאָרטשען, אָבער דאָס איז געגליכן מער צו א סאמעטענער ברומערײַ, איידער צו טארומעס. די טאפליעס אין די קאבינע-טירלעך זײַנען אראָפּגעלאָזט; ארום דער אָנדערהאלבטאָנקע דרייט זיך פריילעך א ווינטל און ווייעט אָן זאפטיקע דופטן פון מיאטע, קלעווער און אנדערע באװוּסטע און אומבאקאנטע רעוויאקינען רייכעס פון צארטע קווייטלעך, וועלכע פארטויבן אָנגענעם דעם שארפן רייעך פון בענזין.

זי פאָרן שוין א שאָ אָנדערהאלבן, די דרעמלעניש פּרוּװוט זיך אונטערגאנווענען אויך צו רע" וויאקינען. ער טוט אָבער טיף א שלונג די לופט איין מאָל, א צווייט מאַל, טרייסלט מיט דער טשופּרי- נע, שליסט אויס די פארעס. באמערקבאר טײַעט דאָס בלוילעכע רויכל פונעם נעפּל. די שטערן װערן אויסגעלאָשן אין הימל. וואסילי לאָזט זיך פאָרזיכטיק אראָפּ צום בריקל איבער א נאָמענלאָז טײַבל. קײַקלענדיק זיך איבער אים, צעליארעמען זיך הילכיק די רעדער פון דער אָנדערהאלבנטאָנקע אפן בערווענע-באדעק און װעקן אוף דעם מאיאָר. באָגדאנאָוו קאָרטשעט זיך צונויף פאר קעלט, גענעצט, טוט א שמייכל, פירט װידער צונויף די װיִעס, פּרוּװוט אפסנײַ אײַנדרעמלען, נאָר דער שלאָף אנטרינט. ס'קאָן זײַן, אז אין דעם איז שולדיק דער צעוואקלטער קלאָץ פונעם בריק-אָנבעט, אף וועלכן די מאשין איז שארף אונטערגעשפּרונגען. באָגדאנאָוװו טוט א קלער, אז די בריק װאָלט מען געדארפט פארפעס- טיקן, אן אָנדערהאלבנטאָנקע, מיילע, האלט זי נאָך אויס, אָבער שווערע הארמאטן צי טאנקען? דאָס טויג ניט. ס'איז דאָך איצט גאָר ניט קיין קלײניקײַט. אזעלכע קלײניקײַטן פארשאפן צומאָל גרויסע צאָרעס.

ווען באַגדאנאָו ‏ צעעפנט ענדגילטיק די אױגן, דעריאָגט די אָנדערהאלבנטאַנקע א קאָלאַנע רויטארמייער. דער מאיאָר רוקט ארויס דעם קאָפּ אין פענצטער פונעם טירל, טוט אופמערקזאם א נישטער מי טדי אויגן, באמערקט אין דער קאָלאָנע א גוטן-פרײַנט און רופט אים צו.

דער קאפּיטאן שפּרינגט ארוף אף דעם טרעפּל פון דער מאשין, בייגט זיך אָן, האלטנדיק זיך מיט איין האנט פאר דעם פאָדערשטן באָרט פון דער אָנדערהאלבנטאַנקע, און דערקלערט באָגדאנאָװן שעפּטשענדיק, גלײַך ער װאָלט אים אײַנרױמען א גרויסן סאָד, אז מע האָט זיי ארויסגעפירט פון דער קאזארמע אף פעלד-לער, מיסטאם ניט גלאט אזוי...

וועגן דעם, אז פעלד"לער, איז בלויז א טערעץ, האָט א טראכט געטאָן אויך באָגדאנאָוו. א קנייטש האָט צעטיילט אפצווייען זײַן הויכן שטערן. אף דער גרענעץ איז פאָרט אומרויִק. און ס'איז גאָר ניט איבעריק ארויסצורוקן צו איר א קראפט. עמעצער טאקע נעמט אף זיך די פאראנטװאַרטלעכקײַט פאר אזא מין טאט. מאָלאָדיעץ! עס קאָן זײַן, אז מאכמעס דעם האָט מען די ארטילעריסטן אָפּגעלאָזט פונעם צונויפקום. אויך אן אײַנשטעלעניש. און דרײיסטקײַט. אויסשטעלן אף סאקאָנע איז ניט יעדערער בע- קויעך. נאָר אז מע שטעלט ניט אײַן, נעמט מען ניט ארויס. אזוי קלערט באָגדאנאָוו. זאָגן זאָגט ער גאָרניט. צי דען נארט אים אָפּ דער כוש? אינעם קאָרפּוס, וועלכער איז דיסלאָצירט בא דעם טײַך פּרוט, הארט צוגעטוליעט צו דער גרענעץ, האָט מען דאפקע יאָ געװוּסט, װאָס עס טוט זיך אף יענער זײַט אירער. זייער פיל סימאָנים האָבן וואכזאם געמאכט, אָנגעשפּיצט. אי דאָס, װאָס דער רומענישער ברעג האָט זיך אײַליק אופגעשטעלט שטאָרצאָם מיט שפּינװעבס פון שטעכיק דראָט, מיט פרישע אמבראזורעס, מיט שפּאָגל-נײַע פארבינדונגס-דורכגענג פון איין אָקאָפּ צום צװײיטן; אי דאָס, װאָס פרעמדע אעראָ- פּלאנען פּליֶען ארום פראנק און פרײַ אין אונדזער הימל, איבער אונדזער ערד און גאָט באהיט זיך

29

דערוועגן צו באשטראָפן זיי פאר אָט דער פרעכקײַט -- אראָפּשיסן זיי איז געווען שטרענג פארבאָטן; אי דאָס, װאָס אונדזער אױיסשפּיר-דינסט אינפאָרמירט אין אירע לעצטע ראפּאָרטן: די דײַטשן האָבן זיך געיאװעט אף דעם קעגניבערדיקן ברעג פונעם פּרוט און פארפירט א כשאָדימדיקע װאָזגעניש; אי דאָס, װאָס עס דערציילן די איבערגעלאָפענע אף אונדזער זײַט פון דאָרטן.. צומאָל קאָנען אפילע באשײַמפּערלעכע, דוכט זיך, פאקטן זײַן אָפּנארערישע, אָבער אין אלע פאלן מון מען זיכערן די שלאכטגרײיטקײַט, פאָרױיסבאװאָרענענדיקע מאָסמיטלען זײַנען טאָמיד רעכטצײַטיק.

וואסיע װאָלט ניט געקאָנט באשטעטיקן לויטן אויסערלעכן אויסזען, אז זײַן פּאסאזשיר אין באומרויִקט. עמעס, צום סאָף האָט באָגדאנאָו יאָ א ציטער געטאָן. דאָס איז געשען נאָך דעם, װי דער קאפּיטאן האָט מיטגעטיילט, אז נעכטן האָט זיך צו אונדז דורכגעריסן פון יענער זײַט א גאלעך -- איבערגעלאָפן װי ער שטייט און גייט, אין דער ריאסע, װאָס האָט פארדעקט די פארשטויבטע שטיוול זײַנע ביז די אָפּצאסן, אין א סאמעטענער קאטערוכע: אָט דער גאלעך, דער פאָטער ניקאנאָר, האָט, קושנדיק דעם ציילעם, געטײַנעט, אז קלוימערשט הײַנט קלײַבן זיך די דײַטשן אָנהײבן א מילכאָמע קעגן רוסלאנד. אליין וואסיע האָט זיך אויך אופגערעגט, דערהערנדיק אַט די יעדיִע, אפילע מער, איידער עס דארף אופגערודערט װערן אין אזעלכע מינוטן א ייִנגערער קאָמאנדיר פון דער רויטער ארמיי, דעריבער האָט ער זיך דערפרייט, װאָס באָגדאנאָוו האָט געהייסן אים פירן ניט אף דער קוואר" טיר, װי ס'איז געווען געזאָגט אין אָנפאנג, נאָר אין דריטן דיװויזיאָן, וועלכער איז מעכוּיעװו, לוט די אלגעמיינע טאקטישע פּלענער, בייס אן אויסערגעוויינלעכער לאגע, שטיצן מיט פײַער פּונקט אָט דעם פּאָלק פון דער טשאפּײַעװער דיוויזיע, װאָס איז ארויסגעפירט געװאָרן איצט אף פעלדילער פון דער קאזארמע אין דער שטאָט רעני, און מיט װועמענס א באטאליאָן עס האָט קאָמאנדעװעט דער קאפּיטאן, וועלכער איז נאָרװאָס געשטאנען אפן טרעפּל פון דער אָנדערהאלבנטאָנקע.

מיט דער קאמפסגרײיטקײַט פונעם דיװיזיאָן איז באָגדאנאָוו געבליבן צופרידן. אן אָרדענונג האָט ער דערפילט אומעטום -- אין די פארוואלטונגס-װוזװאָדן, אף די פײַער-פּאַזיציעס. אלץ, װאָס עס דארף זײַן, איז געווען אפן אָרט: א זיכערע פארבינדונג, בעסויכעם אויך מיט די גרענעצלער, מיט דער פּע- כאָטע, א פארבינדונג א דובלירטע -- מיט פעלד-טעלעפאָנען און מיט ראציעס; טאבעלעס מיט אויס- גאנגייעדיִעס פאר א באוועגלעכן און פארצוימונגס-פײַער; די באזיסדיקע און זאפּאסנע באאָבאכטונגס- פּונקטן; די יעסוידעסדיקע און זאפּאסנע פײַער-פּאָזיציעס; א גענוגנדיקע צאָל קאמפס-קאָמפּלעקטן מיט סנאריאדן. די ארטילעריסטן, וועלכע באָגדאנאָוו האָט אופגעהויבן מיט אן אליארם -- נישקאָשע, מע װעט א ביסל א װאָרטשע טאָן, נאָר מע װעט פארשטיין, מע װעט ניט פארורטיילן! אלע ארטילעריסטן האָבן רעכטצײַטיק פארנומען זייערע ערטער לעבן די סטערעאַטרױבן, בא די פּאנאָראמעס פון די הארמאטן, לעבן די קאסטנס מיט סנאריאדן. און ראפּאָרטירט האָט מען װעגן דעם אויך צו דער צײַט. קיין אנדער רעזולטאט האָט באָנדאנאָוו ניט דערווארט. ער איז קיינמאָל נישט געווען ניט קיין ווייכמו- טיקער, ניט קיין זעלבסטצופרידענער, אָבער ער האָט גוט געװוּסט, װאָס ער איז װערט, און ער האָט געגלייבט זײַנע כאוויירים, זײַנע קאָמאנדירן און רויטארמייער. זײַן ווירטשאפט האָט זיך געפירט בא" לעבאטיש, פעסט. א כאָליערע איר אין לעבער, דער מילכאָמע, גוטס אין איר איז פאראן בין גאָר װײיניק, דאָך אויב מע װעט זי אף אונדז אָנוואלגערן, װעלן מיר האָבן מיט װאָס צו ענטפערן. ניט אומזיסט עסן מיר ברויט.

דעם לעצטן געדאנק זאָגט ארויס באָגדאנאָו אף א קאָל.

-- פארשטייט זיך, כאווער מאיאָר, -- באשטעטיקט די װערטער רעוויאקין און כאזערט איבער דאָס באװוּסטע אין פּאָלק ווערטל: א כאָליערע דער מילכאָמע אין לעבער...

א שמייכל טוט א ריר באָגדאנאָווס דינע ליפּן; ,איבערגעכאפּט די מאָס, איך טראכט שוין אף א קאָל". די אנדערע דיװיזיַאָנען באשטימט ער ניט אינספּעקטירן, זיך דורכגעשמועסט מיט זייערע קאָ- מאנדירן אין טעלעפאָן, מער גאָרניט. בא זיי איז ניט ערגער, איידער אינעם דריטן. פארװאָס דארף זײַן ערגער?

עס האָט שוין שאריִעט. פון אונטן, לענגויס דעם שליאך אף רעכטס און אף לינקס, איז דאָס בונט צעוואקסענע גרינס נאָך פארהילט אין טונקעלן, האגאם פינקלענדיקן טוי. דער הימל, אף וויפל די אויגן זײַנען פעיִק ארומכאפּן, איז אויך נאָך א גרינלעכער, אָבער די צארטע בלױקײַט, דורכשטעפּנ- דיק אים, פארברייטערט זיך אומופהערלעך, פארנעמענדיק אין אים אלץ נײַע און נײַע פּלאצדארמען.

מיט פארגעניגן פירט ואסילי זײַן קאָמאנדיר צו דער מישפּאָכע. אויך װעגן זײַן אייגן בעטל טרוימט ער. ס'װואָלט גוט געווען װאָס גיכער זיך א טוק טאָן אונטער דער קאָלדרע און אײַנשלאָפן א מינוט פינפהונדערט, א כאָליערע דעם שלאק אין לעבער...

אָבער קומען אהיים געלינגט זיי נישט -- ניט נאָגדאנאָװן צום װײַב, ניט רעוויאקינען אין קא- זארמע.

דער בלויער, אָן איין װאָלקנדל, הימל איבער זיי, דער שטילער, צארטער, פארשלאָפענער הימל טוט זיך מיטאמאָל עפּעס מאָדנע א וואקל, פּלאצט, און הינטער דער מאשין, און ארום אירע באָרטן,

26

אומעטום דערהערט זיך א געקראך, א קנאקעניש, א געקנאל, אן אַכעניש, און אלץ הייבט זיך אָן צעברעכן.

וואסילי טאָרמאָזירט שארף, אין אָט דער רעגע, כאָטש ער האָט זיך צו עפּעס געגרייט, גיט זיך אים ניט אײַן צו באנעמען, װאָס זשע קומט פאָר, ויָאזוי האָט אזעלכס געקאַנט פּאסירן מיט אזא מין לינדן, ליבלעכן הימל, צו װעלכן ער, רעויאקין, האָט נאָרװאָס אזוי פארטרוילעך, דאנקבאר געי שמייכלט?

-- מע שמײַסט סײַ איבער דער גרענעץ, סײַ איבערן הינטערלאנד, -- ברענגט ארויס באָגדאנאָװ צווישן די ציין, ניט באמערקנדיק, אז דאָס פּאָנעם פון זײַן שאָפער איז פּלוצעם פארשווארצט געװאָרן.

בלויז איינס וויל וואסיע אין אָט דער רעגע -- װאָס גיכער זיך ארױיסרײַסן פונעם פײַער, אנטלויפן פון די אױיסברוכן, װאָס פלאמען אוף מיט קנוילן שטויב און רויך פון פאָרנט אף דעם שליאך. ער דריקט אָן ביזן סאמע סאָף אף דעם פּעדאל, פאָרסירנדיק דעם מאָטאָר, װעלכער צערעװעט זיך, װי א קאלב אונטערן כאלעף, די מאשין טוט זיך א ריס פונעם אָרט און הייבט אָן יאָגן פאָרױס. נאָר בא וואסילין איז פארקלערט ניט דאָס -- ער טוט א דריי דעם רול אין א זײַט, אין פעלד ארײַן.

-- װוּהין?! -- צעשרײַט זיך באָגדאנאָוו, ארופלייגנדיק האסטיק זײַן האנט אף דעם רול. -- גלײַך! און בלויז פאָרויס!

טייקעף ריכטעט אויס וואסילי די אָנדערהאלבנטאָנקע, פירט זי ארויס אפן גרויסן װעג און קומט מיטאמאָל צו-זיך. ניט באָגדאנאָווס אויסגעשריי ניכטערט אים אָפּ, פּאַשעט ער, וואסיע, פארשטייט, אז זײַן שרעק איז ניט צוליב זיך, נאָר צוליב אים, באָנדאנאָװן. אויסלייזן דעם מאיאָר פון פּײַער איז מעגלעך אויסשליסלעך אין איין פאל -- מע דארף זיך בארויַקן. און רעוויאקין נעמט זיך פעסט אין די הענט.

א מינוט צען, ניט מער, דויערט, ביזוואנען ער דערפירט באָגדאנאָװון אף זײַן קאָמאנדע-פּונקט. פארקערעװוענדיק, באװײַזט רעוויאקין צו דערזען, װי פונעם בלינדאזש לויפט ארויס א פארבינדלער מיט אן אויסגעשטרעקט טעלעפאָז-טרײַבל, װי באָגדאנאָוו כאפּט עס זשעדנע ארויס באם רויטארמייער פון די הענט.

אינעם אלגעמיינעם ההא דערהערט באלד ואסילי דעם געהילך פון די אייגענע הארמאט" האוביצעס. זייער באס-שטימיקן איבערוף דערקענט וואסילי גוט. און עס טוט זיך אין אים א ריר א געפיל, געגליכן צו קינע. אויך ער, וואסילי, װאָלט געקאָנט אצינד אין די אַקוליארן פון דער סטערעאָ- טרויב באאָבאכטן די אופרײַסן פון אונדזערע סנאריאדן, אויך ער װאָלט איצט געקאַנט אָנצילן די הארמאטן, אָפּזוכנדיק אין דער פּאנאָראמע די אָריִענטירן -- אויך ער װאָלט געקאָנט שמעטערן, ברעכן, נערעקן דעם סוינע. ס'איז אָבער פאראן אן אומדערבארעמדיקע קאַמאנדע: ,יעדערער אף זײַן אָרט!" יעדערער פילט אויס זײַנע פליכטן, װאָסערע זיי זאָלן ניט זײַן, יעדערער איז פאראנטװאָרטלעך פאר זײַן פּאָסט.

זײַן אָרט אינעם סטראָי וייסט רעויאקין גוט, פונדעסטװעגן פירט ער די מאשין ניט צום סקלאד -- ער אײַלט זיך צום מיליטער-שטעטל, װאָס געפינט זיך אף א סאך לינקער: װער, אויב ניט ער, װעט אינפאָרמירן באָגדאנאָווס פרוי, אז דער מאיאָר האָט זיך אומגעקערט און ארבעט? אז אליין דער קאָמאנדיר פונעם פּאָלק װעט עס טאָן, איז א גרויסער סאָפעק -- ס'וועט אים פּאַשעט ניט קלעקן קיין מינוט אף פּערזענלעכע איניאָנים. רעוויאקין טרײַבט די מאשין מעסוקן גיך, אלעמאָל שפּרינגט זי אונטער אָדער אף א שטיינדל, אָדער אף א בערגל, אָדער אף א גריבל, עס װאָלט זיך געקאַנט דוכטן, אז די אָנדערהאלבנטאָנקע, אן איבערגעשראָקענע, אנטלויפט פײַל-אויסךבויגן, ראשיק, מיט הארץ- ציטערניש פון דער זאווערוכע, װאָס הוליעט באם פּרוט און יאָגט אָן רעוויאקינען מיט פארשיידענע מעגושעמדיקע קלאנגען. שוין קימאט לעבן דעם מיליטער-שטעטל דערהערט רעוויאקין א נײַעם געברום איבער זיך, צעעפענענדיק דאָס טירל פון דער מאשין, שלײַכט ער זיך מיט איר דורך אין א זײַט, ניט אראָפּלאָזנדיק די האנט פונעם רול, און דערזעט אינעם צעבראָכענעם הימל א רינג שוװערע באָמבארדיר- אעראָפּלאנען, וועלכע גייען צו דער גרענעץ פליגל בא פליגל. עס באגלייטן זיי, האלטנדיק זיך עט- װאָס אין א זייט, קלייניטשקע אנטקעגן זיי, טעמפּשפּיציקע פארניכטלער. אָט די מאשינדלעך מיט ברייטע נעזער ציילט אָן וואסילי צוויי מאָל מער, איידער די באָמבארדיראָװשטשיקעס. ס'קאָן זײַן, אז דאָס בילד אין הימל, אָט דער באלעבאטישער געברום פון מאָטאָרן אין אים האָט ענדגילטיק בארויַקט רעוויאקינען, װײַל אין אָט דער רעגע האָט ער אין דער פולער מאָס באזיניקט, אז די מילכאָמע, װעגן וועלכער ער האָט צוזאמען מיט אלעמען געזונגען לוסטיק , טאָמער מאָרגן -- אין קריג, אין פּאָכאָד אפן פּײַנט, צום געראנגל דארפסט גרייט זײַן שוין הײַנט', אָט דער קריג איז שוין הי, א כאָליערע אים אין לעכבער, און יעדערער מוז איצט אָנשטרענגען אלע זײַנע קויכעס, יעדערער דארף באװײַזן, אף וועלכע טאטן ער איז פעַיָק.

אלץ, װאָס וואסילי האָט געטאָן נאָך דעם, האָט ער געטאָן פּלײַסיק, אנטשיידן, טיכטיק, פלינק, עפשער אפילע לײַכט, נאָר די גאנצע צײַט האָט ער אומופהערלעך זיך צוגעהערט צום גערויש פונעם

27

געראנגל אף דער גרענעץ, די גאנצע צײַט האָט אים געקימערט אט דער קלעפּיקער געדאנק פון כאראָטע, װאָס עס קומט אים אויס זיך פארנעמען ניט מיט דעם, װאַס עס װילט זיך. אפילע װען עס איז אים אויסגעקומען אף זײַן אַנדערהאלבנטאַנקע העלפן אונטערצופירן הארמאטן-קוילן אף די פײַער- פּאָזיציעס פונעם פּאָלק, און זײַן מאשין פלעג שטארק באשאָסן װערן, און ער פלעג אלעמאָל, ארויס- דרייענדיק זיך קונציק צװישן די אופּרײַסן פון די פײַנטלעכע סנאריאדן און ארויסכאפּנדיק זיך פון דער סאקאָנע, אפילע דאן איז אים געװען שווערלעך אָפּצוטרײסלען פון זיך אָט דאָס פארשלעפּטע געפיל פון אומצופרידנקײַט מיטן גוירל זײַנעם.

אף איינער א פּײַער-פּאָזיציע, װוּהין וואסילי האָט געבראכט א פרישע פּארטיע סנאריאדן, האָט ער דערהערט א געשפּרעך פון צװײי באטארײיצעס. אײנער, א פארויכערטער מיט פּולװער-שטױב, צעעפענענדיק דעם שלאָס פונעם הארמאט, קעדיי ארײַנשטופּן א סנאריאד אין קאזיאָניק, קלאָגט זיך:

-- אף שלעפעריקע אָנגעפאלן, אומגעריכט, און מע קריכט, און מע קריכט. מיר נערעקן זײי, בייקערן, די רער איז אזש רוט געװאָרן, און זי קריכן און קריכן...

דער אַנצילער באלעקט מיט דער צונג א גראָבן ציגײַער, װאָס ער האָט נאָרװאָס אין דער האפּסאָקע צוישן צוויי אויסשיסן צונויפגעדרייט פון א גרויס שטיקל צײַטונגסיפּאפּיר, ענטפערט אָפּ

-- זאָלן זײ קריכן. באם פּרוט װעט מען דעם פאשיסט ארײַנלײגן אין די יאָרן גוט. איבער- שפּרינגען דעם טײַך װעט באם פאשיסט ניט קלעקן קיין מוט.

אפן עג צוריק קלערט פון מאָל צו מאָל וואסילי פריידיק װעגן אט די װערטער. אָבער דער קעגנער האָט שוין אין עטלעכע ערטער דאפקע יאָ פאָרסירט דעם טײַך.

װען א גרופּע פײַנטלעכע סאָלדאטן איז געלונגען זיך דורכרײַסן אף אונדזער ברעג און זיך לאָזן אין דער ריכטונג פון די פּאָלקיסקלאדן אינעם װײַטן דעמבוועלדל, האָט מען דרינגענד ארײַנגעזעצט אין דעם קוזאָוו פון רעוויאקינס אַנדערהאלבנטאַנקע די רויטארמייער פונעם וירטשאפטלעכן װזװאָד. כאָטש זיי זײַנען געװען באװאָפּנט בלויז מיט קאראבינען און א האנט-קוילנווארפער, האָבן זיי קוילן און האנט-גראנאטעס געהאט בעשעפע.

דעם האסטיקן מארש צום וועלדל האָט רעוויאקין דורכגעמאכט אף זײַן מאשין מיט דער העכט" טער גיכקײַט, ארויסגעקוועטשט פון דער אָנדערהאלבנטאָנקע דרײַ ריווטשאקעס שווייס, נאָר סײַװי איז די באגעגעניש מיט די דײַטשן פאָרגעקומען פריַער, װי רעוויאקין האָט געווארט, אף אן אָפן אָרט. די טרעשטשערײַ פון א פרעמדן קוילנווארפער דערהערט וואסיע דורכן געברום פונעם אװטאָמאָביל- מאָטאָר. אײנצײַטיק צעקנאקן זיך איבערן דעכל פון דער קאבינע קולעקעס.

די רויטארמייער שפּרינגען פלינק אראָפּ פון דעם קוזאָו, פאלן צו צו דער ערד. וואסילי שפּרינגט אויך ארויס פון דער מאשין, קוקט זיך ארום, צוטוליענדיק זיך צום קאפּאָט פונעם מאַטאָר.

די דײַטשן אין קאסקעס דערזעט ער לינקס. זי שפּאנען אין גאנצן װוּקס, טאָפּטשענדיק דאָס געדיכטע גראָז.

באמערקט האָט אויך וואסיע דעם קאָמאנדיר פונעם װירטשאפטלעכן װזװאָד, דעם סטארשינא, אָפּמערקנדיק זײַן פארצאָרנט פּאָנעם: אזא כוצפּע! הער א מײַסע -- מיר דארפן זיך קוועטשן צו דער ערד, און זי שפּרײַזן װי אף א שפּאציר! וואסיע פארשטייט דעם געפיל פונעם סטארשינא. מיטאמאָל שטעלט זיך יענער אוף אף די פיס, צעפּראלט דאָס מויל, נאָר זײַן קאַמאנדע קלײַבט וואסיע ניט פאי נאנדער, װײַל עטלעכע פײַער-רייען, ניט קיין קוילנווארפערישע, פון עפּעס אן אנדער, אומבאװוּסטן וואסיען קלײזײַען, שטעפּן דורך די לופט, און דער סטארשינא לאָזט זיך מאָדנע אראָפּ א דער ערד, גלײַך ער װאָלט זיך איר בוקן. וואסיע טוט זיך א ריס צו אים -- היינט אים אונטער, טרייסלט, נאָר דער סטארשינא איז טויט. אָט דער אויגנבליקלעכער אומקום איבעראשט וואסיען. ס'איז דאָך אומבאי גרײַפלעך, שוידערלעך: דו פאלסט אנידער -- און אויס, ניטאָ א דער וועלט. נאָר טרויערן און קלאָגן איז אומעגלעך. רעוויאקין קוקט זיך ארום: ער איז געבליבן דאָ דער עלטסטער, ניט בלויז לויטן ראנג, ער איז איצט פאראנטװאָרטלעך פארן וירטשאפטלעכן װזװאָד און פארן אויסגאנג פונעם געראנגל, ער װעט מוזן קאַמאנדעװען און אָנעמען באשלוסן, און טאָן דארף מען עס טייקעף -- א דורכויסיקער פּײַער פײַפט שוין איבער זיי.

וואסילי טוט א נישטער מיט די אויגן. דאָס אָרט איז אים גוט באקאנט. ער געדענקט, אז ערגעץ דאָ אינדערנאָענט איז פאראן א ניט-טיפע באלקע, װאָס ציט זיך ביזן דעמבן"וועלדל, װוּהין זי זײַנען ניט דערפאָרן און װוּהין עס רײַסן זיך די סאָנים. ס'װאָלט געווען א יעש אַנצוטאפּן אָט דאָס יארעלע, ארײַנקלײַבן זיך אהין -- קיין בעסערע טראנשיי דארף מען ניט. מיט א זשעסט פון דער האנט, אין וועלכער ער האלט דעם קאראבין, טוט רעוויאקין א באפעל די רויטארמייער:

-- נאָך מיר!

און לאָזט זיך פאָרויס, פּױזענדיק אינעם הויכן גראָז, נאָך אים -- די רויטארמייער. זי ציִען זיך ארײַן אין דער באלקע, הייבן גלײַך אָן צו באשיסן דעם סוינע פון זייערע קאראבינען. דערנאָר נעמט זיך אויך צו דער ארבעט דער קוילנווארפער.

28

פון דער באלקע זעט מען שוין גאנץ גוט די דײַטשן -- זי זוכן ניט קיין ארומגאנג-וועגן, זיי שפּארן אין גאנצן װוּקס מעשוגענערװײַז. און דאָס באשטימט זייער דורכפאל. דער מעהאלעך צוישן ביידע צדאָדים װערט אלץ קלענער און קלענער. רעוויאקין טוט א מעסט מיט די אױגן -- יאָ, אָט װעט מען שוין מעגן ארײַנפירן אין קאָן די גראנאטעס. ער ווארט צו א ביסל און טוט א שלײַדער זײַן לימאָנקע דער ערשטער, און באלד טוט זיך א שיט אפן סוינע א שקוואל פון גראנאטעס. די גראגערײַ פון די פּײַנטלעכע אװטאָמאטן ווערט פארטויבט. רעוויאקין מיט זײַנע כאוויירים שפּרינגען ארויס פון דער באלקע, אטאקירן דעם סוינע. און די דײַטשן האלטן ניט אויס -- זי טוען זיך א וואקל, פאר- קערעווען אף צוריק, הייבן אָן ניט נאָר אָפּצוטרעטן -- זיי לאָזן זיך לויפן. אַבער די קאראבינען-קוילן און דער האנט-קוילנווארפער דעריאָגן קימאט אלעמען. אנטלויפן גיט זיך אײַן בלויז איינצלנע, נאָר סײַװי װײַט אָפּצופּױזען געלינגט קיינעם ניט פון זיי,

װען באָגדאנאָו רופט ארויס רעוויאקינען צו זיך אפן קאָמאנדע-פּונקט, הייבט שוין אָן צופאלן דער אָװנט. די זון פארגייט שוין הינטערן צעגליטן ברעג פון די רומענער, באפארבנדיק אים אין פאר- בלוטיקט רויטע טענער, אין פיל ערטער דונערט נאָך די שיסערײַ, עס פלאקערן נאָך סרייפעס. צו דער צײַט האָט שוין קיינער ניט געצווייפלט אין דעם, אז די שלאכט, ועלכע האָט זיך דאָ צעפלאמט, איז ניט קיין פּראָװאָקאציע -- ס'איז א מילכאָמע, און דער טאָג דער ערשטער אירער האָט ניט גע- בראכט דעם סױינע, אלנפאלס דאָ, אפן פּרוט, קיין שום דערפאָלג. נאַר אויך באָגדאנאָוו האָט ניט געיובלט. אָפּנעשטעלט דעם קעגנער? אָבער צו טײַער האָט עס געקאַסט. בלוט איז פארגאָסן געװאָרן איבערגענוג. באָנדאנאָװון האָט מען אינפאָרמירט, אז די גרענעצלער און די טשאפּײַעװער דיוויזיע לײַדן גרויסע פארלוסטן. ס'איז נאָך א נעס, װאָס דער קאָמאנדיר פון דער דיוויזיע האָט באצײַטנס, אף זײַן אכרײַעס, ארויסגעפירט, קלוימערשט אף פעלד-לער, דעם פּוגאטשאַװער פּאָלק פון די קאזארמעס אין דער שטאָט רעני -- קאיאָר האָט דער קעגנער מיט עטלעכע פּײַער-אָנפליַען פארניכטעט די קא- זארמעס -- דער גאנצער פּאָלק װאָלט פארברענט געװאָרן מיט איין קלאפּ

געטרייסט האָט באָגדאנאָװון דאָס, װאָס זײַנע ארטילעריסטן זײַנען אָפּנעקומען מיט מינימאלסטע פארלוסטן. ניט אומזיסט האָט מען אומעטום אין פּאָלק געגרייט באצײַטנס רעזערוו-פלעצער פאר די הארמאטן און אַקאָפּן פאר די קאָמאנדירן און פארוואלטונגס-װוזװאָדז -- עטלעכע מאָל איז געלונגען אין מעשעך פונעם טאָג בײַטן די פײַער-פּאַזיציעס און באאָבאכטונגספּונקטן. ביזוואנען דער סוינע טאפּט זיי אָן, ציט מען זיך איבער פון איין אָרט אפן צװייטן. און פײַער האָבן די דיװויזיאַנען געפירט געניט, פארניכטנדיק די סאָנים אינעם טײַך, בייס זיי האָבן אים פּאָרסירט, און אויך אף ביידע ברעגן, ניט דערלאָזנדיק, דער קעגנער זאָל פּרײַ מאנעוורירן מיט זײַנע רעזערוון, מיט זײַן טעכניק.

רעוויאקינען האָט באָגדאנאָוו ארויסגערופן, קעדיי זיך דערוויסן בא אים פון מויל אין אויער, װי זעען אויס די פאשיסטן אין נאָענטן געראנגל, אין האנט-שלאכט. אויסהערנדיק דעם סערזשאנט, זאָגט באָגדאנאָוו שטיל:

-- נישקאָשע, נערעקן זיי קאָן מען.

-- געוויס, כאווער מאיאָר, -- רופט זיך אָפּ רעוויאקין. -- א כאַליערע זיי אין לעבער.

ער טוט דערבײַ א קלער װעגן דעם אומגעלומפּערט אומגעקומענעם קאַמאנדיר פונעם ווירט- שאפטלעכן װזװאַד. וואסילי ווארט, טאָמער װעט באָגדאנאָוו זאָגן נאָך עפּעס, נאָר דער מאיאָר שװײַגט, קלערט וועגן עפּעס. וואסילי טוט א שמייכל;

-- די פייגל זײַנען אוועקגעפלויגן פונדאנען. קיין איין צוויטשערל איז רונדארום ניט פאר. בליבן.

-- מיר האָבן זי אף טוט אָנגעשראקן, -- טוט א זיפץ באָגדאנאָוו.

און ביידע װײיסן ניט, אז זי אליין, שוין אָן די פייגל, װעלן פארבלײַבן דאָ, אפן ברעג פונעם פּרוט, ניט קיין סאך צײַט, אז זי װעלן אויך אינגיכן פארלאָזן אָט דעם קאנט אף לאנג, װועלן אַפּטרעטן גאנץ װײַט פונדאנען, צוערשט ביז אָדעס, דערנאָך אזש ביז סעװאסטאָפּאָל. און ס'איז טאקע גוט, װאָס זי װײיסן ניט ועגן דעם, װאָס אפילע קלערן װעגן דעם קאָנען זי ניט, און אָט די נאַענטע צוד קונפט באומרויקט זי ניט. װײַל סאיז זייער װיכטיק, אז יעדערער זאָל אויספילן זײַן כויוו אָן שרעק.

איצט, זיצנדיק צװוישן די עסעסאָווצעס אין דער בויד פונעם גרוזאָװיק, טוט רעוויאקין א טראכט, אז ער האָט ביז הײַנטיקן טאָג זײַן כויוו אויסגעפילט אָן שרעק. צי װעט אים אָבער קלעקן מוט אזוי צו דערגיין ביזן לעצטן אויסהויך, װייסט ער ניט. ער האָפט, אז יאָ. אָבער װער קאָן זיכערן אזא זאך? אלנפאלס, דערװײַל האָט אים אומעטום ניט געפעלט קיין געוואגטקײַט. רעוויאקין קלערט װעגן דעם ניט בארימעריש, ער קאָנסטאטירט פּאָטעט אָט דעם פאקט פאר זיך אליין. דאָך, אוב עמעצער מיינט, אז זײַן א לערער אין שול אין דער צײַט, ווען די אָקופּאנטן באלעבאטעווען אין דער שטאָט, איז אים א סאך לײַכטער, איידער פאָרנעמען א דיװערסיע אף דער אײַזנבאן, אָדער אין די מעכאנישע ווארשטאטן, אָדער אינעם האפן, אוב עמעצער טראכט אזוי, דערלאָזט ער א פעלער. דאָס װייסט ער,

29

רעוויאקין, בעסער פון אלעמען, װײַל אלץ איז דורכגעגאנגען דורך דעם הארץ. צו זײַן שוליטעטיקײַט אינעם אַקופּירטן סעוואסטאָפּאָל האָט ניט רעוויאקין קיין טײַנעס. בלויז איין מאָל איז ער געבליבן שטארק ניט צופרידן מיט דעם לערערישן גוירל, ריכטיקער װאָלט זײַן -- מיט זיך אלס לערער. דאָס איז געשען, ווען אים איז ניט געלונגען אײַנצושטעלן א געהעריקן קאַנטאקט מיט זײַן שילער צורקאן, א ייִנגל פון דער לעצטער פּארטע. אָט דער פאל האָט איצט ארויסגעשטויסן אלע זײַנע געדאנקען, און רעוויאקין האָט אפילע ניט באמערקט, װי דער גרוזאָװיק איז הויך אונטערגעשפּרונגען, ארויספאָרנדיק פונעם לאבאָראטאָרנעם שאָסײ.

א דאָס ייַנגל פון דער לעצטער פּארטע

דער לערער, אן אופגערעגטער, האלט אין זײַנע גרויסע און שטארקע פּױערישע דלאָניעס א דינינק, צונויפגענייט פון גרויען פּאקפּאפּיר, העפטל. נאָרװאָס איז פון דאָרטן ארויסגעפאלן א שמאָל װײַס פּאסמעלע און, א קוליע טוענדיק זיך אינדערלופטן, שטילינקערהייט געבליבן ליגן אף דער פּארטע. דער יונגאטש, דער באלעבאָס פונעם העפטל, פונוואנען עס איז נאָרװאָס ארויסגעפאלן דאָס װײַס פּאסמעלע, פארדעקט עס צעמישט און אײַליק מיט די הענט, נאָר ביזוואנען ער טוט עס, באװײַוט דער לערער איבערצולייענען דעם אופשריפט אפן פּאפּירל: , געלעבט האַט לענין, און ער לעבט, און ער װעט אײיביק לעבן!"

סטארענדיק זיך פארטײַען דעם אומרו, טוט רעוויאקין א קוק אף זײַן שילער. דאָס ייִנגל באהאלט דאָס פּאָנעם. דער לערער זעט נאָר זײַן נידעריק אראָפּגעלאָזטן בלאַנדן קאָפּ און די ציטערנדיקע הענט.

איין רעגע דוכט זיך דעם לערער, אז מע פּראָװאָצירט אים. א קאלטער שווייס באשלאָגט אים, און ער הייבט אָן פרירן. די פאשיסטן זײַנען עקלהאפטע באשעפענישן און פעיִק אף אלץ. אונטער" לעקער פארמאָגן זיי, ליידער. װאָס זשע טוט מען? מאכן קלוימערשט א טומל? און אויב דער כשאד איז אן אומזיסטיקער -- װעסטו דאָך בלויז אונטערלייגן א מינע דעם ייִנגעלע. דאָס בלוט קנאקט אין די שלייפן.

רעוויאקין קוקט זיך ארום. אין קלאס איז, װי טאָמיד, װי יעדן טאָג, קיינער באמערקט ניט זײַן צערודערונג. נאָר אין דער װײַלע, ווען ער נישטערט מיט די אויגן איבער די פּארטעס, טוט דאָס ייִננל, וועמענס העפטל עס ליגט אף זײַנע דלאָניעס, א הייב אוף דעם קאָפּ. און װי ער װאָלט בעקיוון אף דעם זשעסט געווארט, טוט זיך דער לערער שארף א קער צום שילער. זיי שטויסן זיך צונויף מיט די בליקן,. אין דעם שילערס. עטװאָס צוגעזשמורעטע טונקעלע שווארצאפּלען דערזעט רעויאקין פאר" דאכטונג. און ביטל. בעלי-סאָפעק, צו אים, צום לערער. און רעוויאקין טוט מיט פארלײַכטערונג א זיפץ.

א ביטערע שאָ האָט זיי צונויפגעפירט איניינעם. מע טאָר זיך ניט דערלויבן קיין שום פרײַקײַט, קיין מינדסטע קלײניקײַט: זיך צורירן, אשטייגער, מיט דער פּוערישער דלאָניע צו דעם יאטס האנט, זי א גלעט טאָן, כאָטש שװײַגנדיק צולאשטשען. פארן שילער איז ער, רעוויאקין, א פאשיסטישער מע" שאָרעס. אהער האָבן דאָך אים די היטלעראָװצעס צוגעשיקט, די ארבעטס-בירזשע, די אָקופּאנטישע מאכט.

קיינמאָל האָט ער ניט מיט קיין װאָרט, ניט מיט קיין טאט נישט באליידיקט זײַנע שילער, ניט געמוסערט זיי, ניט באשטראָפט. פון זינט ער האָט זיך אָפּנעבריט אף זײַן פּרוּװו-לימעד, נאָך אין באלאשאָוו, האָט רעוויא" קין אף אײיביק פארגעדענקט, אז אָן ליבע ביכלאל און ביפראט צו די שילער, קאָנקרעט צו די קינדערלעך, זועלכע זיצן בא אים אף די לימודים, איז דער לערער קיין לערער ניט. נאַר א מאָדנע זאך, רעוויאקינס הארץ איז געווען איבערפולט מיט ליבע צו זײַנע שילער, מיט געטרײַשאפט צו אָט די קאָנקרעטע סע" וואסטאָפּאַליער כעוורע, ייַנגלעך און מיידלעך, אָבער זיי פלעגן זיך היטן פאר אים. מיסטאם דערפאר, װאָס ער אליין האָט זיך צו זיי ניט דערנעענטערט. זײַן ליבע צו די קינדער איז געװען א טיף פאר" באָרגענע. ער האָט קיין רעכט ניט געהאט זיך דערנעענטערן צו זיי. אָבער די שילער האָבן דאָך װעגן דעם ניט געװוּסט. די קינדער האָבן ניט געקאָנט װיסן, אז זײַן ארבעט אין שול איז בלויז א טייל פון זײַן לעבן, אז כוץ איר האָט ער אף זיך נאָך אנדערע היסכײַװעסן. זי האָבן ניט געדארפט װיסן, זײַנע שילער, אז ער איז א קעמפער, און ניט פּאָשעט אן אונטערערדלער, זיי האָבן ניט געטאָרט װויסן, אז זייער ערנסטער, אפילע בייזלעכער לערער איז דער אָנפירער פון די פּארטיזאנער, פון אָט יענער קאָי מוניסטישער אַרגאניזאציע, וועלכע עס זוכט טאָג און נאכט די געסטאפּאָ. יעדערן פון די שילער, װי יעדערן פון די סעװואסטאָפּאָליער טוישווים, איז באקאנט איר צוזאָג, אז פאר אויסגעבן די סעוואסטאָי פּאַליער קאָמוניסטישע אונטערערדישע אָרגאניזאציע װעט אױסגעצאָלט װערן פופציק טױזנט מארי קעס...

25 30

רעוויאקין איז געווען איבערצײַגט, אז זײַן לעגאליזאציע אלס לערער איז א װיכטיקער דערפאָלג. און זי האָט אינדערעמעסן געבראכט פיל נוץ. אָבער איצט, שטייענדיק לעבן זײַן שילער, זעט ער באזונדערס בוילעט, וויפל ביטערניש עס איז אין איר פארבאָרגן.

ווען ער האָט געהאלטן באם פארענדיקן דעם באלאשאָװוער לערער-אינסטיטוט, דעראָבערנדיק די סאמע פרידלעכסטע אף דער וועלט פראָפעסיע, האָט נאָך אינדערלופטן שטארק געשמעקט מיט פּולװער פון דער פינישער קאמפּאניע. אויסער דעם, איז שוין פון מײַרעװ געקראַכן אף אונדז דער פארסאמטער דויך פון דער צווייטער וועלט-מילכאָמע. אָבער רעוויאקינען האָט זיך אפילע ניט געכאָלעמט, אז ער באקומט זײַן דיפּלאָםס א יאָר פאר דער פאשיסטישער אינוואזיע אפן סאָוועטנפארבאנד. ער האָט זיך געריכט אָנקומען ארבעטן אין דער שול, װוּ ער האָט געגעבן זײַן ערשטן פּרוּוו-לימעד, אין דער שול, וועלכע האָט אים ספּעציִעל אײַנגעלאדן אונטעריכטן כימיע און פיזיק און האָט געווארט אף אים. אָנ" שטאָט דעם אָבער איז ער אופגערופן געװאָרן אין ארמיי.

מיסטאם איז גוט, װאָס מיט אים האָט פּאסירט אלץ, װאָס עס האָט פּאסירט, װאָס ער האָט שוין אינעם ערשטן טאָג פון דעם קריג זיך געראנגלט מיט די פאשיסטן, װאָס ער האָט געקעמפט אין אָדעס, װאָס ער האָט פארטיידיקט סעוואסטאָפּאָל, ווען ער זאָל ניט געווען זײַן קיין סאָלדאט, װאָלט ער איצט אין אָקופּירטן סעוואסטאָפּאָל ניט געקאָנט זײַן קיין לערער, ביכדיי פּאַרשטעלן דעם אונטערערד- לער. נאָר אָט דער געדאנק האָט ניט געלינדערט דעם ווייטיק פון דער איבערלעבונג.

אָנבײגנדיק זיך, לייגט רעוויאקין פאָרזיכטיק אוועק דאָס העפטל באנאנד מיט דעם שילערס הענט, זאָגט שטיל, געוויינלעך, װי קעסיידער אײַנגעהאלטן, אז די פאָרמולע האָט ער, דער באָכערעץ, אָנ געשריבן ריכטיק און אז ער, רעוויאקין, װעט אים פאר דעם ארויסשטעלן די העכסטע אָפּשאצונג -- רעוויאקין האָט אופגעטאָן אלץ, װאָס עס איז געװען מעגלעך אין אָט דער סיטואציע. דערנאָך זיך אומגעקערט צום לערערישן טיש, זיך צוגעזעצט צו אים, צעעפנט דעם קלאס-זשורנאל, א פיר געטאָן מיטז בליק איבער די פּענעמער פון די שילער, און דאָס ערשטע מאַל פון זינט ער איז געװאָרן זייער לערער, זיך צעשמייכלט. ,אָט, הייסט עס, װיָאזוי מע מערקט אָפּ איליטשס יאָרטאָג. -- קלערט ער דערבײַ. -- טײַערע כעוורע מײַנע. מיר, געניטע, האָבן אין אונדזער געדרוקטן פלוגבלעטל, געווידמעט לענינען, ניט ארײַנגעשטעלט מאיאקאָווסקיס גלענצנדיקע שורע, און אט דער יאט האָט זי ארויסגע- שלעפּט פונעם זיקאָרן און פארוואנדלט אין א פּראָקלאמאציע. זאָל זײַן, אז ניט ער, אז עמעצער אנדערש, און ער איז בלויז א פארשפּרייטער, נאָר סײַװי אויסגעצייכנט!"

די פאמיליע פונעם ייִנגל אף דער לעצטער פּארטע געדענקט רעוויאקין ניט זייער פעסט, דערי" בער פירט ער מיטן פינגער איבערן צעטל פונעם קלאס פון אויבן אראַפּ -- ערגעץ שטייט ער דאָך, דער באָכערעץ. און אָט דער ניט-כיטרער מאנעווער גיט זיך אײַן. עטװאָס נידעריקער פון דער מיט רעשימע שטעלט זיך רעוויאקינס פינגער אָפּ.

-- צורקאן?! -- ברענגט ארויס דער לערער האלב-פרעגנדיק.

-- איך, -- רופט זיך אָפּ פארטויבט דאָס בלאָנדע ייִנגל אף דער לעצטער פּארטע, אופהייבנדיק זיך און בלאָנדזשענדיק מיט די אויגן אף רעוויאקינס געזיכט.

-- זעץ זיך, כ'בין צופרידן מיט דיר, -- העלפט אים קומען צוזיך רעוויאקין. -- אלץ איז בא דיר ריכטיק... אין העפט.., אלץ איז פּינקטלעך.

ווען מע װאָלט נאָך קאָנען אָפנהארציק, גלײַך אין די אויגן צוגעבן: ,יאַ, יאָ, לענין האָט געלעבט, און דערפאר איז פאראן אין סעװואסטאָפּאָל א קאָמוניסטישע אונטערערד. לענין איז געװוען, און דערי- בער דרוקן מיר אין קעלער די אנטיפאשיסטישע צײַטונג ,פארן היימלאנד", לענין לעבט, און מאכמעס דעם איז מיט דרײַ טעג צוריק אין דער קאזאטשיער בוכטע אונטערגעריסן געװאָרן א פײַנטלעכע וואך- שיף, א טאָג נאָכדעם -- א בארזשע מיט מעדיקאמענטן. לענין לעבט, און צוליב דעם איז נעכטן אראָפּגעלאָזט געװאָרן פון די רעלסן לעבן אינקערמאן אן עשעלאָן מיט פּראָװיָאנט. לענין װעט לעבן, און לעקאָװעד דעם װעט אָט-אָט אופלאמען א סרייפע אף דעם טאנקער, װעלכן עס רעמאַנטירן אפן רייד אונדזערע מענטשן". אָבער ניין, גאָרניט אזעלכס װעסטו ניט זאָגן. נאָר מע קאָן דאָך נאָך איין מאָל א שמייכל טאָן, ספּעציעל א שמייכל טאָן צו אים, צום ייִנגל פון דער לעצטער פּארטע.

ער װויל אָבער ניט, דער בלאָנדער באָכער, גלייבן אָט דעם שמייכל. און פאָרווארפן אים איז שוער. אליין רעוויאקין האָט דאָ אין דער שול מיט זײַן אָרנטלעכער, אָרטאָדאָקסאלער ארבעט געשאפן זיך א ניט-גוטן שעם. באליידיק זיך יאָ, באליידיק זיך ניט. אלץ איז דאָ קלאָר.

נאָכן לימעד פארהאלט זיך ניט רעויאקין אינעם לערעריצימער. דעם קלאססזשורנאל -- אפן סטעלאזש; א ריניק געטאָן דאָס פּידזשאקל מיט א בערשטל, װאָס הענגט לעבן דער טיר אף א צװעקל; דעם פּאסעק, אָפּקערנדיק זיך צו דער וואנט, -- אונטערגעצויגן אף אן אָרדנטלעכן לעכל; דעם שטערן, וועלכער שפּאנט אריבער די קוים-קוים אָנגעמערקטע צינגלעך פון א פּליך -- צעטיילט מיט א קנייטש אפצווייען. א פארדײַגעטער און בלייכער, גייט ארויס רעוויאקין אין שול-כאָל, װוּ עס פארװײַלן זיך זײַנע שילער, גאָר ניט זאָרגלאָז, עפּעס לאכלוטן ניט װי קינדער. כאָטש דער כאָל איז

1

א געראמער און א ליכטיקער, די גאנצע אויסערדיקע וואנט זײַנע פארנעמען פענצטער, זייער הויכע, קימאט ביז דער סטעליע, ניט קיין געקרייצטע מיט איבעריקע רעמלעך, גלײַך נאָך זײי, דוכט זיך, הייבט זיך אָן דער הימל.

וי נאָר רעוויאקין באװײַזט זיך צװישן די שילער, מאכן זיי אים גלײַך א ווארע, און ער בלײַבט אליין, װי ער זאָל ארײַנפאלן אין אן אויסהוילונג. פריִער פלעג אים אזא אופירונג פון די שילער געפעלן. ער אליין האָט מיטגעהאָלפן, אז בא זיי זאָל אנטשטיין אָט דער דערעכערעץ. אצינד װערט רעוויאקין אומעטיקלעך. די פארפרעמדטקײַט איז שרעקלעך שװער. פונדעסטוועגן פארלירט ער ניט די האָפענונג זיך באגעגענען מיטן ייִנגל פון דער לעצטער פּארטע. עס װילט זיך -- און עס איז נייטיק זיך דורכשמועסן מיט אים אויג אף אױיג, סװאָלט זיך אָפּגעזוכט װעגן װאָס צו ריידן, ניט אנטפּלעקנדיק, װער ער איז. גוטע, ווארעמע װערטער װאָלט ער געפונען פאר זײַן שילער, ביפראט נאָך, אז מער גאָרנישט קאָן מען איצטער ניט אופּטאָן, ניט פאר זיך, ניט פארן שילער.

פּאָשעטער װאָלט געװען מיסטאם אינגאנצן ניט באמערקן צורקאנען, צוווארטן, ביזוואנען ער װעט אליין זיך פולקום בארויִקן, באאָבאכטן אים פונדערװײַטנס, אומבאמערקט, פארפּינקטלעכן זײַן ייִכעס, און דעמלט שוין פאָרנעמען עפּעס רעכטס. נאָר אן אומקלאָרער פאָרגעפיל האָט אונטערגע- טריבן דעם לערער, אופגעװעקט אין אים א כשאד, אז דאָס ייִנגל, מוירע האָננדיק פאר אים, פאר רעוויאקינען, קאָן זיך באהאלטן. ס'וועט זײַן א שאָד אָנװערן אים און עפשער ניט נאָר אים.

אינעם כאָל פארבלײַבט רעוויאקין ביזן קלונג. ער דערווארט זיך פונדעסטװעגן אף צורקאנען. באװײַזט א זאָג טאָן דעם שילער, וועלכער האָט געװאָלט אומבאמערקבאר זיך דורכשלײַכן אין קלאס:

-- אז עס װעלן זיך ענדיקן דײַנע לימודים, געפין מיך. איך נייטיק זיך אין דײַן הילף,

צורקאן ענטפערט ניט גאָרנישט, ניט מיט קיין װערטער, ניט מיט קיין װוּנק. זײַנע אויגן, פול מיט געשפּאנטער אופמערקזאמקײַט, טוען א פינקל בייז.

פון דער ארבעט קערט זיך אום רעוויאקין איינער אליין: דאָס ייַנגל פון דער לעצטער פּארטע גלייבט אים ניט, יל אים ניט גלייבן,. א שװוערע לאסט קײַקלט זיך ארוף אף דער נעשאָמע. ער, רעוויאקין, האַט ניט געטאָרט, בעשום-אויפן ניט געטאָרט דורכלאָזן דעם שילער.

אינדערפרי, נאָך פאר זײַן לימעד, צעטראָגט זיך א קלאנג, אז צורקאנען האָט מען בייס אן אָב- לאווע אװעקגעשלעפּט אין געסטאפּאָ. רעוויאקין שטייט אין לערער-צימער, צוטוליענדיק זיך מיטן אקסל צום שארפן בײַשטידל פין דעם סטעלאזש. פארשפּעטיקט... ער פארשטייט, ס'האָט זיך ארײַן- געמישט א צופאל, אן אומגעלומפּערטער, קיינער איז ניט שולדיק, אָבער מויכל זײַן זיך אליין, װאָס ער האָט זיך פארזאמט, קאָן ניט דער לערער. עפשער איין װאָרט זײַנס נעכטן, א צו דער צײַט גע זאָגטס, װאָלט פארהיט א קעמפער פאר דער אונטערערד. עס װילט זיך שרײַען. רעוויאקין פארקלעמט די-ציַין בי היטיק,

פון געסטאפּאָ האָט זיך צורקאן ניט אומגעקערט. פון דאָרטן קערט מען זיך ניט אום. אָט דער געדאנק טוט א ברי רעוויאקינען, קערט אים אום אפסנײַ אין דער װירקלעכקײַט, מיטן שטיקנדיקן בענזין, מיט די עסעסאָװצעס פון ביידע זײַטן. אים, רעוויאקינען, פירט מען דאָך אויך אין געסטאפּאָ. צי דען װעט ער זיך שוין ניט אומקערן? און לידע... ביזוואנען דער גרוזאָװיק שלעפּט אים מיטן גע- דרייטן װעג בארג-ארוף, קלערט ער וועגן איר.

מיט סאקאָנעסינעפאַשעס

װיאזוי עס שטעלט זיך פאנאנדער דאָס לעבן אין זיקאָרן און פארװאָס שפּרינגט פון מאָל צו מאָל ארויס אין אים אפן אױננאָן גראָד די און ניט יענע געשעעניש, װײיסט ניט רעויאקין, נאָר קלערנדיק ועגן לידען, דערמאָנט ער זיך קױידעמקאָל אין זײַנער אן אומגעריכטער באגעגעניש מיט איר, וועלכע איז פאָרגעקומען גאָר ניט אזוי לאנג צוריק, ס'קאָן זײַן, אז פון דענסטמאָל זײַנען דורכ- געגאנגען א װאָכן דרײַ, ניט מער. אמאָל איז טשיקאווע א קוק טאָן אף זיך אליין פונדערװײַטנס.

רעוויאקין שטעלט אוף דעם קאָלנער פונעם אָפּגעריבענעם דעמיסעזאָנעם מאנטל, װאָס האָט שוין ערלעך אָפּגעדינט זײַנס און װעמענס טערמין עס איז שוֹין לאנג אויסגעגאנגען, און שפּאנט אײַנגעהױקערט, פאָרזיכטיק איבער די שטיינערנע טרעפּ פונעם שול-גאנעק, גלײַך ער װאָלט געטראָטן אין כאשכעס ארײַן, פארטיפט אין מאכשאָװעס, דערזעט ער דאָס װײַב ערשט באם צופוסנס פון דער טעראסע. לידע טראָגט זיך צו אים אפן טראָטואר האסטיק, לײַכט, האגאם די שװוערע פולקײַט פון איר שוואנגערשאפט שפּארט שוין ארויס און אין דער האנט האלט זי א סאָליד ווירטשאפטלעך קוישל.

רעוויאקין פירט צונויף די ברעמען. די אנטשטייוּנג פון דעם װײַב דאַ, אין אָט דער צײַט, איז פאר אים אומדערווארט, זי האָט איצט געדארפט זײַן אין גאַר אן אנדער אָרט, אף דער קאָראבעלנער

2--1 32

זײַט, פארווירקלעכן דאָרט א פארגעבונג, וועלכע זי, דאָס װײַב זײַנס, האָט אליין פאר זיך אויסגע- כלאָפּאָטשעט.

אָנפארטרױט האָט מען לידיע טימאָפײעװנען א דרינגענדיקן און געפערלעכן איניען: ברענגען א פּעקל פּודעלעך מיט זעלבסטפלאמענדיקן שטאָף אין דער דירע פונעם שלאָסער-אונטערערדלער, וועלכער האָט באקומען א פאראָרדענונג פון די דײַטשן איניינעם מיט זײַן בריגאדע פאריכטן די צע- שעדיקונגען, װאָס די סאָוועטישע אװיאציע האָט אָנגעטאָן א טאנקער. אט די פאשיסטישע, איבער- געפולטע מיט ברענשטאָף שיף האָט זיך צום האפן ניט געקאַנט דערשלעפּן און איז געבליבן שטעקן אפן רייד -- פארניכטן זי האָט מען געמוזט אומבאדינגט.

ווען דער שטאב פון די אונטערערדלער איז צוגעטראָטן צו לייזן די פראגע, װער ס'ועט אַפּ טראָגן די פּודעלעך מיטן צינדזמאטעריאל דעם בריגאדיר פון די שלאָסערס, האָט לידיע טימאָפייעוונא פאָרגעלייגט שעמעװודיק, מע זאָל עס דערלויבן אופטאָן איר. אף דער הייסער מינוט האָט מען איר באקאַשע אנטשיידן אָפּגעװאָרפן. האָט זי ארויסגערוקט דעם לעצטן קאַזיר;

-- פאר אזא מין שפּאציר טויג איך מער פון אלעמען, -- האַט זי א גלעט געטאָן מיט דער דלאָניע איר הויכן בויך. -- וועמען װעט אין קאָפּ ארײַנקומען א כשאד, אז איך טראָג א קראמאָלנע לאסט? קיין מעובערעסע פרויען זינדיקן ניט מיט אזעלכע פארװײַלונגען...

איר געלינגט איבערצײַגן די כאוויירים.

,פארװאָס זשע איז זי דאָ?" -- טוט איבעראשט א פרעג זיך אליין רעויאקין. און לאָזט זיך אפגיך אנטקעגן דעם װײַב,

ענטפערנדיק אף זײַן אומרויקן בליק, טוט לידע א נישטער מיט די אױיגן ארום און ארום, שעפּטשעט:

-- אן אונטערזוכונג געווען.

-- בלויז בא אונדז? -- שפּיצט זיך אָן רעוויאקין.

דאָס װײַב שאַקלט מיטן קאָפּ אף ניין;

-- אין פיל הײַזער אף דעם לאבאָראטאָרנעם.

-- װאָס זשע ביסטו צעטומלט? -- לייגט ארוף וואסילי די האנט אף דעם װײַבס אקסל. -- און אזא מין שיין ביסל וועג אָנגעלײגט מע ווארט דאָך אף דיר.

-- כ'ווער, קענטיק, א פּאכדנטע, -- ענטפערט אָפּ לידע װי א פארשולדיקטע.

זי טוליעט זיך צו צום מאן:

-- ניט פאר זיך האָב איך מוירע -- פאר דיר ציטער איך.

ער טוט א הייב איר קין מיט דער דלאָניע, גלעט די צעצונדענע פון פלעקן באק, זאָגט צארט:

-- איבעריקע פּכאָדים. מיט דײַן שרעק קאָנסטו אָנטאָן שאָדן אונדזער יוירעש.

-- כ'ווייס, כ'ספּראווע זיך אָבער ניט מיט זיך.

רעוויאקינס ליפּן הייבן אן װיברירן;

-- גיי איבער צו דער מאמען. בא איר איז געפארלאָזער. און עפשער גאָר דיך אָפּלאָזן צו די פּארטיזאנער אין וואלד?

מיט אן אָפּגעשוואכט קאָל, אײַלנדיק זיך, זאָגט לידע:

-- ניין, ניין! אז דו װעסט מיך אָפּשיקן פון זיך, האָב איך מוירע מער, װי א הונט פאר א שטעקן. כ'בעט דיך, טרײַב מיך ניט אין ערגעץ. קיין אֶל װעל איך פאר דיר ניט װערן. דײַן מיטקעמ- פער װעל איך זײַן ביזן סאָף.

-- בארויק זיך, קלייניטשקע מײַנע, מירן אויך װײַטער שפּאנען איניינעם, -- רעוויאקין נעמט זי אונטערן אָרעם.

דאָס פּאַרפאָלק שפּאנט אקסל צו אקסל, פאר אלעמענס אויגן -- סאָליד, פײַן, ניט געײַלט, גלײַך זי װאָלטן זאַרגלאָז שפּאצירט. א פײַכט װינטל לעקט זייערע פענעמער, פײַפט הייזעריקלעך.

-- פאראכטעסט מיך, וואסיע, איאָ? -- זאָגט װאָרקענדיק לידע און קוקט ארײַן געשפּאנט דעם מאן אין די אויגן,

-- ביסט מיר טײַער, נארעלע.

רעוויאקין ווייסט, אז ער איז אופריכטיק מיטן װײַב, אָבער פארװאָס טוט ער אײנצײַטיק ווידער- אמאָל א קלער וועגן איטעלען, דאָס איז ער ניט אימשטאנד צו באנעמען.

-- ניין, כ'וויל, דו זאָלסט מיך פארשטיין, װי עס דארף צו זײַן, -- זעצט פאָר לידע אײַנגע- שפּארט. -- מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז די פאשיסטן זײַנען געקומען נאָך דיר. איצט האָב איך זיך שוין אָנגענומען מיט קויכעס -- דו ביסט דערנענן, כוועל באלד... באלד טראָג איך אָפּ.

מיטאמאָל פארפּרעסט לידע אונטער דער האנט דעם מאנס עלנבויגן -- אינדערװײַטנס באמערקט זי א דײַטשישן פּאטרול, װאָס רוקט זיך אין זייער ריכטונג. אן אָפיצער -- בא דער זײַט, לעם טראָ- טואר, אפן ברוק -- די סאָלדאטן. מיט היספּײַלעס צעפּליעסקען זיי די בלאָטע.

393

-- טו א קוק, וװיָאזוי מע דארף מארשירן, -- זאָגט לידע, צונויפקאַרטשענדיק זיך פאר קעלט. -- אָט אזוי װאָלט איר געדארפט שפּאנען, ביזן מאלאכאָוו קורגאן...

-- װאָס זשע מיינסטו!? מירן דורכשפּרײַזן ניט ערגער, -- זאָגט צו דעם װײַב רעויאקין, קיי מאט קלאנגלאָז, נאָר לידע פארשטייט אלץ. איר װײַזט זיך אויס אפילע, אז דער מאן גיט נאָך צו: ,מירן דעם פײַער איבער די שראָצים עפענען אין פולן גאנג". און עפשער זאָגט וואסילי מער גאָרניט, עפשער דוכט זיך איר בלויז אויס, אז ער האָט ארויסגעבראכט אָט אַידי װוערטער, װײַל זי װייסט, װאָס פאר אן אָפּעראציע עס קלײַבן זיך פאָרנעמען הײַנט די אונטערערדלער. אָט די פארפּלאנירטע אָפּעראציע האַט לעכאטכילע זיך אויסגעוויזן לידען פאר אן אומבאטראכטער. און זי האָט ארויסגע- זאָגט דעם שטאב אירע ספייקעס מיט יענער אָפנקײַט, װעלכע אין איר איגנטימלעך קעסידער. דערהערנדיק אירע וואקלונגען, האָט רעוויאקין מיט צאר א קאָסע געטאָן אפן װײַב די אויגן. פאר- שטייט זיך, אונדזערע זײַנען שוין נאָענט, ס'װאָלט געװען בעסער אױיסמײַדן פארלוסטן, יאָ, דיזיקירן אָן בארעכטיקונג איז זינלאָז. אָבער באשיסן די דײַטשן באנאכט און אין פארשיידענע ערטער פון דער שטאָט מוז מען אומבאדינגט. דעם סוינע דארף מען דענערוירן -- זאָל ער זיך באומרויקן, ציטערן פאר שרעק, זאָל אף אים אָנפאלן א מעהומע, די ערד דארף פלאקערן אונטער זײַנע פיס. דעם מאנס גערעכטקײַט אנערקענט לידע ניט גלײַך, אָבער אָנעמענדיק זי, שליסט זיך לידע גלײַך אײַן אין דער צוגרייטונג פון דער אָפּעראציע. די באנאכטיקע קלעפּ איבערן סוינע האָבן די אונטערערדלער באשטימט פאָרנעמען, איבערגעטאָנענע אין דער אוניפאָרם פונעם פּײַנט. אָט די מאלבושים איז געווען ניט פֹּאַ שעט צו ארויסבאקומען.

דער פאשיסטישער פּאטרול איז דורכגעגאנגען, לידע באגלייט אים מיט די אויגן און בארימט זיך, אז פאר איר מאן, פאר וואסיען, איז שוין א מונדיר פארגרייט, זי, לידע, האָט אים אליין צוגעפאסט צו דער מאָס, פּלוצעם טוט זי א שרײַ:

==

און טאפּט מיט דער האנט דאָס הארץ.

-- װאָס איז מיט דיר? -- פרעגט צערודערט וואסילי, נישטערנדיק ארום און ארום מיט די אויגן. ער פארהאלט אויך דעם אָטעם.

דאָס װײַב שעפּטשעט אויס מיט צארטקײַט:

-- דער אומבאװוּסטער האָט זיך א ריר געטאָן. דערלאנגט א קנאק מיטן פיסל...

רעוויאקין באלעקט די ליפּן.

-- גיב מיר אהער דאָס רענצל, -- זאָגט ער ווייך. -- איך װעל עס אָפּטראָגן. קער זיך אום אהיים.

-- װאָס רעדסטו?! ס'איז דאָך פאראן א באשטימונג און א באפעל.

- קיין צײַטוניטאַיי ‏ אנולירן;

-- טשעפּע ניט! לאָז אָפּ דאָס רענצל. -- לידע טוט זיך שארף א קער אָפּ פונעם מאן. -- ביסט כאָסערדײע? רופסט אף זיך ארויס די אופמערקזאמקײַט פון נײַגעריקע ליידיקנייער.

א ביסל שפּאנען זיי נאָך צוזאמען. לידיע מוסערט דעם מאן א באליידיקטע:

-- דו ביסט אין גרימצאָרן ארײַנגעפאלן, װען כ'האָב געפרעגט, צי מוזסטו אומבאדינגט פירן באנאכט די כעוורע צום מאלאכאָוו קורגאן? איך האָב געזאָגט, אז דאָס װאָלט אן אנדערער געקאַנט טאָן. האָסטו אף דעם, װי אן עכאָ, זיך אָפּגערופן, אז יאָ טאקע, אויך אן אנדערער װאָלט עס געקאַנט טאָן, נאָר דאָס װעסטו טאָן, ניט קיין אנדערער. דאָס רענצל װאָלסטו מיסטאם דערטראָגן בעשאָלעם, נאָר דאָס װעל איך טאָן, טײַערינקער, ניט דו, זײַ מיר מויכל. װײַטער באגלייט מיך ניט...

די װאָלקנס אין הימל ווערן שיטערער. עס שמעקט מיט יאם, וװעלכער רוישט ניט װײַט פונדא- נען, אף יענער זײַט בערגלעך.

רעוויאקין קוקט אף דעם װײַב, װאָס דערװײַטערט זיך מאיעסטעטיש, און טראכט דערבײַ מיט אומרו און שטאָלץ, אז ניין, דער גוירל האָט אים ניט געקריוודעט.

יט

יאָסל בוכבינדער 26

צווישן פרײַנטלעכע הערצער

װוּנדערלעך העל

וי װונדערלעך העל איז געווען דאן די ליכט פון מײַן ברויזנדער יוגנט, װי זויבערדיק קלאָר איז געווען מײַן גליקלעכער אָנהייב און מונטערדיק פרײַ איז געווען יעדער טרוים וי די בלוי פון א זומער-פרימאָרגן, און מיט ערלעכע אויגן געווען כ'בין פארגלייבט אין יעטװוידן גאנג פונעם לאנד, באװאָפּנט מיט פרייד און מיט ליכטיקע זאָרגן. מיט אלעמען גלײַך האָט מײַן הארץ זיך געפרייט און אָפטמאָל געבלוטיקט, געליטן, פאר יעטװוידן דורכפאל אין װועג כ'האָב ביז אומזין געװוייטיקט, נאָר טייקעף געלאָזט זיך פאָרויס איבער פראָסטיקע װעגן פארשנייטע מיט דער רוסישער טראָיקע, װאָס יאָגט מיט איר קלינגענדן שליטן, און מײַן הארץ צװישן פרײַנטלעכע הערצער געפינט זיך מיט גרויס פארגעניגן. איז שטעלט זיך ניט אָפּ און פיר מיך אלץ װײַטער איבער זיכערע װעגן מיט זוך-שײַן פארווייטע, װאָס זײַנען ביז איצטער מיר ליב און זײַנען פארבליבן מיר טײַער, װײַל דאָ אף דער רוסישער ערד איז געבוירן מײַן ייִדישע ליד, און כ'האָב אין דער קוזניע פון הארצַן מײַן יעטווידע שורע געשמידט, עס פינקלען װי שטערן די אויסיעס מיט ווארעמען פרידלעכן פײַער.

א כישטרענג אָן מײַן געהער

אָפּט שטרענג איך אָן מײַן געהער צו קלאנגען פון צארטע קלאווירן,

כ'ווער ניט מיד אויך צו הערן

פארקישעפטע סטרונעס פון פידלען,

אליארם פון שטאָלצע קלארנעטן,

װאָס רופן און װעקן, װאָס מאָנען און בעטן

9

א לײַטישן שאָלעם פאר לענדער -- די מענטשלעכע הערצער דערקוויקן.

כ'בלײַב שטיין אף דער ערד א געפּלעפטער

און קאָן פונעם אָרט זיך ניט רירן,

און איך הער, װי עס טראָגט זיך א קאָל א פארגרעבטער, געלאָדן מיט מערדערשן פּולװער,

און גארט צו פארהילכן, פארטויבן

די שיינע סימפאָניע פון גליקלעכן פרידן.

בעט איך אײַך, סטרונעס, נאָך הילכיקער שפּילן די ליד די געגארטע פון זיגרײַכן פרידן.

איך אײַל זיך

איך בעט דיך, פרײַנט מײַנער,

פארהאלט מיך ניט אין װעג, צי זעסטו דען אליין ניט

וי איך בין שטארק פארנומען? אף מײַנע ביינערדיקע אקסלען

טראָג איך װאָלקנס, װי די בערג, געלאָדענע מיט רעגנס,

מיט דאָרעם-:שײַן צעווארעמטע,

ווירדע איז ניט קיין האָנער, ווירדע איז ניט קיין גײַװע, ווירדע ווייסט ניט פון קיין גאדלעס און איז ניט ענלעך אף א גאָנער, װאָס פון גײַװע שעפּט ער נאכעס. ווירדע איז א מידע, װאָס פארמאָגט בלויז שיינע מײַלעס,

אז אופגיין זאָל א בליונג

אף מײַן ראכוועסדיקער ערד. אויב א רעגן קומט פארשפּעטיקט,

אויב אין הימלען ער פארהאלט זיך, קאָן ניט אופגיין נאָך די שעפע --

אף דעם צוגעזאָגטן פעלד. בעט איך דיך, מײַן פרײַנט,

פארהאלט מיך ניט אין ועג..

זאג ארי "1

און איר גרעסטע, פײַנסטע מײַלע איז, װאָס איר שטאָלצקײַט אין באשיידן, האלט זיך אומעטום אָנשטענדיק, דערלאָזט ניט קיינמאָל זיך באריידן, דערלאָזט ניט, קיינער זאַל זי קריוודען און באהאוולען זי אומזיסט.

יויספף בורג

מײַן פרילינג, מײַן הארבסט...

כ'האָב הײַנט זיך אופגעכאפּט פון שלאָף עפּעס פריִער װי געװיינלעך. דער קאָפּ איז געווען ווייטיקלער שווער. אין אים האָבן נאָך געעקבערט רעשטלעך פון א ביזן איבערגעריסענעם כאָלעם. א טעמפּע שואכקײַט אין געלעגן אין אלע מײַנע גלידער, און די אויגן האַבן קוים-קוים זיך געעפנט פארן נײַעם טאָג.

און דער נײַער טאָג איזן געװען אזא פרישער, פול מיט פריידיקע פרימאַרגןדקלאנגען און ליכטי" קע שטראָמען זונענשיין. נאָענט באם פענצטער, קימאט אָנרירנדיק מיט די צװײַגן די שויבן, האָבן אין א לײַכטן דרעמל זיך געװויגט אלטע צעקנאָי דערטע עפּלבײימער, אָנגעטאָנענע אין גרינגן װײַסי ראָזעװן צװויט, און אויסגעזען אזוי לײַכט, װי זײ װאָלטן געשװועבט איבער דער ערד.

אלטע עפּלבײימער האָבן געבליט מיט ינגן פרילינג, און דער גאנצער ארום איז מיטאמאָל גע" װאָרן נײַ; געשטראָמט מיט גליק און האָפענונג און זיך געבאָדן אין דער כיִעסדיקער בלױקײַט פון די הימלען.

איך האָב געװאָרפן א קורצן בליק צום שפּיגל אף דער וואנט. דאָס גלאָז איז אויך געװען פאר- טאָגיק-בלוי. פון אים האָט אויך ארױיסגעשײַנט דער פרילינג מיט יונגקײַט און בליונג.

פּלוצעם...

אין דער שפּיגליטיפקײַט האָב איך דערזען דאָס פּאָנעם פון מײַן טאטן. א שטארק געעלטערט פּאַנעם, װאָס האָט געקוקט אף מיר מיט שאָטנדיק- פארלאָפענע, אוסגעלאַשענע בליקן, גלײַך עס װאָלט דורך כאלוימעס די נאכט ניט דערשלאָפן. און דער קאָפּ איז געוװוען אינגאנצן װײַס, וי יונ גער װײַסער צוויט.

אלטקײַט און בליונג...

א קילקײַט האָט א גליווער געטאָן אין דער ברוסט. דאָס הארץ האָט זיך רײַסנדיק א ויג גע- טאָן. כ'האָב אין פרילינג דערפילט דעם הארבסט

און זיך דערמאָנט, אז הײַנט איז דער טאָג פון מײַן געבוירן.

װי װײַטע אָפּקלאנגען האָבן מיטאמאָל זיך צעשפּליטערט און צעשאָטן אין מײַן געמיט פאר- באָרגענע שטיקער לעבן. עס האָבן אופגעטויכט פאר מיר געשעענישן װײַטע און פארגעסענע. עס האָבן זיך ארויסגעשיילט געשטאלטן פון מענטשן, װאָס א טייל פון זיי זײַנען שוין לאנג פארוואנדלט געװאָרן אין אש... און עס האָט זיך א וויקל געטאָן א גאנצער פּלאָנטער פון שטורמישע דערמאָנונגען ועגן ליבע און האס, װעגן זינד און אומשולד.

אקיידעס יַצנאָק

מײַן לעבן האָט זיך אופגעכאפּט אין א נא קעט:געהויקערט שטיבל באם סאמע ברעג פון א שטורמישן בארג-טײַך. איבער מײַן צוקאָפּנס האָבן אומרויִק און צעװילדעװעט זיך געכוואליעט רוישי" קע וואסערן און ס'האַט געריזלט דער שטילער שאָרך פון װעלדער, דערצײילנדיק דער נאכט פאר- הוילענע מײַסעלעך.

מײַן מאמע האָט געהאלטן, אז איך בין גע קומען אף דער וװועלט פרײַטיק פארנאכט, אין פאָר- לעצטן טאָג פון כוידעש מײַ, פּונקט װי ליכט- בענטשן.

און אזוי איז פארשריבן געװאָרן אין סייפער האכאיִם,

א שיינעם כוידעש האָט מײַן מאמע אויסגע- קליבן צו ליגן אין קימפּעט מיט איר ערשטלינג. א כוידעש פון בליונג און באנײַונג. אויך א טאָג א שיינעם, א פאָרכטיקן האָט זי אויסגעקליבן --

37

די רעדאקציע און די רעדקאַלעגיע פן ססאַװעטיש הימלאנד*" באגרי'סן הארציק דעם שרײַבער יויסעף בורג מיט זײַן 75:טן ג;עבורטסטאָג און וינטשן אים געזונט, אריכאסייאָמים און נײַע שעפערישע דערפאָלגן.

ערעוו שאבעס. עפשער האָט טאקע די שײנקײַט פונעם כוידעש און די הײליקײַט פונעם טאָג גוי" רעם געווען דערצו, אז אין יאָרן ארום זאָל פּלוצעם דער פרילינג זיך צעזינגען אין מײַן הארץ מיט יענעם אָנגעװײיטיקטן ניגן פון ליכט-בענטשן..

געוואקסן בין איך איניינעם מיט דער פרייד פון די שוואלבן און מיטן געוויין פון דער סאָװוע. מיך האָט מײַן מאמע פארוויגט מיט לידער, פול מיט בענקשאפט, און דער טאטע האָט מיך אײַןי געשלעפערט מיט מײַסעלעך און לעגענדעס, אין וועלכע ער האָט ארײַנגעװעבט און ארײַנגעשפּינט זײַן אייגן געמיט און זײַן אייגענעם עלנט, ניט בא" נעמענדיק אפילע, וויפל קישעף עס האָט פארמאָגט זײַן שפּראך,

אזוי האָב איך געיארשנט בא מײַן טאטע- מאמע סײַ דעם טרויער פון לעבן, סײַ דעם פלא" טער פון פּאָעזיע...

צו פינף יאָר האָב איך אָנגעהויבן גיין אין כיידער, מײַן רעבע איז געווען א קליין געהויקערט ייִדל, מיט א געלאָפּגעצױגן פּארמעט-פּאַנעם, בא" רעמלט פון אן אש-גראַוו שיטער בערדל, װאָס האָט זיך װי געייַשעװט, צי זאָל עס ואקסן, צי ניט. ער האָט געהאט לאנגע קנעכלדיקע פינגער, װעל- כע האָבן מיט עפּעס א מעשונעדיקער באוועגונג צוגעטאקעװועט צום לערנען, גלײַך ער װאָלט דיי ריזשירט מיט אן אָרקעסטער.

אָט דער רעבע האָט די סעדרעס פון כומעש ניט פארטײַטשט, נאָר אױסגעטײַטשט און איבער- פאנטאזירט אף זײַן אויפן. די פּסוקים זײַנען בא אים ארויסגעקומען פלאמיקע, און יעדעס װאָרט איז אויסגעוואקסן, געװאָרן גרויס און פײַערדיק... מיט א פארכאפּטן אָטעם האָב איך זיך צוגעהערט

8

צו דער פליסיקײַט פון זײַנע רייד, צו דער ביל דערישקײַט פון זײַן שפּראך. די אָװעס האָבן זיך לעבעדיק אנטפּלעקט אין מײַן קינדעריש-צעשפּילטן דימיען, מיך פארטראָגן אין א װונדערלעכער צוי" בער-װועלט. מיר האָט זיך אויסגעוויזן, װי איבער אונדזערע בערג האָט אװראָם געפירט ייִצכאָקן צו דער אקיידע. איך האָב אים געזען ליגן א געבון- דענעם אפן מיזבייעך, און מײַן הארץ האָט געוויינט פון ראכמים. איך האָב אויך געהערט דאָס דונערן- דיקע קאָל פונעם מאלעך, װאָס האָט געשװעבט אונטער א צעשפּאָלטענעם הימל:

---ניט ריר דײַן זון.. ס'יאיז נאָר געווען א געטלעכער אױספּרוו...

ערשט אין יאָרן ארום האָב איך פארשטאנען די װערט פון מײַן רעבן, וועלכער איז בעלי-סאָפעק געווען מער דיכטער, װי מעלאמעד, ער האָט בא" לויכטן די טראגישע אקיידעס-ייַצכאָקישײנקײַט מיט אױיסגעכאָלעמטע װערטערנײַקײַטן, װאָס גייען מיר נאָך ביז הײַנט איניינעם מיט דעם צויבער פון יענע װײַטע כיידער-נעכט. זיי גייען מיר נאָך, װײַל מיר האָבן דאָך אליין געזען, וויפל ייַצכאָקס זײַנען דער" שטיקט געװאָרן אין גאזיקאמערן, פארברענט גע" װאָרן אין קרעמאטאָריעס, און דער הימל האָט זיך ניט געשפּאָלטן...

נעקאָמע

עטלעכע שפּאן פונעם אלטן מארק האָט גוי" לעמדיק-פארטראכט זיך געהויבן איבערן שטעטל א כמורנער, אָפּגעבליאקעװעטער דרײַשטאָקיקער

מױער, מיט א פארװישטער אופשריפט נאָך פון װײַטע עסטרײַכישע צײַטן:

,פאָלקס-שול".

די געבײַדע איז געווען שטרענג צעטיילט אין צוויי העלפטן. איינע פאר מיידלעך, מיט אלטע פארזעסענע לערערנס, די צוייטע -- פאר ייַנגלעך. אין ביידע טילן, װאָס האָבן געהאט באזונדערע ארײַנגאנגען, איז דאָסראָװ שילער באשטאנען פון קינדער, געקומענע פון דער ייִדישער אָרעמקײַט.

איך האָב אויך געלערנט אין אָט דער שוֹל.

קימאט יעדן אינדערפרי פלעגט די מאמע מיך ארויסבאגלייטן מיט דערשראָקענע אויגן:

-- זע, קינד, דער לערער זאָל דיך ניט דארפן שלאָגן...

דער לערער, פאר װעלכן ייַדישע מאמעס האָבן זיך אזוי געשראָקן, איז געװען א ינגער שמאָל-ביינערדיקער דײַטש. א לאנגפיסיקער, װאָס האָט זיך געפּלאַנטערט אין דער לאנגקײַט פונעם אייגענעם קערפּער. ער איז ניט געװען פון ,אונד זערע" דײַטשן, וועלכע האַבן געלעבט בישכיינעס, נאָר א געקומענער פון ערגעץ א שוואבישער פּראָז ווינץ אין טראנסילוואניע. ער האָט געהאט א רויט- לעך-הארט פּאָנעם, בייזע גרוייקעצישע, זשמורענ- דיקע אויגן און זייער נידעריקע בלאָנד:געשוירענע האָר. קוים פלעגט ער מיט זײַן קעצישן בליק עמעצן א ברי טאָן פון אויבן אראָפּ, איז יענעם א קילקײַט פארלאָפן אונטער דער הויט.

פאר יעדן מינגסטן שרײַביפעלער פלעגט ער שלאָגן מיט דער שארף פון דער װירע איבער די דלאָניעס. שלאָגן אזוי, אז בלוט-רויטע געשווילעכצן זײַנען אָנגעלאָפן. דערבײַ האָט זײַן הארט-רויטלעך פּאָנעם געפלאמט און אין די אויגן האָט זיך גע- צונדן א וועלפיש פּײַער.

-- לאוזבובן!

און געמיינט האָט ער מיט דעם זידלװאָרט די ייִדישע קינדער, וועלכע ער האָט געלערנט און וועלכע ער האָט פּײַנט געהאט מיט אן אײַנגעבױ רענער פארטײַעטער סינע.

און װען עמעצער פון די שילער איז נאָכן אָנבײַסן געקומען אין כיידער א צעמיימעסטער, האָט דער רעבע אראָפּגענומען פונעם טיש דעם קאנטשיק -- א קורץ שטעקעלע מיט עטלעכע די" נע, לאנגע רימענדלעך, װי צעשניטענע רעציעס, און אין זײַנע פרומע אויגן האָט א גלי געטאָן א ראכמאָנעס-געפיל:

-- שוין װידער דער האָמעהאָראַשע?..

ער האָט געמאכט א קורצע האפסאָקע, פאר- צויגן דעם פּארמעט-בלייכן שטערן ארוף צו דער יארמעלקע און עטװאָס אופגערודערט צוגעגעבן:

-- לעס דין װעלעס דאיען...

א צווייט מאָל, באהאלטנדיק דעם קאנטשיק, האָט ער מיט א טפילע-קאָל געגעבן צו פארי שטיין:

-- װאָס, קינדער, דער קאנטשיק איז ניט מער וי אף צו שרעקן, קעדיי גאָטס טוירע זאָל אופ- גענומען װערן בעאהאואָ... ניט, כאָלילע, װי בא דעם האָמען די ווירע אף צו מיימעסן ייִדישע קיני דער...

װי אויסטערליש עס זאָל ניט קלינגען, נאָר אָט דער בלוטדורשטיקער , האָמען" האָט פאנאטיש ליב געהאט פּאָעזיע. ער האָט א סאך לידער און באלאדעס געקענט אף אױיסװײיניק און זיי פאָרגע- לייענט מיט אזא געטלעכער באגײַסטערונג, גלײַך ער װאָלט געזאָגט טפילע. זײַנע אויגן זײַנען דער- פון געװאָרן מילדער, דער אויסדרוק פונעם פּאָנעם ווייכער. אים איז באפאלן א מין , גוטסקײַט", און ער האָט מיט א צעשרויפטער שטים גענומען װי פארענטפערן זײַנע אכזאַריעסדיקע אָנפאלן:

-- דער שטארקער שלאָגט שטענדיק דעם שוואכן... אזוי איזן געווען אין אלע צײַטן.. װי הייסט עס דאָרט בא היינריך היינע?

2551614כן 56טן 695 נתסשי 826 . . .62126061 11612 025 101עטם 1060

וויאזוי האָבן מיר, קינדער פון צעניאָריקן עֹל- טער, געקאַנט זיך פאנאנדערקלײַבן, באגרײַפן, װוּ עס הייבט זיך אָן געטלעכקײַט און װוּ עס ענדיקט זיך לעסטערונג. עס האָט זיך געדאכט, װי אין די היינישע פּאַר שורעס ליגט דער ענטפער צו דער רעטעניש פון אלע אונדזערע ליידן. און אזא האָי פענונגסלאָזער טרויער האָט געיאָגט פון די װער- טער,

אין איינעם א טאָג האָט ער ניט געטראָפן אפן טיש זײַן ווירע. ער האָט זי לאנג ארומגעזוכט, און ווען ער האָט סאָפקאַלסאָף זי דערזען, א צע- בראָכענע אף צווייען, פארוקט טיף אין די שפּאלטן פון א פענצטעריברעט, איז זײַן פּאָנעם געװאָרן מוירעדיק פארקרימט. ער האָט מיט די צװײ העלפטן אין דער האנט געמאכט עטלעכע מאָדנע, האסטיקע באוועגונגען. נאָר אָט האָט ער זיך א לאָז געטאָן מיט זיי אין א ווילדן טײַװלאָנישן וי כער און א ריטשע געטאָן:

-- וועמענס אופטו איז עס?

דרײַ פּאַר צענדליק אויגן האָבן שרעקעװדיק געקוקט אף אים מיט פארשטומטע בליקן. קיינער אָבער האָט ניט געענטפערט, זיך ניט מוידע גע- ווען. און דאָס שװײַגן האַט נאָך מער צעפלאקערט זײַן גרימצאָרן.

-- איר שװײַגט, וואגאבונדן!

א קײַכלדיקער אָטעם האָט זיך געריסן פון זײַן שמאָלער ברוסט. די אויגן, אָנגעגאַסענע מיט רעציכע, האָבן א װײַלע ארומגעשארט איבער אלע- מענס פּענעמער, דערנאַך זיך א גליטש געטאַן איבער מײַנעם און זיך פארהאלטן.

-- דו האָסט צעבראַכן...

ס'איז מיטאמאָל אזוי שטיל געװאָרן, װי דער גאנצער קלאס װאָלט אופגעהערט אָטעמען. איך

9

5

האָב אופגעציטערט פון דעם פּלוצעמדיקן כשאד, געבליבן שטיין פאר אים מיט אָפּגעשטאָרבענע גלידער, פּונקט איך װאָלט עס טאקע געוען דער שולדיקער. איך האָב געפילט, װי די בלוטן הייבן אָן פרירן פאר שרעק. איך האָב זיך פאָרגעשטעלט, װאָס מיך דערווארט, און דער שרעק האָט פון עפּעס א װײַטער װײַט אופגעשריגן אין מיר: , זאָג, װער עס האָט צעבראָכן די ווירע". נאָר איך האָב אופגעכאפּט אין פלוג די פּאָר צענדליק בליקן פון מײַנע כאוויירים, אומרויקע און דערשראָקענע, און א פּײַנלעכע ווארגעניש האָט גענומען שטיקן אין האלדז.

איך האָב געקוקט דעם טײַװל גלײַך אין זיי- נע גרוייקעצישע אויגן, מיט בלוט פארלאָפענע, װי בא א צערייצטער כײַע, און א מאָדנע אקשאָנעס האָט פארקלעמט דאָס הארץ.

סינע האָט זיך באגעגנט מיט סינע.

װי א לעמפּערט האָט ער זיך א װאָרף געטאָן אף מיר, זיך אײַנגעפּלאָנטערט מיט זײַנע לאנגע מאלפּישע פינגער אין מײַנע געדיכטע, שוארץ- געקרויזלטע האָר, מיר פאריסן דעם קאָפּ ארוף. דעם זעלבן קאָפּ, װעלכן מײַן מאמע האָט אזי צערטלעך געגלעט, פאריסן אזוי, װי ער װאָלט מיט אלע קויכעס געװאָלט מיך ארױיסשלעפּן פון מײַנע אלטע, געלאטעטע מאלבושים, און מיט אימ- פּעט גענומען פּאטשן איבער מײַן פּאָנעם, איבער די הענט, מיט װעלכע כ'האָב געפּרוווט זיך שיצן. געפּאטשט אקשאָנעסדיק, ביז בלוט האָט א כלינע געטאָן.

זײַנע פּעטש האָבן אי וויי געטאָן, אי דערניי דעריקט. אלע קריוודעס זײַנען לעבעדיק געװאָרן, געבריט אין מײַן קינדערשער ברוסט: פארװאָס קומט מיר אזא שטראָף?.. פאר עפּעס א פארשאָל- טענער ווירע, וועלכע ניט איך האָב צעבראָכן, און אפילע ווען איך?..

אין קאָפּ האָט געשװינדלט. דאָס צעקײַלטע פּאַנעם האָט געפיבערט. איך האָב געװאָלט וויינען, נאָר א ברענענדיקער באגער נאָך נעקאָמע, נאָך פיזישער נעקאָמע, װאָס האַט ניט קיין נאָמען, האָט געטריקנט מײַנע טרערן. מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז זײַנע גרוייקעצישע אויגן לאכן אויס מײַנע וי" טיקן. ,דער שטארקער שלאָגט שטענדיק דעם שוואכן",

און סינע האָט זיך באגעגנט מיט סינע.

אין מיר האָט פּלוצעם אופגעפלאמט א ואנ- זיניקער פארלאנג, א גארעניש אזא -- זיך אײַן- בײַסן מיט אלע מײַנע יונגע, שארפע ציין אין זײַן פארהאסטן לײַב...

ס'האָט געדויערט מיסטאמע אן אױגנבליק, און עפשער נאָך װינציקער. מיר האָט זיך אויסגע- וויזן, װי דאָס גאנצע יונגע לעבן האָט זיך אָפּגע- שטעלט בא א טונקעלן אַפּגרונט. א הייסער שטראָם האָט זיך א קײַקל געטאָן איבער מײַן קערפּער, און איך האָב דערפילט מיטאמאָל אין מײַן מויל א גע

40

זאלצענעם בײַגעשמאק פון ווארעם פרעמד בלוט. איך האָב שוין ניט געהערט װי די לופט איבערן גאנצן קלאס האָט דורכגעשניטן א צעקײַכטער, רעציכעסדיקער אויסגעשריי:

-- פארפלוכטעס יודן-שװײַן!

אין יענע יאָרן האָבן פון די מינכענער װײַנ- קעלערס נאָרװאָס זיך אָנגעהױבן פארשפּרייטן די ערשטע מיקראָבן פון דער נאצישער מאגייפע, װאָס האָט אין יאָרן ארום פארסאמט א האלבע װעלט..

צוליב א ביסן ברויט

אף איין שטאָק, א טיר קעגן א טיר, װוינט אין שכיינעס מיט מיר א יונג פּאָרפאָלק. ער -- א טאָקער אף א זאװאָד. זי -- א נייטערן. בא זי וואקסט א קליין ייִנגל פון א יאָר דרײַצן. א שילער פון זעקסטן קלאס, װאָס האָט זייער ליב פרעמד- שפּראכן. ער קומט אָפט ארײַן צו מיר, װען עס גיט זיך אים ניט אײַן עפּעס אן איבערזעצונג. און עס שטראָמט א זעלטענע װארעמקײַט פון זײַנע שווארצע גלאטינקע האָר און פון זײַנע גרויסע, שווארצע יינדער-ריינע און פארבענקטע אױגן. אלעמאָל, װען ער באװײַזט זיך, דערמאָן איך זיך, אז איך צו דרײַצן יאָר בין שוין געװאָרן אויס שיי לער און אויס כיידער-ייַנגל,

מײַן בארמיצווע איז אויסגעפאלן אין א זוניקן טאָג. די װעלט איז געװען פארגאָסן מיט זון -- א פארפלייצונג פון ליכט און װארעמקײַט. נאָר פאר מיר איז עס געװען א גרויער װאָכנטאָג, און א װאָכעדיקע בארמיצווע אָן א דראָשע, אָן מאפ- טער, אפילע אָן לעקעך און בראנפן.

מײַן טאטע האָט מיט אן אקשאָנעסדיקער פרומקײַט אײַנגעקנעלט אין מיר אלע דינים פון לייגן טפילן:

-- פון אָט דעם טאָג אָן װעסטו אליין שוין פארענטפערן פאר אלע זינד, װאָס דו װעסט בא" גיין..

איך האָב זיך דערשראָקן פאר זײַנע װערטער, מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז איך פיל אפן שטערן די שווערע לאסט פון דער דראָענדיקער שטרענג- קײַט, װאָס הויכט ארויס פון די פּארשעס.

אין שטוב האָט מען שוין געווארט, ס'יאֵל ווערן װינציקער מיט אן אומזיסטן עסער. דער טא" טע האָט מיט װייטיק מיר געגעבן אָנצוהערן:

-- װעמען זאָל צופאלן דער ביסן ברויט, דיר צִי דעם קליינעם שװעסטערל?

בא דער זײַט איז געשטאנען די מאמע מיט א פארטרערטן בליק, און איר פּאָנעם איז פאר- װאָלקנט געווען פון טיפן צאר;

-- שרעקלעך, וען א ביסן ברויט איז מיט גאָלד גלײַך!.. און איך האָב ניט געװוּסט, צו װע-

מען זי רעדט אזוי -- צו דעם טאטן אָדער צו מיר, און עפשער האָט זי ביכלאל מיט אונדז ניט גע- רעדט, נאָר פּאַשעט ארויסגעבראכט אף די לִפּן די אייגענע געדאנקען, פּונקט זי װאָלט דאָ געווען איינע אליין,

זי האָט זיך מיטאמאָל פון מיר אָפּגעקערט, דערװײַטערט, כאָטש אינדערעמעסן איז זי געשטא- נען אף דעם זעלבן אָרט, נאָר מײַנע כושים, מײַנע געדאנקען האָבן זיך דערװײַטערט, װײַל עס איז געווען מיר פּײַנלעך צו קוקן אף אירע יעסורים און צו הערן אירע רייד.

נאָר מיט װאָס האָב איך געקאָנט זיי העלפן? מיט װאָס העלפן זיך אליין? אין מײַנע דרײַצן יאָר האָב איך אויסגעזען װי א זיבך-אכטיאָריק קינד. װער אָבער ציילט עס יאָרן בא די, װאָס מוזן פרי ווערן פארדינער? צי בין איך דען געװען דער איינציקער, װעמען דאָס לעבן האָט פון קינדװײַז איבערגעפירט אף , אייגענע קעסט"?

פּלוצעם האָב איך זיך צעװיינט. צי אין עס געווען פון ראכמאָנעס צו טאטע-מאמע, צי פון גרויסן ביטאָכן, אז גאָר אינגיכן װעל איך װערן א פארדינער און מיר װעלן מער ניט דארפן אזוי הונגערן, װי איצט.

אין מעשעך פון א יאָר צײַט האָב איך אויס- געפּרוּװוט עטלעכע ,מעלאָכעס'. געװוען א כוידעש א שיקיייִנגל. דערנאָך געדינט אין א מאגאזין, און װידער א שיקיייִנגל, דאָס לאקיייַשע אין די צוויי ,פּראָפּעסיעס' איז מיר אָבער ניט געװען צום הארצן, ביז איך בין אָנגעקומען צו א שנײַדער, א מענטשן, װעמען דאָס לעבן האָט שטארק געעל- טערט, כאָטש ער איז אלט געווען ניט מער װי א יאָר פערציק.

א קרענקלעכער, מיט א בלאס פּאָנעם, גע- בויגענער נאָז מיט א פּאַר טיף-שווארצע אױגן, װאָס עס האָט פון זיי ארויסגעקוקט דער צאר פון דער װעלט, האָט ער גענייט מיט אזא באגײַסטע- רונג, גלײַך ער װאָלט געשאפן קונסטװערק. בא דער ארבעט האָט ער שטענדיק געזונגען. באזונ- דערס רירנדיק איז געװען די ליד װעגן דרײַ שװועסטער ערגעץ אין א װײַטפרעמדער שטאָט, צװישן וילדיפרעמדע מענטשן. א קלאָגיקע ליד, פון אלע זײַטן זייער קלאַגיק. און דאָס געזאנג האָט שווער געזאָטן אין זײַן שמאָלער ברוסט, דער- ציילנדיק, ויָאזוי

די קלענסטע פארקויפט דאָרטן בלומען.

די מיטלסטע -- בענדלעך פון שיך.

און שפּעט אין דער נאכט זעט מען קומען, די עלטסטע, װאָס האנדלט... מיט זיך...

אף זײַן פּאָנעם איז געלעגן א שטיק שווארצע אומעטיקײַט. די לִיפּן האָבן טרויעריק זיך אראָפּגע- לאָזט, און ער איז א װײַלע געבליבן זיצן פאר- טראכט, דערנאָך האָט ער פארלוירן א טיפן זיפץ און נאָכאמאָל איבערגעכאזערט: די עלטסטע, װאָס האנדלט... מיט זיך..

און זײַן שטים האָט דערציילט פון א פארװויסט און צעטראָטן לעבן. מיטאמאָל איז ער אנשויגן גע" װאָרן, געשוויגן לאנג און פינצטער. עס האָט זיך נאָר געהערט דאָס סקריפּען פון דער נאָדל, און די לויזע, װײַסע שטעך אפן טונקעלן װאָלשטאָף האָבן אויסגעזען װי צוגעסטריגעװועטע טרערן.

העכער צוויי יאָר האָב איך געלעבט בא אָט דעם שנײַדער. געלערנט אין אן אַװנט-שול און באטאָג אים געהאָלפן אין דער ארבעט. ער האָט זיך באמיט זײַן גוט צו מיר, זען, איך זאָל ניט אָפּשטײן אין לערנען.

-- א פארקערטע װעלט, -- האָט ער אמאָל א זאָג געטאָן, -- װער ס'וויל לערנען, קאָן ניט, האָט ניט פונוואנען... און װער עס קאָן -- װיל ניט...

און ס'איז ניט קלאָר געווען, צו װעמען זײַנען געווענדט זײַנע רייד: צו מיר, צי צו דער פאר- קערטער װעלט, פול מיט אװלעס, פאר װעלכע ס'איז ניטאָ בא װעמען צו פרעגן. זײַן פּאָנעם האָט פארצויגן מיט עפּעס א פינצטערקײַט, און ער האָט גענומען מיך טרייסטן:

-- נישקאָשע, א בוים בייגט זיך, װען ער איז יונג. ביז דו װעסט ענדיקן לערנען, װעט זיך דעמלט עפּעס ענדערן אף דער װעלט..

אזוי האָט ער געשליפן מײַן מויעך מיט היל- כעס לעבן. און איך האָב טאקע געלערנט מיט פלײַס און גערן געארבעט. עס זײַנען אָבער געווען צײַטן, װען קיין שטאָך ארבעט איז ניט ארײַנגע- פאלן, דעמלט האָט ער געטײלט מיט מיר דעם לעצטן ביסן, כאָטש ער האָט געהאט א װײַב, װאָס האָט אים קיין קינדער ניט געבראכט אף דער וועלט, װײַל זי האָט געליטן פון עפּעס א שווערער קרענק, וועלכע מע האָט געקאָנט היילן, נאָר ס'איז ניט געווען פארװאָס,

צומאָל פלעג איך פאר אים שרײַבן בריוו צו זײַנער א שוועסטער קיין אמעריקע, בריוו, פול מיט געבעט, יאָמער און זיפצן. באם שרײַבן האָט זיך עפּעס אין מיר אָנגעצונדן און עפּעס אױסגעלאָשן, און דאָס איבערגעלעבטע האָט פארקריצט א װוּן דיק אָרט אין מײַן זיקאָרן.

אזוי בין איך ארויס פון מײַן קינדהײַט, ניט באװײַזנדיק זיך רעכט צו געזעגענען מיט איר..

אזי איז געווען

.. יול 1936,

עס האָט זיך אָנגעהיבן דער ערשטער אקט פון יענעם בלוטיקן געראנגל, װאָס װעט שפּעטער מיט א פּאָר יאָר ארומכאפּן א האלבע װעלט און אװעקטראָגן אין דער אײביקײַט מיליאָנען לעבנס.

41

שפּאניע.

אליארמירנדיקע יעדיִעס האָבן, וי ביזע װוינטן, זיך א טראָג געטאָן פון דעם פּירענעיִשן האלב-אינדזל, פון דאָרט, װוּ עס האָבן זיך צִעי פלאקערט די ערשטע פלאמען פון א מוירעדיקער מילכאָמע-סרייפע. אן אָנזאָג פון א פארביטערטן קאמף פאר פרײַהײַט און סאָציאלער גערעכטיקײַט קעגן פארקנעכטונג און פאשיזם -- א קאמף פאר מענטשלעכער וירדע. און אין מאָמענט פון העכ- סטער געפאר פארן קיִעם פון אָט די דערהויבנסטע אידעאלן האָבן פרײַװיליקע פון צענדליקער לענדער זיך געשטעלט אונטער דער פאָן פון דער רעפּוב- ליקאנישער שפּאניע, געשאפן די בארימטע אינ- טערנאציאָנאלע בריגאדעס, וועלכע האָבן די ערשטע זיך באגעגנט פּאָנעם עלפּאָנעם מיטן געײניקטן בלאָק פון נאציסטישן דײַטשלאנד און פאשיסטי" שער איטאליע. און מיט זייער בלוט געכאסמעט אף די שפּאנישע שלאכטפעלדער די פּראַלעטארישע פארבינדונג מיטן קאמף פונעם שפּאנישן פאָלק.

איינער פון די טױיזנטער אינטערבריגאדיסטן איז אויך געווען מײַן איינציקער ברודער -- ביניאַי מין,

...א ייִנגל פון א יאָר זעכצן, באלאָדן מיט א געבוירענער אײידלקײַט און א ווארעם הארץ, איז מײַן ברודער פרי פארכאפּט געװאָרן פון פרישע װוינטן, װאָס האָבן זיך ארײַנגעריסן אין די אָרעמע ייִדישע געסלעך. די גרויע װירקלעכקײַט האָט מיט- אמאָל באקומען אן אנדער פארב... עס איז געווען די פארב פון א נײַ לעבן, פון א נײַער ועלט. און ווען ער איז אין א צײַט ארום פּלוצעם פארנומען געװאָרן דורך געהיים-אגענטן מיט שטעכיקע בליקן, פארמישפּקט אף צוויי יאָר טפיסע, איז דער טאטע געזעסן אין געריכט-זאל און בעשום-אויפן ניט גע- קאָנט באנעמען, פאר װאָס, אייגנטלעך, מישפּעט מען אים, דעם זון זײַנעם,

נעכטן איז דער ברודער אים געקומען צו כאָלעם אזא בלייכער, צעמיימעסטער, א געקאַװע- טער אין קייטן און א באַרװעסער גאָר. ער האָט עפּעס געשריגן, נאָר די װערטער האָבן זיך ניט געקאָנט אָפּרײַסן פון זײַנע בלוטיק-פארבאקענע ליפֿן...

קוקט ער איצט אף זײַן זון, װי ער װאָלט אים ניט דערקענט. דער ברודער איז פאר דעם האלבן יאָר זיצן אין טפיסע װי אויסגעוואקסן, מע- נערישער געװאָרן. עמעס, דאָס פּאָנעם איז נאָך אלץ קינדיש-צארט, נאָר אָפן, מיט אן אויסדרוק פון רויִקער ערנסטקײַט. און דעם טאטן כידעשט דער שטעל, מיט וועלכן דער ברודער ענטפערט עס אָפּ די ריכטער אין שווארצע מאנטיעס, װי גאלאָי כים, גלײַך ער װאַלט גערעדט צו זײַנס א גלײַכן.

באם טאטן האָט דער שטערן זיך צונויפגע- לייגט אין פאלדן. ער האָט װעגן עפּעס העפטיק געטראכט. עפשער װעגן צװיי סטירעסדיקע לעבנס -- איינס דאָ. אין זאל מיט ריכטער און

42

זשאנדארמען, מיט יונגע יאטלעך, װאָס זוכן זייער רעכט צו לעבן אף דער װעלט. א לעבן, ענלעך אף א כאָלעם. און דאָס צוייטע, דאָס עמעסע, באשטענדיקע, אומפארענדערטע לעבן -- דאָרט, אפן שטורעמדיקן טײַך, אינעם געיעג נאָך א שטיקל ברויט...

צוויי לעבנס, װי צוויי צעטיילטע ברעגן.

אין די יונגע יאָרן האָט דער טאטע אויך גע- דאָרשט נאָך אן אנדער לעבן. געדאָרשט מער מיטן הארץ, װי מיטן פארשטאנד. ער האָט געזוכט וועגן, װיַאזוי זיך ארױיסצורײַסן פון דער אָרעמקײַט, נאָר קיין װעגן האָט ער ניט געפונען. האָט ער שאָלעם געמאכט מיטן געדאנק, אז זינט די וועלט שטייט, איז פאראן אָרעם און רײַך. און װועמען עס שפּילט צו דאָס מאזל, דער ארבעט זיך ארוף. וויפל אָבער ער אליין האָט זיך ניט געסטארעט ,ארופצואר- בעטן", איז ער אלץ טיפער פארזונקען געװאָרן אין אָרעמקײַט, ביז זי האָט זיך צו אים ארײַנגעצױגן אף יע

קוקט ער אף זײַן זון, װאָס יל איבעראנ- דערשן די װעלט, און סע זעט אים אויס אזוי אומ- זיניק, פונקט װי װעלן, אשטייגער, מיט הױילע צעשפּרײטע אָרעמס פארהאמעווען דעם שטראָם פון א בארג-טײַך. ער פילט ניט קיין צאר, נאָר עפּעס אויסטערלישן האס צו די בעקאָװעדיקע הערן אין שווארצע מאנטיעס, באזאָרגטע מיט רײַכקײַט און מאכט, װאָס שרעקן זיך גאָר פאר א פּאַר יונגע יאטלעך, סילעווען יאָרן פאר א שיינעם כאָלעם.

ער האָט נאָך דעמלט ניט געװוסט, אז אין פיר יאָר ארום װעט אים באשערט זײַן איבערלעבן דעם טוט פון זײַן זון, דער כאָלעם האָט באקומען א טרויעריקן סאָף...

שפּאניע.

פון די פראָנטן האָבן די צײַטונגען ניט גע- בראכט קיין שום באזונדערע נײַס. אכוץ עפשער עטלעכע געציילטע שורעס אף דער לעצטער זײַט, פארלוירענע צװישן שרײַענדיקע רעקלאמעס װעגן קינאָדסטארן און נאכט-לאָקאלן. און די שורעס האָבן דערציילט פאר דער װעלט אין קארגע װערטער, אז אפן מאדרידער פראַנטאָפּשניט איזן די נאכט דורך א שטילע, אָן קאמפן.

דערװײַל האָט די פּאָטשט געפירט אין דער װײַטער בוקאָװוינע א בריוו מיט פרעמדע מארקעס און פרעמדע שטעמפּלען.

מײַן ברודער האָט געשריבן:

,יעדער שפּאן ערד װערט דאָ אין קאָרבאַנעס- פולער גרײטקײַט אױסגעקעמפט.. מאדריד װעט אין דער נאָענטער צוקונפט װערן דער קי- װער פונעם פאשיזם... פאר מיר זאָרגט זיך ניט...*

און די פּאָטשט האָט געפירט א צווייטן בריוו מיט פרעמדע װערטער, אין א פרעמדער שפּראך;

,װען די פראנקיסטן האָבן זיך געריסן צו מאדריד און די הױפּט-שטאָט איז געווען אין גע- פאר, האָט פון די אָקאָפּעס דער ערשטער זיך אופ-

געהויבן אײַער זון און מיטן רוף ,טױט די פא- שיסטן!" זיך געװאָרפן אפן סוינע. נאָך אים האָט זיך אופגעהויבן דער גאנצער פראנציזיש-בעלגי" שער באטאליאָן אפן נאָמען פון דער פּאריזשער קאָמונע.., אײַער זון איז געפאלן, נאָר די פאשיסטן האָבן ניט דורכגעבראָכן דעם פראָנט... דאַלאָרעס איבארורי",

אין שפּאניע איז געווען דעמלט נאכט.

נאָר מיר סטײַעט איצט גענוג ליכט אף צו זען דעם פײַכטן פארגליווערטן בליק אין די אויגן, װאָס האָבן פארשטארטע ארופגעקוקט צום אויס- געשטערנטן הימל. זען אף דער ברוסט, באם סא- מע הארץ, א פארבאקן ריטשקעלע בלוט.

מײַן ברודער איז געווען יונג. קוים צוואנציק אלט. געװען פול מיט לעבן און מיט כאָלעם.. מײַן ברודער איז געװאָרן לעגענדע..

דער טאטע האָט באויינט דעם זונס טױט, טיף געטרויערט. און אין צעריסענעם שלאַף, צום ערשטן מאָל אין זײַן לעבן, געשמיסן קעגן גאָט מיט ביטערע װערטער: ו

-- פארװאָס ביסטו אזוי גיריק אף יונגע לעבנס, אלמעכטיקער? דעמלט מײַן שװעסטער, איצט מײַן זון. װוּ איז דײַן מידאס האָראכמים? דו האָסט דאָך באשאפן די װועלט אזוי, אז קינדער זאָלן עלטערן באוויינען... פארװאָס זשע ביסטו אוי- װער אף דײַן אייגענעם באשאף?..

די הימלען האָבן אויסגעהערט מײַן טאטנס טײַנעס און געשוויגן א מוירעדיק שװײַגן.

איז אינעם טאטנס הארץ פארבליבן שפּאניע און געטאָטשעט דאָרט, געטאָטשעט, ביז פּונקט צום ערשטן יאָרצײַט נאָך מײַן ברודער איז ער פּלוצעם געשטאָרבן. אָן א קרעכץ אפילע. איך האָב בא זײַן קייווער געזאָגט קאדיש. דאָס הארץ האָט געוויינט, אָבער דער קאדיש האַט זיך באקומען א טרוקע- נער, א מין װידערשפּעניקער. איך האָב דאָך אויך געהאט מײַנע טײַנעס צו דער װעלט און צו גאָט...

אזוי איז געווען מיט פופציק יאָר צוריק.

..פירט א װעג פון פוענקאראל קיין פארדאָ. און אפן װעג, ניט װײַט פון מאדריד, אין א קליי- נער בעסוילעם פאראן. דאָס שפּאנישע פאלק האָט דאָרט אוועקגעשטעלט א מירמלשטיין מיט אן אופ- שריפט:

;די פרײַװיליקע פון אינטערנאציאַנאלע ברי- גאדעס, געפאלענע װי העלדן פאר דער פרײַהײַט פונעם שפּאנישן פאָלק, פארן װױלזײַן און פאָר- שריט פון דער מענטשהײַט"

איך ווייס ניט, צי האָט דער שטיין זיך פאר- היט ביז הײַנט. נאַר דאַרט שלאָפן אין אייביקן שלאָף הונדערטער אינטערבריגאדיסטן און צוישן זיי אויך מײַן ברודער. לייג איך אוועק אָט די שורעס מײַנע אָנשטאָט א בינטל בלומען אף דעם שטיקל שפּאני- שער ערד. לייג אוועק מיטן הייסן באגער, אז אין

קיין איין שטוב זאָלן מען קיין פּאָכאָראָנקעס ניט קומען...

אע

זי האָט נאָך אלץ געשײַנט מיט עפּעס א רירנדיקער און צארטער שײנקײַט. עס האָט נאָך אלץ אין איר געשפּילט דער כיין, װאָס דער הימל האָט זי באשאָנקען מיט א מילדער האנט, כאָטש זי האָט שוין קימאט װי געגליט מיטן לעצטן אָפּ שייד-גלי פון א הארבסטיקער זון.

און איך בין נאָך דעמלט קיין גאנצע זיבעצן ניט אלט געווען.

געשעט דאָך צומאָל, אז די קאפּריזנע נאטור שטויסט א יונגלינג מיט א נאָך אומבאשטימטן געבריל פון אופוואכנדיקער מענערישקײַט אין די אָרעמס פון א פרוי, װאָס ברענט שוין מיט א מא- טעוון גלאנץ פון א וועלקנדיקער בלום.

מיר האָכן זיך אָפּט באגעגנט אין א קרײַז פון יונגע ארבעטער,

ס'איז געווען יענע צײַט פון בונטארישן אופ- ברויז, װאָס איז פארזייט געװאָרן אין דעם פרוכט- בארן באָדן פון נויט, פארקנעכטיקונג און עקספּלו- אטאציע, און געדראָט מיט שטורעם...

ווער איז זי געװוען?

דעם גאנצן עמעס האָט קיינער ניט געװוסט. זי האָט זיך געהאלטן אַפּגעשלאָסן. װעגן איר לֶעבן קיינמאָל ניט דערציילט. און עפשער איז ניט גע- ווען װאָס צו דערציילן, כאַטש עס האָט זיך שווער געלייגט אפן סייכל, אז בא אזא גלענצנדיק-פאר- כאפּנדיקער שײנהײַט זיינען אדורך די בליענדיק- סטע יאָרן פון קיינעם ניט באמערקט.

אָבער אין דעם קרײַז, װוּ מע איז געװוינט געווען צו קאָנספּיראציע, האָט מען קיין איבעריקע פראגן ניט געשטעלט.

ער זשע איז זי פאָרט געװען?

לוט געוויסע קלאנגען, איז זי אוועק פון א רײַכער היים, װוּ זי האָט געלעבט אין װוילטיק, און געקומען צו די הינטערגעסלעך, צו דעם ברעג פון ייִדישער אָרעמקײַט, קעדיי צו לעבן א לעבן פון הונגעריקע טרוימער...

אין איינעם אן אָװנט, נאָך א הייסער דיסקוי סיע וועגן דער ראָליע פון דער קינסטלערישער לי- טעראטור אינעם קאמף פאר א בעסערער װעלט, װוּ זי האָט געפינקלט מיט איר באהאװנטקײַט און אָנגעלײענטקײַט, אין זי פּלוצעם צוגעגאנגען צו מיר, פארצויגן א דינעם שמייכל, און אירע פּערל- דיקע ציין האָבן געשוימט מיט א ווארעמער װײַס- קײַט:

-- צי װילסטו ניט עפשער מיך באגליטן אהיים?

איר פראגע איז געקומען פון דער זײַט, װי זי װאָלט עס געפרעגט ניט בא מיר,

איך האָב א קוק געטאָן אף דער גאָלדענער מילדקײַט פון איר קליין געשניצט פּאָנעם, אף דעם אָנגלי אין די פארשליצטע שמאָלע אױגן, װאָס

43

זײַנען געװען אָנגעגאָסן מיט צאפּלדיקער פריילעכ- קײַט, און איך האָב ניט געװוּסט, צי זאָגט זי עס ערנסט, צי שפּאסט זי. עס האָט גענומען א שטו" מע װײַלע ביז איך האָב ארויסגעשטאמלט:

-- פארװאָס ניט.

זי האָט פלינק מיך געכאפּט פארן אָרעם און װוילעריש א פּינטל געטאָן מיט די אױיגן:

-- אוב אזוי,. איז געגאנגען.

מיר האָבן זיך געלאָזט איבער שטילע, דרעמ- לענדיקע גאסן. זעלטן האַבן פרעמד און אײַליק דורכגעשלימערט שאָטנס פון פארבײַגײער, און דאָס פרעמדע שארן פון זייערע טריט האָט עלנט אָפּגע- קלונגען אין דער נאכט.

ס'איז געװוען א העלע זומער-נאכט, װאָס האָט זיך געבאָדן אין א זילבערנער ליכטיקײַט, און דער הימל, דורכגעװאָרפן מיט שטערן, האָט געאָטעמט מיט טיפן בלוי.

מיר זײַנען געגאנגען שװײַגנדיק.

זי האָט געהאלטן מײַן אָרעם אין א צערט" לעכן קלאמער. יעדעס שטיקל פינגער פון איר האנט האָט געקישעפט מיט דער װארעמקײַט פון איר קערפּער. און עפּעס א געזאנג אָן װערטער האָט אָפּגענומען דאָס לאָשן,

מיר האָבן לאנג ארומגעבלאָנדזשעט. און די נאכט האָט צעװויקלט א גאנצן פּלאָנטער פון גע- פילן, וועגן וועלכע איך האָב קיין נאָמען ניט גע- האט.

אלע מײַנע אייװורים האָבן געבעטן איר נאָענטקײַט. געבעטן די זיסקײַט פון איר אָטעם, װאָס האָט געשמעקט און פארשיקערט. און א פײַער האָט געשלאָגן פון איר קליין מויל..

אזוי איז זי אין יענער נאכט ארײַן אין מײַן יונג לעבן מיט א מאָדנע פּלוצעמדיקײַט. ארײַן, וי א צווייטע נעשאָמע.

עס האָבן א קניל געטאָן טעג און װאָכן, אָנגעלאָדענע מיט זיסע פריידן. יעדן אָװנט האָב איך געווארט אף איר אין זיסן דרעמל און אונד- זערע באגעגענישן האָבן אויסגעזען אזוי, װי מיר װאָלטן ניט געקאָנט מער אויסקומען איינער אָנעם אנדערן. און בא יעדער באגעגעניש האָט א שטו" רעם פון פאָרמלאָזע טרוימען אופגעיוירט אין מײַן בלוט אזוי, אז איך האָב געפילט, װי עס זינגט אין די אָדערן.

-- אך, דו פארליבט ייַנגל מײַנס! -- האָט זי שטיל געפליסטערט איבער מײַן אויער. און אזא ווייכע ווארעמקײַט האָט װיברירט אין איר שטים.

װי אין א מײַסעלע בין איך מיטאמאָל אויס- געוואקסן אין מײַנע אויגן. מיר האָט זיך געדאכט, אז נאָר פאר מיר האָט אף אלע סטרונעס זיך צע- זונגען מײַן יונג הארץ, װאָס האָט צום ערשטן מאָל דערוואכט צו ליבע, פול מיט אלערליי פאר- הוילענע צוזאָגן.

44

איך האָב זיך ארײַנגעדרײט אין אן אופרייצן- דיקער שפּיל, אליין ניט װיסנדיק, װוּהין די שפּיל װעט פארפירן.

צי האָט זי זיך פאָרגעשטעלט, אז איך בין געגליכן צו א ניט-צײַטיקער פרוכט, װאָס דארף נאָך האָבן א סאך ווארעמקײַט און צײַט אף רײַף צו װערן?

בעפיירעש זיך פאָרגעשטעלט.

צומאָל האָט זי מיך געלאָזט אפילע פילן אָט דעם כילעק אין יאָרן, װאָס האָט ארויסגערופן בא מיר פארביטערונג און אפילע בײזקײַט. נאָר מיט דער בײזקײַט איז געוואקסן די ליבע. א ליבע, וועלכע װערט נאָך גרעסער דערפאר, װײַל עס דאכט זיך, אז זי איז אײינזײַטיק און ניט באלוינט.

צוליב װאָס האָט זי באדארפט די גאנצע שפּיל? זי, װאָס מיט איין װוּנק האָט נאָך אלץ גע- קאָנט אײַנעמען ועלטן?

עפשער האָט זי געזוכט אין מיר א װידער- קלאנג פון אירע יונגע טעג, פון אירע ניט-אויסגע- לעבטע בענקשאפטן? און עפשער איז עס געװען ניט מער װי צעבאלעװעטקײַט, װאָס האָט זיך גע- נומען פון װוילטיק, אין וועלכן זי איז באסיעכידיש אופגעוואקסן?

מיר האָט זיך צומאָל געדאכט, אז זי איז א פרעמדע, מיט א פרעמד לעבן, מיט א פרעמדן וועג, מיט װעלכן זי װעט באלד אוועק אהין, פונ- וואנען זי איז געקומען.

איך האָב געהיט אירע טריט, נאָר דערהיטן ניט געקאָנט.

אין איינעם א טאָג אין זי פּלוצעם פאר. שװוּנדן. אוועק אָן א זײַיגעזונט. אין הארצן האָט זיך מיר װי עפּעס=אָפּגעריסן פון ווייטיק און פאר- דראָס.

פארװאָס איז זי אזוי אװעק? װאָס האָט פּא- סירט? |

איך האָב ניט געקאָנט זיך פאָרשטעלן, װיאזױ װעל איך עס קאָנען לעבן אַן איר אפילע איין טאָג, װיאזוי אויסקומען אָן דער זיכערקײַט זי צו זען אָװונט נאָך אָװנט.

עס האָט ניט געדויערט קיין פולע צוויי װאָכן, מעגלעך, אז אפילע װײיניקער, האָב איך באקומען פון איר א קורץ בריװועלע:

,עפשער שוין אינגיכן, מײַן פארליבט ייִנגל, װעסטו זיך דערפילן זעלבשטענדיק און דערוואקסן. דעמלט װועסטו פארשטיין, אז ניט יעדע ליבע װוערט אף דעם זעלבן אויפן באוויזן... און מיר זײַ מויכל... מיר האָבן געשפּילט אין פארשיידענע שפּילן.."

אזוי איז געקומען א געפיל פון פארלוסט.

אין איינעם א טאָג איז מיר אין צײַטונג אופגעפאלן א טעלעגראמע: ,נעכטן באנאכט באם איבערשווימען דעם דניעסטער האָבן זשאנדארן דערשאָסן א יונגע פרוי..."

דאָס איז זי, האַט מיר אונטערגעזאָגט דאָס הארץ. און עפשער ניט זי... עפשער האָט זי באוויזן

צו דערגרײכן דעם טי געגארטן סאָװעטישן ברעג... און אויב זי, װער װעט מיר דערציילן װעגן די לעצטע מינוטן אירע?

א לאנגע צײַט האַב איך געלעבט מיט דער" מאָנונגען װעגן איר. מיר האָט זיך אָפט אויסגע- וויזן, אז איך הער איר שטיל, פליסנדיק קאָל;

-- ווייס, אז די ליידן װעלן פארבײַגיין, קו" מען װעלן אנדערע, װײַל אזא איז דאָך דאָס לעבן..

צומאָל האָב איך זיך דערשראַקן, װערנדיק אין גאס אָפּגענארט דורך א געשפּענסטיקער ענ" לעכקײַט פון פארבײַגייענדיקע פרויען, כאָטש כ'האָב געװוּסט, אז זי איז פארשװוונדן, און וויפל איך זאָל זי ניט זוכן, װעל איך זי שוין קײינמאָל ניט געפינען... און איך בין געבליבן אליין מיט מײַן ניט-ידערכאָלעמטן כאָלעם. אליין מיט מײַנע זיבעצן יארם;

מײַן בעריישיס

וויפל מאָל איך האָב אָנגעהױיבן שרײַבן, אזויפיל מאָל האָב איך געמוזט אוועקלייגן. עפּעס האָט בא יעדער אָנגעשריבענער שורע זיך צעבענקט דאָס הארץ, און די װערטער האָבן געבריט דעם מויעך. ביז אין איינער א נאכט האָבן די אָנגע- װאָרפענע שורעס מיך געװעקט פון שלאָף, גלײַך זי װאָלטן געבעטן בא מיר א טיקן...

א שטילע פארלייגטע גאס בארג-אראָפּ, באם ראנד פון דער שטאָט, װאָס וארט באנײַט צו ווערן, נאָר דערװײַל זיך װײניקיװאָס געניטן.

פון ביידע זײַטן הויקערן נאָך צװיי רייען אלטע, אָפּגעשײלטע הײַזער, װי פון יאָרן צעפרע- סענע. אין סאמע מיט שלענגלט זיך אן אויסגץ- ביסענער ועג, װאָס לױפט אראָפּ צו די בליע פארנעפּלטע הינטערשטאַטישע װײַטן, פונוואנען עס דערגײיט א קילער, זאפטיקער רייעך פון צײַטיקע פּיירעס.

וויפל קײַלעכדיקע יאָרצענדליקער בין איך דאָ ניט געווען?

דער זיקאָרן לעבט אוף א לאנג שוין פאר- שװוּנדענע צײַט. איך טרעט װי אין כאָלעם אף די שפּורן פון מײַן אמאָל, װאָס זינגט ארויס פון יעדן שטיין, און אין יעדן שפּור ליגן באהאלטן סימאָנים פון מײַנע װײַטע, יונגע טעג.

איך שטעל זיך אָפּ בא א הױז מיט צװײ װײַסע בעריאָזע:ביימער פון פאָרנט. די פענצטער זײַנען פארשטעלט מיט קאַלירטע בלומעױטעפּ, און די שויבן שפּילן מיט א ווארעמען גלאנץ פון רו און אײַנגעזעסנקײַט,

איך האָב געקענט יענעם ייִדן, וועלכער האָט אמאָל דאָ געלעבט. געזען אים אוועקגיין פון דער שטוב, ווען עס האָבן זיך געריסן די לעצטע פעדעם

פון אײַנגעפונדעוועטע לעבנס, און די בל וטיקײַט פונעם הימל האָט געשראָקן.

װער זשע װוינט עס איצט אין אָט דעם הויז? װער האָט פארזעצט די צװיי ביימער פאר די פענצטער? װאָלט עס געװען א היימישער, װאָלט ער אף זיכער פיר ביימער פארזעצט.

א ליד דאָרעם-ווינטל שויבערט דאָס גרינס פון די צװײַגן, פלאטערן זיי אזוי, װי זיי װאָלטן זיך אָנגעשטרענגט עפּעס זאָגן, נאָר קענען ניט. די הייסע אווגוסט-זון צינדט אָן די קרוינען פון די װײַסע בעריאָזעס, דאכט זיך, אז צוויי ריזיקע יאָרצײַט:ליכט ברענען און ווערן ניט פארברענט...

פּלוצעם געשעט: דאָס הויז צערעדט זיך מיט דער שפּראך פון יענעם ייִדן. און קוים פארמאך איך די אויגן, שפּאנט ער אליין מיר אנטקעגן פּונקט אזוי, װי ער איז מיט א האלבן יאָרהונדערט צוריק ארײַן אין מײַן לעבן.

שמועל-אבע סויפער.

װער האָט צו יענער צײַט ניט געקענט דעם נאָמען, װאָס האָט געצויבערט, געקישעפט, געהאט אין זיך די קראפט צוצובינדן א פּאַר פליגל, געבן האָפּענונגען און גלויבן, געבן אלץ אָדער גאָר- נישט...

ער איז געווען דער שעפער און דער רעדאק- טאָר פון די ,טשערנאָװיצער בלעטער", דעם איינ- ציקן אדרעס, ארום װועלכן עס האָבן, װי די ערך ארום דער זון, זיך געדרייט א גאנצער דאָר יונגע ייִדישע שרײַבער, געקומענע פון אלע פאָלקס' שיכטן, פון דער פארקאָוועטער אָרעמקײַט און פון רײַכן שטאנד, פון אסימיליאטאָרישע און כאסידישע סוויוועס. געקומען מיט זײַנע רעװאָלטירנדיקע שטימונגען און מיט אופוואכנדיקער בענקשאפט צום לאָשן פון די ייִדישע פאָלקסמאסן. אָט דער געמיש האָט געשאפן א װוּנדערלעכע װעלט, בא- שטראלט מיט אידילישער שײנקײַט.

ס'איז געווען דער פרילינג אף אלע געביטן פון ייִדישן שאפן,

נאָענט צו האלבער נאכט.

א װינט האָט געהוליעט איבער די פּוסטע בוידעמער און אזוי געריסן די צעלעכצטע שינדלען, װי עמעצער װאָלט אין שווערע שטיוול גע- טאָפּטשעט איבער די דעכער און געטריבן:

= גי יעג יל נאכט אין אומענדלעך לאנג... װועסט ניט אויסהאלטן...

און איך בין געגאנגען.

די נאכט איז געווען א פינצטערע. איינע פון יענע נעכט, וען דער הימל און די ערד גיסן זיך צונויף אין איין גאנצקײַט, ווען סע הערט זיך לײַכטער, איידער מע זעט. װאָלקנס האָבן פארצויגן דעם גאנצן הימל און אפילע אף מײַרעװ ניט איבערגעלאָזט יענץ ליכטיקעץ שטרייפעלע, דורך וועלכן מע האָט געקאַנט פעסטשטעלן, װוּ עס

49

ענדיקט זיך די ערד און װוּ עס הייבט זיך אָן דער הימל,

איך האָב געשפּאנט איבער פינצטערע גאסן בארג-אראָפּ. געזוכט דאָס הויז, װוּ סויפער האָט געװוינט, און א פארזאָרגטער שטיין געבליבן בא דער דרויסן-טיר, װאָס האַט, װי מיט קישעף, מיך גערייצט.

אַנקלינגען, צי ניט...

איך האָב קיין אכט ניט געלײגט אף די אױסגעלאַשענע פענצטער, גלײַך זיי װאָלטן גאָר אינגאנצן ניט געװוען.

ערגעץ האָט א שטאָט-זײגער אויסגעקלאפּט די צוועלפטע שאָ, מיט א ציִענדיקער פּאמעלעכ- קײַט געשפּאַלטן שטיקער צײַט פון דער אומענדלע- כער אײביקײַט, און מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז איך שטיי דאָ שוין לאנג, לאנג און װעל שױן קיינמאָל פונדאנען ניט אוועק.

מיטאמאָל האָב איך דערהערט לײַכטע, שארנדיקע טריט. א שטראָם פון ליכט האָט מיך באגאָסן, און אין דער ליכטיקײַט איז געשטאנען סויפערס פרוי, א האלב-פארשלאָפענע, אין א גיך ארופגעכאפּטן מאלבעש אף זיך, און אירע בלוילעך- שווארצע האָר האָבן געשטארצט לויז, ניט פאר" קעמט. איך האָב געװאָלט אױסמײַדן דעם שארפן, פארװונדערטן בליק פון אירע אױגן, װאָס האָט געפרעגט מיט פאָרװורף:

-- שפּעטער האָט איר שוין ניט געקאָנט קומען?

איך האָב ניט געװוסט, װאָס צו ענטפערן. אינגאנצן א פארלוירענער האָב איך ארויסגע- שטאמלט:

-- איך דארף צום כאווער...

באם אָנרופן דעם נאָמען האָב איך זיך א װײַלע פארהאקט, און זי האָט אויסגעכאפּט בא מיר דאָס לעצטע װאָרט:

-- סויפער!

און א צווייט מאָל מיך דורכגעבויערט מיט איר בליק, װי זי װאָלט זיך װעלן איבערצײַגן, צי מעג מען מיך ארײַנלאָזן, און אָנװײַזנדיק אף אן אָפענער טיר, געהייסן ווארטן.

איך בין ארײַן אין א גרויסן צימער, ארומגע- שטעלט מיט שאפעס ביכער, און אליין געבליבן אינמיטן פון א דרעמלענדיקער שטילקײַט, װאָס האָט אומהיימלעך און פרעמד געלױערט פון אלע ווינקלען. מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אז די ביכער קוקן אף מיר מיט דעם זעלבן פאָרװוּרף, און איך האָב געפּרווט זיך ארײַנגלײבן אין דער רײנקײַט פון מײַן קאװאָנע,

וויפל בין איך עס געשטאנען אין מײַן אליין- קײַט: א מינוט, א שאָ? קיינער האָט זיך ניט בא- וויזן, װי מע װאָלט פארגעסן, אז עמעצער ווארט. פּלוצעם האָט א זײַטיקע טיר א סקריפּע געטאָן, אין איין רעגע האָב איך דערזען פאר זיך סויפערן

:

און דערהערט זײַן פרײַנטלעכן, צעצויגענעם אויס- רוף;

-- אָ, דאָס זענט איר?

ער האָט מיך דאָך ניט געקענט. פונוואנען זשע אזא היימישע װארעמקײַט, װאָס האָט גלײַך אף מיר א גלי געטאָן, זיך צעגאנגען איבערן קער- פּער און דערלאנגט ביז די שפּיץ פינגער?

איצט פארטראכט איך זיך צומאָל װעגן אָט דער ווארעמקײַט, און עס קומט מיר אפן געדאנק שורעס פון איציק מאנגערס א ליד, געװידמעט סויפערן:

און מיך, דעם יונגן, פארליבטן סאָלדאט, האָט ער מיט א שמייכל באגעגנט:

,שטעל אוף דעם קאָלנער, צעדרייטער פּאָעט, דו זעסט דאָך, אז סע רעגנט..?

סויפער איז געווען פון מיטעלן װוּקס, ניט עלטער פון א יאָר פערציק, נאָר אין זײַן לאנגן גרינעם שלאָפּראָק און אין די שטעקשיך האָט ער אויסגעזען זייער הויך און געעלטערט.

-- נו, װאָס װעט איר זאָגן, נאכטוואנדלער?..

ער האָט מיט א פערטל שמייכל א קוק גע" טאָן, און זײַן בליק איז א לאנגע װײַלע געבליבן הענגען אף מיר.

איך האָב געװאָלט עפּעס ענטפערן, אויסזוכן א טערעץ, נאַר מײַן צונג איז מיטאמאָל װי אָפּנע- שטאָרבן, און איך האָב א שװײַגנדיקער אים דער- לאנגט מײַן באשריבן העפטל.

ער האָט עס א מיש געטאָן אהין און צוריק. זיך אײַנגעקוקט אין דעם קסאוו, װידער א בלעטער געטאַן און זיך פארטיפט אין לייענען. ער האָט געלייענט און אלעמאָל זיך אריבערגעװאַרפן מיט אזעלכע װערטער, װי , בילדערישקײַט", , ליריש- קײַט". און איך האָב מיט הונגעריקע אויגן נאָכגע- פאָלגט יעדן ריר זײַנעם.

די נעשאַמע איז געװוען ניט מײַנע. אין איר איז געזעסן עפּעס אן אומרויִקער שעד. ער האָט מיך אָט געכאפּט פארן הארצן מיט קרומע קנאָכיקע פינגער, אָט נאָכגעלאָזט, פּונקט ער װאָלט זיך גערייצט מיט מיר.

דעם שעד האָב איך באלד דערקענט.

צום ערשטן מאָל איז ער געקומען צו מיר, ווען איך האָב אלס שילער נאָך באוויזן אין איינעם א טאָג מײַנע א ,ליד" עליעזער שטיינבארגן. און כאָטש איך האָב פארשוויגן דעם מעכאבער, האָט שטיינבארג דאָך מיט זײַן גוטן שמייכל מיך פאָי טערלעך א גלעט געטאָן איבערן קאָפּ:

-- אײַ, ‏ ייַנגעלע, שרײַבן לידער אין א שוערע האלאָכע...

איך האָב ניט אינגאנצן פארשטאנען זײַנע ווערטער, װײַל שרײַבן איז מיר אָנגעקומען גרינג, איך האָב פּאַשעט נאָכגעמאכט מאָריס ראָזענפעלדן און אװראַם רייזענען, װעמענס לידער מע האָט געזונגען אין אלע ווארשטאטן. עס האָבן געדארפט

5

פארגיין יאָרן, ביז איך האָב דערפילט דעם עמעסן שװערן געראנגל מיט יעדן װאָרט, מיט יעדער שורע... און מער קיין לידער ניט געשריבן.

סויפער האָט געלייענט און געליענט. די שטריכן אף זײַן שיין געשניצט פּאַנעם האָבן דער- ציילט פון א מאכשאָװע, מיט וועלכער ער ראנגלט זיך, און זײַנע קורצזיכטיקע אויגן אונטער די ברילן האָבן געשימערט מיט א באזונדערער שארפ- קײַט.

ער האָט נאָכן איבערלייענען נאָכאמאָל א מיש געטאָן מײַן העפטל אהין און צוריק און עס מיר דערלאנגט מיט די ווערטער:

-- נאט, טראָגט עס אליין מאָרגן אָפּ אין דרוקערײ...

ער האָט נאָך עפּעס געזאָגט. עפשער זײַנען עס געווען שטראָף-רײיד, אז ס'איז ניט שיין װעקן מענטשן אינמיטן נאכט. איך האָב אָבער זײַנע רייד ניט געהערט. עפּעס א האָפּערדיקײַט האָט אָנגע- פילט מײַן קאָפּ, װי א שיקרעס. דאָס הארץ אין מיר האָט א שפּרונג געטאַן. איך האָב דערפילט, וי די האָר נעמען מיך שטעכן, און מײַנע אױגן האָבן געקוקט דורכגעבליצטע, װי מיט טרערן.

מיט א צעפלאמט פּאָנעם און מיט א כוואליע ווילדע געדאנקען בין איך ארויס פון סויפערס שטוב. ס'האָט מיך א הייב געטאָן א װילדע פרייד, גלײַך א פּאָר פליגל װאָלטן אין דער מינוט בא מיר אויסגעוואקסן און מיך געטראָגן איבער פינצ- טערע גאסן צום הויז, װוּ עס האָט זיך געפונען די דרוקערײַ. זי איז געװען אױסגעלאָשן און פאר- שלאָסן. און איך בין גרייט געװען אָפּזױיצן באם טויער ביז אינדערפרי...

שוין א האלבער יאָרהונדערט איז פארביי זינט יענער נאכט. און יעדעס מאָל, װען איך דער- מאָן זיך אין איר, שטייט זי מיר קלאָר פאר די אויגן, און איך לעב זי נאָכאמאָל איבער.

דאָס לעצטע מאָל האָב איך סויפערן מיט זײַן מישפּאָכע געזען אין יענעם זומערדיקן פארנאכט, ווען פלאמען פון א פײַערימאבל האָבן זיך צעבו" שעוועט איבער דער װעלט און א װיסטער געלויף האָט זיך געטראָגן איבער אלע גאסן, פון אלע הײַזער.

ער איז געשטאנען באם װאָקזאל מיט א קליין פּעקל אונטערן אָרעם און געווארט אף א צוג קיין מיזרעך... איך האָב אים פאָרגעלייגט זיך אופזעצן אף אן אָפענער פּלאטפאַרם, נאָר ער האָט מוירע געהאט פאר דער פרוי, זי זאָל זיך ניט פארקילן.

אין יאָרן ארום האָב איך זיך דערװוּסט, אז ער איז װײַט ניט פארפאָרן. ערגעץ אף פארװאַגלטע גאליציאנער װעגן איז ער אף אן אכזאָריעסדיקן אויפן אומגעבראכט געװאָרן איניינעם מיט זײַן פרױי און זייערע צוויי טעכטער...

ניין, ניט קיין מאצייווע שטעל איך אים. ער איז אליין א דענקמאָל. און אזוי שטייט ער פאר

מיר, אויסגעהאמערט פונעם לעבן אליין, מיט זײַן גוטמוטיקן שמייכל, װועלכן די האק פונעם סוינע האָט ניט געקאָנט אָפּשפּאלטן.

איך זע זײַן פרוי, מיט איר שאבעסדיקן פּאָנעם, װעגן װעלכן מע האָט שטענדיק גערעדט מיט מער אָפּשײַ אפילע, איידער װעגן אים אליין, און איך טראכט:

אויב ס'איז פאראן א יענע-װעלט, זאָלן זי מיר מויכל זײַן, װאָס כ'האַב געוואגט זיי דעמלט אופוועקן אין האלבער נאכט, קעדיי איבערגעבן אים, שמועל:אבע סויפער, מײַן באשריבן העפטל מיט יענע נאיווע שורעס מײַנע. ס'איז ניט געווען קיין טראָפּן שקאָצערײַ אין מײַן אופירונג, אויך ניט קיין מינדסטער סימען פון דרײיסטקײַט. ס'איז גיכער געווען דאָס געשריי פון יונגן וואנזין, װאָס האָט געשריבן;

-- גיי, די נאכט איז אומענדלעך, װעסט ניט אויסהאלטן...

ס'האָט אָנגעהױבן טאָגן,

שטערן האָבן זיך געלאָשן און פארשווונדן, װי אוסגעלאָשענע מענטשלעכע לעבנס. איך האָב זיך אײַנגעקוקט אין דעם אויסגעשטערנטן כאַלעל, מיר האָט זיך געדאכט, אז איך טראָג אין זיך אן אייגענעם הימל, א באהאלטענעם פאר זיך אליין. און איך דארף נאָר א קוק טאָן אין אים, װי אף דער נעשאָמע ווערט ווארעמער און טרויעריקער.

ווארעמער און טרויעריקער אין איין צײַט

און איך דאנק דעם גוירל, װאָס האָט אין יאָרן, יאָרן ארום, װי ארויסגעשווומענע פון מײַן אמאָל, מיך געבראכט אף א באגעגעניש מיט מײַן פריִער יוגנט, מיט מײַן בעריישיס אין דער ייִדישער ליטעראטור.

אופגעוואכטע בענקשאפט

ניט לאנג צוריק האָט מיר לעבן א קיאָסק מיט אויסגעשטעלטע ביכער זיך געװאָרפן אין די אויגן א יונגע שיינע פרוי אין די פריע צװאנצי- קער.

איך בין געשטאנען אין א זײַט און צוגעקוקט, װי אירע גרויסע, ווארעמע, ברוינע אויגן, אָנגע- פילטע מיט א שמייכל פון היימישער גוֹטסקײַט, האָבן זיך פארטראָגן צו דעם רײַך אויסגעשטעלטן סטענד. זי האָט עפּעס לאנג געשארט מיט אירע בליקן און ענדלעך ארויסגעצויגן א בוך אין א געלן אײַנבונד,

יע = דאָס, ביטע, -- האָט זי זיך געווענדט צו דער פארקויפערן.

איך האָב באוויזן צו כאפּן א קוק אפן שאר בלאט: שמועל האלקין, און בא מיר אין זיקאָרן האָט גלײַך אופגעבליצט דאָס געשטאלט פון אן אנדער פרוי, אין אן אנדער צײַט.

47

ס'איז געװען אין די ערשטע נאָכמילכאָמע- יאָרן.

איך האָב דעמלט געארבעט אין א פּעדא" גאָגישן אינסטיטוט ניט װײַט פון מאָסקװע און דאָרט זיך באפרײַנדעט מיט איינעם א דאַצענט, א מאן אין טיפן עלטער, װאָס איז אמאָל, אין די יונגע יאָרן, געווען א לערער אין א ייִדישער שול און אפן גאנצן לעבן פארהיט א וארעמע ליבע צו ייִדיש.

אין איינעם א טאָג האָט ער פּלוצעם א פרעג געטאָן, צי בין איך ניט קיין באלן קומען צו אים הערן, װיאזוי א רוסיש מיידל לייענט ייִדישע לידער אין אָריגינאל,

-- בעעמעס טאקע אף ייִדיש? -- האָב איך איבערגעפרעגט א דערשטוינטער. מיר האָט די גאנצע מײַסע זיך עפּעס שווער געלייגט אפן סייכל, וויאזוי קאָן עס זײַן אין אזא אלטער רוסישער שטאָט, װאָס געפינט זיך אף א מעהאלעך פון יענע צענטערס, װוּ ייִדן האָבן קאָמפּאקט געלעבט? װעל- כע װינטן האָבן פארטראָגן אהער דאָס ייַדישע װאָרט?

אין א פּאַר טעג ארום איז פאָרגעקומען די באגעגעניש.

דער דאָצענט האָט געװוינט ניט װײַט פון מיר, און ווען איך בין צו דער באשטימטער צײַט ארײַן אין זײַן װוינונג, האָב איך שוין דאָרט געטראָפן א יונג מיידל, װאָס האָט איבעראשט מיט א זעלטע- נער גראציִעזקײַט.

-- מײַנע א סטודענטקע! -- האָט ער זי מיר פאָרגעשטעלט, און זײַנע קלוגע גרוי-בלויע אויגן האָבן צוגעװוּנקען מיט א גוטמוטיקן שמייכל,

זי האָט לײַכט זיך פארנייגט, אָנגערופן איר נאָמען, און אף איר פּאָנעם האָבן זיך צעשפּילט יונג-מיידלשע פארבן.

לאנגע שווארצע צעפּ, ועלכע זײַנען געפאלן איבער אירע שמאָלע אקסלען אראָפּ צו דער טאליע, האָבן צוגעגעבן איר קערפּער באזונדערע שלאנקײַט. אירע קארע אויגן, א געמיש פון סלא- װיש-מאָנגאָלישן אָפּשטאם, באשאָטנט פון לאנגע שווארצע װיִעס, האָבן געפינקלט מיט א פארהוילט פײַערל, און שפּרודלדיקע יונגקײַט האָט געפלייצט פון אלע אירע באוועגונגען.

עטלעכע רעגעס זײַנען פארבײַ אין טיפן שטיל- שװײַגן, אירע בליקן האָבן אומרויק געבלאַנדזשעט איבערן צימער. ס'איז געווען קענטיק, אז זי מישט איבער אין געדאנק, װאָס לייענען.

איך האָב געווארט, זי זאָל אָנהײיבן. פּלוצעם האָט זיך וי צעמורמלט א שטילע עטװאָס אײַנגע- האלטענע ריזלענדיקע שטים, װי דאָס װאָרקען פון א טויב, און טייקעף געכאפּט באם הארצן. ס'האָבן זיך צערוקט און אָפּגעשװוּמען ערגעץ-ווּ די װענט, די סטעליע, דערנאָך דער גאנצער צימער, און אָנשטאָט דעם האָט זיך באויזן א פארװיסטע

כאָרעװ-געװאָרענע היים, װי א רעקויעם האָנן זיך צעקלונגען די סאמע העכסטע, די סאמע צארטפו" לע, טראגישע שורעס:

טיפע גריבער, רויטע ליים-- כ'האָב אמאַל געהאט א היים....

זי האָט געלייענט מיט עפּעס א באהארצטער שעמעװדיקײַט, באהערשט פון א שלעכט פאר- שטעלטן אומרו. געלייענט מיט אזא געפיל, װי די ווערטער װאָלטן זי אינגאנצן דורכגענומען, ביז דעם לעצטן אייווער. און כאָטש איר ייִדיש, מיט א באזונדערן נאָכקלאנג, האָט אין דער מעלאָי דישקײַט אירער געגלעקלט א ביסל פרעמדלעך, האָט ער אָבער אָנגעפילט די שטימונג מיט א מאָד- נעם אומרויִקן פלאטער.

מיר האָט זיך אױיסגעויזן, אז דאָס האָט זי געלייענט נאָר פאר מיר, אז ביכלאל איז זי איצט דאָ בלויז צוליב מיר. איך האָב עס באמערקט אין די אויגן פון מײַן פרײַנט, אין װעלכע איך האָב אופגעכאפּט שפּילנדיקע בליקן, װי זיי װאָלטן גע- פרעגט בא מיר;

-- נו, װי געפעלט אײַך?

מיט א געמיש פון נײַגער און איבעראשונג האָב איך געקוקט אף זײַן סטודענטקע, געקוקט אף איר ליבלעך פּאַנעם, אף אירע גרויסע פארכי- דעשטע אױגן, אָנגעפילטע מיט א װײכער מילדקײַט. איך האָב אלס צייכן פון דאנקבארקײַט אָנגענומען איר קליינע האנט, װאָס האָט זיך ווא- רעם און צוטרוילעך ארײַנגעלײגט אין מײַנער, דערבײַ האָט איר פּאָנעם באשלאָגן עפּעס א צעגליטע עפּל-רױטקײַט. אין אירע אויגן האָבן א שפּיל געטאָן בלוילעכע פונקען, און זי האָט צו" נויפגעצויגן די ברעמען אזוי, װי זי װאָלט געזען מײַנע געדאנקען.

-- איר לייענט װוּנדערבאר...

און ווירקלעך, איר לייענען איז געווען ענלעךר אף א װוּנדער. איבער דער װעלט האָבן נאָך גע- בלוטיקט די װוּנדן פון אונדזער כורבן. היימען זײַנען נאָך געלעגן פארוויסטע און פארשניטענע. און א רוסיש מיידל אין א שטאָט ניט װײַט פון מאָסקװע האָט אויסגעזונגען אונדזער ויי...

יאָרן, יאָרן, יאָרן... אָפּקלאנגען פון מײַנע יונגע טרוימען, פון מײַן ערשטן יוגנט-גלויבן, װועל- כע איך האָב איצט, װי צעבראָכענע שערבלעך, צונויפגעקליבן, צונויפגעלייגט.

אף יענער זײַט פענצטער, פון פארטאָניק ליכט צעהעלט, זינגט װוידער איניינעם מיטן פרי- לינג-מאָרגן די פרייד פון זוניקן באגינען. זינגט עפשער אזוי, װי אין יענעם װײַטן מײַיִקן ערעוו" שאבעס, װי עס װאַלט דער הײַנט דעם נעכטן זײַן יערושע-גרוס געשיקט. און מײַן קאָפּ טונקט זיך אין װײַסן צוויט.

9--1

שמרל?. גב צרד6ז

אין ארומגעטצאמטן הויף

-- אנטשולדיקט, אוב איך האָב ניט קיין טאָעס, איז אײַער פאמיליע לעװוּש?

-- יאָ, לעווּש.

-- סאָלאַמאָן?

-- יאָ, סאָלאָמאָן. און װער זײַט איר?

-- שלוימע, דו דערקענסט מיך שוין גאָרניט?

דער, צו װעמען ס'האָט זיך געװענדט דער מאנספּארשוין אינעם לאנגן מאקינטאָש און אין די ביז גלאנץ אױסגעפּוצטע קאמאשן, האָט אים ווירקלעך ניט גלײַך דערקענט, און ווען דער מאנספּארשוין האָט זיך פאר אים פאָרגעשטעלט, אז ער איז לייטין, לעאָן לייטין, האָט שלוימע לעװוּש ניט ארויס- געוויזן קיין באזונדערע פרייד פון אָט דער אומגעריכטער באגעגעניש, כאָטש זי זײַנען אין דער יוגנט געווען נאַענטע כאוויירים: געלערנט זיך אין איין אינסטיטוט, אף איין קורס, געװוינט אין דער סטו" דענטישער צוזאמענוווינונג, אין איין צימער, א בעטל צו א בעטל,

-- איך קוק אף דיר, שלוימע, און גלייב ניט די אייגענע אויגן, אז דאָס ביסטו טאקע. כ'געדענק שוין ניט, װער פון אונדזערע באקאנטע האָט מיר דערציילט, אז דו ביסט פון לאנג שוין... איז דאָס, הייסט עס, א ליגן. דז לעבסט, דאנקען גאָט.

-- װי איר זעט.

-- נו, יאָ. שטעלסט זיך גאָר ניט פאָר, װי ס'האָט מיך דערפרייט זען דיך א לעבעדיקן. אין יענע יאָרן, װי דו װייסט, האָט אלץ געקאָנט פּאסירן, ס'איז אף אלץ געווען צו גלייבן. אך, װי ס'לויפט די צײַט. וויפל איז שוין, אז מיר האָבן זיך מיט דיר ניט געזען? א יאָר עטלעכע און פערציק אפּאַנעם, הא? -- לעאָן האָט נאָך אלץ ניט ארױסגעלאָזט שלוימעס האנט פון זײַנער. -- װוייסט, דו האָסט זיך קנאפּ געענדערט. א סימען, כ'האָב דיך גלײַך דערקענט.

-- און איך, ווען איר רופט זיך ניט אָן, װאָלט אײַך מיסטאמע ניט דערקענט.

-- אזוי שטארק האָב איך זיך געענדערט?

-- וי זאָל איך אײַך זאָגן... פארװאָס אירצסטו מיך די גאנצע צײַט?

-- מיט עלטערע מענטשן בין איך קיינמאָל ניט געווען אף , דו". מיר זײַנען מיט אײַך דאָך ביידע שוין עלטערע לײַט.

שטארק איבערגעטריבן איז דאָס, פארשטייט זיך, ניט געװוען. זי זײַנען װירקלעך שוין ביידע עלטערע מענטשן, היפּשלעך ארײַנגעפאָרן אינעם זיבעטן יאָרצענדליק. נאַר ניט דערפאר, און אויך ניט איבער דעם, װײַל זי האָבן זיך א װעלט מיט יאָרן ניט געזען, געװאָרן פאר דער צײַט אָפּגעפרעמדט, האָט לֶעװוּש פאַרגעזעצט אים אירצן, בייס לייטין האָט זיך געװוענדט צו אים נאָך אלץ אף ,דו". צי וויל ניט שלוימע אים געבן דערמיט אָנצוהערן, -- האָט לייטין א קלער געטאַן, -- אז ער איז ביז איצט נאָך כוישעד, אז צו דער געשיכטע, וועלכע איז זיך פארלאָפן מיט עטלעכע און פערציק יאָר צוריק בא זיי אפן קורס, האָט ער, לעאָן, געהאט א נאָענטע שײַכעס, אז ס'איז שיר ניט זײַן אופטו...

-- לעאָן אנאטאָליעװיטש, -- האָבן א רוף געטאָן לייטינען די צוויי באיאָרטע מאנצבלען, מיט וועמען ער איז געקומען אהער, אין דער שאָטנדיקער אלייע באם הויכן ברעג טײַך. זי זײַנען געשטא- נען אָן א זײַט און געווארט אף זייער מיטגייער.

49

-- אנטשולדיק מיר, -- לייטין האָט זיך אָבער גלײַך פארכאפּט. -- אנטשולדיקט מיך. כ'קום גלײַך צו גיין. מיר באהאנדלען דאָ א װיכטיקן איניען. איך בין א מיטגליד פונעם הױיזדקאָמיטעט. גייט ניט אוועק. כװעל זיך לאנג ניט פארהאלטן. אזויפיל יאָרן זיך ניט געזען, א גאנצע אײביקײַט, קאָן מען זאָגן. לידען האָט איר פאר דער צײַט אין ערגעץ ניט באגעגנט?

-- לידען?

-- נו, לידע פּאַליאקאָװע פון אונדזער קורס, וועלכע איז געווען אין אײַך מעסוקן פארליבט.

-- אין מיר? איר האָט א טאָעס.

-- איך פארשטיי. ס'איז טאקע ניט צו באנעמען, װי האָט זי געקאַנט אײַך אזוי אונטערפירן. איר האָט מיסטאמע געקלערט, אז עמעצער האָט איר אונטערגעזאָגט, זי זאָל פארגעבן אײַך אף דער קאָמ" יוגישער פארזאמלונג אזעלכע פראגעס. לידע איז אָבער ניט פון די, וועמען מע האָט געדארפט אין אזעלכע פאלן אונטערזאָגן. זי איז געװען אן ערלעכע, אן איבערגעגעבענע קאָמיגיסטקע. צוליב דעם עמעס האָט זי געקאַנט אלץ מאקריוו זײַן, ברענגען אפילע א קאָרבן איר ליבע. און אז זי איז אין אײַך פארליבט, איז פאר קיינעם פון אונדזער קורס ניט געווען קיין סאָד.

-- לעאָן אנאטאָליעוויטש, מיר גײיען אוועק.

-- גוט, גוט. איך װעל אײַך גלײַך אָניאָגן. -- צוגעווארט א װײַלע, ביז זײַנע צוויי באגלייטער האָבן זיך א ביסל דערװײַטערט, האָט לייטין איבערגעפרעגט: -- האָט איר לידען פון דעמלט אָן קיין איין מאָל ניט געזען, זי אין ערגעץ ניט באגעגנט? -- ער האָט זיך אופגעהויבן פון דער באנק און זיך אױסגעגלײַכט אזוי, אז שלוימע זאָל אים דערזען אין זײַן גאנצן װוּקס. -- שוין דאָס דריטע מאָל, כאָטש איך בין ניט איין יאָר שוין אף פּענסיע, אז מע קלײַבט מיך אויס אין הױז-קאָמיטעט. נו, און װאָס איז עס פאר א הויז, דארף מען אײַך מיסטאמע ניט דערציילן.

אוואדע, אין דעם, אז מע זאָל אים דארפן דערציילן, װאָס עס איז פאר א הוז, װער עס װוינט דאַרט, האָט שלוימע זיך ניט גענייטיקט. שוין באלד א יאָר װי ער װוינט אויך אפן זעלבן פּראָספּעקט, װײַטער א ביסל, און איז פאר אָט דער צײַט ניט איין מאָל פארבײַגעגאנגען אָט דעם הויכן טונקל-גרויען מויער מיט די פארשיידנארטיקע פענצטער און באלקאָנען אף מארמאָרזײַלן, װעלכער פאר- נעמט מיט זיך א גאנצן קווארטאל אף דעם גרויסן און ברייטן פּראָספּעקט, װאָס אין נאָענטער שכיינעס מיטן צענטער שטאָט. ארומגיין אים ארום און ארום דארף מיסטאמע אַפּנעמען א גוטע האלבע שאָ. די פּאראדנע טירן, ביז האלב פארגלאָזטע אין פארהאנגענע מיט שטאָרן, זײַנען צו דער גאס, אויסער איינער, פארשלאָסן. די ארײַנגאנגען אין מויער זײַנען בלויז פון הויף.

אין הויף איז שלוימע קיינמאָל ניט געװען. די ציגל-קאָליריקע ועגצייכנס אף די שילדלער איבער די ארקעס האָט ער אופגענומען ניט בלויז װי א פארבאָט פאר פרעמדע אװטאָמאָבילן, נאָר אויך װי א פארבאָט פאר זײַטיקע מענטשן ארײַנצוקומען אהער. אפילע דעם טייל פון דער אלייע אפן הויכן ברעג מאַסקװע-טײַך, װוּהין עס גייען ארויס די פענצטער און באלקאָנען פונעם מױיער, האָט ער אויך אופגענומען, װי עס זאָל געהערן בלויז צו די אײַנװױנער פון דעם דאָזיקן הויז: קיין זײַטיקע טאָרן ניט שפּאצירן.

שיר ניט גלײיבנדיק אין דעם אלעם, האָט לעווש אנומלטן פונדעסטוועגן נאָכגעגעבן זײַן עלטערן אייניקל, װאָס האָט אים אײַנגערעדט צוגיין מיט אים אהין: דאָס אייניקל איז שוין דאָרט געװוען, אפילע ארײַנגעקוקט אין הויף, און קיינער האָט אים קיין װאָרט ניט געזאָגט. פון יענעם אָװנט איז שלוימע לעווש געװאָרן אן אָפּטער גאסט אין דער אלייע, כאָטש אינעם הויף, װוּ ער װױינט, פעלן אויך ניט אויס קיין ביימער. דאָרט פעלט אָבער די פרישע קילקײַט, ועלכע ציט דאַ פונעם טײַך.

אָבער ניט בלויז דאָס אליין האָט געמאכט לעװוּשן פאר אן אָפטן ארײַנגײער אהער. בא זיך אין הויף קען אים יעדער. אלע ווייסן, אז ער איז א באװוּסטער געלערנטער, אן אקאדעמיקער. װוען ער באװײַזט זיך אין הויף, דערפילט ער באלד אף זיך נײַגעריקע בליקן, מע שושקעט זיך הינטער זײַנע פּלײיצעס, אייניקע קוקן אים אפילע ארײַן אין פּאָנעם, װי זי זאָלן זיך ריכטן דערזען דאָרט אזעלכס, װאָס איז ניט צו באמערקן בא א געוויינלעכן מענטש. אים איז עס דערװוידער, ביז גאָר דערװוידער, ער מוז אָבער לײַדן. ניטאָ בא זיי אין הויף אזא אָרט, װוּ ער זאָל זיך קאַנען דערפון אויסבאהאלטן. דאָ אָבער קען אים קיינער ניט. א געלערנטער, װי בארימט ער זאָל ניט זײַן, קאָן זיך ניט גלײַכן אפי לע צו דעם מיטלמעסיקסטן שרײַבער צי שוישפּילער, זײַנע בילדער דרוקן זיך ניט אָן א שיר אף די טאָװלען פון ביכער און פּלאסטינקעס, זײַנע בילדער פארקויפן זיך ניט אין די קראָמען און קיאָסקן, מע װײַזט זי ניט אזוי אָפט אפן עקראן פונעם טעלעװיזאָר, אז זיי זאָלן זיך פארגעדענקען. לעווּשן איז עס, אייגנטלעך, ניט אָנגעגאנגען, ער האָט קיינמאָל ניט געהערט צו די, וועלכע יאָגן זיך נאָך קאָװעד און בארימטקײַט. ער האָט קײינמאָל ניט געקוקט אף זיך, װי אף א מענטשן, װאָס האָט פאר" דינט צו זײַן בארימט, כאַטש אין דער וויסנשאפטלעכער װעלט, צװישן לינגוויסטן, האָט מען אים הויך געשעצט, זײַן נאָמען איז געווען באװוּסט. פיל פון זי האָכן אים אויך געקענט אין פּאָנעם. דאָ, אלנ-

0

פאלס האָט אים קיינער ניט געקענט, און ער האָט ניט געדארפט זיך אויסבאהאלטן פון קיינעמס נײַגעריקע בליקן.

אין דעם באיאָרטן פּראָסטװאָכעדיק-געקלײדטן מאן מיטן לײַכטן היטעלע אפן שפּיץ קאָפּ, װעל- כער איז געזעסן אין דער אלייע אף איינער פון די, פון אָרט ניט צו רירן, שווערע בענק, איז ווירק- לעך ניט געווען צו מערקן גאָרניט אזוינס, אז מע זאָל אים אָנעמען פאר א געוויינלעכן פּענסיאַנער, אין וועמען ס'האָט זיך גיכער געלאָזט דערקענען אן ארבעטער, איידער אן אָנגעשטעלטער. לעווש האָט עס געװוּסט און איז געווען צופרידן, װאָס אין אים האָט אין אזויפיל יאָרן ארום זיך נאָך אלץ פארהיט דער ארבעטער. ער האָט האנאָע, ווען מע זאָגט עס אים. צװישן די ארומשפּאצירנדיקע דאַ אין דער אלייע האָט זיך אים דערװײַל ניט באגעגנט קיין איינער, וועגן װעמען מע זאָל קאָנען זאָגן, אז ער איז אן ארבעטער צי געווען וועןדניט-איז אן ארבעטער.

מעגלעך, אז לֶעװוּש האָט אזוי א קלער געטאָן, װײַל ער האָט אף אלע ארומשפּאצירנדיקע דאַ געקוקט װי אף אײַנװױנער פונעם טונקליגרויען מויער, און װער עס זײַנען די אײַנװױנער פונעם דאָזיקן מויער, האָט ער לויט דעם, װאָס ער האָט זיך אָנגעהערט וועגן זיי, אן ערעך זיך פאָרגעשטעלט.

קיין איבעריקס יונגע מענטשן האָבן זיך אים אין דער אלייע אפן הויכן ברעג טײַך דערװײַל קימאט ניט באגעגנט. מיט זיי אין געװען פול דער אספאלטירטער טראַטואר און די לאָנקעס אין דער נידערניש, לענגויס דעם טײַך. די יונגע האָבן ארומגעשפּאצירט דאַרט אין דער באגלייטונג פון באפרײַטע פון די האלדזרימענס געקעכלטע הינט פון אלערליי פּאָראַדעס און גרייס. באם פארפירן צװישן זיך א שפּיל לויפן די הינט פארסאפּעטע ארוף אפן בארג און לאָזן זיך גלײַך אראָפּ צוריק, צופרידענע און גליקלעכע, אפּאָנעם, דערפון, װאָס זיי שטייען אויך אײַן אינעם זעלבן הויף. די מענטשן, וועלכע שפּאצירן ארום פון אויבן, װי ער האָט באמערקט, זײַנען מערסטנטייל שוין עלטערע לײַט, נאָענט און אריבער די זיבעציק. קימאט אלע זײַנען זיי אלציינס געקליידט, אין פּונקט אזעלכע לאנגע מאקינטאָשן פון שטאָלענעם קאָליר, און אין הויכע קאמאשן, װי בא לייטינען, כאָטש דער אָװנט איז א ווארעמער, א שטילער. ניט אנדערש, װײַזט אויס, האָט שלוימע א טראכט געטאָן, אז מע איז אויסן צו געבן דערמיט צו וויסן, אז זיי האָבן נאָך ניט פארגעסן און קלײַבן זיך ניט פארגעסן, װער און װאָס מע איז געווען, וועלכע אמטן מע האָט פארנומען, אז זיי האָבן געהערט צו די, פון װעמען ס'איז פיל געווען אָפּהענגיק, װײַל זי האָבן געקאָנט, לוט זייער פארלאנג, יעדן איינעם דערהייבן און יעדן איינעם דערנידעריקן, יעדן באשטראָפן און יעדן באגנעדיקן.

ווארשײַנלעך, אז לייטין מיט זײַנע צװויי מיטגייער באהאנדלען װירקלעך א ויכטיקן איניען, אויג ער פארהאלט זיך אזוי לאנג. קענטיק, אז קיין אבי וועלכע שמועסן פירט מען דאָ ביכלאל ניט צווישן זיך. יעדן געשפּרעך, מעג ער אפילע זײַן װעגן א גאנץ פּאָשעטן איניען, גיט מען צו א וויכטיקע באדײַטונג, שיר ניט פון מעלוכישן פארנעם.

צוקוקנדיק זיך צו די לײַט, װאָס זײַנען נאָענט לעבן אים פארבײַגעגאנגען, האָט שלוימע גע- פּרוּװט פאר זיך אױסקלאָרן, לויט וועלכע סימאָנים לאָזט זיך דערקענען, װער עס האָט צו דער צײַט זיך געכאפּט און איז אליין אװועק אף פּענסיע, און וועמען האָט מען עס געדארפט אונטערזאָגן. אלנ- פאלס, אז אָט די פארבײַשפּאצירנדיקע מאנצבלען געהערן צו די, װעמען מע האָט געדארפט עס אונטערזאָגן, כאָטש זיי זעען ניט אויס נאָך אזוי אלט, האָט ניט ארויסגערופן בא לעװוּשן קיין סאַפעק. בלויז מיט אזעלכע קאָן פּאסירן, אז מע זאָל זיך ניט אומקוקן אף דעם, װער ס'איז לויט זיי ניט ווערט, מע זאָל אים באמערקן. קיינער האָט אפילע דעם קאָפּ ניט א שאָקל געטאָן צו אים, בעשאס ער האָט זיך מיט זיי באגריסט.

און צו וועמען פון די אײַנװױנער פונעם הויף געהערט לעאָן? צו די, װאָס זײַנען באצײַטנס לויטן אייגענעם ווילן אוועק אף פּענסיע, אָדער צו די, ועמען מע האָט גענויט דערצו? אזוי צי אנדערש, געהערט ער זיכער צו די, וועלכע לאָזן זיך פון זיך אליין אײַנשמועסן, אז מע איז נאָך אלץ דער, װער מע איז געװוען, און מע טראָגט זיך נאָכאנאנד געדאנקלעך אריבער אין דער ניטװײַטער פאר- גאנגענהײַט, פארגעסנדיק בעשאסמײַסע אינגאנצן די קעגנווארט.

דאָס אומקערן זיך געדאנקלעך פון דער פארגאנגענהײַט צוריק אין דער קעגנווארט, דאָס אָפטע דערמאָנען, װער מע איז געווען און װאָס עס איז שפּעטער פארלאָפן, גייט ניט דורך פאר יעדן איינעם פון זי אומבאמערקט. צי ניט דערפון נעמט זיך, -- האָט שלוימע, נאָכפאַלגנדיק נאָך די פארבײַשפּא- צירנדיקע, געפרעגט בא זיך, -- װאָס אין די שווארצע רעמלעך פון דער שטאָטישער אָװנט-צײַטונג באגעגענען זיך אָפט פאמיליעס פון אָט דעם הויז?

לייטינען דראָט ניט דער דאָזיקער כאלאס. דאָס איז געװוען צו זען דערפון, װיאזוי ער האָט זיך פאָר געשטעלט פאר לֶעװוּשן: א מיטגליד פונעם הױז"-קאָמיטעט. דאָס דריטע מאָל שוין װי מע וויילט אים אויס. אזוינס קאָן באטײַטן, אז ער איז געווען װײַטזעענדיקער פון א סאך אנדערע. ער האָט ניט געווארט, מע זאָל אים נייטן, ער איז באצײַטנס אליין, לויטן אייגענעם ווילן, אריבער אף פּענסיע און

51

פאריינס באוויזן זיך אָנכאפּן אין עפּעס:װאָס פון דער קעגנווארט, מע זאַל ניט קאָנען זאָגן װעגן אים, וי וועגן אייניקע אײַנװױנער פונעם הויף, אז ער לעבט בלויז מיט דער פארגאנגענהײַט..

זײַן א מיטגליד פונעם הויזדקאָמיטעט איז ניט צו פארגלײַכן, פארשטייט זיך, מיט דער שטעלע, וועלכע לייטין האָט פריַער פארנומען אין ,וואק":. זי גיט אָבער א מעגלעכקײַט מיטנעמען מיט זיך געדאנקלעך אינעם הײַנט דעם ניט אינגאנצן נאָך פארלוירענעם נעכטן. ער האָט ניט איצט צו טאָן, וי אף דער פריַערדיקער שטעלע, מיט אזויפיל מענטשן, זיי זײַנען שוין ניט אזוי אָפּהענגיק פון אים, אָבער א ביסל איז מען פאָרט דאָך אָפּהענגיק, און דאָס גיט אים א מעגלעכקײַט זיך פילן אויך איצט טײלװײַז װי דעמלט, ווען ער האָט געקאָנט אי באשטראָפן, אי באגנעדיקן.

זיכער אין דעם, אז לעאָן איז װוירקלעך אזא, איז ער ניט, שלוימע. ער האָט אָבער ניט געקאָנט מאכן פאר אים קיין אויסנאם, וויבאלד יענער איז אויך אן אײַנװױנער פונעם דאָזיקן הויף.

קלערן אזוי וװועגן זײַן געוועזענעם כאווער פון דער װײַטער יוגנט האָט איך אונטערגעזאָגט לייטינס דעמלטיק אופירן זיך אף דער קאָמיוגישער פארזאמלונג, װעגן וועלכער לעאָן האָט דערמאָנט, ויסנדיק, אז ער, שלוימע, האָט ניט פארגעסן און ניט געקאָנט עס פארגעסן. דאָס איז אָבער געלעגן בא אים די אלע יאָרן טיף פארבאָרגן, און פּלוצעם איז עס פון דאָרט ארױיסגעשװוּמען און ער האָט דאָס אלץ דערזען פאר זיך אזוי בוילעט, גלײַך ס'זאָל ניט געווען דורכגיין פון דעמלט עטלעכע און פערציק יאָר. אפילע דער טאָג האָט זיך אים פארגעדענקט, א זוניקער און א פראָסטיקער.

;..שפּארן זיך אין דער טיר, קעדיי פארכאפּן אן אָרט נעענטער צו דער קאטעדרע, װי דאָס פלעגט פּאסירן אף די פאקולטאטיווע לעקציעס פון די באליבטע פּראָפּעסאָרן, איז אף דער קאָמיוגײ שער פארזאמלונג קיינעם ניט אויסגעקומען, ניט געקוקט דערוף, װאָס די אאודיטאָריע אפן אייבערשטן שטאָק איז געווען א קליינע, אויסגערעכנט בלויז פאר סעמינארן.

צװישן די סטודענטן פון זייער אָפּטײילונג אפן דריטן קורס זײַנען ניט געווען אזויפיל קאָמין- גיסטן, אז זיי זאָלן קאָנען פארפולן מיט זיך אפילע די ערשטע עטלעכע רייען בענק. זייער אָפּטײ לונג איז ניט געוען קיין אויסנאם. די מערהײַט סטודענטן אויך אף די אנדערע קורסן, פּונקט װי אין אלע הויכשולן, זײַנען געווען אומפּארטײייַשע. אין יענע יאָרן איז אפילע פאר אן ארבעטערייאט ניט געווען אזוי פּאָשעט און לײַכט ארײַנטרעטן אין קאָמיוג. כוץ קענען די פּראָגראם און דעם אוס- טאוו און ניט האָבן קיין מינדסטן פלעק אין דער סאָציאלער אָפּשטאמונג און סאָציאלער לאגע, האָט זיך אויך געפאָדערט זײַן אין אלץ א מוסטער פאר דער אומפּארטײיַשער יוגנט, קיינער זאָל ניט קאָנען אויסווארפן, אז מע האָט זיך אין עפּעס אופגעפירט ניט אזוי, װי אן עכטער קאָמיוגיסט דארף זיך פירן.

שיר ניט דאַס זעלבע, װי שלוימע דערמאָנט זיך, האָט מען פארלאנגט פונעם יונגווארג באם פארשרײַבן זיך אין פּיָאָנערן.

קיין גרויסן אונטערשייד אינעם אופירן זיך פון די קאָמיוגיסטן און אומפּארטײיַשע סטודענטן איז ניט געווען צו באמערקן. טייל פון די אומפּארטיייַשע האָט זיך אי בעסער געלערנט, אי געווען אפילע מער געזעלשאפטלעך אקטיוו פון אייניקע קאָמיוגיסטן. ארײַנעמען זיי אָבער אין קאָמיוג האָט ניט דערלאָזט די סאָציָאלע אָפּשטאמונג: זייערע עלטערן האָבן געהערט צום קליינבירגערלעכן קלאס, צו וועלכן עס זײַנען געװען פארעכנט די מיטלפּויערים, קוסטארן, קליינהענדלער... טײלװײַז האָט דער שטרענגער צוגאנג באם אָנעמען אין קאָמיוג געהאט א שײַכעס אויך צו די, בא װעמען די על טערן זײַנען אָנגעשטעלטע אָדער זיי האָבן געשטאמט פונעם אינטעליגענטנעם שיכט.

אף דער טאָגיאָרדענונג פון דער פארמאכטער קאָמיוגישער פארזאמלונג איז אויך געשטאנען די פראגע, כאָטש ס'איז געבליבן צו לערנען זיך אינעם אינסטיטוט העכער אָנדערהאלבן יאָר, װועמען שיקן אין דער אספּיראנטור. רעקאָמענדירן האָט זייער אָפּטײילונג געקאַנט בלויז איין סטודענט, און דער דאָזיקער סטודענט, האָבן אלע געװוּסט, קאָן זײַן נאָר שלוימע לעוווש. מע װאָלט אים אָנגערופן, ווען ער זאָל אפילע ניט געווען זײַן קיין קאָמיוגיסט. שלוימע לְעווּשׁ האָט זיך אויסגעטיילט צװישן די סטודענטן פון דער לינגוויסטישער אָפּטײלונג מיט זײַנע טיפע וויסנשאפטלעכע קענטענישן. ער איז אפילע געווען שוין באקאנט מיט דער פילאָלאָגישער יאפעטישער טעאָריע פונעם אקאדעמיקער מאר, ועגן וועלכער די סטודענטן פון זייער קורס האָבן ניט געהאט נאָך קיין פאָרשטעלונג. אף די סעמי" נארן פון דיאלעקטישן מאטעריאליזם האָט שלוימע ניט איין מאָל פארפירט סיכסוכים מיטן לעקטאָר וועגן דעבאָרינס , מענשעוויסטישן אידעאליזם", ציטירט דערבײַ גאנצע שטעלן פון פארשיידענע פילאָי סאָפן. מיט זײַנע קענטענישן האָט דער הויכער דארער סטודענט מיטן קוטשעראוון קאָפּ האָר ארויס- גערופן א כשאד ניט בלויז בא זײַנע כאוויירים, נאָר אויך בא די לעקטאַרס, צי האָט ער זיך ביז דעם ניט געלערנט שוין אין א הויכשול, מעגלעך זי אפילע פארענדיקט. אלנפאלס, אָנהייבן דאָס לערנען

1 ,וואק" -- די העכסטע אטעסטאציע-קאָמיסיע.

52

זיך אין אינסטיטוט פונעם ערשטן קורס איז פאר אים געוויס ניט געווען נייטיק. ער װאָלט פרײַ גע קאָנט גלײַך אָנקומען, אוב ניט אפן פערטן, איז אפן דריטן קורס.

פאר די דריטהאלבן יאָר, װאָס מע לערנט זיך צוזאמען אף איין קורס, אף איין אָפּטײלונג, מע װוינט אין איין צוזאמענווינונג, האָט איינער דעם צוייטן געקענט שוין אף אזויפיל, אז איטלעכער װאָלט זיך מיסטאמע אונטערגענומען דערציילן װעגן דעם אנדערן מער װי װעגן זיך אליין. און מיט- אמאָל, נאָכדעם, װי אלץ איז שוין געװען גענוי און אלזײַטיק ארומגערעדט, ס'איז ניט געזאָגט גע- װאָרן קיין איין װאָרט קעגן דער קאנדידאטור פון שלוימע לעװווש, ס'איז בלויז געבליבן אָפּשטימען, האָט דער פאָרזיצער פון דער פארזאמלונג, דער סעקרעטאר פונעם קאָמיוגישן קעמערל לײיטין גע- מאָלדן, אז עס בעט א װאָרט לידע פּאָליאקאָװע.

ס'איז דורך א רעכטע װײַלע ביז לידע האָט זיך אופגעשטעלט און הייזעריקלעך שטיל, אָפּפירן- דיק דערבײַ אָן א זײַט די אויגן, ארויסגעבראכט:

-- זאָל סאָלאָמאָן לֶעװוּשׁ אונדז דערציילן זײַן ביָאָגראפיע.

-- ביסט געשלאָפן, צי װאָס? -- האָבן זיך דערהערט פון אלע זײַטן פארכידעשטע אויסרופן. -- ער האָט זי דאָך שוין דערציילט.

-- ניין, ניט אלץ. ער האָט אונדז נאָך ניט דערציילט, -- האָט לידע, מער זיכערער שוין אין זיך, פאָרגעזעצט, -- מיט װאָס האָט זיך פארנומען זײַן טאטע ביז דער רעװאָליוציע און מיט װאָס האָט ער זיך באשעפטיקט ביז ער האָט זיך באזעצט אף ערד און דאָרט ארײַנגעטראָטן אינעם לאנד" ווירטשאפטלעכן קאָלעקטיוו.

-- שטילער, כאוויירים, שטילער, -- לייטין האָט א קלאפּ געטאָן עטלעכע מאָל מיטן בלײַפע- דער איבערן טיש, -- וויבאלד בא אונדזערער א קאָמיוגיכטקע איז אופגעקומען אזא פראגע, דארף מען זי אױסקלאָרן. -- לעאָן האָט אויסגעשטרעקט די האנט מיטן פארקוועטשטן בלײַפעדער צו לע" װוּשן, וועלכער איז געזעסן אין װוינקל אף דער לעצטער באנק: -- דערצייל אונדז, סאָלאָמאָן, אינ- קורצן, מיט װאָס האָט זיך באשעפטיקט דײַן פאָטער ביז ער איז אריבערגעפאָרן אף ערד.

-- און זאָל ער אונדז אויך זאָגן, ויאזוי איז בא אים פארשריבן אין דער אנקעטע, -- האָט לידע צוגעגעבן.

פארגעבן אים אָט די אלע פראגן, איז שלוימען געװען קלאָר, האָט געקאָנט בלויז דער, װער ס'האָט געװוּסט װעגן אים עפשער מער נאָך, וויפל ער, שלוימע, האָט פארלייקנט אין די אנקעטעס באם ארײַנטרעטן אין קאָמיוג און באם אָנקומען אין אינסטיטוט. לידע אַבער האָט ניט געקאָנט עס דאָך װויסן! ער האָט זיך פאר איר װעגן דעם ניט ארויסגעכאפּט מיט קיין װאָרט אפילע דעמלט, וען ער איז געווען אין איר, װי אים האָט זיך געדוכט, א ביסל פארליבט. פארװאָס האָט ער זיך מיטאמאָל פון איר דערװײַטערט, אויסגעמיטן זיך מיט איר באגעגענען, האָט ער ניט געקאָנט עס איר זאָגן. ער האָט פּאָשעט ניט פארטראָגן דעם זיסלעך-איבלדיקן גערוך פון איר מויל. װען ער זאָל אפילע געווען זײַן זיכער, אז זײַן אופהערן זיך באגעגענען מיט לידען זאָל געווען זײַן די איינציקע סיבע פון פארגעבן אים די אלע פראגן, װאָלט ער איר אויך ניט אנטפּלעקט אָט דעם סאָד. נאָר שלוימע איז געווען זיכער, ניט באנעמענדיק עס אליין נאָך אף קלאָר, אז עמעצער האָט איר צוגעגרייט די אלע פראגן, אונטערגעזאָגט, זי זאָל זיי אים פארגעבן אין דער סאמע לעצטער מינוט, בייס קיינער האָט ניט געסאָפעקט, אז אלע װעלן פאר אים שטימען. קיין אנדערן, אויסער אים, האָט קיינער אפילע ניט פאָרגעלייגט. זאָל זײַן, אז לידע איז אײַנגעגאנגען דערוף, װײַל איר האַט באהערשט דאָס געפיל פון נעקאָמע? מיט פרויען טרעפט צומאָל אזוינס. צי עפשער קלערט לידע, אז אָנשטאָט אים װעט מען זי אױסקלײַבן? א סמאך אזוי צו קלערן האָט זי געקאָנט האָבן. זי איז געװען פון די פעיקסטע אפן קורס. זי איז דאָך אָבער ניט אף אזויפיל נאריש נישט צו פארשטיין, אז לעאָן האָט מער רעכט אף דעם, כאָטש ער איז ניט אזא פעיִקער, װי זי. אויסער דעם, װאָס ער שטאמט פון ארבעטער, איז ער ביזן אָנקומען אין אינסטיטוט אליין געווען אן ארבעטער...

-- סאָלאָמאָן, מיר ווארטן.

נאָר שלוימע האָט אלץ נאָך געשוויגן. אויסער דעם פאָרזיצער, לעאָן לייטינען, האָט אים קיינער ניט אונטערגעײַלט, געלאָזט רויַק אלץ באטראכטן, געווארט דערהערן, אז ער האָט גאָרניט פארלייקנט, אז ער איז דער זעלבער ערלעכער איבערגעגעבענער קאָמיוגיסט, פאר װעמען מע האָט אים ביז איצט די אלע יאָרן געהאלטן, געאכטעט און ליב געהאט.

-- כאווער לעוווש.

-- איך, -- האָט װי פון שלאָף זיך אָפּגערופן שלוימע, און קיין איינציק װאָרט מער ניט ארויס" געבראכט.

שוין גופע דערמיט, װאָס לעאָן האָט זיך צו אים דאָס מאָל געװענדט ניט באם נאָמען, נאָר בא דער פאמיליע און ארויסגעבראכט זי שטרענג, װי אף א פארהער, איז פאר שלימען געוען לאכלוטן פארשטענדלעך, אז זײַנע ענטפערס װעלן אים גאָרניט געבן, גאָרניט ענדערן. זײַן װײַטער-

3

דיקער גוירל, זעט אויס, איז שוין ערגעץ באשטימט פון פריער. צום לעצטן מאָל אין לעבן געפינט ער זיך אף א קאָמיוגישער פארזאמלונג. אויב ניט הײַנט נאָך, װעט מען מאָרגן צי איבערמאָרגן אָפּי נעמען בא אים דעם קאָמיוגישן בילעט.

קיין שאָרך האָט זיך ניט געהערט אין דער אאודיטאָריע. אפילע לידע האָט ניט איבערגעריסן די שטילקײַט. זי איז געזעסן באגלײַך מיט אלעמען און געדולדיק געווארט.

צו װאָס לאָזט ער זיי ווארטן? -- האָט שלוימע געפרעגט בא זיך, -- װאָס האָט פאר א זין פאר- ציִען די פארזאמלונג, אויב ער האָט ניט, מיט װאָס זיך פארענטפערן, מיט װאָס זיך בארעכטיקן? ניין, ער האָט אין ערגעץ ניט אָנגעװיזן, אז זײַן פאָטער איז פאר דער רעװאָליוציע געווען א קורצע צײַט א טווע-סויכער און אז פאר דעם, װי ער האָט בייסן נעפּ אריבערגעוואנדערט פון שטעטל אין דאָרף און געװאָרן א פּױער, איז בא אים געװען א גאלאנטעריי-קלייטל. ויאזוי קאָן ער, שלוימע, זיך פארענטפערן, אויב אומעטום, אין אלע זײַנע אװטאָביאָגראפיעס און אנקעטעס, אי באם ארײַן- טרעטן אין קאָמיוג, אי באם אָנקומען אין אינסטיטוט, איז אָנגעװיזן, אז ער שטאמט פון פּוױערים, אז זײַן טאטע איז אין א לאנדווירטשאפטלעכן קאָאָפּעראטיו. װועגן זיך אָבער, װעגן זײַן סאָציאלער לאגע, האָט ער ניט געהאט װאָס צו פארלייקענען און ניט געדארפט פארלייקענען. ער איז געווען אן אָנגעשטעלטער, א ביבליאָטעקער.

פאר לייטינען איז ניט געווען און ס'האָט ניט געקאָנט זײַן קיין סאָד, מיט װאָס עס האָט זיך באשעפטיקט זײַן, שלוימעס, טאטע ביז ער האָט אריבערגעוואנדערט אף ערד. פאראיאָרן זומער, בייס די קאניקולן, איז לעאָן א כוידעש צײַט געווען בא זיי אין דאָרף צוגאסט.

די איבערוואנדערישע דערפער זײַנען ניט געװוען קיין גרויסע, צו צוויי גאסן אין א דאָרף און דרײַסיק-פערציק הײַזער אף א גאס, װייניקער װי אין אייניקע שטעטלעך, פונוואנען מע איז אראָפּגץ- קומען, און איינער האָט געקענט דאָרט דעם צוייטן, װי זיך אליין. ס'איז זיך ניט פאָרצושטעלן, אז לעאָן, װאָס האָט פארן כוידעש צײַט זיך מיט אלעמען באפרײַנדעט, און אזוי נאָענט, אז שיר ניט װעגן יעדן איינעם געהאט שוין געװוּסט, פונוואנען מע איז, מיט װאָס האָט מען זיך באשעפטיקט פריִער, אין דער אלטער היים, זאָל ניט געווען װויסן, מיט װאָס האָט זיך פארנומען שײַע לעװוּש, איידער ער האָט זיך באזעצט אף ערד. די איבערוואנדערער האָבן ניט געהאט צוליב װאָס אויסבא- האלטן, װער איז מען געווען פריִער, קוים האָט מען זיי אלע אױסגעגלײַכט, אלעמען ארײַנגערעכנט וי געקומענע פון א דעקלאסירטן קלאס. פארװאָס זשע האָט לעאָן, װיסנדיק דאָס אלץ, דעמלט גע שוויגן? פארװאָס האָט ער ערשט איצט, אין א יאָר ארום, אף דער פארזאמלונג, זיך דערפון מיטאמאָל דערמאָנט?

ער האָט מער ניט װאָס צו סאָפעקן, אז בלוין לעאָן האָט געקאַנט אונטערזאָגן לידען, זי זאָל אים פארגעבן, שלוימען, די אלע פראגעס, באפרײַען דערמיט דאָס אַרט אין דער אספּיראנטור. פאר וועמען? פאר זיך, צי פאר לייטינען? נאָר װאָס גייט עס אים, שלוימען, איצטער אָן?

די פארזאמלונג, אף וועלכער מע האָט אױסגעשלאָסן פאר אויסבאהאלטן די סאָציאלע אָפּשטא- מונג סאָלאָמאָן לֶעווּשן פון קאָמיוג און דערמיט באפרײַט, גיכער פון אלץ פאר לעאָן לייטינען, דאָס אָרט אין דער אספּיראנטור, האָט זיך פארענדיקט שפּעט אין אָװנט.

װוּהין האָבן געפירט די לאנגע פארשנייטע געסלעך, איז שלוימען געװען אלציינס. ער האָט בלויז געװוּסט, אז, ארויסגייענדיק נאָך דער פארזאמלונג פונעם אינסטיטוט, האָט ער פארקערעװועט ניט אף דער גאס, פונוואנען עס גייען די טראמװײַען צו זיי אין דער היפּש װײַטלעכער סטודענטישער צוזאמענװוינונג, נאָר איז אוועק אין אן אנדער ריכטונג. װוען ער האָט זיך ענדלעך ארויסגעקליבן פון די געדרייטע פארפּלאָנטערטע געסלעך און ארויס אף א באקאנטער גאס, איז דער זייגער שוין גע" ווען אָנהײיב צװעלף. אויב גוט א שפּאן טאָן, קאָז ער נאָך באװײַזן ביז צװעלף זיך ארײַנכאפּן אין איינעם פון די מער נעענטערע פונדאנען װאָקזאלן -- דאָס איינציקע אַרט, װוּ ער װעט קאָנען איבער- זיצן די לאנגע ווינטער-נאכט אונטער א דאך. דער פראָסט האָט אים אונטערגעטריבן, און שלוימע האָט באוויזן זיך ארײַנכאפּן אינעם גרויסן װאָקזאל מיט א רעכטער װײַלע פאר דעם, װי מע האָט דאָרט ביז אינדערפרי צוגעשלאָסן די ארײַנגאנג-טירן. אין דעם מױירעדיק לאנגן זאֵל מיטן היכן סופיט האָט שלוימע קוים אָפּגעזוכט פאר זיך א שטיקל פרײַען פּלאץ באם הויכן און ברייטן פענצטער. ס'האָט דאָרט גוואלדיק געבלאָזן. ער האָט אופגעשטעלט דעם קאָלנער פונעם לײַכטן הארבסטיקן מאנטל, די הענט פארוקט אין די ארבל און גיך אונטערגעגעבן זיך דעם שלאָף.

אופגעכאפּט האָט ער זיך פון דער פארטאָגיקער קעלט, װאָס האָט צוזאמען מיט די אָנגעקומענע פּאסאזשירן זיך ארײַנגעריסן אין זאל פון די ברייט צעעפנטע טירן.

ס'איז אָבער געווען פרי באגינען, אין צוזאמענװוינונג שלאָפט מען נאַך. נאָר סײַװי קלײַבט ער זיך ניט דערװײַל גיין אהין. עמעצער אין צימער האָט כאָטש באמערקט, אז זײַן בעטל איז א גאנצע נאכט געשטאנען לײידיק? אים איז דען ניט אלציינס, װאָס האָט מען געקאַנט דערבײַ א קלער טאַן? ער װעט, פארשטייט זיך, צוגיין אֹהין, אָבער דענסטמאָל, ווען אלע װעלן שוין זײַן אף די לעקציעס.

4

אין אינסטיטוט װעט ער צוגיין שוין דערנאָך. די בעסטע צײַט פאר דעם, אז ער זאָל קיינעם פון זײַן קורס ניט באגעגענען, איז צען, האלב עלף אינדערפרי. אף דער דריטער לעקציע פארשפּעטיקט שוין קיינער ניט,

אלץ, װאָס עס שטייט אים הײַנט פאָר אָפּצוטאָן, האָט שלוימע גענוי באטראכט און דורכגע- טראכט, װוען ער האָט זיך אומגעשלעפּט ביז שפּעט אין אָװונט איבער די געדרייטע און פארפּלאַנטער- טע געסלעך און ניט אופגעהערט דערפון אויך צו קלערן, אָפּױיצנדיק א נאכט באם נאקעטן פענצטער אפן װאָקזאל,

קיין אנדער אויסװועג, אויסער דעם, װאָס איז דער ערשטער געקומען אים אפן זינען, װען ער איז ארויס פון דער פארזאמלונג, האָט שלוימע פאר זיך ניט געזען. ער האָט בלויז ניט געװוּסט נאָר דערװײַל פּינקטלעך, װוּהין האלטן דעם ועג, גיכער פון אלץ װעט עֶר זיך מיסטאמע לאָזן אף אוראל, קיין מאגניטאָגאָרסק.

פארװאָס גראדע אהין? דערקלערן זיך עס האָט שלוימע ניט באדארפט. ניט געװוען, דאכט זיך, דער טאָג, מע זאָל װעגן מאגניטאָגאָרסק ניט געװען שרײַבן אין די צײַטונגען. װעגן דער בױונג פונעם טורעם אין באָװל און די פּיראמידעס אין מיצראים, װען עס זאָלן אין יענער צײַט געווען זײַן צײַטונגען, װאָלט מען מיסטאמע אויך אזוי און אזויפיל ניט געשריבן. דער קאָפּ קאַן זיך מאמעש פון דעם פארדרייען, װאָס אין מאגניטאָגאָרסק קומט פאָר... שלוימען האַט צוגעשפּילט. מע האָט דעם כוידעש פארשפּעטיקט אױסצאָלן די סטיפּענדיע, ער האָט זי באקומען ערשט מיט א פּאַר טעג צוריק, און זי האָט זיך בא אים קימאט אינגאנצן פארהיט. אלנפאלס, אף א בילעט אינעם װאָלװעלן צוג ,מאקסימקע" װעט זיכער קלעקן. צוהונגערן א ביסל װעט פונדעסטוועגן אויסקומען. מער װי אף איין טאָג פאָרויס גיט מען ניט קיין ברויט אף די קארטלעך. ער װאָלט געקאָנט פארקויפן די קארט- לעך פארן גאנצן כוידעש. סײַװי װעט ער מיט זיי, וויבאלד ער פאָרט אװועק, ניט קאָנען זיך באנוצן. די טאלאָנען װעלן פּאַשעט פארלוירן גיין. ער קאָן אָבער דערוף ניט אײַנגײן. דערפון, װאָס מע האָט אים אױיסגעשלאָסן פונעם קאָמיוג, הייסט נאָך ניט, אז ער איז שוין מער ניט דער, װער ער איז געווען פריִער.

ביז סאָף טאָג האָט שלוימע באויזן אָפּנעמען אין אינסטיטוט זײַנע דאָקומענטן, אומקערן אין ביבליאַטעק די ביכער, אויסקויפן אף די קארטלעך ברויט פאר צװיי טעג, און מיט א פּאַר שאָ פאר דעם, װי די סטודענטן האָבן זיך אומגעקערט פונעם אינסטיטוט אין צוזאמענווינונג, איז ער מיט זײַן ברוינעם פאניערנעם האלב-פּוסטן טשעמאָדאנדל געווען שוין אפן װאָקזאל.

באם ארײַנזעצן זיך באנאכט אין באן האָט לֶעװוּש באצײַטנס פארכאפּט אין דעם פולגעפּאקטן וואגאָן די אייבערשטע פּאָלקע, וועלכע אין א געויינלעכן צוג, אוב ס'איז דאָ דערין א נויט, פאר- נעמט זי דער האנט-באגאזש. די אייבערשטע דריטע פּאָלקע אין ,, מאקסימקע" איז דאָס סאמע בעסטע אָרט. קיינער בעט ניט, מע זאָל זיך א רוק טאָן, קיינער טרעט ניט אַן אף די פיס, שטורכעט ניט באנאכט פונעם שלאָף. די איינציקע געפאר איז געװען, אז בייס ער איז אראָפּגעקראַכן פון דאָרט צוליב א נויטבאדערפעניש אָדער גלאט אזוי, זאָל עמעצער ניט פארכאפּן בעשאסמײַסע דאָס אָרט, וי מע איז זיך דאָ שוין ניט מיט איינעם אזוי באגאנגען.

מיט אים, שלוימען, האָט נאָך דערװײַל אזעלכס ניט פּאסירט, כאַטש דער אויסזען זײַנער איז ניט געווען פון אזעלכן, װאָס װעט צוליבן פארכאפּטן אָרט זיך שטעלן שלאָגן. קענטיק, אז קיינער אין וואגאָן, און שלוימע האָט עס געפילט, קוקט ניט אף אים, װי אף } געװײנלעכן פארװערבירטן ארבעטער, נאָר װי אף אן עלטסטן, צו װועמען, ס'קאָן זײַן, זי זאָלן דארפן אָנקומען. שלוימע אליין האָט נאָך דערװײַל זיך אויך ניט אינגאנצן צוגעװוינט קוקן אף זיך װי אף א געװיינלעכן פּאַשעטן ארבעטער אין א פארשמאַלצענער פופּײַקע מיט א גראָבײַזן צי א קירקע אין דער האנט.

דער װועג קיין מאגניטאָגאָרסק איז א װײַטער, נאָר ,מאקסימקע" האָט ניט געײַלט. ער האָט זיך געשלעפּט פּאמעלעכקע, װי ער װאָלט זיך נאָך ניט אויסגעלערנט װי געהעריק גיין, שטעלט די ערשטע טריט, און שיר ניט אף יעדן פּאָלוסטאנעק אָפּגעגעבן דערעכערעץ אלע פארבײַגייענדיקע צוגן, זי דורכגעלאָזט פריִער.

פאר די טעג, װעלכע שלוימע איז זיך אָנגעלעגן אף דער אייבערשטער פּאָלקע אונטער דער סאמע סטעליע, דעם קאָפּ ניט אופצוהייבן, און ארויסגעקוקט דורך דעם פארהויכטן שטיקל שײַבל אף דעם מיטלויפנדיקן דרויסן מיט זײַנע פארשנייטע שטעט און דערפער, װעלדער און פעלדער, האָט ער געהאט גענוג צײַט אף פּרוּװון זיך באפרײַען פונעם פארדראָס און בארויגעז אפילע אף לייטינען. סאַפּקאָלסאָף, אוב ערלעך א טראכט טאָן, האָט דאָך לעאָן ניט געקאַנט אנדערש שטימען. װען דאָס זעלבע, אשטייגער, פּאסירט מיט א צווייטן, װאָלט דען ער, שלוימע, זיך אופגעפירט אנדערש, ניט אופגעהויבן די האנט, אז מע זאָל יענעם אויסשליסן פונעם קאָמיוג, מעג יענער זײַן אפילע זײַן בעס- טער כאװוער? פונעם אינסטיטוט אָבער האָט מען דאָך אים, שלוימען, ניט אױיסגעשלאָסן. באם אומ- קערן אים די דאָקומענטן האָט קיינער ניט געפאָדערט, ער זאָל אָפּגעבן דאַס סטודענטישע ביכעלע.

99

ער פירט עס מיט זיך. דעם קאָמיוגישן האָט ער אויך ניט אָפּגעגעבן. אים איז שװער געװען זיך צעשיידן מיט אים. און אויסער דעם, ביז דער ראיקאָם װעט אים אויסשליסן, האָט ער רעכט האלטן דאָס ביכעלע בא זיך, ארײַנטראָגן אפילע מיטגלידסאָפּצאָל. ער װעט דערבײַ ניט פארלייקענען, אז דאָס קעמערל האָט אים אױיסגעשלאָסן און פארװאָס האָט מען אים אויסגעשלאָסן. יאָ, ער איז באגאנגען א שווערע זינד. אָבער דעם אינסטיטוט האָט ער פארלאָזט און פאָרט װערן אן ארבעטער ניט קעד אויסקויפן די שולד. ער װאָלט צוליב דעם ניט געדארפט זיך שלעפּן אזא װײַט און אויך ניט דערפאר פאָרט ער אהין, װײַל דער פארדינסט איז דאָרט א גרעסערער. ער איז דערװײַל נאָך ניט קיין כאסענע געהאטער, האַט ניט קיין מישפּאָכע. וויפל ער זאָל ניט פארדינען, װעט אים קלעקן אף דער כאיונע. װוּ ער זאָל זיך ניט געווען שטעלן ארבעטן, װאָלט ער אָן ברויט ניט געזעסן. סאָפקאָלסאָף, ער זאָל געווען װעלן, װאָלט ער געקאַנט פארבלײַבן אין אינסטיטוט. מע האָט דאָך אים פונעם אינסטיטוט ניט אויסגעשלאָסן, צי ס'האָט געקאָנט דערצו אויך דערגיין? אזוי צי אנדערש, נאָר אויב ער האָט, ניט ווארטנדיק, מיט װאָס װעט זיך דאָס אלץ פאר אים פארענדיקן, אליין פארלאָזט דעם אינסטיטוט און פון אלע וועגן אויסגעקליבן פונדעסטוועגן מאגניטאָגאָרסק, איז עס ניט צופעליק. אים ארט ניט, אויב מע װעט ניט װעלן גלייבן, אז ער איז געפאָרן קיין מאגניטאָגאָרסק ניט אויסקויפן די שולד, נאָר געפאָרן אהין ווערן אן ארבעטער. פאר אים איז װיכטיק, װאָס ער גופע גלײיבט אין דעם און מיט יעדן טאָג, װאָס ער האָט זיך דערנעענטערט אהין, איז ער אלץ שטארקער געוען דערינען זיכער. ער האָט בלויז ניט געװוּסט, צי קלײַבט ער זיך װערן אן ארבעטער אף א געװיסער צײַט, צי אף שטענדיק.

אין דער פארפולטער אנקעטע באם אָנקומען אף דער בויונג פונעם מאגניטאָגאָרסקער קאָמבי" נאט האָט שלוימע גאָרניט פארלייקנט. אָנגעשריבן אלץ אזוי, װי דאָס איז. נאָר קיינעם איז דאָרט נישט אַנגעגאנגען ניט זײַן סאָציאלע אָפּשטאמונג, ניט זײַן סאָציַאלע לאגע, ניט זײַן בילדונג אפילע. אָנגעגאנגען איז דאָרט בלויז דאָס, אז ער איז א מענטש אָן א פאך אין דער האנט, און מע האָט אים געשיקט דערװײַל פאר א פּאָשעטן שווארצארבעטער.

פאר דער צײַט, װאָס שלוימע איז געװען א שווארצארבעטער, האָט ניט געטראָפן, אז ער זאָל װעןדניט:איז זיך געווען אָפּזאָגן פון א װעלכער-ניט-איז האָרעואניע, װי שװער זי זאָל ניט זײַן און קיין מער שווערערע ארבעט, װי ערד גראָבן, שפּאלטן װוינטער די דורכגעפרוירענע ערד מיט א לאָם און קירקע, וען אין דרויסן ברענט א פראָסט, אז ס'איז דעם אָטעם ניט איבערצוכאפּן, און װעסנע- צײַט שטיין אין די גראָבנס ביז האלב אין אײַזדקאלטן וואסער, איז ניט צו פאָרשטעלן זיך. אויסער אן ערדגרעבער איז שלוימע אויך געװען א טרעגער, אױסגעלאָדן וװאגאָנען קלעצער, געשלעפּט אף זיך איבער די רישטעוואניעס ציגל און ליים, צעמענט און קאלך און אנדערע שווערע מאסעס. ס'איז אים אליין געװוען מאָדנע, ער האָט ביז דאן קיינמאָל ניט געהאט צו טאָן אין לעבן מיט אזעלכע מע" סוקענע פײַערדיקע פרעסט, װי דאָ. ער האָט זיי אָבער ניט איבעריקס שטארק געפילט, כאָטש ער איז געװוען לײַכט אָנגעטאָן. דער געניצטער בושלאט האָט קנאפּ געווארעמט. דערווארעמט האָט ער זיך בא דער ארבעט, צומאָל אזוי, אז דאָס העמד אפן לײַב איז געוען אויעצודרייען. אָבער צום הונגער האָט שלוימע נאָך אלץ ניט געקאָנט זיך צוגעװווינען. ער האָט אים געפילט אויך א'ן שלאָף, ניט גע" קוקט דערוף, װאָס אף די ברויט- אין פּראָדיקטן-קארטלעך האָט ער אלס אן ארבעטער באקומען א גרעסערן פּאיאַק, איידער זײַענדיק א סטודענט.

ביסלעכװײַז האָט לעווש זיך צום הונגער אויך צוגעװוינט, װי ער האָט זיך געהאט צוגעװוינט צו דער קעלט, אופגעהערט זיך צו דעם אלעם צוהערן, עס זאָל אים ניט שטערן נאָך דער ארבעט זיך פארנעמען מיט לינניייסטיק, מיט שטודירן שפּראכן, צו װאָס ס'האַט אים געצויגן פון דער פריער יוגנט און לײַכט זיך געו;בן. אים האָט אָפּגעגליקט. ער האָט ניט דערווארט, אז אין דער יונגער מאגניטאָגאָרסקער ביבליאָטעק זאָלן זײַן אזעלכע אוניקאלע ביכער, װאָס ניט אין יעדער גרױיסשטאָטי שער ביבליאָטעק איז עס צו געפינען.

מע זאָל אים ניט שטערן זיך פארנעמען מיט דורכשטודירן זעלבשטענדיק די קעגנשטאנדן, וועלכע זײַנען נייטיק, קעדיי צוגרייטן, ניט האָבנדיק פארענדיקט קיין אינסטיטוט און ניט זײַענדיק קיין אספּיראנט, א דיסע טאציע אף צו קריגן דעם טיטל קאנדידאט פון פילאַלאָגיע, האָט שלוימע פארנומען אין דעם גרויסן טומלדיקן באראק דאָס װײַטע ווינקל בא דער מיט שניי פארפּאָראָשעטער וואנט, פון װועלכער ס'האָט געצויגן א עסעריקע פײַכטקײַט. ניט איין מאָל האָט שלוימע זיך אופגע- כאפּט אינדערפרי א צוגעוואקסענער מיטן קאָפּ האָר צו דער וואנט, און אים איז אויסגעקומען לאנג און פאָרזיכטיק אָפּרײַסן איינציקװײַז פון דער פראָסטיקער וואנט די פּאסמעס האָר. שלוימען האָט עס װײניקער פון אלץ געהאט געקימערט. פאר אים איז געװען װיכטיק, װאָס דאָ, אינעם װײַטן װינקל, איז געװוען א סאך שטילער, איידער ערגעץ אנדערשווּ אין באראק. מיט דער צײַט האָט ער זיך צוגעװוינט לייענען און שרײַבן, ווען ארום אים האָט געגרילצט און געטומלט. לעװוּש איז געװען א

6

מענטש, װאָס האָט זיך גיך צו אלץ צוגעװוינט, זיך אף גאָרנישט ניט באקלאָגט, אף אלץ געקוקט װי אף א צײַטװײַליקער זאך, װאָס װעט, אָן צווייפל, ניט הײַנט-מאָרגן דורכגיין.

קיין אָפּגאָט, װי פאר אנדערע, איז דער אקאדעמיקער מאר פאר לעװוושן קײינמאָל ניט געוען. שלוימע האָט אָבער געהאט פאר אים גרויס אָפּשײַ. ניט גאָר קיין אלטער מענטש נאָך און שױין געקענט איבער זעכציק לעשוינעס. ער, שלוימע, האָט דערװײַל געקענט בלויז פיר שפּראכן. אף דרײַ פון זיי, אף דײַטש, פראנצויזיש, ענגליש, האָט ער גערעדט פרײַ, קימאט װי אף זײַנע ביידע מוטער- שפּראכן: ייִדיש און רוסיש. אָט די אלע אויסלענדישע שפּראכן האָט שלוימע באהערשט נאָך פארן אָנקומען אין אינסטיטוט. איטאליעניש האָט ער שוין דערלערנט דאַ. ריידן פרײַ אף איר האָט ער נאָך דערװײַל ניט געקענט, אָבער שוין געקענט פרײַ לייענען און שרײַבן. אײנצײַטיק האָט ער אויך דער" לערנט שפּאניש. צוגערעדט האָט אים צו דעם דער באנאכטיקער װעכטער פונעם קליידער-סקלאד, אָװסײ גילעליטש טאָדראָס, מיט װעמען שלוימע האָט אין איינעם א טאָג זיך צופעליק באקאנט און דערנאָך זיך נאָענט באפרײַנדעט.

ניט ער און ניט דער ועכטער האָבן באם באקאנען זיך נישט פאנאנדערגעפרעגט איינער דעם צווייטן, װער מע איז, פונוואנען מע איז, װאָס האָט זיי געבראכט אהער צו פירן. שלוימע האָט אליין זיך אָנגעשטױסן, אז אָװסײ גילעליטש טאָדראָס איז געקומען אפן זאװאַד, קעדיי זײַן װײַטער פון אן אַרטיקער אומגערעכטיקײַט.

װײַזט אויס, אז די ארומיקע װעלט פון יענער זײַט גרענעץ האָט שטארק געסאָפעקט, אז מענטשן קאָנען ארבעטן ניט בלויז צוליב געלט און זיי זאָלן נאָך דערבײַ זײַן איבערגעגעבן דער ארבעט. װאָי רעם קימאט יעדן כוידעש זײַנען אהער אראָפּגעפאָרן אויסלענדישע געסט, געקומען א קוק טאָן מיט די אייגענע אויגן דעם גרויסן װוּנדער, װי די צײַטונגען האָבן געקרוינט די בויונג פונעם מאגניטאָי גאָרסקער מעטאלורגישן קאָמבינאט. |

די באגעגענישן פון די מאגניטאָגאָרסקער בויער מיט די אָנגעפאָרענע אויסלענדישע געסט, צװישן וועלכע עס זײַנען געווען אויך ארבעטערידעלעגאציעס, האָבן זיך געװויינלעך פארענדיקט מיט מיטינגען אונטערן אָפענעם הימל. די רעדעס פון די מאגניטאָגאָרסקער זײַנען געװען שטורמישע, פלאמפּײַערדיקע, נאָר ניט אלעמאָל האָבן די איבערזעצער געקאָנט איבערגעבן דעם פלאם-פײַער פון די רעדעס.

אף איינער אזא באגעגעניש אונטערן אָפענעם הימל, אף װעלכער סזײַנען בײַגעװען געסט פון דײַטשלאנד, פראנקרײַך און שפּאניע, איז אומדערווארט, ניט װענדנדיק זיך צום פאָרזיצער פונעם מיטינג, מע זאָל אים געבן א װאָרט, ארופגעגאנגען אף דער צונויפגעקלאפּטער פון ניט-געהובלטע ברעטער הויכער בינע דער שווארצארבעטער שלוימע לעװוש. דער איבערזעצער האָט דורכגעלאָזט צי אויסבאהאלטן אין דער רעדע-פונעם דײַטשישן גאסט אזעלכס, פון װאָס לֶעװוּש האָט זיך דערפילט מוירעדיק באליידיקט. אויסער די געסט, צו װעמען שלוימע האָט זיך געװענדט פריַער אף דײַטש, דערנאָך אף פראנצויזיש און שפּאניש, האָט קיינער קיין װאָרט ניט פארשטאנען. איבערזעצן אָבער די גאנצע רעדע זײַנע אף רוסיש איז שלוימען ניט אויסגעקומען. די פארזאמלטע האָבן פארשטאנען זײַנע רייד פונעם פלאם-פײַער און פון דער שטאָלצקײַט, מיט וועלכער ער האָט זיי ארויסגעבראכט.

באם פאָרזיצער פון דעם מיטינג האָט דער אומבאקאנטער יונגערמאן אינעם געלאטעטן בושלאט און פארבראדזשעטע שיך אויסגענומען ניט אזוי מיטן קענען אויסלענדישע שפּראכן, װי מיט זײַן פלאמיקן ארט ריידן, װאָס האָט דערמאָנט אין די רעדנער, וועלכע אים איז אויסגעקומען צו הערן בייסן כירגערקריג. די קונסט פון קענען אזוי היסלײַװעסדיק ריידן האָט אויך איצט ארויסגערופן באם פאָרזיצער אנציקונג. ער האָט געקוקט אף אזעלכע מענטשן מיט גרויס כשיוועס. דאָך איז דורכגע- גאנגען ניט איין װאָך ביז מע האָט דעם שווארצארבעטער לעװוּשן אריבערגעפירט פאר א געהילף אין דער בריגאדע פון די מאָנטאזשניקעס.

אין א קורצער צײַט ארום האָט מען שלוימען שוין געקאָנט זען אף דער בויונג אין א הארטן ברעזענטענעם גארניטער, הויכע גומענע שטיוול מיט א קאסקע אפן קאָפּ און מיט גרויסע טונקעלע ברילן פון אן עלעקטראַָשװײסער אף די אויגן. די רוישיקע שטראלן פון דער העל-פײַערדיקער זון האָבן געשמאָלצן דעם מעטאל, געמאכט אים נאָכגיביק, װי טייג, טו מיט דעם װאָס דו פארלאנגסט, און געשפּריצט ארום שלוימען פון אלע זײַטן מיט פארשיידנפארביקע שטערנדלעך און שפּיזלען.

קיין שום שײַכעס האָט שלוימעס פלאמיקע רעדע אף די איסלענדישע שפּראכן ניט געהאט דערצו, װאָס צװישן די בעסטע ארבעטער אף דער בויונג איז געװוען פארשריבן אפן ערױטאָװל אויך זײַן נאָמען.

דער בריגאדיר פון די מאַנטאזשניקעס האָט שוין ניט איין מאָל פארפירט מיט אים א רייד װעגן ארײַנטרעטן אין דער פּארטיי, און ווען שלוימע האָט אים דערציילט, גאָרנישט ניט אויסבאהאלטנדיק, אלץ, װאָס מיט אים איז געשען, האָט דער בריגאדיר זיך סײַװי ניט אָפּגעזאָגט געבן אים א רעקאָי מענדאציע.

97

אף דער פארזאמלונג, בייס מע האָט לעװושן אופגענומען אין דער פּארטיי, האָט ער זיך ערשט דערװוּסט, אז מע האָט אים פונעם קאָמיוג ניט אױיסגעשלאָסן, דער ראיקאָם האָט אים בלויז געגעבן אן אויסרייד פאר אויסבאהאלטן, מיט װאָס עס האָט זיך באשעפטיקט זײַן פאָטער ניט דעמלט, װען ער, שלוימע, איז אלט געווען פיר-פינף יאָר, נאָר פאר ניט אָנװײַזן אין דער אנקעטע, אז זײַן טאטע, פאר דעם װי ער האָט איבערגעוואנדערט אף ערד, איז א שטיקל צײַט געװען אן אייגנטימער פון א גאלאנטעריי-קלייטל,

אין א יאָר צוויי ארום נאָך דעם, װי מע האָט געלאָזט אין גאנג דעם ערשטן בליומינג אין לאנד, האָט מען דעם עלעקטראָשװײסער שלוימע לעװוּש, װעלכער האָט אויך געהאט א שײַכעס צו דער דאָזיקער גרויסער געשעעניש, געשיקט פאָרן זיך לערנען.

צוריק אין אינסטיטוט, וועלכן ער האָט ניט פארענדיקט, האָט שלוימע זיך ניט אומגעקערט. ער האָט נישט געהאט דאָרט װאָס צו טאָן ניט װי קיין סטודענט און אויך ניט װי קיין אספּיראנט. פאר דער צײַט, װאָס ער איז געװען אין מאגניטאָגאָרסק, האָט ער צוגעגרייט א דיסערטאציע װעגן דעם אידעאליסטישן צוגאנג פון דער יאפעטישער טעאָריע אינעם אופקום פון שפּראכן. גרײיטן די דיסערטאציע האָט אים צוגעהאָלפן דער באנאכטיקער וװעכטער, דער דאַצענט פון פילאָסאָפיע אַװסײ גילעליטש טאָדראָס.

קאָן זײַן דערפאר, װײַל טאָדראָס האָט אים געהאט צוגערעדט, צי איבער אנדערע סיבעס, נאָר נאָך דעם, װי שלוימע האָט פארטײידיקט די דיסערטאציע און מע האָט אים צוגעייגנט דעם װיסן- שאפטלעכן טיטל קאנדידאט פון פילאָלאָגיע, איז ער |פארבליבן א לענינגראדער טוישעוו.

קורץ פאר דער מילכאָמע איז סאָלאָמאָן איסײַעװיטש לעווש שוין געווען א דאָקטאָר, צו עט- לעכע און דרײַסיק יאָר -- א מיטגליד-קאָרעספּאַנדענט פון דער ויסנשאפט:אקאדעמיע. אין עטלעכע יאָר ארום האָט מען אים געהאט שוין אויסגעקליבן פאר אן אקאדעמיקער.

נאָר וועגן דעם, װאָס עס האָט זיך פארלאָפן מיט שלוימע לעװוּשן נאָך דעם, װי ער איז נעלעם געװאָרן פונעם אינסטיטוט, זײַענדיק שוין אפן פאָרלעצטן קורס, און אז סאַלאָמאָן איסײַעװיטש לעווּשׁ איז שוין א היפּש ביסל יאָרן אן אקאדעמיקער און מיט א נאָמען אין דער וויסנשאפטלעכער װעלט, האָט לעאָן לייטין, פארשטייט זיך, ניט געװוסט, אנדערש װאָלט ער ניט געלאָזט אים אי לאנג ווארטן אף זיך. און עפשער װאָלט לייטין ביכלאל ניט צוגעגעבן קיין באזונדערע באדײַטונג אָט דעם אלעם, װאָס עס איז אָקאָרשט דאָ געדאנקלעך דורך פאר שלוימעס אויגן, אלנפאלס ניט אזא באדײַי טונג, װי ער זאָל געווען, אשטייגער, זיך פּלוצעם דערוויסן, אז שלוימע איז אויך אן אײַנװױנער פונעם זעלבן מויער, פונעם זעלבן הויף. לייטין װאָלט אָבער דערין זיכער ניט געגליבט. אין שלוימען איז ווירקלעך גאָרניט צו באמערקן עפּעס פון דעם, אז מע זאָל אים קאָנען אָנעמען פאר אזא אײַנװױנער. אין אים האָט זיך גיכער געלאָזט דערקענען א געוויינלעכער ארבעטער, מיט װאָס שלוימע האָט זיך געגרויסט, וען מע פלעגט עס אים זאָגן. און פאר אזעלכן, װײַזט אויס, האָט לייטין אים אָנגענומען. דערמיט, װאָס לעאָן לאָזט אים אף זיך אזוי לאנג ווארטן, איז ער עפשער אויסן געבן צו פילן דעם אונטערשייד צװישן זיך און אים. און עפשער פארהאלט זיך דאָרטן לייטין, װײַל צוזאמען מיט זײַנע צַוויי באגלייטער פון דעם הױיזקאָמיטעט האָט ער, װי זיי זײַנען דערצו געװינט, צוגעגעבן דעם שטייגערישן איניען, וועלכן זיי באטראכטן, א מעלוכישן פארנעם און באדײַט, פארגעסנדיק דערבײַ, אז זיי זײַנען שוין מער ניט די, פון וועמען ס'איז ביז ניט לאנג צוריק נאַך געװען פיל אָפּהענגיק, צו וועמען מע האָט געדארפט אָנקומען.

גיכער פון אלץ איז עס, דאכט זיך, אזוי. שלוימע האָט דאַס ארויסגעזען אפילע דערפון, װי לעאָן האָט זיך אהער דערנעענטערט שוין אליין, אָן זײַנע צוויי מיטגייער. ער איז געגאנגען באדאכט, אין יעדן טראָט זײַנעם האָט זיך געפילט די זיכערקײַט פון א מענטשן, וועלכער סאָפעקט ניט, אז דער, װעמען ער האָט איבערגעלאָזט אף זיך ווארטן, װעט ניט אװעקגיין, וויפל ס'זאָל ניט אויסקומען זיצן הינטער דער טיר פון זײַן קאבינעט. ער האָט זיך נאָך ניט אָפּגעװױנט, אפּאָנעם, קוקן אף אלץ, אפילע אף דער אלייע, וי אף זײַנעם א קאבינעט.

און כאָטש לעװוּש האָט ענלעכס באמערקט אין לייטינען נאָך איידער ער האָט אים איבערגע- לאָזט דאָ ווארטן אף זיך, דאָך האָט ער פאר דער גאנצער צײַט זיך קיין איין מאָל ניט א פרעג גע" טאָן, װי קומט עס, אז לעאָן, זײַן נאָענטער כאווער פון די סטודענטישע יאָרן, מיט װעמען ער האָט געװוינט אין איין צימער, א בעטל צו א בעטל, זאָל אזוי זיך האָבן געענדערט. דאָס, װאָס לעאָן האָט זיך דערפרייט, באגעגענענדיק אים דאָ, איז געווען ניט מער װי א שפּיל, זיך ארויסשטעלן פאר אים, װי א מענטש, װעלכער קאָן צומאָל זיך אראָפּלאָזן, אויב מע דארף, פון די אייבערשטע טרעפּלעך פונעם לייטער אף די אונטערשטע.

-- נו אַט, זיך ענדלעך באפרײַט. -- לייטין האָט זיך צוגעזעצט לעבן שלוימען אף דער שווערער מאסיווער באנק, אױסציִענדיק אין דער גאנצער לענג די פיס. -- עמעצן קאָן זיך דוכטן, אז זײַן א

8

מיטגליד פונעם הויזדקאָמיטעט איז בלויז א קאָװעד. ס'איז פארשטייט זיך, א קאָװעד, אָבער ס'איז ניט פון די גאָר לײַכטע געזעלשאפטלעכע אָנלאָדונגען. װאָס שמייכלט איר?

-- גאָרניט. ס'האָט זיך מיר פּאַשעט דערמאָנט איינע א נארישקײַט. -- ער װעט דאָך ניט גיין דערציילן, אז אָנשטאָט אים האָט ער א רעגע פריִער פּלוצעם געהאט דערזען פאר זיך א לייטער מיט אָפּגעשפּרונגענע אייבערשטע טרעפּלעך.

-- אך, װי סע לויפט די צײַט, -- לעאָן האָט א שטעק געטאָן די פיס אונטער דער באנק, נאָר אין א װײַלע ארום זיי װידער אויסגעצויגן אין דער גאנצער לענג. -- וויפל איז אונדז געווען בעשאס מיר זײַנען אָנגעקומען אין אינסטיטוט? קיין צוואנציק יאָר נאָך אפ